נאכן הערן די לעצטע וואך פון אלע מגידים און משפיעים, ווילעך זיי מודיע זיין אז ס'דא וואס זאגן אז דער בעש"ט האט נישט נאר געזאגט אז מ'קען זיך אפלערנען א מוסר פון א גוי, נאר לויט טייל מקורות האט ער אויך געהאלטן אז מ'קען זיך אפלערנען מוסר והתחזקות פון ערליכע אידן עובדי ה' בתמימות אויכעט.
אויך בין איך נייגעריג צי ווען איך זאג צופרי 'מודה אני' און איך דאנק מיין גאט פארן מיר צוריקגעבן מיין נשמה און לעבן, איז עס אויך אזוי חשוב ווי ווען א גוי דאנקט דעם אויבערשטן פארן אים ראטעווען זיין לעבן?
שוין עטליכע טעג וואס איך זוך מיט ליכט צו וויסן אויב אדמו"ר מסאטמאר מהר"א געבט איבער סידור קידושין ווען ער מאכט חתונה אן אייניקל, אדער נישט. און ווי אויך די סיבה פארוואס. איך האב פראבירט אלע טעמעס דא אבער אן ערפאלג. והקב"ה ברוב רחמיו וחסדיו האיר את עיני, און איך האב עס ענדליך געטראפן אין די סאטמאר מהר"יי טעמע. הודו לד' כי טוב. וויל איך אבער בעטן די אלע וואס טיילן מיט די וויכטיגע אינפארמאציע זאלן עס ביטע מיטטיילן אין די דעזיגנירטע טעמעס, אז די דורות הבאים זאלן אין יארן ארום וויסן וואו צו זוכן.
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 12:12 pm
שוין עטליכע טעג וואס איך זוך מיט ליכט צו וויסן אויב אדמו"ר מסאטמאר מהר"א געבט איבער סידור קידושין ווען ער מאכט חתונה אן אייניקל, אדער נישט. און ווי אויך די סיבה פארוואס. איך האב פראבירט אלע טעמעס דא אבער אן ערפאלג. והקב"ה ברוב רחמיו וחסדיו האיר את עיני, און איך האב עס ענדליך געטראפן אין די סאטמאר מהר"יי טעמע. הודו לד' כי טוב. וויל איך אבער בעטן די אלע וואס טיילן מיט די וויכטיגע אינפארמאציע זאלן עס ביטע מיטטיילן אין די דעזיגנירטע טעמעס, אז די דורות הבאים זאלן אין יארן ארום וויסן וואו צו זוכן.
יישר כח!
איך האב שוין לאנג געוואלט וויסן אויף אפאר ניקים צו זיי זענען בקהל מהרא או מהריי, ביז איך האב געזען ווי זיי פאשענען און פרעמדע פעלדער און לייגן לופטיגע פאלשע תגובות אין די מהרא אשכול, האב איך פארשטאנען אז זיי זענען חסידי מהריי.
בה איך קען זאגן בכתב מלא אז זכרנו ימים מקדם ווען איך בין ארויפגעקומען דא איז עס געווען א טריקענע פלאץ, כגיי נישט נעמען קיין קרעדיט פארן מאכן אקטיוו, אבער יא פארן מאכן א פרישקייט אויף די מקום.
איך וויל אויסנוצן די געלעגנהייט צו באדאנקן מיינע טייערע ניקס וואס איך האב הנאה געהאט צו דיין מיט ענק עד היום הזה ועד בכלל, @פופציגער וגם לרבות @שמח , וואס לענ”ד איז עס די זעלבע בר נש, אבער אפילו אויב נישט האבן זיי זיכער די זעלבע מענטעליטי, ידידי @ניקל דיינע הערליכע נייעס און באריכן געשריבן אזוי הערליך קורץ און שארף און בעיקר צום פוינט, @מסתמא אלץ אריינגעקומען שיף.. איך גלייך זייער דיין מהלך המחשבה.., @שאינו יודע לשאול דיינע נייעסלעך איז ממש דערקוויקענד, וגם לרבות דיין שווערע ארבעט צו לייגן די ווידיאס און א גוגל דרייוו..., אני כשלעצמי פארשטיי פונקטליך די שווערעקייט וואס ליגט אין דעם..., ידידי @פאטריאטיזם און @ צביקי דיינע הערליכע ווערק האבן אויפגעטריבן שיינע סכומים פארן קאמפיין פאר די אידטיש עפפ..,@רעגענדיגע זונטאג געווען א פלעזשער צו פייטן מיט דיר, נע.. just kidding ..., @דער תהלים איד דיינע הערליכע באריכטן אום אפדעיטס בכל פינה של עסקנות., @לעכטיג@ווירקליך@אסמכתא בעלמא@הכל ריוח@חצקל משמש און אלע מנהלים וואס איך געדענק נישט אויסעווייניג, א גרויסע יישר כח, (יעצט דארף איך שוין נישט לעקן, יעצט איז עס אמת’דיג...), @פליט דיין ענערדזשי.. קעניינעהארא..., קיפ איט למעלה..., @וואוילער אלץ א גוט ווארט, א דורך געטראכטער (מסתמא, נישט אזוי?...), @ווער א אינהאלטסרייכע זאך צו וואס אידטיש האט זוכה געווען, @נקודות טובות דער ווערטואלער תלמוד חכם..., @Azoi Tzi Zugen יא ממש אזוי צו זאגן, די ביסט מאסיוו!, @ס'קען זיין אז.., א פארגעניגן יעדע פאוסט דיינע איז ווערד א טראק לאוד מיט לייקס, ועוד יותר, @Spa 42 מהאמיר זיך געבענקט נאך דיר, כהער זאגן אז די ביסט צוריק מיט אונז, @פשוט און גראד א רוח סערה עושה דברו, פשוטו כמשמעו, פשוט און גראד ברענגט ער נייעס און באריכטן כמו שהיה אן קיין איבריגע פעפער, @להגדיל הטראסק לאמיר מאכן מצב..., @אלטערנעסייד פארקינג איך קען נישט שלאפן קיין נעכט וועגן דיר..., @בן תורה א ליכטיגקייט א אור, א הערליכע פעדער מיט גאר א שארפע פינגערס ביינאזאם..., @יוחנן כהן נישטא וואס צוצולייגן, יעדער ליינט דיינע ארטיקלען מיט דארשט, יעדער ווייסט פונקטליך וואס די ביזט, סאיז א שאד יעדע ווארט.., @פייל און בויגן שארפע און קלארע באמערקונגען וואס קאסט פאר יעדעם א לאך, אפילו פאר וועם עס פאסט נישט צו געבן א לייק.., @מזל טוב כהער זאגן אז גוגל גייט דיר רופן אין קאורט? זיי יעצט מודה מיין גוגל דרייוו האט נאר 15 גיג, קע”ה דיינע לינקס האלטן ביי אסאך אסאך מער..., יישר כח די ביסט אונז אלע מהנה., @מיינע פאעזיעס א פעדער א געשמאק, עס ליינט זיך יעדע ווארט פון זיך אליין, @דער רבי איז געזונט איך בענק מיר שוין נישט ווייל איך בין מער נישט בין הנמצאים, אבער די עולם בענגט זיך נאך דיינע סחורה, די אינגע דור ווייסן ניטאמאל וואס פעלט זיי..., @מהודר איך פלעג זיך טרעפן ביי די לייק קנעפל ביי אינטערעסאנטע בילדער..., @אויסגעשארפטע בליי איי ביסטו קריעיטיוו, דיינע שרייב ווערק זענען צו באלעקן די פינגערס.. @סאטמאר אפדעיטס האט געכאפט א טיפע דרימל, כמיין ממעג אים שוין אויפוועקן, סאיז פשוט א שאד יעדע רגע.., @יקל פעדער קעניינעהארא דיין שריפט.. דיינע לשונות...,
אזוי קען מען רעדן און רעדן, לענינינו אויב איך האב איינעם וויי געטון בעט איך אים איבער ברבים, און איך בין יעדם מוחל.
אגב ידידי @שמח כהאב געטראכט צו מאכן א באשרייבונג אויף דיר, אזוי ווי הארי פלארי אויף אייוועלט אבער כהאב נישט קיין געדולד, והוא רחום יכפר עון..