מאנטאג פרשת לך:
= כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך =
היינט אין די נאכמיטאג שעה'ן וועט זיך הוד כבוד קדושת מרן רבינו הגה"ק שליט"א ארויסלאזן אויפ'ן וועג קיין בוענאס איירעס ארגענטינע, און דערנאך צום דערנעבנדיגן לאנד אורוגוויי ווי געמאלדן.
דער רבי איז ערווארטעט צו פארלאזן ביתו נאוה קודש היינט ארום 4:00 נאכמיטאג אויפ'ן וועג צום JFK לופטפעלד,
די פליגער פון רבינו שליט"א איז ערווארטעט זיך צו הייבן אום 8:50 אויפדערנאכט, און איז ערווארטעט צו לאנדן אינעם EZE לופטפעלד אין בוענאס איירעס ארגענטינע ארום 9:30 דינסטאג אינדערפרי ארטיגע זייגער, 7:30 ניו יארק'ע זייגער,
פון דארט וועט דער רבי צופארן א וועג פון ארום א האלבע שעה צום חרדי'שן געגנט אין בוענעס איירעס.
צוערשט וועט דער רבי צופארן צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה יואל מזרחי הי"ו,
נאך א קורצע צייט ארום 11:00 ארטיגע זייגער וועט דער רבי אריינקומען אינעם ארטיגן ביהמ"ד דקהל חרדים צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער חברי הקהילה, בעלי בתים ואברכים, בחורי חמד וילדי תשב"ר,
נאכ'ן דאווענען וועט פארקומען א מסיבת לחיים און 'מעמד קבלת פנים' וואו דער רבי וועט משמיע זיין דברות קודש בדברי הדרכה פאר די הונדערטער תושבי העיר,
דערנאך וועט דער רבי צוריקגיין לבית האכסניא.
ארום 2:00 נאכמיטאג וועט פארקומען א 'מעמד צאתכם לשלום' אינאיינעם מיט א מסיבת לחיים לרגל גמירת המקוה בבנין הביהמ"ד החדש אינעם געגנט, דער רבי וועט משמיע זיין ברכת הקודש.
פון דארט וועט דער רבי צופארן צום שטאט מאנטעווידעא אינעם דערנעבענדיגע לאנד אורוגוויי וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן פאר א משך פון א טאג צייט.
מיטוואך במשכ'ן טאג וועט דער רבי ארומגיין אינעם ריזיגן פלענט ווי קהילתינו הקדושה וועט פון יעצט און ווייטער אנהייבן שחט'ן די גסות ע"פ פקודת הקודש פון רבינו שליט"א,
דער רבי וועט איבערגיין די פילצאליגע חומרות והידורים אויפ'ן פלאץ וואס דער רבי האט איינגעפירט, און זיך אומקוקן פון דער נאנט אויף אלע פרטי פרטים זיכער צו מאכן אז אלעס ווערט געמאכט בתכלית הכשרות וההידור.
אויפדערנאכט וועט זיך דער רבי ארויסלאזן אויפ'ן וועג אהיים קיין קרית יואל,
דער רבי איז ערווארטעט צו לאנדן אינעם JFK לופטפעלד דאנערשטאג אינדערפרי ארום 7:00 ניו יארק'ע זייגער.
"יציאת צדיק מן העיר עושה רושם"
~