שטעל זיך פאר...

שמועסן ארום דעם טישל אויף א לייכטערן אופן
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1097
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3679

Re: שטעל זיך פאר...

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

מיינע פאעזיעס האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 7:42 am
ווען אנשטאט הינדלעך שלאגט מען כפרות מיט קעץ
דזשאמגאר האט דאס שוין געפרעגט פון אנטיוכוס...

(ווי אזוי הייסט די טעיפ וואס איז ארויסגעקומען בערך 20 יאר צוריק? בימי מתתיהו?)
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Think and Thank
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 288

Re: שטעל זיך פאר...

פאוסט דורך Think and Thank »

מיינע פאעזיעס האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 12:52 am
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 12:24 am צ.ק.

מ'ווערט געבוירן א זיידע און מ'ווערט נאכדעם אינגער און אינגער... א טאטע, א בחור, דערנאך א אינגל, ביז מ'ווערט א בעבי.
דאן וואלט יעדער געוויסט ווען ער גייט שטארבן

לויט'ן חשבון איז דא (אדער געווען) צוויי שטעט וואו מען קען וויסן ווען מ'גייט שטארבן. די ערשטע איז וואס די גמרא אין סוטה (מו:) דערציילט אז אין די שטאט לוז האט דער מלאך המות נישט קיין שליטה, און קיינער קען דארט נישט שטארבן. ווען א מענטש ווערט אזוי אלט אז דאס לעבן איז אים נמאס, גייט ער ארויס פון שטאט, און אזוי קען ער שטארבן. דאס מיינט אז יעדער ווייסט אז ער וועט לעבן ביז ער איז מחליט צו שטארבן.

די צווייטע איז די בני משה, וואס אלדד הדני האט דערציילט אז יעדער פון זיי לעבן ביז די 120 יאר. (דאס האב איך געמיינט מיט 'געווען', ווייל אין די איבער טויזנט יאר זייט אלדד הדני קען זיך עס שוין לאנג האבן געטוישט.)

[בנוגע אלדד הדני און וויפיל מ'קען אים גלייבן, ווען איך האב די ערשטע מאל געליינט איבער אים כד הוינא טליא האב איך אנגענומען מיט א פשטות אז ער איז געווען א שארלאטאן פון אייראפע וואס האט זיך פארשווארצט די פנים און דערקלערט אז ער קומט פון די עשרת השבטים. למעשה אבער ווען איך בין עלטער געווארן און דורכגעטון די נושא האב איך געזען אז די ראשונים האבן כמעט אלע (דער איינציגסטער אויסנאם איז לכאורה דער אבן עזרא) אנגענומען אז זיין מעשה איז אמת, און אפילו ווען זיי זענען מחולק מיט אלדד להלכה ברענגט קיינער אפילו נישט אויף די מעגליכקייט אז ס'דא א לאך אין זיין מעשה, נאר זיי שרייבן אז מיר האבן מקבל געווען אנדערש און טייל ראשונים זענען אפילו מסביר אז די מציאות ביי אונז איז אנדערש ווי ביי זיי וכדומה. עס גייט אזוי ווייט אז דער רדב"ז שרייבט אין די תשובות אז עס איז קלאר בלי שום ספק אז די פאלאשן (וואס אלדד האט געזאגט אז פון דארט קומט ער) זענען טאקע אידן פון שבט דן, און ער וואלט זיי אפילו געקענט מתיר זיין לבא בקהל ווען זיי וואלטן געווען גרייט מקבל צו זיין זיך צו פירן על פי תורה (וואס זיי האבן במשך הדורות אסאך פארגעסן). דער חיד"א אין מחזיק ברכה אנהייב יורה דעה האט זאגאר א לאנגע אריכות מברר צו זיין פון די ראשונים אז עס איז יתכן אז מיר נעמען טאקע יא אן להלכה אלדד'ס חומרא אז פרויען טארן נישט שחט'ן.]
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3602
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9412

Re: שטעל זיך פאר...

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

WOW. כ'האב אייביג געמיינט אז דאס איז א לעגענדע.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1575
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3331

Re: שטעל זיך פאר...

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@Think and Thank הפלא ופלא. יישר כח.
Think and Thank
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 288

Re: שטעל זיך פאר...

פאוסט דורך Think and Thank »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 10:38 am WOW. כ'האב אייביג געמיינט אז דאס איז א לעגענדע.

דאס איז זיכער אז אזא מענטש האט עקזיסטירט, ווייל די מענטשן פון קירואן די שטאט אין טוניס וואו אלדד איז אנגעקומען) האבן געשיקט פרעגן פון רב צמח גאון צו זיינע געשיכטעס האבן האפט, ווי אויך ווערט דער מענטש געברענגט אין די ראשונים. די שאלה איז וויפיל מ'קען גלייבן זיינע מעשיות, און אויף דעם האט רב צמח גאון געענטפערט אז אלעס וואס ער זאגט שטימט מיט וואס מיר האבן מקובל פון חז"ל, און די ראשונים זענען נושא ונותן אין די הלכות וואס ער האט געזאגט בשם די עשרת השבטים און צו מען דארף חושש זיין דערצו.

אגב איז אינטערעסאנט אנצואווייזן אז איינס פון די וועגן וויאזוי די גדולי ישראל האבן געכאפט אז די ירושלמי אויף קדשים איז פאלש, האט שייכות מיט אלדד הדני. תוספות אנהייב מסכת חולין (אויף די משנה הכל שוחטין) ברענגט אז אין 'הלכות א"י' שטייט אז פרויען טארן נישט שחט'ן. איז געגאנגען דער זייפן פריעדלענדער און געמאכט דעם חשבון אז הלכות א"י מיינט דאך אודאי הלכות ארץ ישראל, דהיינו ירושלמי, האט ער עס אריינגעשטעלט אינ'ם ירושלמי. די פראבלעם דערמיט איז אז איבעראל אין ש"ס ווען תוספות ברענגט א ירושלמי רופט עס תוספות אן ירושלמי, נישט הלכות א"י, און די הסבר איז פשוט: ווען מען קוקט אין מרדכי און אין אנדערע ראשונים אויפ'ן פלאץ זעהט מען אז זיי ברענגען די הלכה בשם אלדד הדני (די לשון המרדכי איז [בערך ווייל איך שרייב פון זכרון] 'בהלכות שהביא ר' אלדד בן מחלי הבא מעשרת השבטים']! נאר וואס, זאגט מען אז די הסבר איז אז ר' אלדד (ווי דער מרדכי רופט אים) האט דאך דערציילט אז ביי זיי איז נישטא קיין שום נעמען פון תנאים ואמוראים, נאר יעדע הלכה אדער מימרא הייבט זיך אן 'אמר יהושע מפי משה מפי הגבורה'. רופט עס תוספות אלזא הלכות א"י, דהיינו הלכות אמר יהושע. ממילא האט איינער פון די גדולים (כ'געדענק נישט וועלכער) געזאגט אז פון דעם וואס די הלכה שטייט אינ'ם ירושלמי איז א ראי' אז ס'איז פאלש ווייל ווען נישט וואלטן עס די ראשונים דאך געברענגט פון ירושלמי...
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3602
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9412

Re: שטעל זיך פאר...

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 12:30 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 10:38 am WOW. כ'האב אייביג געמיינט אז דאס איז א לעגענדע.

דאס איז זיכער אז אזא מענטש האט עקזיסטירט, ווייל די מענטשן פון קירואן די שטאט אין טוניס וואו אלדד איז אנגעקומען) האבן געשיקט פרעגן פון רב צמח גאון צו זיינע געשיכטעס האבן האפט, ווי אויך ווערט דער מענטש געברענגט אין די ראשונים. די שאלה איז וויפיל מ'קען גלייבן זיינע מעשיות, און אויף דעם האט רב צמח גאון געענטפערט אז אלעס וואס ער זאגט שטימט מיט וואס מיר האבן מקובל פון חז"ל, און די ראשונים זענען נושא ונותן אין די הלכות וואס ער האט געזאגט בשם די עשרת השבטים און צו מען דארף חושש זיין דערצו.

אגב איז אינטערעסאנט אנצואווייזן אז איינס פון די וועגן וויאזוי די גדולי ישראל האבן געכאפט אז די ירושלמי אויף קדשים איז פאלש, האט שייכות מיט אלדד הדני. תוספות אנהייב מסכת חולין (אויף די משנה הכל שוחטין) ברענגט אז אין 'הלכות א"י' שטייט אז פרויען טארן נישט שחט'ן. איז געגאנגען דער זייפן פריעדלענדער און געמאכט דעם חשבון אז הלכות א"י מיינט דאך אודאי הלכות ארץ ישראל, דהיינו ירושלמי, האט ער עס אריינגעשטעלט אינ'ם ירושלמי. די פראבלעם דערמיט איז אז איבעראל אין ש"ס ווען תוספות ברענגט א ירושלמי רופט עס תוספות אן ירושלמי, נישט הלכות א"י, און די הסבר איז פשוט: ווען מען קוקט אין מרדכי און אין אנדערע ראשונים אויפ'ן פלאץ זעהט מען אז זיי ברענגען די הלכה בשם אלדד הדני (די לשון המרדכי איז [בערך ווייל איך שרייב פון זכרון] 'בהלכות שהביא ר' אלדד בן מחלי הבא מעשרת השבטים']! נאר וואס, זאגט מען אז די הסבר איז אז ר' אלדד (ווי דער מרדכי רופט אים) האט דאך דערציילט אז ביי זיי איז נישטא קיין שום נעמען פון תנאים ואמוראים, נאר יעדע הלכה אדער מימרא הייבט זיך אן 'אמר יהושע מפי משה מפי הגבורה'. רופט עס תוספות אלזא הלכות א"י, דהיינו הלכות אמר יהושע. ממילא האט איינער פון די גדולים (כ'געדענק נישט וועלכער) געזאגט אז פון דעם וואס די הלכה שטייט אינ'ם ירושלמי איז א ראי' אז ס'איז פאלש ווייל ווען נישט וואלטן עס די ראשונים דאך געברענגט פון ירושלמי...
אינטערסאנט!

מענין לענין איז אינטערסאנט וואס מ'דערציילט אז דער ראגאטשאווער ז"ל האט געזאגט אז ער ווייסט אז עס איז פאלש, וויבאלד אין יעדע איינציגע פון די מסכתות הש"ס ערשיינט כאטש איין נאמען פון אן אמורא וואס ווערט נישט דערמאנט אין ערגעץ נאר אין יענע מסכתא. אבער דאס צו וויסן דארף מען זיין דער ראגאטשאווער... ממילא האט פרידלענדער נאר אריינגעלייגט נעמען פון אמוראים וואס מען טרעפט אין אנדערע מסכתות.

גאונות מבהילה!
ירא השם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 158
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:21 pm
x 297

Re: שטעל זיך פאר...

פאוסט דורך ירא השם »

ווען משנה תורה הו"ר ביינאכט איז מען עולה, מ' פארקויפט די עליות און מ' קען מאכן ההוספות?
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 216
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 525

Re: שטעל זיך פאר...

פאוסט דורך יוחנן כהן »

צ''ק

ווען וויליאמסבורג איז ווען צעשניטן יעדן טאג אין האלב צוליב א שנעלער דורך'לויפענדע מאראטאן...


כאמאזל ס'נאר איין מאל א יאר
יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 3:32 pm איפה @מיילעך פריילעך???
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3266
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4587

Re: שטעל זיך פאר...

פאוסט דורך וואוילער »

צ.ק.

ווען מ'דארף מאכן א ברכה נאך יעדע מאל מ'בלאזט די נאז
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1097
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3679

Re: שטעל זיך פאר...

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

ווען רביה"ק בעל דברי יואל וואלט ווען געהאט א קינד אלס ממלא מקומו - ער וואלט געווען אן אפ...

כ'האב עס געזאגט פאר איינעם האט ער מיר געזאגט אז אי משום הא וואלט עס געווען מסודר ווען רביה"ק האט ווען צוויי קינדער ראוים לאותו איצטלא...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2369

Re: שטעל זיך פאר...

פאוסט דורך אנדערער »

ווען טראמפ געווינט נישט
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 216
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 525

Re: שטעל זיך פאר...

פאוסט דורך יוחנן כהן »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 8:24 pm ווען טראמפ געווינט נישט
זייער פשוט.

דאן וואלט העריס געוואנען...

חחח...
יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 3:32 pm איפה @מיילעך פריילעך???
שרייב פאוסט