א טראמ''פ טיפער - די עלף שליסלען

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
ענציקלאפעדיסט
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 8:10 pm
x 182

א טראמ''פ טיפער - די עלף שליסלען

פאוסט דורך ענציקלאפעדיסט »

עלף שליסלען פארמולא


צו פייערדיגע אפלאדיסמענטן און הילכיגע פאטשערייען לאזט זיך אראפ דעם פירהאנג און שליסט דעם דראמאטישן שפיל וואס האלט געשפאנט די באטייליגטע א גאר לאנגע צייט, דער הויפט אקטיאר מיטן צובוזשעוועטן שייטל האט שוין אראפגעריסן דעם באנדאזש פון אויער, אפגעווישט די רויטע טראפנס פון זיין געזיכט, און אנגעטון דעם קרוין פון פירערשאפט.
מען האט אים באגלייט מיט א פארכאפטן אטעם פון איין סצענע צום צווייטן, פון געריכט הייזער צו מיסט טרעקלעך, אין רעסטוראנטן און אין קאלוזשע בלוט, אצינד איז די שפיל געשלאסן ווען ער האלט זיין פויסט אין צייכן פון זיג און פארנויגט זיך מיט טריאומף פאר די ענטוזיאסטישע מאסן.

----

יעדע געשעעניש איז א שפיל, און יעדע שפיל האט א לערע, די געשיכטע פון דאנאלד טראמפ וועלכע עס האט פארבריצירט און ארקעסטרירט פאר אונזערע פליישיגע אויגן דער מייסטער פון אלע מייסטערס דער אלמעכטיגער באשעפער – טראגט מיט זיך אומצאליגע לעקציעס וואס זענען רעלעוואנט און ראטזאם פאר יעדן פון די אנוועזנדע צו איינפאקן אין באגאזש ווען פארלאזנדיג דעם סטאדיום, און אויך נאך וואס דער ברייטביינערדיגער קערפער פון דעם שפילער וועט (אין נישט לאנג ארום...) פוילן אין דער ערד, און אונזערע אייניקלעך וועלן אונז דערמאנען זיין נאמען ערגעץ נאכן שילדערן אונזערע קאראנע געדענקענישן וואס איז געווען אין די עפאכע נאך די צווייטע וועלט קריג.


פאלגנד זענען די הויפט פונקטן וואס האבן געבליצט פאר די אויגן, און פארזיכערט אז דעם 'מכל מלמדי השכלתי' מאניפעסטירט זיך אויך ביי דעם פיגור און זיין היסטארישע לעבנס-רייזע ספעציפיש אין די לעצטיגע מאנאטן און יארן:

א. קריג! קריג! קריג! – עס איז איינפאך און אויסגעדראשן צו אנדייטן אז דאס איז די הויפט ראלע וואס ער האט געשפילט און אראפגעלייגט פאר אלעמענס פארריסענע אויגן, אבער עס איז זעלטן און אומטרעפליך אז מען זאל פאקטיש גיין אין זיינע טריט, זיין סלאגאן שרייט זיך לייכט נאך, אבער זיך צו האלטן פעסט און נישט לאזן דעם גייסט געבראכן ווערן אין די שווערסטע צייטן איז עפעס וואס מיר קענען נאר טרוימען דערפון.

זיי נישט קיין טראמפ'יסט, זיי טראמפ! אפגעזען וואספארא אטאקעס און שיקאנירונגען גייען פאראיבער אויף דיר, גלייך אויס דיין רוקן.

אויך ווען מען יאגט דיר נאך פון אלע פראנטן, דריי זיך אויס און קאנפראנטיר דיינע פיינט מיט א שפאטישן שמייכל.

אויך ווען עס רינט בלוט אויף דיין צוקלאפטן געזיכט, הייב זיך פון די ערד און מיט א געביילטן פויסט זאלסטו שאלן זיגרייך.


ב. וויל! וויל! וויל! – ווען דו טרוימסט פון עפעס, וויל דאס מיטן גאנצן הארץ און וועזן, אויך אויב די גענויע ווערטער 'אין לך דבר העומד בפני הרצון' שטייען נישט דירעקט אין חז''ל, איז דאס עפעס וואס מיר האבן געלערנט פון זיי, און מיר זעען דאס אין פראקטיק אין פולן זין פון ווארט.

אויב איז דיין ווילן אייזן שטארק, דאן קען קיין שטאלענע מויערן פון רעאליסטישע פאקטן שטיין קעגן דעם, אויב וועסטו ווירקליך אזוי שטרעבן און אנווענדן אלעס צו עררייכן דיינע אספיראציעס, וועסטו זיי עררייכן, וויל-נאר!


ג. גלייב אין דיר! – זיין אויפגעבלאזענע שטאלץ איז ווירקליך גרוילהאפטיג און עקלהאפטיג, אבער זיין שטארקע זעלבסט-שאץ איז אויסטערליש געוואונטשן, צו קענען אויספירן כלל א' און ב' און שטיין אומבויגזאם מיט א פעלזן-פעסטקייט פאר דיינע שטרעבונגען, איז בלויז מעגליך אויב גלייבסטו אין דיר און אין דיינע מעגליכקייטן.
דו מוזסט נישט איבערטרייבן און אויסשרייען פאלשע בארימהאלטערישע זאצן, אבער טיף אין הארצן זאג פאר דיר זעלבסט אז דו ביסט טויגליך און געלונגען. אויך נאך אלעס וואס דו ביסט דורכגעפאלן, ביסטו נישט דער ענדגילטיגער דורכפאל וואס האט נישט קיין האפענונגספולע צוקונפט.


ד. גלייב אין גא-ט – טראץ זיין וואלקנקראצערישע עגאאיזם האט דער כחי ועוצם ידי נאך זיין ערשטן זיג געטייטלט אויפן הימל אלץ אנטווארט ווער עס האט פאראורזאכט זיין זיג.
נאך וואס זיין לעבן איז הימליש פארשוינט געווארן האט ער אנערקענט און אנאנסירט אז גא-ט האט אים געראטעוועט און ער דארף אויספירן זיינע פליכטן אויף דעם וועלט פאר אים.
ווען דו ביסט פארנומען מיט גרויסצוגיגע אקטיוועטעטן און דו גלייבסט אין דיר, און אויך ווען דו ביסט אין דער ערד, גלייב אין באשעפער אז ער פירט דיר אויף טריט און שריט.
עס איז גאר זיניג צו באשטימען אז גא-ט האט אים געשאנקען דעם פאזיציע נאר אדאנק זיין גלויביגקייט און אונטערטעניגקייט טראץ זיין געשוואלענע מאס פון גאוה.


ה. מאך פון מיסט גאלד – ווען דאס לעבן גיבט דיר לימענעס ערצייגט מען דערפון לעמאנאדע, איז אן אלט-געזעסענע באגריף, אבער פון אים האבן מיר געלערנט א ווייטערע טאלאנט, פון מיסט מאכן גאלד!

אויב דיינע פיינט און דיינע אומשטענדן באמיסטיגן דיר, ווער נישט באגראבן אונטער די שמוציגע הויפנס א דעמאראליזירטער, שטעל זיך ארויף אויף דעם און באנוץ זיך דערמיט ווי א טרעפל צו גרייכן דארט וואו זיי בלאקירן דיר פון אנקומען.
עס שטייט אין רש''י אויף חומש (טורנהיים אלערט...) זבל פרידותיו של יצחק ולא כספו וזהבו של אבימלך, ווען א מענטש האט די נויטיגע קרעפטן און פארשטענדליך די סייעתא דשמיא וואס מאשפות ירים אביון, דאן קען זיין גרעסטע שטער זיין די סאמע בעסטע הילף צו זיין סוקסעס.


ו. שוועריגקייטן בויען – די ערגסטע פאסירונגען וואס טרעפן דיר אן זענען די וואס הייבן דיר צום העכסטן שטאפל פון גליק, ווען מען זעצט דיר אויפן באשולדיגונגס באנק געדענק אז דאס איז דער וועג צו זיך זעצן אויפן קעניגליכן שטול.


ז. זיי דיר אליינס – אויב דו ביסט דו ווייל דו ביסט דו, דאן ביסטו דו, האט דער הייליגער קאצקער געזאגט. מיטן פארהוילן דיין שטעלונג צוליב אומזיכערקייט און פארכט איבער די מיינונג פון אנדערע וועסטו אלעמען פארלירן. אויב וועסטו זיין שטארק און קלאר מיט ווער דו ביסט און וואס דו שטעלסט פאר וועלן דיר אלע ליבן, און אויך די וואס זענען נישט איינשטימיג מיט דיינע האלטונגען וועלן שפירן זיכער און באקוועם וויסנדיג גענוי וואס זיי וועלן ערהאלטן פון דיר.


ח. פאקוסיר אויפן צושטאנד – איגנאריר נישט די ענגע אומשטענדן וואס שפילן זיך אויס, אדרעסיר זיי און גיב זיך אפ ווי עס פאסט מיט ערנסטקייט און אויפריכטיגקייט. זיך פארהוילן פון שווערע און ביטערע שיקזאלן איז א פאלשע און שלעכטע צוגאנג.


ט. זיי פאזיטיוו – ווען דו בארירסט נעגאטיווע טיילן, באגיס זיי מיט מאכטפולע פאזיטיוויטעט איבערן צוקונפט, שריי איבער די שלעכטע שטימעס מיט א פרייליכע טריאומפולע געזאנג איבער גאלדענע צייטן וואס ערווארטן.
און אין אלגעמיין, שפאר נישט קיין קאמפלימענטן און לויב אויף פריינט, און וועמען דו ווילסט זאלן זיין דיינע פריינט, נעם די גוטס און באטראכט זיי מיט א פארגרעסערונג-גלאז, דאן שריי עס אויס הויך אז זיי זאלן דיר אויסהערן יעצט און שטענדיג.


י. פארגעב – אויך אויב איינער באשמוצט דיר מיט די הארבסטע טיטלען, ווען ער קערט צוריק זיין געזיכט צו דיר, פארגעב אים און נעם אים אריין אין דיין געזעלשאפט, האלט נישט אן קיין פיינטשאפט, ווייל דער גרעסטער דערלייגער דערפון וועט זיין דו זעלבסט. פארגעס פון וואס ער האט דיר אנגעווייטאגט און פאר דיין בענעפיט שליס אים איין צו דיין הילף.


י''א. לאז זיך אראפ – ווי פרעסטיזשפול און מעכטיג דו האלטסט דיר, לאז זיך אראפ און פארברענג מיט יעדן שמויגערישן אינדיווידואל, דו מוזסט צוקומען צו יעדן, יעדע צושטימונג איז דיר וויכטיג. צו זיין גרויס, מוזסטו זיין קליין.

----

און דערמיט טו איך פייערליך פראקלאמירן די פרינציפן אלס די 'עלף שליסלען' צו דיין פערזענליכע סוקסעס...

אויב פרובירט איר אויס און זיי ווירקן נישט, דאן פיל איך אן מיין מויל מיט סעלצער...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3406
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10889

Re: א טראמ''פ טיפער - די עלף שליסלען

פאוסט דורך פופציגער »

גאר גוט!!!

און דער אויספיר.... חחחחח...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 466
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 1330

Re: א טראמ''פ טיפער - די עלף שליסלען

פאוסט דורך יוחנן כהן »

גוט גוט!!
שרייב פאוסט