טראמפ'ס מאנסטערישן געווינס, און די דעמאקראטישע רויבן. אימצוויידייטיגע קאנספיראציעס... קריטיש וויכטיג!

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 266
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 534

טראמפ'ס מאנסטערישן געווינס, און די דעמאקראטישע רויבן. אימצוויידייטיגע קאנספיראציעס... קריטיש וויכטיג!

פאוסט דורך העלדיש »

באריכט:
באריכט:
דינסטאג נאכט 5:20 AM למס' נאוועמבער 6' פארטאגס...

''שטייענדיג דא מיט א מערהייט שטימען געציילט טוען מיר דערקלערן דאנאלד דשעי טראמפ אלס די ווארשיינליכער געווינער אין די פרעזידענטליכע 2024 פארמעסט''.

א קורצע זאץ מיט אן אומגלויבליכע שאץ...

עס איז שוין צוויי שעה נאך וואס טראמפ האט אפיציעל דערקלערט וויקטערי! טראמפ האט אפגעהאלטן א קורצע רעדע ווי ער האט ארויסגעברענגט ווי מען גייט פון דא ווייטער, ''מיר האבן געהאט די שטערקסטע געווינס אין היסטאריע'' האט טראמפ געשריגן מיט אייפער צו די הילכיגע אפלאדיסטן פון זיינע חסידים און מעריצים, טראמפ האט פארגעסט עטליכע מינוט מיטן ארויסברענגען זיין וויזיע פארן לאנד און דאן אויסגעשריגן; ''מיר וועלן מאכן אמעריקא גרעיט אגעין'' האט ער אויסגעפירט מיט פאטאס..

דערווייל ביים אנדערע זייט מחיצה. נאך לאנגע שעות פון שטיל שווייגעניש איז פרוי העריס ענדליך ארויסגעקומען פון איר נארע צו טרייסטן די קליינע מאסע פון מענטשן וועלכע זענען נאך געבליבן אויף איר אפצוגעבן דעם כבוד האחרון, א דערדרוקנדע שטימונג האט געהערשט צווישן די באטייליגטע, דאס רוב זענען שוין אהיים געגאנגען שלאפן... ''ס'איז היינט א טרויעריגע טאג פון מיר און פאר אלע מיליאנען אמעריקאנער'' האט זיך אנגעהויבן, ''מענטשן שפירן ווי זייער חלומות און עספערציעס זענען צודרוקט געווארן אונטער דעם טיראן'', האט זיך געגאסן ווייטאג... ''אבער, (שטיקל פויזע) מיר געבן נאך נישט אויף'' האט זי ארויסגעשטאמעלט מיט איר וואקלדיגע שטימע, ווען עס דערקענט זיך אויך איר פנים האט זי האט פארגאסן גאר אסאך טרערן דעם נאכט, ''מיר וועלן קעמפן ביזן סוף און זיך באניצן מיט יעדער מיטל נאר מעגליך צו זיכער מאכן אז די אנדערע זייט האט זיך נישט באניצט מיט פראוד אין די וואלן'', זיי האט גענומען א טיפע אטעם און פארגעזעצט ''מען קען עס נישט נאכנישט רופן פאראיבער'' האט זי פראבירט צו אנהאלטן איר טאון...

אויף די גרויסע מידיע קאנאלן הערשט טאטאלע כאאס, די פרעסע לייט שטייען אין שטוינען, ''וויאזוי האט דאס געקענט פאסירן?'' שטעט וואס זענען ניטאמאל געווען בגדר ספוק זענען פארשוועמט געווארן ווי אין די רויטע כוואליע. ''ניו דזשערזי איז רויט?!'' ווער האט דאס אמאל געחלומט, אפגערעדט פון ניו העמשער וכדו' וואס זענען אלס געווען שוואכע דעמאקראטישע שטעט... ''העריס האט אנגעהאלטן ניו יארק מיט א קנאפע פינעף פונקט אויבערהאנט''...

פון ערגעץ ווי האט מען שוין אפיר געטראפן עפעס איינער וואס האט דאס פארגעשאצט. טראצדעם וואס נעכטן האט ער נישט געקריגן די מינימאלע מידיע דעקונג אדער אנערקענונג, נאר פונקט קאפויער, מען האט געריטן אויף אים און אים געזאגט אין פנים אריין אז ער לעבט אין אילוזיעס. היינט איז ער אבער א גאנצער העלד...

די העכסט ראנגיגע באאמטע אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי האבן געוויסט אז זיי קענען שוין פאקן פעק, עס גייט קומען אן אויפשאקלונג וואס די וועלט האט נאכנישט געזען, די פינגער טייטלעריי גייט שוין אן אין פולן שוואונג. אבאמע האט שוין געפאכעט אין ביידען'ס ריכטונג אז ער האט סאבאטאזשירט די וואלן און האט שוין אנגעהויבן לייגן דרוק מען זאל אנהייבן אימפיטשמענט, ער איז נישט פאסיג צו פירן דאס לאנד...

דערווייל אין וואשינגטאן האט זיך שוין אנגעזען די קערנדלעך פון די אנטי טראמפ פראטעסטן וואס וועלן לכאורה קריגן מאמענטום נענטער צו די איינשווערונג... די פאליציי האט שוין באריכטעט עטליכע צוזאמשויסן אבער עס איז קלאר אז מען באגייט זיך מיט זיי מיט זיידענע האנטשןך, ''מאסטלי פיספול'' האט די קאמישענער באצייכנט די פלינדערייען...


דאס איז גוט אין חלום... במציאות איז דאס בילד גארנישט אזוי פויגלדיג. לאמיר כאפן א שנעלע בליק איבער ווי די מצב שטייט היינט און מיר האבן צו ערווארטן.

איינע פון די גאר מערקווירדיגע זאכן וואס שטארצט ארויס שטייענדיג געציילטע טעג איידער די עלעקשאן איז די ווילדע טאנץ פון די פאולס. די אנקעטעס וועלכע האבן געצייגט א היפש סאלידער טראמפ ליעד אין כמעט אלע וואקל שטאטן געבנדיג לויט טייל פאול נעמער א צוויי דריי פונקט אויבערהאנט האבן זיך מיטאמאל טאטאל געביטן.

די לעצטיגע אנקעטעס צייגן א פנים חדשות. העריס איז פאראויס מיט צוויי דריי פונקטן אין א מערהייט פון די סווינג סטעיטס. די פראגע איז קורץ און געשניטן, וויאזוי שפרינגען די פאולס אין צוויי דריי טאג מיט א קנאפע פינעוו צו זעקס נומערן?! האבן צענדליגע טויזענטער טאויב נישט מיאנען וויילדער געליטן פון א גייסטישע צוזאמברוך אין די צוויי טאג?

הער א טעאריע.

די אמת'ע מציאות איז אז דאנאלד טראמפ איז פעסט פאראויס. מענטשן אין אמעריקא זענען נישט אזוי נאריש צו וואוטן פאר דעם דומע שפחה וואס האט נישט קיין אינטש פון פאליסי, וועליו, אדער סיי וואס צו פארקויפן.

אבער אין די זעלבע צייט און פארשידענע לאקאציעס איבער אמעריקא זיצן זיך עטליכע דעמאקראטישע טיראנען אויף א קריטישע זום רוף צו דיסקוטירן די שווארצע ווארהייט, די שווארצע באריכטן וואס האלטן און איין אריינקומען דערשיקט זיי שיעור פון פחד און אויפברויז. ס'איז נישט דא קיין ברירה נאר צו נעמען די געווינס אפי מיט געוואלד, האבן זיי כולם פה אחד באשלאסן. די מידיע וועט דאס נישט קענען פוילן אויף די אייגענע האנט.

די פונקטליכע איינצלהייטן וויאזוי מען גייט דאס אויספירן איז נישט וויכטיג. צו מיט שפאגל ניי געדרוקטע בעללעטס, צו דורכן ארומשפילן מיט די אומדורכברעכבארע סיסטעם, צו מיטן אפירברענגען די טויטע וועלכע האבן געפערליך שטארק ליב העריס מיט ביידען, אדער זאל מען פשוט פארניכטן די רעפאבליקאנער בעללעטס, און פערטיג...מאכט נישט אויס.

''אבער איין מינוט'' האט איינער פון די גרויסע מבינים אויסגעשריגן ווען אלעס האט שוין אויסגעזען צו זיין אונטער קאנטראל, ''ס'איז דא א גרויסע פראבלעם, ווי קען מען פארקויפן די אלע מעשיות אויב טראמפ שטייט פאראויס אין אלע אנקעטעס? אפי' די נאיווע אמעריקאנער המון וועט האבן פראגן. וויאזוי שטימט דאס אז אין אלע ערטער ווי טראמפ איז געווען פאראויס מיט א שטארקייט האט זי פונקט געווינען מיט קוים עטליכע טויזענט שטימען?''

די לייזונג?
מען גייט טוישן די אנקעטעס. דעטס אלל.

און אט דאס איז וואס מיר זעה מיר יעצט, ''בי פיפערד''...

אגב, איבער וואל פעלשערייען;
טייל מענטשן וועלן דיר אנקוקן ווי א מארס-פערזאן אויב דיין מיינונג איז גענויגט צו זאגן אז עס זענען דא וואל פעלשערייען, ''ווי קען דען דאס זיין''?.. דו זעהסט דאך אז קיינער האט דאס נישט אנגענומען?... דו האלסט טאקע אז מען קען פעלשן?... און נאך אזוינע...

וויל איך אבער וויסן עפעס אנדערש, וואס וואלט געווען די מעשה ווען די סיטואציע איז פונקט פארקערט, דהיינו; טראמפ האט געזיגט און CNN ABC און זייער שלעכטע חברים וואלטן פארשפרייטן די נאראטיוו אז עס זענען געווען ערנסטע וואל פעלשערייען, זיי וואלטן ארויסגעברענגט די אלע ווידיאוס וואס ס'איז דא און זיי וואלטן גערעדט צו יעדער וואס האט נאר געהאט עפעס צו זאגן. דעמאלטס וואלט די אלע וואס שפעטן פון דיר אנגענומען וואס זיי זאגן און פערטיג, אזוי איז עס.

אההה, דעמאלטס שטומט עס שוין יא? הע? איי ס'איז דאך די זעלבע עווידענס, כ'מיין וואס איז אנדערש? זאג, דו מיינסט טאקע אז מען קען פעלשן די וואלן???

אלזא, זאג נישט אז איך בין משוגע וויבאלד דו ערנערסט זיך אויסשליסליך אויף וואס די מידיע פיטערט דיר, ס'איז דיין פראבלעם.

יהי רצון אז מען זאל נישט דארפן זאגן מארגן אז ''עניוועי לב מלאכים ושרים ביד ה'...''
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1574
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3325

Re: טראמפ'ס מאנסטערישן געווינס, און די דעמאקראטישע רויבן. אימצוויידייטיגע קאנספיראציעס... קריטיש וויכטיג!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

יויש ביסטו גוט.....
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6082

Re: טראמפ'ס מאנסטערישן געווינס, און די דעמאקראטישע רויבן. אימצוויידייטיגע קאנספיראציעס... קריטיש וויכטיג!

פאוסט דורך פופציגער »

גוט..

א באזונדערן לייק פאר דיין שריפט
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9371

Re: טראמפ'ס מאנסטערישן געווינס, און די דעמאקראטישע רויבן. אימצוויידייטיגע קאנספיראציעס... קריטיש וויכטיג!

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

👍👍👍
-
העלדיש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 3:19 pm
יהי רצון אז מען זאל נישט דארפן זאגן מארגן אז ''עניוועי לב מלאכים ושרים ביד ה'...''
:P
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 266
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 534

Re: טראמפ'ס מאנסטערישן געווינס, און די דעמאקראטישע רויבן. אימצוויידייטיגע קאנספיראציעס... קריטיש וויכטיג!

פאוסט דורך העלדיש »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 3:41 pm גוט..

א באזונדערן לייק פאר דיין שריפט
אויף וואס נאך? אויף די קאנספיראציע?...
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2368

Re: טראמפ'ס מאנסטערישן געווינס, און די דעמאקראטישע רויבן. אימצוויידייטיגע קאנספיראציעס... קריטיש וויכטיג!

פאוסט דורך אנדערער »

העלדיש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 3:19 pm יהי רצון אז מען זאל נישט דארפן זאגן מארגן אז ''עניוועי לב מלאכים ושרים ביד ה'...''
דאס זאגט מען אייביג

העלדיש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 9:18 pm
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 3:41 pm גוט..

א באזונדערן לייק פאר דיין שריפט
אויף וואס נאך? אויף די קאנספיראציע?...
די גאנצע ארטיקל
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 266
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 534

Re: טראמפ'ס מאנסטערישן געווינס, און די דעמאקראטישע רויבן. אימצוויידייטיגע קאנספיראציעס... קריטיש וויכטיג!

פאוסט דורך העלדיש »

מזל טוב מזל טוב!!!

אפשר נישט ווי איך האב ערווארטעט אבער אויך גוט!

חסדי ה'
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9371

Re: טראמפ'ס מאנסטערישן געווינס, און די דעמאקראטישע רויבן. אימצוויידייטיגע קאנספיראציעס... קריטיש וויכטיג!

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

העלדיש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 3:19 pm דינסטאג נאכט 5:20 AM למס' נאוועמבער 6' פארטאגס...
למעשה האט עס גענומען אסאך ווייניגער צייט צו דערקלערט ווערן..
שרייב פאוסט