מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט

נייעס אין אונזער קווארטאל
פעינטיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm
x 479

Re: מעלניק \ וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך פעינטיג »

עס לויפט א עדד יעצט אין אלע מאנסי אויסגאבעס פון איינער פון די דעמאקראטישע קאנדיטאדטן, און אינטער געשריבן פון אסאך מאנסי עסקנים.

איך האב געטראפן די עסקן ישראל כהנא, וואס זיין נאמען שטייט אויך אויף דעם, (כשרייב עס מיט זיין נאמען ווייל ער וויל מזאל וויסן פון דעם) כהאב אים געפרעגט אז היתכן ער שטיצט דעם קאנדיטאט? זאגט ער מיט אז דעם צעטיל האבן אלע עסקנים אונטער געחתמה'ט אין די פריימעריס, ווייל דעמאלטס איז געלאפן א שווארצע אנטעסמיט קעגן אים, האט מען אים געשטיצט אז יענער זאל נישט אריינקומען.
האבן זיי יעצט ארויסגעלייגט דעם עדד און געטוישט די דעיט, כאילו די אלע מאנסי עסקנים שטיצן אים יעצט.
ער זאגט מיר ער איז זייער אויפגערעגט אויף דעם, ווייל ער איז ממש קעגן דעם קאנדידאט.
און יעדער זאל וויסן אז עס איז א פאלטשע צעטיל.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1167
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3166

Re: מעלניק \ וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך מסתמא »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 1:42 am
מסתמא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 12:48 am בקיצור, קודם גיב מיר א מכתב פון א רב. טאמער נישט איז די רבנים נושא געשלאסן. סאיז פלעין נישט נוגע אהער.
האמיר שוין געשמועסט א קהילה איז א רב. פינטל.
איך נעם אוועק די פינטל. דאמירן בעלמא.

נישטא קיין קהילה אן קיין רב, זיי האבן זעראו ווארט. וכ”ש וכ”ש ווען מרעדט דא אלעס פון אומערוועלטע מענטשן. זיי מעגן זאגן און קאמפיינען אזויווי מיך און דיך... און איך מעג זיי האבן אין מיין לינקע טאש וכו’ זיי האבן זעראו ביזנעס מיט דעם פאר וועמען איך גיי וואוטן, עס האט קיין שייכות מיט זיי. דעי זינלאזע אויסגעזויגענע מישעריי צווישן ’קהילה’ און ’עלעקשאנס’ האט נישט קיין הענט און קיין פיס.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1167
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3166

Re: מעלניק \ וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך מסתמא »

ווען עמיצער מיט די סטאדע ראבאט מיינדסעט זעהט 600 טויזנט אידן קען ער נישט מאכן קיין ברכה, די סארט אידן קענען זיך נישט מצרף זיין עס זאל ציילן צו 600 טויזנט דעות. עס ווערט נישט גערעכנט פאר 600 טויזנט דעות און טראגט נישט קיין שום חשיבות. אגב דארף מען עקסטער חוקר זיין פארוואס מקען נישט מאכן פיזיש איין קאפ פאר פילע מענטשן... אפשר דארף מען עס פשוט בכדי צו אויפצוהענגען די היט?

נעבעך... יענער האט געהייסן... כקעניש טראכטן, ס’צרות.... עקטשעלי ווי די קאמפיין סלאגאן לויפן: זיי קלוג און טראכט נישט... :lol:

איי פלוני הייסט דאך קלאר אז איך זאל וואוטן פאר אלמוני..... יע יע...
שוין געהערט אמאל דאס ווארט?:
its none of your business
עס האט נישט מיט דיר מיין וואוט, עס האט מיט מיר.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1167
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3166

Re: מעלניק \ וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך מסתמא »

אקעי, גענוג געווען. יעצט גייען ’מיר’ רעדן פון די טאפיק. מגייט דא נישט מאכן קיין שיעבודא דר’ נתן’ס אז פלוני האט אים אינדארסט סאו פרעג פלוני... נאו וועי!

עני פשוטע לאגיק וויאזוי א איד מעג בכלל אפגעבן א שטימע פאר דעם רשע מעלניק? צו פעלט עני אינפאו וואס ער האט אונז געטון?

שיק מיר נישט קיין קאמפיין אדער אינטערשריפט צעטלעך... יעדער וואס פונקטליך וואס דער וויל און וואס יענער וויל. עס איז אירעלעווענט. דער אשכול האט נאכנישט איין פאוסט מיט א הסבר וויאזוי א איד קען ברענגען זיינע פינגער צו וואוטן פאר מעלניק.

עגעין. א הסבר ביטע. שיק מיר נישט ווייטער מיט די קשיא, איך טראג עס נישט צו קיינעם. מעלניק קען קומען צום ציבור זיך מסבירן אויב ער וויל... ער האט דאס נישט געטון.

עגעין, עס צו מאכן קורץ און שארף. עני פשוטע לאגיק וויאזוי א איד מעג בכלל אפגעבן א שטימע פאר דעם רשע מעלניק?
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
פעיק ניוז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 489
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1046

Re: מעלניק \ וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך פעיק ניוז »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 12:37 am
פעיק ניוז האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 12:30 am
מיילעך פריילעך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 12:28 am

א קהילה ארבעט מיט א רב דאכט זיך, כגלייב נישט אז די ווילסט אז ר’ אברהם הערש וואזנער זאל אונטערשרייבן אז מזאל וואוטן פאר פלוני ופלוני.
► Show Spoiler
ער וויל יא.
און אז ער וויל, סמאכט דאך נישט קיין סענס אז די רבנים זאלן אפעציעל רעדן אין פאליטיק, ממילא ווען א קהילה שטעלט ארויס א אינדארסירונג איז עס נישט סתם ווייל די ראש הקהל וכדו’ האט דיסיידעט, נאר סאיז די רבנים.
עס מאכט יא סענס.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
פעיק ניוז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 489
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1046

Re: מעלניק \ וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך פעיק ניוז »

דא אסאך קהלות וואו די רבנים און רביים האבן די מינימאלע ווארט אויף זאכן. אשע"כ אזוי לאנג ווי עס איז נישט דא קיין דירעקטע הוראה פון דעם רב האבן די צעטלעך נישט קיין דעת תורה'דיגע מאכט. אויב ווילסטו דוקא וויסן די דעת תורה'דיגע דעה, דאן גיי דירעקט צו פרעגן דיין רב.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
מים חיים
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:03 pm
x 22

Re: מעלניק \ וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך מים חיים »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 9:28 pm אגב, כהאב זיראו השגה אין די מאנסיע וואלן... כווייס ניטאמאל פאר וועלכע פאזיציע מאליק לויפט און אויף וועלכע זייט ער איז...

איך האס אבער די אנטי עסטעבלישמענט רעטאריק.
עס דערקענט זיך פון דיינע תגובות...
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 9:08 pm איז נישט אמת אז א יאר צוריק, נישט אין וואלן סעזאנען, זענען געווען עסקנים וואס האבן געארבעט פאר אונזערע אינטערעסן?
נישט די זעלבע וואס מאכן יעצט די נויז, די עסקנים זענען עקסליוסיוו פאר בילדער מיט פאליטישאנס אדער רעדן אויף ק''מ
(נישט אז סאיז נישט דא צווישן די עכטע עקסנים וואס גייען מיט, אבער זיי זענען נישט די וועלכע שטיפן די וואגן)
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1640
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3519

Re: מעלניק \ וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 9:10 pm
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 9:03 pm
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 8:41 am

מיין ענטפער צו דעי ’מעכטיגע’ קאמפיין סלאגאן פון דעם צעטל:

דו קענסט נישט וואוטן פאר די לינקע רעדל זיך צו דרייען און דאן ערווארטן אז סזאל דיר נישט קומען בייסן! עס גייט נישט אזוי! דאס איז מעשה ביבער וואס גייט אין קעידזש מדעת עצמו.

די דעמאקראט פארטיי האלט ’זייער’ אקאונטעבל אירע דיינאוס.

דעי דיינאו געים איז אווער.
דו האלטסט אז דיין פארדאמונג און פראקלאמאציע אויף אידטיש אז דער געים איז אויער, גייט עפעס טון אין די ווירקליכקייט?
דעי געים איז אווער פון דמיונען אז מקען שטימען פאר דעמאקראטן און נישט מיאוס שאדן האבן דערפון. סאיז פשוט די מציאות וואס פראסקעט אין פנים מער און מער.
אויב דו רעדסט פון "מציאות" מיין איך אז דעי עד (פון קרית יואל) האט מיר עס די מערסטע געזאגט
פיילס
Shedign.jpg
Shedign.jpg (148.23 KiB) געזען געווארן 530 מאל
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 371

Re: מעלניק \ וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך טיר »

מסתמא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 8:31 am אקעי, גענוג געווען. יעצט גייען ’מיר’ רעדן פון די טאפיק. מגייט דא נישט מאכן קיין שיעבודא דר’ נתן’ס אז פלוני האט אים אינדארסט סאו פרעג פלוני... נאו וועי!

עני פשוטע לאגיק וויאזוי א איד מעג בכלל אפגעבן א שטימע פאר דעם רשע מעלניק? צו פעלט עני אינפאו וואס ער האט אונז געטון?

שיק מיר נישט קיין קאמפיין אדער אינטערשריפט צעטלעך... יעדער וואס פונקטליך וואס דער וויל און וואס יענער וויל. עס איז אירעלעווענט. דער אשכול האט נאכנישט איין פאוסט מיט א הסבר וויאזוי א איד קען ברענגען זיינע פינגער צו וואוטן פאר מעלניק.

עגעין. א הסבר ביטע. שיק מיר נישט ווייטער מיט די קשיא, איך טראג עס נישט צו קיינעם. מעלניק קען קומען צום ציבור זיך מסבירן אויב ער וויל... ער האט דאס נישט געטון.

עגעין, עס צו מאכן קורץ און שארף. עני פשוטע לאגיק וויאזוי א איד מעג בכלל אפגעבן א שטימע פאר דעם רשע מעלניק?
סתם פאר נייגער וואס האט די רשע מעלניק געטוהן? איך וואוין נישט אין מאנסי איך בין פשוט נישט באקאנט
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1167
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3166

Re: מעלניק \ וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך מסתמא »

טיר האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 2:30 pm

כדארף נישט אנהייבן נאכאמאל פון א’. איר קענט עס איבערליינען אלעס וואס שטייט. אלעס איז שוין געשטאנען. סאיז די סקול טעקס אישו.

viewtopic.php?p=130923#p130923
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12263

Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

IMG_20241103_122732_811.jpg
IMG_20241103_122732_811.jpg (279.44 KiB) געזען געווארן 341 מאל
וואל קאמיטע דשיכון סקווירא מיט א וויכטיגע הסברה פארוואס דאסמאל אינדארסירן זיי מעלניק טראצדעם וואס וועבער איז אן איקאמבענט.

זייער הסברה איז זייער קלאר אז כדאי צו האבן טובות פון די הויכע פענסטער אין אלבאני מוזן מיר שטימען פאר די פארטיי פון די גאווערמענט, און אין ניו יארק איז עס די דעמעקראטישע פארטיי.

מענטשן וואס שטימען בלינדערהייט פאר די רעפובליקאנער פארטיי אין ניו יארק סטעיט טוהן א שלעכטע זאך פאר זיך, פאר זיינע ברודער, פאר זיין קהילה, און פאר זיינע קינדער.

די מוסדות התורה דארפן אנקומען יעדן טאג צו טובות פון די דעמעקראטישע פאליטיקאנטן, מען קען דאס נישט טוישן, און אויב מיט אונזער אייגענע האנט שטופן מיר זיי אוועק, איז עס א פראבלעם וואס אונז אלע וועלן זיך מוטשענען דערמיט.

געדענק: די אינגערמאן אויף וואטס עפפ וואס שרייט צו דיר אז מען טאר נישט וואוטען פאר א דעמעקראט, גייט דיר פאקטיש נישט העלפן ווען דו האסט א פראבלעם מיט שטאטישע באאמטע, און אוודאי גייט ער נישט העלפן די מוסדות התורה באקומען די וויכטיגע שטאטישע פראגראמען.

שטים נישט מיט דיין געפילן. שטים מיט שכל. אויב די גרעסטע קהילות און עסקנים זענען ארויסגעקומען אינדארסירן מעלניק, ווייסן זיי אז דאס איז בעסער פאר די שטאט.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12263

Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

ביל וועבער איז יארן לאנג געווען קעגן די יהדות מאנסי, און ווי ער האט געקענט האט ער אונטערגעשטעלט פיסלעך צו צושטערן די וואוקס פון די יהדות החרדית.

ווען עס איז געקומען צו די פארשפרייטונג אין עירמאנט ווען אידן האבן זיך אריינגעצויגן דארט האט ביל וועבער געפירט א העפטיגע מערכה מיט די ווילידזש נישט צו לאזן בראוקערס ארויס לייגן די הייזער צו פארקויפן פאר אידן.

שפעטער ווען עס איז געקומען צו די לאקאלע בתי מדרשים איז ביל וועבער געווען א הויפט קעמפער ווי ער האט זיך ארויסגעשטעלט זיך שלאגן מיט די היימישע אידן אין עירמאנט, און זיך באטייליגט ביי פאבליק הירינגס צו אפשטעלן די וואוקס.

ווען איר שטימט פאר ביל וועבער זאלט איר געדענקן, אז אויסער וואס איר שטימט פאר איינעם וואס קען אייך גארנישט דעליווערן, און האט אייך גארנישט דעליווערט, שטימט איר פאר איינעם וואס איז יארן לאנג געווען אין א מערכה דיר צו אפשטעלן, און ער האט נאך קיינמאל נישט איבערגעבעטן.

מאנסי פאראייניגט פאר טראמפ, לאולער, מעלניק, ווידער!

מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!!
פעינטיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm
x 479

Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך פעינטיג »

וויכטיגע מעסעדש פאר מאנסי איינוואוינער פון רפי זילבערבערג, דיסטריקט לידער פאר קאנגרעסמאן מייק לאולער.

איך, רפי זילבערבערג, ארבעט היינט צוטאגס פאר קאנגרעסמאן מייק לאולער, אבער פאר ער איז געווען קאנגרעסמאן, האב איך גע'ארבעט פאר אים אלס אסעמבלימאן פון מאנסי דורכאויס די יארן פון 2021-2022. יא, א רעפובליקאנער אסעמבלימאן, אין די דעמאקראטישע ניו יארק.
יעדער ווער ס'קען מיר ווייסט וויפיל איך האב אויפגעטון ארבייטענדיג אין אלבאני מיט געוועזענער אסעמבלימאן מייק לאולער. הונדערטער קעיסעס חודש'ליך, צו דאס איז געווען אנעמפלוימענט פראבלעמען נאך קאוויד, צו דאס איז געווען סיי וועלכע אנדערע סטעיט עידזשענסיס. סיי פריוואטע יחידים, סיי קהלות, סיי מוסדות, און ארגאניזאציעס.
דורכאויס יענע זעלבע צייט האט מאנסי אויך געהאט א דעמאקראטישע סענעטאר אין אלבאני, ער האט געהייסן עליידזשע מעלניק, וויפיל מאל תושבי מאנסי האבן נאר פרובירט זיך צו פארבינדן מיט זיין אפיס האט מען געטאפט א וואנט, וויפיל מאל איך אדער דער געוועזענער אסעמבלימאן לאולער האט פרובירט צו ארבייטן אינאיינעם מיט אים צו העלפן תושבי מאנסי, האט ער זיך נישט וויסענדיג געמאכט.
די לעצטע צוויי יאר ארבייט איך פאר קאנגרעסמאן לאולער, און איך האב די זכי' צו העלפן טויזענטער תושבי מאנסי מיט זייערע פראבלעמען מיט פעדעראלע אגענטורן. אבער ס'קומען אויך אריין הונדערטער קאלס צו אונזער אפיס פון פראבלעמען וואס האט צו טון מיט סטעיט עידזשענסיס, דעי פראבלעמען שיקן מיר אריבער צו די סטעיט סענעטארס און אסעמבלילייט פון די דיסטריקט.
עס זענען דא פינף סטעיט סענאט דיסטריקטס אין קאנגרעסמאן לאולער'ס דיסטריקט. די אפיס וואס באהאנדלט די מערסטע קעיסעס פון אלע אנדערע, און צו זיין מער פונקטליך, יעדע איינציגסטע פראבלעם וואס קומט זייער וועג, איז די אפיס פון סענעטאר ביל וועבער – יא, דער רעפובליקאנער סענעטאר אינעם דעמאקראטישן אלבאני! ער איז דער וואס העלפט די מערסטע פאר זיינע איינוואוינער!
צו דאס איז פראבלעמען מיט DMV, מעדיקעיד, לעבאר דעפארטמענט, EZPASS, אדער אפילו לאקאלע יוטיליטי פירמעס, איז סענעטאר וועבער'ס אפיס געווארן דער אדרעס וואו יעדער יחיד קען געהאלפן ווערן מיט זייערע פראבלעמען.
וועגן דעם קען איך דיר אליין עדות זאגן, אז די גאנצע טענה אז א רעפובליקאנער קען נישט אויפטון אין אלבאני, איז א פשוט'ע שקר, איבער 1600 קעיסעס פון יחידים, מוסדות, קהלות, און ארגאניזאציעס אין מאנסי זענען מסודר געווארן נאר אדאנק סענעטאר וועבער!
ווען מ'רופט פון א סענעטאר'ס אפיס צו א סטעיט עידזשענסי, אדער אן עלעקטריק יוטיליטי פירמע, אדער סיי וועלכע אנדערע השתדלות, פרעגן זיי נישט צו מען איז א רעפובליקאנער אדער דעמאקראט, נאר זיי האבן דרך ארץ אין שטעלן זיך צו.
סענעטאר ביל וועבער האט גע'ארבעט פלייסיג פאר מאנסי די לעצטע צוויי יאר, און פארדעם קומט זיך אז מען זאל אים ערוועלן פאר נאך צוויי יאר געטרייע שתדלנות פאר מאנסי.
אוועיטער
פעיק ניוז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 489
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1046

Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך פעיק ניוז »

.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1640
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3519

Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

פעינטיג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 6:43 pm וועגן דעם קען איך דיר אליין עדות זאגן, אז די גאנצע טענה אז א רעפובליקאנער קען נישט אויפטון אין אלבאני, איז א פשוט'ע שקר, איבער 1600 קעיסעס פון יחידים, מוסדות, קהלות, און ארגאניזאציעס אין מאנסי זענען מסודר געווארן נאר אדאנק סענעטאר וועבער!
אביסל נאריש. אודאי קען א מינארעטי מעמבער סערווירן מיט פלעינע סערוויס וואס יעדע מעמבער דארף סערווירן. זיין אפיס קען העלפן מיט סעקשאן 8 אפליקעישנס, מיט אנעמפלוימענט אפליקעישנס. ער שרייבט דא ער האט געגהאלפן טויזנטער מענטשן מיט קעיסעס. דער שיך סטאר האט שוין געסאלווט סאך מער קעיסעס טעגליך. ביי אונז אידן רעדט מען פון העלפן ווען א זאך ווערט פארפלאנטערט און מען דארף ריקן ווענט. דאס קען נישט א מינארעטי מעמבער, און אויב יענער זאגט אז יא, איז א סימן אז ער זאגט ליגנט...
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12263

Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

העסקן ר׳ ישראל משה שפיצער אין א רוף פארוואס מען דארף ארויסקומען אין די קומענדיגע וואלן פאר עליידזשע מעלניק פאר סטעיט סענאט.

טראצדעם וואס עס קען זיין אז וועבער האט פרובירט צו טוהן טובות פאר מאנסי האט ער פשוט נישט געקענט, ווייל זייענדיג אין די מינאריטעט פארטיי איז כמעט אוממעגליך פאר א רעפובליקאנער סענעטער צו דורכפירן סיי וואס.

פון די אנדערע זייט האבן עסקנים גאר גוטע קשרים מיט אלבאני און מען געניסט אן א שיעור טובות פאר די כלל און די פרט.

מאנסי האט א געלעגענהייט צו אריינוועלן א סענעטער וואס ווייזט אונז אז ער איז גרייט צו ארבעטן פאר אונז, און ער איז פון די דעמעקראטישע פארטיי וואס האט א גאר שטארקע כח.

מיר גייען זיך נישט לאזן פון איינצילנע מענטשן וואס מיינען פארטיי און פרובירן צו שטופן אן אגענדע צו שטימען אלעס רעפובליקען, נאר מיר גייען צוהערן וואס די אפיציעלע עסקנים גיבן אונז איבער.
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 472

Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך פלאם »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 6:57 pm
פעינטיג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 6:43 pm וועגן דעם קען איך דיר אליין עדות זאגן, אז די גאנצע טענה אז א רעפובליקאנער קען נישט אויפטון אין אלבאני, איז א פשוט'ע שקר, איבער 1600 קעיסעס פון יחידים, מוסדות, קהלות, און ארגאניזאציעס אין מאנסי זענען מסודר געווארן נאר אדאנק סענעטאר וועבער!
אביסל נאריש. אודאי קען א מינארעטי מעמבער סערווירן מיט פלעינע סערוויס וואס יעדע מעמבער דארף סערווירן. זיין אפיס קען העלפן מיט סעקשאן 8 אפליקעישנס, מיט אנעמפלוימענט אפליקעישנס. ער שרייבט דא ער האט געגהאלפן טויזנטער מענטשן מיט קעיסעס. דער שיך סטאר האט שוין געסאלווט סאך מער קעיסעס טעגליך. ביי אונז אידן רעדט מען פון העלפן ווען א זאך ווערט פארפלאנטערט און מען דארף ריקן ווענט. דאס קען נישט א מינארעטי מעמבער, און אויב יענער זאגט אז יא, איז א סימן אז ער זאגט ליגנט...
ער זאגט אויך אז די אפיס פון.... האט קיינמאל נישט געהאלפן, פון דעם ווילסטו נישט רעדן?
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1167
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3166

Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך מסתמא »

הרב @מיילעך פריילעך ... איר קענט אפשר ענטפערן אויף מיינע טענות אויף מעלניק און סטאפן אהערפעיסטן די הוילע פראפעגאנדע שלא מן הענין? מעלניק האט אריינגעשטעלט דעם סקול מאניטער און יעדער ליידט צוליב אים... די אלע בעלאוני פראפעגאנדע מעסידזשעס איז גוט פאר כיתא א’. ברענג אן ענטפער אויף מאנסי׳ס טענות. אז דו קענסט נישט, דאן קענסטו פלעין שטיל זיין. סתם רודערן מיט ליידיגע פראפעגאנדע רעגט פלעין אויף.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
כלל ישראל
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 7:53 pm
Location: Boro park
x 47

Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך כלל ישראל »

קוקענדיג וואס דא גייט פאר דערמאנט מיר עס די ווארט פונעם בריסקער ראש ישיבה, ווען איינער האט אים געזאגט אז עס הערשט אין די גאס א בלבול המוחות, בלבול המוחות? האט ער געפרעגט, איז דען דא מוחות בכלל? עס הערשט א פלעינע בלבול....
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12263

Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 8:09 pm הרב @מיילעך פריילעך ... איר קענט אפשר ענטפערן אויף מיינע טענות אויף מעלניק און סטאפן אהערפעיסטן די הוילע פראפעגאנדע שלא מן הענין? מעלניק האט אריינגעשטעלט דעם סקול מאניטער און יעדער ליידט צוליב אים... די אלע בעלאוני פראפעגאנדע מעסידזשעס איז גוט פאר כיתא א’. ברענג אן ענטפער אויף מאנסי׳ס טענות. אז דו קענסט נישט, דאן קענסטו פלעין שטיל זיין. סתם רודערן מיט ליידיגע פראפעגאנדע רעגט פלעין אויף.
דיר איז א זכי’ צו אויפרעגן.
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 472

Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך פלאם »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 7:57 pm העסקן ר׳ ישראל משה שפיצער אין א רוף פארוואס מען דארף ארויסקומען אין די קומענדיגע וואלן פאר עליידזשע מעלניק פאר סטעיט סענאט.

טראצדעם וואס עס קען זיין אז וועבער האט פרובירט צו טוהן טובות פאר מאנסי האט ער פשוט נישט געקענט, ווייל זייענדיג אין די מינאריטעט פארטיי איז כמעט אוממעגליך פאר א רעפובליקאנער סענעטער צו דורכפירן סיי וואס.

פון די אנדערע זייט האבן עסקנים גאר גוטע קשרים מיט אלבאני און מען געניסט אן א שיעור טובות פאר די כלל און די פרט.

מאנסי האט א געלעגענהייט צו אריינוועלן א סענעטער וואס ווייזט אונז אז ער איז גרייט צו ארבעטן פאר אונז, און ער איז פון די דעמעקראטישע פארטיי וואס האט א גאר שטארקע כח.

מיר גייען זיך נישט לאזן פון איינצילנע מענטשן וואס מיינען פארטיי און פרובירן צו שטופן אן אגענדע צו שטימען אלעס רעפובליקען, נאר מיר גייען צוהערן וואס די אפיציעלע עסקנים גיבן אונז איבער.
גראדע האב איך עס אויסגעהערט, און איך פארשטיי נישט פארוואס די טענה דארף גיין קעגן די טענה פון וואוטען פאר די אינקאמבענט, און אפילו אויב יא איז דאס נאר א סיבה פארוואס אין סקווירא זאל מען וואויטען פאר מעלניק, אין מאנסי גייט לכאורה וועבער אריינקומען שטארק, פאריגע מאל איז געווען די זעלבע אינדארסמענט פאר מעלניק און ער האט עס נישט געמאכט, איז סקווירא דארף און קען ווייזן פאר אלבאני אז זיי האבן א בלאק וואוט, מאנסי מיט טראמפ/לאולער, זעה איך נישט אז מעלניק זאל עס מאכן.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1167
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3166

Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך מסתמא »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 8:12 pm
מסתמא האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 8:09 pm הרב @מיילעך פריילעך ... איר קענט אפשר ענטפערן אויף מיינע טענות אויף מעלניק און סטאפן אהערפעיסטן די הוילע פראפעגאנדע שלא מן הענין? מעלניק האט אריינגעשטעלט דעם סקול מאניטער און יעדער ליידט צוליב אים... די אלע בעלאוני פראפעגאנדע מעסידזשעס איז גוט פאר כיתא א’. ברענג אן ענטפער אויף מאנסי׳ס טענות. אז דו קענסט נישט, דאן קענסטו פלעין שטיל זיין. סתם רודערן מיט ליידיגע פראפעגאנדע רעגט פלעין אויף.
דיר איז א זכי’ צו אויפרעגן.
👍 :lol:
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
קלאפן
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 6:06 pm
x 133

Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך קלאפן »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 7:57 pm העסקן ר׳ ישראל משה שפיצער אין א רוף פארוואס מען דארף ארויסקומען אין די קומענדיגע וואלן פאר עליידזשע מעלניק פאר סטעיט סענאט.

טראצדעם וואס עס קען זיין אז וועבער האט פרובירט צו טוהן טובות פאר מאנסי האט ער פשוט נישט געקענט, ווייל זייענדיג אין די מינאריטעט פארטיי איז כמעט אוממעגליך פאר א רעפובליקאנער סענעטער צו דורכפירן סיי וואס.

פון די אנדערע זייט האבן עסקנים גאר גוטע קשרים מיט אלבאני און מען געניסט אן א שיעור טובות פאר די כלל און די פרט.

מאנסי האט א געלעגענהייט צו אריינוועלן א סענעטער וואס ווייזט אונז אז ער איז גרייט צו ארבעטן פאר אונז, און ער איז פון די דעמעקראטישע פארטיי וואס האט א גאר שטארקע כח.

מיר גייען זיך נישט לאזן פון איינצילנע מענטשן וואס מיינען פארטיי און פרובירן צו שטופן אן אגענדע צו שטימען אלעס רעפובליקען, נאר מיר גייען צוהערן וואס די אפיציעלע עסקנים גיבן אונז איבער.
ע"פ דרך הטבע גייט וועבער געווינען. א ק"ו פון פאריגע מאל ווען ער איז אריינגעקומען שטערקער טראץ ואס ער איז נישט געווען קיין אינקאמבענט קעגן אלע אינדארסירונגען בעת וואס טראמפ איז נישט געווען אויפן בעלאט און געווען וואס האבן נישט געשטיצט זעלדין און לאולעראון שומער האט געהאט ברייטע שטיצע. כ"שכ יעצט איז גאנץ מאנסי פאר טראמפ און לאולער און שוואכע שטיצע פאר דזשיליברענד וואס באדייט אז יעדער הייבט אן טאפ בעלאט ROW B און וועבערס נאמען איז באקאנט און דא באדייטענדע הכרת הטוב געפילן נאך לעצטע צוויי יאר רעקארד אנדערש ווי אמאל ווען געווען פארעכנט ביי אסאך אלס אנטיסעמיט.
שרייען מיינע אינסטינקטן אז עס איז טאקע געפארפול ווען מען ווייזט אים זייער קלאר אז "טראץ דו האסט אונז אסאך געהאלפן ווייל דו ביסט א רעפאבליקאנער גייען מיר דיר נישט שטיצן" אין אנדערע ווערטער נישטא קיין שום סיבה דו זאלסט אונז פרובירן העלפן ווייל מיר גייען קיינמאל וואוטן פאר דיר. דאס בערך שטייט אין די סקווירא בריוו געברענגט אויבן.
חוץ פון דעם ווייזט עס אים אז די לאנגיעריגע עסקנים האבן קיין בלאקוואוט ווען א מערהייט מאנסי שטיצט אים.
עס קוקט מיר אויס ווי זיי שיסן זיך אליינס די פוס פאר אן אומפארשטענדליכע סיבה.
און מאכט מיר טראכטן אז אפשר טאקע איינמאל מען האט אים נישט אינדראסירט איז א סכנה צו שטימען פאר וועבער. ווייל נעמט אין באטראכט ער איז בטבע אן אנטיסעמיט און איז נאר א פריינט פאר אונזערע שטימען אן שטימען איז אלעס ביים אלטן. א שענערע אופן איז ער איז בטבע א פריינט אבער קען ווערן אונזער פיינט פאר"זייערע שטימען". עכ"פ עס איז א פחד און איינמאל דער עולם איז פאר וועבער דאס טייטשט ער גייט בפשטות געווינען איז לטובת הכלל גאר וויכיג צו שטימען פאר ביל וועבער.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1167
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3166

Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך מסתמא »

פיין אינדארסט מען וועבער.

חס וחלילה וואוטן פאר דעם רשע מעלניק!! ער איז שולדיג אין דיין סקול טעקסעס.
פיילס
Screenshot_20241103_213828_Gallery.jpg
Screenshot_20241103_213828_Gallery.jpg (156.67 KiB) געזען געווארן 139 מאל
Screenshot_20241103_213836_Gallery.jpg
Screenshot_20241103_213836_Gallery.jpg (165.96 KiB) געזען געווארן 139 מאל
Screenshot_20241103_213844_Gallery.jpg
Screenshot_20241103_213844_Gallery.jpg (159.64 KiB) געזען געווארן 139 מאל
Screenshot_20241103_213859_Gallery.jpg
Screenshot_20241103_213859_Gallery.jpg (171.05 KiB) געזען געווארן 139 מאל
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
קלאפן
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 6:06 pm
x 133

Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט

פאוסט דורך קלאפן »

דער עולם זאל גוט ווערן מיט די עסקנים פון די קהילות פאר וועבער זיי גייען באקומען מאסיווע קאנעקשאנס נאכן ערווארטעטן געווינס און מען וועט זיך רעכענען מיט זיי איבעראל אריינגערעכנט די דעמאקראטן אין אלבעני וועלן וויסן אז זיי קען מען נישט אינטערקויפן ממט שטותים, זיי האבן די מדה פון הכרות הטוב און איר העלפט זיי וועלן זיי אייך אינדארסירן אפגעגזען סטראשערייען און פוסטע צוגעזאגעכצער פונעם צד שכנגד............

#נקודה למחשבה

:D :) אשאד עס איז נישט דא קיין עסקנים סטאק מארקעט מען וואלט יצט לכאורה געזען מאסיווע העכרונגען ביי די ווינע און צאנזע וויכטיג מאכערס.....
שרייב פאוסט