מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט
Re: מעלניק \ וועבער סענאט פארמעסט
עס לויפט א עדד יעצט אין אלע מאנסי אויסגאבעס פון איינער פון די דעמאקראטישע קאנדיטאדטן, און אינטער געשריבן פון אסאך מאנסי עסקנים.
איך האב געטראפן די עסקן ישראל כהנא, וואס זיין נאמען שטייט אויך אויף דעם, (כשרייב עס מיט זיין נאמען ווייל ער וויל מזאל וויסן פון דעם) כהאב אים געפרעגט אז היתכן ער שטיצט דעם קאנדיטאט? זאגט ער מיט אז דעם צעטיל האבן אלע עסקנים אונטער געחתמה'ט אין די פריימעריס, ווייל דעמאלטס איז געלאפן א שווארצע אנטעסמיט קעגן אים, האט מען אים געשטיצט אז יענער זאל נישט אריינקומען.
האבן זיי יעצט ארויסגעלייגט דעם עדד און געטוישט די דעיט, כאילו די אלע מאנסי עסקנים שטיצן אים יעצט.
ער זאגט מיר ער איז זייער אויפגערעגט אויף דעם, ווייל ער איז ממש קעגן דעם קאנדידאט.
און יעדער זאל וויסן אז עס איז א פאלטשע צעטיל.

איך נעם אוועק די פינטל. דאמירן בעלמא.מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 1:42 amהאמיר שוין געשמועסט א קהילה איז א רב. פינטל.
נישטא קיין קהילה אן קיין רב, זיי האבן זעראו ווארט. וכ”ש וכ”ש ווען מרעדט דא אלעס פון אומערוועלטע מענטשן. זיי מעגן זאגן און קאמפיינען אזויווי מיך און דיך... און איך מעג זיי האבן אין מיין לינקע טאש וכו’ זיי האבן זעראו ביזנעס מיט דעם פאר וועמען איך גיי וואוטן, עס האט קיין שייכות מיט זיי. דעי זינלאזע אויסגעזויגענע מישעריי צווישן ’קהילה’ און ’עלעקשאנס’ האט נישט קיין הענט און קיין פיס.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: מעלניק \ וועבער סענאט פארמעסט
ווען עמיצער מיט די סטאדע ראבאט מיינדסעט זעהט 600 טויזנט אידן קען ער נישט מאכן קיין ברכה, די סארט אידן קענען זיך נישט מצרף זיין עס זאל ציילן צו 600 טויזנט דעות. עס ווערט נישט גערעכנט פאר 600 טויזנט דעות און טראגט נישט קיין שום חשיבות. אגב דארף מען עקסטער חוקר זיין פארוואס מקען נישט מאכן פיזיש איין קאפ פאר פילע מענטשן... אפשר דארף מען עס פשוט בכדי צו אויפצוהענגען די היט?
נעבעך... יענער האט געהייסן... כקעניש טראכטן, ס’צרות.... עקטשעלי ווי די קאמפיין סלאגאן לויפן: זיי קלוג און טראכט נישט...
איי פלוני הייסט דאך קלאר אז איך זאל וואוטן פאר אלמוני..... יע יע...
שוין געהערט אמאל דאס ווארט?:

its none of your business
עס האט נישט מיט דיר מיין וואוט, עס האט מיט מיר.קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: מעלניק \ וועבער סענאט פארמעסט
אקעי, גענוג געווען. יעצט גייען ’מיר’ רעדן פון די טאפיק. מגייט דא נישט מאכן קיין שיעבודא דר’ נתן’ס אז פלוני האט אים אינדארסט סאו פרעג פלוני... נאו וועי!
עני פשוטע לאגיק וויאזוי א איד מעג בכלל אפגעבן א שטימע פאר דעם רשע מעלניק? צו פעלט עני אינפאו וואס ער האט אונז געטון?
שיק מיר נישט קיין קאמפיין אדער אינטערשריפט צעטלעך... יעדער וואס פונקטליך וואס דער וויל און וואס יענער וויל. עס איז אירעלעווענט. דער אשכול האט נאכנישט איין פאוסט מיט א הסבר וויאזוי א איד קען ברענגען זיינע פינגער צו וואוטן פאר מעלניק.
עגעין. א הסבר ביטע. שיק מיר נישט ווייטער מיט די קשיא, איך טראג עס נישט צו קיינעם. מעלניק קען קומען צום ציבור זיך מסבירן אויב ער וויל... ער האט דאס נישט געטון.
עגעין, עס צו מאכן קורץ און שארף. עני פשוטע לאגיק וויאזוי א איד מעג בכלל אפגעבן א שטימע פאר דעם רשע מעלניק?

עס מאכט יא סענס.מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 12:37 amאון אז ער וויל, סמאכט דאך נישט קיין סענס אז די רבנים זאלן אפעציעל רעדן אין פאליטיק, ממילא ווען א קהילה שטעלט ארויס א אינדארסירונג איז עס נישט סתם ווייל די ראש הקהל וכדו’ האט דיסיידעט, נאר סאיז די רבנים.פעיק ניוז האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 12:30 amער וויל יא.מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 12:28 am
א קהילה ארבעט מיט א רב דאכט זיך, כגלייב נישט אז די ווילסט אז ר’ אברהם הערש וואזנער זאל אונטערשרייבן אז מזאל וואוטן פאר פלוני ופלוני.
► Show Spoiler
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
Re: מעלניק \ וועבער סענאט פארמעסט
דא אסאך קהלות וואו די רבנים און רביים האבן די מינימאלע ווארט אויף זאכן. אשע"כ אזוי לאנג ווי עס איז נישט דא קיין דירעקטע הוראה פון דעם רב האבן די צעטלעך נישט קיין דעת תורה'דיגע מאכט. אויב ווילסטו דוקא וויסן די דעת תורה'דיגע דעה, דאן גיי דירעקט צו פרעגן דיין רב.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
Re: מעלניק \ וועבער סענאט פארמעסט
עס דערקענט זיך פון דיינע תגובות...
נישט די זעלבע וואס מאכן יעצט די נויז, די עסקנים זענען עקסליוסיוו פאר בילדער מיט פאליטישאנס אדער רעדן אויף ק''מ
(נישט אז סאיז נישט דא צווישן די עכטע עקסנים וואס גייען מיט, אבער זיי זענען נישט די וועלכע שטיפן די וואגן)
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1594
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3386
Re: מעלניק \ וועבער סענאט פארמעסט
אויב דו רעדסט פון "מציאות" מיין איך אז דעי עד (פון קרית יואל) האט מיר עס די מערסטע געזאגטמסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 9:10 pmדעי געים איז אווער פון דמיונען אז מקען שטימען פאר דעמאקראטן און נישט מיאוס שאדן האבן דערפון. סאיז פשוט די מציאות וואס פראסקעט אין פנים מער און מער.פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 9:03 pmדו האלטסט אז דיין פארדאמונג און פראקלאמאציע אויף אידטיש אז דער געים איז אויער, גייט עפעס טון אין די ווירקליכקייט?מסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 8:41 am
מיין ענטפער צו דעי ’מעכטיגע’ קאמפיין סלאגאן פון דעם צעטל:
דו קענסט נישט וואוטן פאר די לינקע רעדל זיך צו דרייען און דאן ערווארטן אז סזאל דיר נישט קומען בייסן! עס גייט נישט אזוי! דאס איז מעשה ביבער וואס גייט אין קעידזש מדעת עצמו.
די דעמאקראט פארטיי האלט ’זייער’ אקאונטעבל אירע דיינאוס.
דעי דיינאו געים איז אווער.
- פיילס
-
- Shedign.jpg (148.23 KiB) געזען געווארן 521 מאל
Re: מעלניק \ וועבער סענאט פארמעסט
סתם פאר נייגער וואס האט די רשע מעלניק געטוהן? איך וואוין נישט אין מאנסי איך בין פשוט נישט באקאנטמסתמא האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 8:31 am אקעי, גענוג געווען. יעצט גייען ’מיר’ רעדן פון די טאפיק. מגייט דא נישט מאכן קיין שיעבודא דר’ נתן’ס אז פלוני האט אים אינדארסט סאו פרעג פלוני... נאו וועי!
עני פשוטע לאגיק וויאזוי א איד מעג בכלל אפגעבן א שטימע פאר דעם רשע מעלניק? צו פעלט עני אינפאו וואס ער האט אונז געטון?
שיק מיר נישט קיין קאמפיין אדער אינטערשריפט צעטלעך... יעדער וואס פונקטליך וואס דער וויל און וואס יענער וויל. עס איז אירעלעווענט. דער אשכול האט נאכנישט איין פאוסט מיט א הסבר וויאזוי א איד קען ברענגען זיינע פינגער צו וואוטן פאר מעלניק.
עגעין. א הסבר ביטע. שיק מיר נישט ווייטער מיט די קשיא, איך טראג עס נישט צו קיינעם. מעלניק קען קומען צום ציבור זיך מסבירן אויב ער וויל... ער האט דאס נישט געטון.
עגעין, עס צו מאכן קורץ און שארף. עני פשוטע לאגיק וויאזוי א איד מעג בכלל אפגעבן א שטימע פאר דעם רשע מעלניק?
Re: מעלניק \ וועבער סענאט פארמעסט
כדארף נישט אנהייבן נאכאמאל פון א’. איר קענט עס איבערליינען אלעס וואס שטייט. אלעס איז שוין געשטאנען. סאיז די סקול טעקס אישו.טיר האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 2:30 pmסתם פאר נייגער וואס האט די רשע מעלניק געטוהן? איך וואוין נישט אין מאנסי איך בין פשוט נישט באקאנטמסתמא האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 8:31 am אקעי, גענוג געווען. יעצט גייען ’מיר’ רעדן פון די טאפיק. מגייט דא נישט מאכן קיין שיעבודא דר’ נתן’ס אז פלוני האט אים אינדארסט סאו פרעג פלוני... נאו וועי!
עני פשוטע לאגיק וויאזוי א איד מעג בכלל אפגעבן א שטימע פאר דעם רשע מעלניק? צו פעלט עני אינפאו וואס ער האט אונז געטון?
שיק מיר נישט קיין קאמפיין אדער אינטערשריפט צעטלעך... יעדער וואס פונקטליך וואס דער וויל און וואס יענער וויל. עס איז אירעלעווענט. דער אשכול האט נאכנישט איין פאוסט מיט א הסבר וויאזוי א איד קען ברענגען זיינע פינגער צו וואוטן פאר מעלניק.
עגעין. א הסבר ביטע. שיק מיר נישט ווייטער מיט די קשיא, איך טראג עס נישט צו קיינעם. מעלניק קען קומען צום ציבור זיך מסבירן אויב ער וויל... ער האט דאס נישט געטון.
עגעין, עס צו מאכן קורץ און שארף. עני פשוטע לאגיק וויאזוי א איד מעג בכלל אפגעבן א שטימע פאר דעם רשע מעלניק?
viewtopic.php?p=130923#p130923
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4032
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12239
Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט
זייער הסברה איז זייער קלאר אז כדאי צו האבן טובות פון די הויכע פענסטער אין אלבאני מוזן מיר שטימען פאר די פארטיי פון די גאווערמענט, און אין ניו יארק איז עס די דעמעקראטישע פארטיי.
מענטשן וואס שטימען בלינדערהייט פאר די רעפובליקאנער פארטיי אין ניו יארק סטעיט טוהן א שלעכטע זאך פאר זיך, פאר זיינע ברודער, פאר זיין קהילה, און פאר זיינע קינדער.
די מוסדות התורה דארפן אנקומען יעדן טאג צו טובות פון די דעמעקראטישע פאליטיקאנטן, מען קען דאס נישט טוישן, און אויב מיט אונזער אייגענע האנט שטופן מיר זיי אוועק, איז עס א פראבלעם וואס אונז אלע וועלן זיך מוטשענען דערמיט.
געדענק: די אינגערמאן אויף וואטס עפפ וואס שרייט צו דיר אז מען טאר נישט וואוטען פאר א דעמעקראט, גייט דיר פאקטיש נישט העלפן ווען דו האסט א פראבלעם מיט שטאטישע באאמטע, און אוודאי גייט ער נישט העלפן די מוסדות התורה באקומען די וויכטיגע שטאטישע פראגראמען.
שטים נישט מיט דיין געפילן. שטים מיט שכל. אויב די גרעסטע קהילות און עסקנים זענען ארויסגעקומען אינדארסירן מעלניק, ווייסן זיי אז דאס איז בעסער פאר די שטאט.
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4032
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12239
Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט
ביל וועבער איז יארן לאנג געווען קעגן די יהדות מאנסי, און ווי ער האט געקענט האט ער אונטערגעשטעלט פיסלעך צו צושטערן די וואוקס פון די יהדות החרדית.
ווען עס איז געקומען צו די פארשפרייטונג אין עירמאנט ווען אידן האבן זיך אריינגעצויגן דארט האט ביל וועבער געפירט א העפטיגע מערכה מיט די ווילידזש נישט צו לאזן בראוקערס ארויס לייגן די הייזער צו פארקויפן פאר אידן.
שפעטער ווען עס איז געקומען צו די לאקאלע בתי מדרשים איז ביל וועבער געווען א הויפט קעמפער ווי ער האט זיך ארויסגעשטעלט זיך שלאגן מיט די היימישע אידן אין עירמאנט, און זיך באטייליגט ביי פאבליק הירינגס צו אפשטעלן די וואוקס.
ווען איר שטימט פאר ביל וועבער זאלט איר געדענקן, אז אויסער וואס איר שטימט פאר איינעם וואס קען אייך גארנישט דעליווערן, און האט אייך גארנישט דעליווערט, שטימט איר פאר איינעם וואס איז יארן לאנג געווען אין א מערכה דיר צו אפשטעלן, און ער האט נאך קיינמאל נישט איבערגעבעטן.
מאנסי פאראייניגט פאר טראמפ, לאולער, מעלניק, ווידער!
מיר וואוטן נישט פאר פאליטיק!! מיר וואוטן פאר אונז!! מיר וואוטן פאר תכלית!!
מיר וואוטן פאר אונזער בערזל, און פאר אונזער חינוך!!

וויכטיגע מעסעדש פאר מאנסי איינוואוינער פון רפי זילבערבערג, דיסטריקט לידער פאר קאנגרעסמאן מייק לאולער.
איך, רפי זילבערבערג, ארבעט היינט צוטאגס פאר קאנגרעסמאן מייק לאולער, אבער פאר ער איז געווען קאנגרעסמאן, האב איך גע'ארבעט פאר אים אלס אסעמבלימאן פון מאנסי דורכאויס די יארן פון 2021-2022. יא, א רעפובליקאנער אסעמבלימאן, אין די דעמאקראטישע ניו יארק.
יעדער ווער ס'קען מיר ווייסט וויפיל איך האב אויפגעטון ארבייטענדיג אין אלבאני מיט געוועזענער אסעמבלימאן מייק לאולער. הונדערטער קעיסעס חודש'ליך, צו דאס איז געווען אנעמפלוימענט פראבלעמען נאך קאוויד, צו דאס איז געווען סיי וועלכע אנדערע סטעיט עידזשענסיס. סיי פריוואטע יחידים, סיי קהלות, סיי מוסדות, און ארגאניזאציעס.
דורכאויס יענע זעלבע צייט האט מאנסי אויך געהאט א דעמאקראטישע סענעטאר אין אלבאני, ער האט געהייסן עליידזשע מעלניק, וויפיל מאל תושבי מאנסי האבן נאר פרובירט זיך צו פארבינדן מיט זיין אפיס האט מען געטאפט א וואנט, וויפיל מאל איך אדער דער געוועזענער אסעמבלימאן לאולער האט פרובירט צו ארבייטן אינאיינעם מיט אים צו העלפן תושבי מאנסי, האט ער זיך נישט וויסענדיג געמאכט.
די לעצטע צוויי יאר ארבייט איך פאר קאנגרעסמאן לאולער, און איך האב די זכי' צו העלפן טויזענטער תושבי מאנסי מיט זייערע פראבלעמען מיט פעדעראלע אגענטורן. אבער ס'קומען אויך אריין הונדערטער קאלס צו אונזער אפיס פון פראבלעמען וואס האט צו טון מיט סטעיט עידזשענסיס, דעי פראבלעמען שיקן מיר אריבער צו די סטעיט סענעטארס און אסעמבלילייט פון די דיסטריקט.
עס זענען דא פינף סטעיט סענאט דיסטריקטס אין קאנגרעסמאן לאולער'ס דיסטריקט. די אפיס וואס באהאנדלט די מערסטע קעיסעס פון אלע אנדערע, און צו זיין מער פונקטליך, יעדע איינציגסטע פראבלעם וואס קומט זייער וועג, איז די אפיס פון סענעטאר ביל וועבער – יא, דער רעפובליקאנער סענעטאר אינעם דעמאקראטישן אלבאני! ער איז דער וואס העלפט די מערסטע פאר זיינע איינוואוינער!
צו דאס איז פראבלעמען מיט DMV, מעדיקעיד, לעבאר דעפארטמענט, EZPASS, אדער אפילו לאקאלע יוטיליטי פירמעס, איז סענעטאר וועבער'ס אפיס געווארן דער אדרעס וואו יעדער יחיד קען געהאלפן ווערן מיט זייערע פראבלעמען.
וועגן דעם קען איך דיר אליין עדות זאגן, אז די גאנצע טענה אז א רעפובליקאנער קען נישט אויפטון אין אלבאני, איז א פשוט'ע שקר, איבער 1600 קעיסעס פון יחידים, מוסדות, קהלות, און ארגאניזאציעס אין מאנסי זענען מסודר געווארן נאר אדאנק סענעטאר וועבער!
ווען מ'רופט פון א סענעטאר'ס אפיס צו א סטעיט עידזשענסי, אדער אן עלעקטריק יוטיליטי פירמע, אדער סיי וועלכע אנדערע השתדלות, פרעגן זיי נישט צו מען איז א רעפובליקאנער אדער דעמאקראט, נאר זיי האבן דרך ארץ אין שטעלן זיך צו.
סענעטאר ביל וועבער האט גע'ארבעט פלייסיג פאר מאנסי די לעצטע צוויי יאר, און פארדעם קומט זיך אז מען זאל אים ערוועלן פאר נאך צוויי יאר געטרייע שתדלנות פאר מאנסי.

אביסל נאריש. אודאי קען א מינארעטי מעמבער סערווירן מיט פלעינע סערוויס וואס יעדע מעמבער דארף סערווירן. זיין אפיס קען העלפן מיט סעקשאן 8 אפליקעישנס, מיט אנעמפלוימענט אפליקעישנס. ער שרייבט דא ער האט געגהאלפן טויזנטער מענטשן מיט קעיסעס. דער שיך סטאר האט שוין געסאלווט סאך מער קעיסעס טעגליך. ביי אונז אידן רעדט מען פון העלפן ווען א זאך ווערט פארפלאנטערט און מען דארף ריקן ווענט. דאס קען נישט א מינארעטי מעמבער, און אויב יענער זאגט אז יא, איז א סימן אז ער זאגט ליגנט...
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4032
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12239
Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט
העסקן ר׳ ישראל משה שפיצער אין א רוף פארוואס מען דארף ארויסקומען אין די קומענדיגע וואלן פאר עליידזשע מעלניק פאר סטעיט סענאט.
טראצדעם וואס עס קען זיין אז וועבער האט פרובירט צו טוהן טובות פאר מאנסי האט ער פשוט נישט געקענט, ווייל זייענדיג אין די מינאריטעט פארטיי איז כמעט אוממעגליך פאר א רעפובליקאנער סענעטער צו דורכפירן סיי וואס.
פון די אנדערע זייט האבן עסקנים גאר גוטע קשרים מיט אלבאני און מען געניסט אן א שיעור טובות פאר די כלל און די פרט.
מאנסי האט א געלעגענהייט צו אריינוועלן א סענעטער וואס ווייזט אונז אז ער איז גרייט צו ארבעטן פאר אונז, און ער איז פון די דעמעקראטישע פארטיי וואס האט א גאר שטארקע כח.
מיר גייען זיך נישט לאזן פון איינצילנע מענטשן וואס מיינען פארטיי און פרובירן צו שטופן אן אגענדע צו שטימען אלעס רעפובליקען, נאר מיר גייען צוהערן וואס די אפיציעלע עסקנים גיבן אונז איבער.

ער זאגט אויך אז די אפיס פון.... האט קיינמאל נישט געהאלפן, פון דעם ווילסטו נישט רעדן?Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 6:57 pmאביסל נאריש. אודאי קען א מינארעטי מעמבער סערווירן מיט פלעינע סערוויס וואס יעדע מעמבער דארף סערווירן. זיין אפיס קען העלפן מיט סעקשאן 8 אפליקעישנס, מיט אנעמפלוימענט אפליקעישנס. ער שרייבט דא ער האט געגהאלפן טויזנטער מענטשן מיט קעיסעס. דער שיך סטאר האט שוין געסאלווט סאך מער קעיסעס טעגליך. ביי אונז אידן רעדט מען פון העלפן ווען א זאך ווערט פארפלאנטערט און מען דארף ריקן ווענט. דאס קען נישט א מינארעטי מעמבער, און אויב יענער זאגט אז יא, איז א סימן אז ער זאגט ליגנט...
Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט
הרב @מיילעך פריילעך ... איר קענט אפשר ענטפערן אויף מיינע טענות אויף מעלניק און סטאפן אהערפעיסטן די הוילע פראפעגאנדע שלא מן הענין? מעלניק האט אריינגעשטעלט דעם סקול מאניטער און יעדער ליידט צוליב אים... די אלע בעלאוני פראפעגאנדע מעסידזשעס איז גוט פאר כיתא א’. ברענג אן ענטפער אויף מאנסי׳ס טענות. אז דו קענסט נישט, דאן קענסטו פלעין שטיל זיין. סתם רודערן מיט ליידיגע פראפעגאנדע רעגט פלעין אויף.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 24
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 7:53 pm
- Location: Boro park
- x 39
Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט
קוקענדיג וואס דא גייט פאר דערמאנט מיר עס די ווארט פונעם בריסקער ראש ישיבה, ווען איינער האט אים געזאגט אז עס הערשט אין די גאס א בלבול המוחות, בלבול המוחות? האט ער געפרעגט, איז דען דא מוחות בכלל? עס הערשט א פלעינע בלבול....
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4032
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12239
Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט
דיר איז א זכי’ צו אויפרעגן.מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 8:09 pm הרב @מיילעך פריילעך ... איר קענט אפשר ענטפערן אויף מיינע טענות אויף מעלניק און סטאפן אהערפעיסטן די הוילע פראפעגאנדע שלא מן הענין? מעלניק האט אריינגעשטעלט דעם סקול מאניטער און יעדער ליידט צוליב אים... די אלע בעלאוני פראפעגאנדע מעסידזשעס איז גוט פאר כיתא א’. ברענג אן ענטפער אויף מאנסי׳ס טענות. אז דו קענסט נישט, דאן קענסטו פלעין שטיל זיין. סתם רודערן מיט ליידיגע פראפעגאנדע רעגט פלעין אויף.
Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט
גראדע האב איך עס אויסגעהערט, און איך פארשטיי נישט פארוואס די טענה דארף גיין קעגן די טענה פון וואוטען פאר די אינקאמבענט, און אפילו אויב יא איז דאס נאר א סיבה פארוואס אין סקווירא זאל מען וואויטען פאר מעלניק, אין מאנסי גייט לכאורה וועבער אריינקומען שטארק, פאריגע מאל איז געווען די זעלבע אינדארסמענט פאר מעלניק און ער האט עס נישט געמאכט, איז סקווירא דארף און קען ווייזן פאר אלבאני אז זיי האבן א בלאק וואוט, מאנסי מיט טראמפ/לאולער, זעה איך נישט אז מעלניק זאל עס מאכן.מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 7:57 pm העסקן ר׳ ישראל משה שפיצער אין א רוף פארוואס מען דארף ארויסקומען אין די קומענדיגע וואלן פאר עליידזשע מעלניק פאר סטעיט סענאט.
טראצדעם וואס עס קען זיין אז וועבער האט פרובירט צו טוהן טובות פאר מאנסי האט ער פשוט נישט געקענט, ווייל זייענדיג אין די מינאריטעט פארטיי איז כמעט אוממעגליך פאר א רעפובליקאנער סענעטער צו דורכפירן סיי וואס.
פון די אנדערע זייט האבן עסקנים גאר גוטע קשרים מיט אלבאני און מען געניסט אן א שיעור טובות פאר די כלל און די פרט.
מאנסי האט א געלעגענהייט צו אריינוועלן א סענעטער וואס ווייזט אונז אז ער איז גרייט צו ארבעטן פאר אונז, און ער איז פון די דעמעקראטישע פארטיי וואס האט א גאר שטארקע כח.
מיר גייען זיך נישט לאזן פון איינצילנע מענטשן וואס מיינען פארטיי און פרובירן צו שטופן אן אגענדע צו שטימען אלעס רעפובליקען, נאר מיר גייען צוהערן וואס די אפיציעלע עסקנים גיבן אונז איבער.
Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 8:12 pmדיר איז א זכי’ צו אויפרעגן.מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 8:09 pm הרב @מיילעך פריילעך ... איר קענט אפשר ענטפערן אויף מיינע טענות אויף מעלניק און סטאפן אהערפעיסטן די הוילע פראפעגאנדע שלא מן הענין? מעלניק האט אריינגעשטעלט דעם סקול מאניטער און יעדער ליידט צוליב אים... די אלע בעלאוני פראפעגאנדע מעסידזשעס איז גוט פאר כיתא א’. ברענג אן ענטפער אויף מאנסי׳ס טענות. אז דו קענסט נישט, דאן קענסטו פלעין שטיל זיין. סתם רודערן מיט ליידיגע פראפעגאנדע רעגט פלעין אויף.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט
ע"פ דרך הטבע גייט וועבער געווינען. א ק"ו פון פאריגע מאל ווען ער איז אריינגעקומען שטערקער טראץ ואס ער איז נישט געווען קיין אינקאמבענט קעגן אלע אינדארסירונגען בעת וואס טראמפ איז נישט געווען אויפן בעלאט און געווען וואס האבן נישט געשטיצט זעלדין און לאולעראון שומער האט געהאט ברייטע שטיצע. כ"שכ יעצט איז גאנץ מאנסי פאר טראמפ און לאולער און שוואכע שטיצע פאר דזשיליברענד וואס באדייט אז יעדער הייבט אן טאפ בעלאט ROW B און וועבערס נאמען איז באקאנט און דא באדייטענדע הכרת הטוב געפילן נאך לעצטע צוויי יאר רעקארד אנדערש ווי אמאל ווען געווען פארעכנט ביי אסאך אלס אנטיסעמיט.מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 03, 2024 7:57 pm העסקן ר׳ ישראל משה שפיצער אין א רוף פארוואס מען דארף ארויסקומען אין די קומענדיגע וואלן פאר עליידזשע מעלניק פאר סטעיט סענאט.
טראצדעם וואס עס קען זיין אז וועבער האט פרובירט צו טוהן טובות פאר מאנסי האט ער פשוט נישט געקענט, ווייל זייענדיג אין די מינאריטעט פארטיי איז כמעט אוממעגליך פאר א רעפובליקאנער סענעטער צו דורכפירן סיי וואס.
פון די אנדערע זייט האבן עסקנים גאר גוטע קשרים מיט אלבאני און מען געניסט אן א שיעור טובות פאר די כלל און די פרט.
מאנסי האט א געלעגענהייט צו אריינוועלן א סענעטער וואס ווייזט אונז אז ער איז גרייט צו ארבעטן פאר אונז, און ער איז פון די דעמעקראטישע פארטיי וואס האט א גאר שטארקע כח.
מיר גייען זיך נישט לאזן פון איינצילנע מענטשן וואס מיינען פארטיי און פרובירן צו שטופן אן אגענדע צו שטימען אלעס רעפובליקען, נאר מיר גייען צוהערן וואס די אפיציעלע עסקנים גיבן אונז איבער.
שרייען מיינע אינסטינקטן אז עס איז טאקע געפארפול ווען מען ווייזט אים זייער קלאר אז "טראץ דו האסט אונז אסאך געהאלפן ווייל דו ביסט א רעפאבליקאנער גייען מיר דיר נישט שטיצן" אין אנדערע ווערטער נישטא קיין שום סיבה דו זאלסט אונז פרובירן העלפן ווייל מיר גייען קיינמאל וואוטן פאר דיר. דאס בערך שטייט אין די סקווירא בריוו געברענגט אויבן.
חוץ פון דעם ווייזט עס אים אז די לאנגיעריגע עסקנים האבן קיין בלאקוואוט ווען א מערהייט מאנסי שטיצט אים.
עס קוקט מיר אויס ווי זיי שיסן זיך אליינס די פוס פאר אן אומפארשטענדליכע סיבה.
און מאכט מיר טראכטן אז אפשר טאקע איינמאל מען האט אים נישט אינדראסירט איז א סכנה צו שטימען פאר וועבער. ווייל נעמט אין באטראכט ער איז בטבע אן אנטיסעמיט און איז נאר א פריינט פאר אונזערע שטימען אן שטימען איז אלעס ביים אלטן. א שענערע אופן איז ער איז בטבע א פריינט אבער קען ווערן אונזער פיינט פאר"זייערע שטימען". עכ"פ עס איז א פחד און איינמאל דער עולם איז פאר וועבער דאס טייטשט ער גייט בפשטות געווינען איז לטובת הכלל גאר וויכיג צו שטימען פאר ביל וועבער.
Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט
פיין אינדארסט מען וועבער.
חס וחלילה וואוטן פאר דעם רשע מעלניק!! ער איז שולדיג אין דיין סקול טעקסעס.

- Screenshot_20241103_213828_Gallery.jpg (156.67 KiB) געזען געווארן 130 מאל
-
- Screenshot_20241103_213836_Gallery.jpg (165.96 KiB) געזען געווארן 130 מאל
-
- Screenshot_20241103_213844_Gallery.jpg (159.64 KiB) געזען געווארן 130 מאל
-
- Screenshot_20241103_213859_Gallery.jpg (171.05 KiB) געזען געווארן 130 מאל
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: מעלניק-וועבער סענאט פארמעסט
דער עולם זאל גוט ווערן מיט די עסקנים פון די קהילות פאר וועבער זיי גייען באקומען מאסיווע קאנעקשאנס נאכן ערווארטעטן געווינס און מען וועט זיך רעכענען מיט זיי איבעראל אריינגערעכנט די דעמאקראטן אין אלבעני וועלן וויסן אז זיי קען מען נישט אינטערקויפן ממט שטותים, זיי האבן די מדה פון הכרות הטוב און איר העלפט זיי וועלן זיי אייך אינדארסירן אפגעגזען סטראשערייען און פוסטע צוגעזאגעכצער פונעם צד שכנגד............
#נקודה למחשבה
אשאד עס איז נישט דא קיין עסקנים סטאק מארקעט מען וואלט יצט לכאורה געזען מאסיווע העכרונגען ביי די ווינע און צאנזע וויכטיג מאכערס.....