עטרת חיים האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 2:43 pm
צום פותח האשכול
די פארשטייסט טאקע נישט די סיבות פארוואס מ'נעמט נישט אן געוויסע בחורים? דו ווילסט קעיר נעמען פון איין אזא בחור פאר איין וואך? דו האלטסט אז דער בחור וואס האט א פראבלעם מיטן נתקבל קארטל (מיט זיין טאטע) זענען ממש אומשולדיג?
איך פארשטיי דיין ווייטאג אויף הונדערט פראצענט, אבער פארוואס בלעמסטו די אידן וואס האבן גענומען די מיה צו עפענען א ישיבה? זיי מוחל לייג דיך אויך אריין, עפן א ישיבה, און נעם יעדעם איינעם אריין. אדער האב טענות אויף דעי וואס האבן נאכנישט געעפענט.
טעקניקלי דער וואס עפענט א ישיבה איז הונדערט פראצענט בעל הבית צו אפמאכן וועם ער וויל יא אדער נישט אננעמען.
ביידעוועי, ס'דא טאטעס וואס מוטשען זיך געפערליך צו באהאנדלען זייערע טינעידזש בחורים ממש אז זיי ווייסן זיך נישט ווי אהין צו טון, אבער ער פארשטייט נישט פארוואס א ישיבה זאל נישט וועלן אננעמען זיין בחור? חשובע טאטע, ווער נאך אזוי ווי דו ווייסט וואספארא תכשיט דו פארמאגסט? דו פארשטייסט טאקע נישט?
ס'איז דא ישיבות לבינונים, ס'איז דא היינט פילע ישיבות פאר שוואכערע, נאר וואס דען, אסאך טאטעס זענען און דינייעל און פארשטייען נישט אז אויב זייער בחור איז נישט קיין מציון און גאר ווייט פון א בינוני לעוועל פאלאנגט ער און א ישיבה פאר זיין לעוועל, על פי דרכו.
איך האב מיטגעהאלטן א פאל וואס א קליינע 13 יעריגע בחור'ל וואס איז אדיקטעד ליידער צו כלים, אבער זיין טאטע וויל אז א גוטע ישיבה זאל אים אננעמען ווייל אזוי וועט מען אים ראטעווען.
ס'איז זייער א ווייטאגליכע נושא, אבער ס'איז בכלל נישט אזוי בלעק ענד ווייט צו שרייען "פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות"
רבי איד, wake up and smell the coffee. איר מיינט אז דוקא די בחורים וואס מען מיטשעט זיך זיי מחנך צו זיין זענען די וואס גייען דורך דעם גהינם? מען רעדט פון וואוילע פיינע בחורים, וואס בסך הכל האבן זיי נישט די בעסטע כשרונות, און נישט די דיקסטע זיץ פלייש און דער טאטע האט נישט קיין איבריג געלט צו שמירן מיט. מען רעדט נישט דא פון שווערע קעיסעס. מען רעדט פון בחורים וואס פאר 10-15 יאר צוריק וואלט די וועלט זיך איבערגעקערט ווען ער האט נישט קיין ישיבה.
איינער בלעימט דא די אידן וואס עפענען מצוינים ישיבות? דער חתם סופר און רבי מאיר שפירא האבן זיך דען נישט געוועלט מיט בחורים? יעדער האט פארשטאנען אז א ישיבה איז נישט פאר יעדן. אבער היינט ווען א ישיבה איז א נעסעסיטי פאר יעדן, צוליב די מצב וירידת הדור דארפן די סיסטעם ישיבות אננעמען יעדן בחור וואס איז נישט קיין משחית וד"ל. ובפרט וואס לאור דעם וואס ישיבות זענען געווארן א נעסעסעטי איז נישט מעגליך פאר א ישיבה קטנה בחור צו גיין ארבעטן, דארף מען אננעמען יעדן.
גיי אריבער צו עזר לישיבות, און נעם פון זיי די ליסטעס. אמת אז א גרויס חלק זענען בחורים וואס די טאטע וויל אים נאר אין א מצוינים ישיבה, הגם ער איז נישט דער מר בר רב אשי. אבער מצד אחר זענען די נאמבערס פון בחורים מיט פלעינע עוורידזש כשרונות און זיץ פלייש אויך ציפעדיג און ביטער. עס זענען דא הונדערטער בחורים בלי גוזמא וואס עס איז נישט קיין ספעציעלע סיבה פארוואס זיי מיטשענען זיך מיט ישיבות וואס דרייען זיך ביז א' חשון אן א קאפ. מען שפילט זיך מיט פייער, ס'איז קול דמי אחיך צועקים מן האדמה. און ווי דער תרגום זאגט, דם זרעין דעתידין למיפק מן אחוך קבלין קדמי. מען שפילט מיט די עתיד פון טויזענטער נשמות.
עס דארף ערווענט ווערן אז עלטערן וואס פארלאנגען פון די הנהלה נישט אריינצונעמען בחורים מיט שוואכערע כשרונות, זענען אויך עתיד ליתן את הדין. ער האט איין תאווה צו דרייווען א קעדילעק, און א צווייטע תאווה צו האבן גוטע קינדער. ווען ער טוט ווען זיין פליכט מיט אן אמת, און ער מיינט מיט חינוך הבנים די עתיד פון כלל ישראל וואלט ער זיך נישט געשפילט אזוי מיט די בלוט פון א צווייטן. אודאי מיינט עס נישט אז מען דארף זיך גענצליך אראפברענגען כדי א צווייטער זאל קענען מצליח זיין, אבער דאס איז נישט די מציאת אין דעם פאל.