אינטערעסאנטע שאלות, קושיות, און היכי תמצא'ס

שואל כענין
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:43 pm
x 56

פאוסט דורך שואל כענין »

די גמרא זאגט אין מסכת בבא קמא פז. אז רבי יהודה האלט אז א סומא איז פטור מכל המצות האמורות בתורה. זאגט אויף דעם תוס' אז דאס איז נאר מן התורה, אבער די רבנן האבן יא מחייב געווען א סומא מיט מצוות כדי ער זאל נישט זיין דומה צו א גוי. קומט אויס אז א סומא איז מחויב במצות ווי יעדן, אבער זיין חיוב איז נאר מדרבנן.

שטעלט זיך די שאלה, אויב איז א סומא פטור מכל המצוות, איז ער דאך אויך פטור פון די מצוה פון לא תסור. נו אויב אזוי מיט וועלכע רעכט קענען די רבנן מחייב זיין א סומא במצוות, און וועלכע חיוב האט א סומא צו פאלגען די רבנן?
באקאנטע ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 246
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:53 am
x 381

Re: אינטערעסאנטע שאלות, קושיות, והיכי תמצא'ס

פאוסט דורך באקאנטע ידען »

שואל כענין האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 9:22 pm די גמרא זאגט אין מסכת בבא קמא פז. אז רבי יהודה האלט אז א סומא איז פטור מכל המצות האמורות בתורה. זאגט אויף דעם תוס' אז דאס איז נאר מן התורה, אבער די רבנן האבן יא מחייב געווען א סומא מיט מצוות כדי ער זאל נישט זיין דומה צו א גוי. קומט אויס אז א סומא איז מחויב במצות ווי יעדן, אבער זיין חיוב איז נאר מדרבנן.

שטעלט זיך די שאלה, אויב איז א סומא פטור מכל המצוות, איז ער דאך אויך פטור פון די מצוה פון לא תסור. נו אויב אזוי מיט וועלכע רעכט קענען די רבנן מחייב זיין א סומא במצוות, און וועלכע חיוב האט א סומא צו פאלגען די רבנן?
דער @שואל כענין פרעגט @נקודות טובות viewtopic.php?p=31677#p31677
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 479
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 651

Re: אינטערעסאנטע שאלות, קושיות, און היכי תמצא'ס

פאוסט דורך שמייכלדיג »

ער איז מחויב אין לא תסור מדרבנן... אפשר קען ער טאקע נישט מאכן א אשר קדשנו במצותיו וציונו, אפשר איז א בחינה ווי א קינד במצות חינוך מחויב מדרבנן

אין תוס' קוקט אויס אז די פשט איז אז ר' יהודה האט נאר גע'פטר'ט פון מצות דאורייתא אבער נישט פון מצות דרבנן
שואל כענין
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:43 pm
x 56

Re: אינטערעסאנטע שאלות, קושיות, און היכי תמצא'ס

פאוסט דורך שואל כענין »

שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 12:20 pm ער איז מחויב אין לא תסור מדרבנן... אפשר קען ער טאקע נישט מאכן א אשר קדשנו במצותיו וציונו, אפשר איז א בחינה ווי א קינד במצות חינוך מחויב מדרבנן

אין תוס' קוקט אויס אז די פשט איז אז ר' יהודה האט נאר גע'פטר'ט פון מצות דאורייתא אבער נישט פון מצות דרבנן
לאמיר קלאר שטעלן.
דאס אז א מענטש איז מחיוב צו טוהן מצוות דרבנן איז א חיוב מן התורה וויבאלד די תורה זאגט לא תסור. קומט אויס אז לשיטת רבי יהודה אז א סומא פטור פון מצוות האמורות בתורה, איז ער פטור פון מצות לא תסור, וואס אויב אזוי האט ער קיין שום חיוב צו פאלגען די רבנן. ממילא ווי אזוי אין די וועלט האבן חז''ל אויף אים ארויפגעלייגט א חיוב מצוות? ער קען זיי זאגן איך פייף אייך אלע אן!...?
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1657
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4041

Re: אינטערעסאנטע שאלות, קושיות, און היכי תמצא'ס

פאוסט דורך נקודות טובות »

די שאלה פרעגט רבי עקיבא איגר אין תשובה קס''ט אין א תשובה צו זיין זון רבי שלמה. און ער ענטפערט אויף דעם אז טאקע פון דא זעהט מען אז דאס וואס רבי יהודה האלט אז א סומא איז פטור מכל המצוות איז נאר דוקא מצות עשה. אבער מיט מצות לא תעשה איז א סומא יא מחיוב, וואס אויב אזוי איז ער יא בכלל פון לא תסור. ממילא קענען אים שוין די רבנן מחייב זיין בשאר מצוות.
און אזוי זאגט ער אויך אין די צווייטע מהדורא סימן קנ''ג. און די תירוץ ווערט שוין גענטפערט אין שו''ת כסא דהרסנא סימן ע''ג. און באמת דאס אז א סומא איז מחויב בלא תעשה איז שוין א חידוש פון איינער פון די ראשונים דער ספר המכריע סימן ע''ח אין די הגהות.

די פרי מגדים אין הקדמה כוללת חלק ג' כ''ט ברענגט אויך אראפ אזא צד צו זאגן אז א סומא איז מחויב מן התורה במצוות לא תעשה און דער נודה ביהודה אין שו"ת נודע ביהודה מהדורא תניינא אורח חיים סימן קיב וואונדערט זיך שטארק אויף דעם. ווייל תוס' זאגט דאך אז די סיבה פארוואס חז''ל האבן ארויפגעלייגט א חיוב מצוות אויף א סומא, איז ווייל זיי האבן נישט געוואלט אז א סומא זאל זיין דומה צו א גוי. יעצט אויב זאגסטו אז א סומא איז מן התורה מחיוב מיט מצות לא תעשה, ווי אזוי איז שייך צו זאגן אז ער איז דומה צו א גוי?
אלא מאי ע''כ מוז מען זאגן אז מן התורה איז ער פטור אויך פון לא תעשה. נו אויב אזוי איז הדרה קושיא לדוכתיה?

קומט רבי מרדכי פיינשטיין א ברודער פון הגאון רבי משה, אין זיין תשובה הנדפס בסוף אגרות משה פארענטפערט ער אזוי.
קודם הייבט ער אן מיט א שאלה. מיר ווייסען אז ביי יעדע מצוה דרבנן זאגן מיר א ספעציפישע ברכה כגון על נטילת ידים, להדליק נר חנוכה וכדו'. לכאורה וואלט מען ווען געדארפט זאגן אשר קדשנו במצותיו וצונו לשמוע דברי חכמים. ווייל די תורה האט דאך קיינמאל ספעציפיש מחייב געווען הדלקת נר חנוכה, נאר די תורה האט מחייב געווען לשמוע לדברי חכמים.
אלא מאי מוזן מיר מכח דעם זאגן אז דאס וואס די חכמים האבן א כח מחייב צו זיין געוויסע מצוות, איז נישט וויבאלד ס'איז דא א חיוב לשמוע דברי חכמים. נאר אז די תורה האט באמת געגעבן א געוויסע כח פאר די חכמים צו מתקן זיין גזירות, און איינמאל זיי זענען דאס מתקן איז דאס גופא א חלק פון די תורה. און אויב אזוי זאגט מען טאקע וצונו להדליק נר חנוכה!

משא''כ ביי די מצוה פון כיבוד אב ואם, וואס אה''נ נמי מען זאגט נישט קיין ברכה אויף דעם וויבאלד ס'איז א מצוה שבין אדם לחבירו. אבער אויב זאל מען ווען יא מאכן א ברכה אויף דעם וואלט מען זיכער נישט געמאכט א ברכה אויף יעדע מצוה פאר זיך לדוגמה וצונו ארויסצוטראגען די גארבידזש... ווייל בסך הכל האט די תורה נאר מחייב געווען א מצוה כללי צו מכבד זיין א טאטע און מאמע, און אויף דעם וואלט מען געזאגט וצונו על כיבוד אב ואם.

פירט ער אויס אז א שוטה איז פטור ממצות ווייל ער איז בעצם נישט מחיוב מיט כבוד שמים, וויבאלד ער איז א שוטה. משא''כ א סומא וואס באמת איז ער מחיוב מיט כבוד שמים, נאר פאר סיי וואספארא סיבה האט דער אויבערשטער אים נישט מחייב געווען מיט מצוות. אבער וויבאלד די תורה האט איבערגעגעבן א כח פאר די חכמים צו מחייב זיין מצוות לויט זייער פארשטאנד, קענען זיי אויך מחייב זיין א סומא. ווייל דער סומא איז בעצם א גברא חיובא, נאר ער האט א צווייטע פטור. הפלא ופלא!
ובאמת אז כען זה ענפערט אויך די כסא דהרסנא סוף פון זיין תשובה, און אזוי אויך אין קובץ שיעורים פון רבי אלחנן וואסערמאן.
---------------

@שמייכלדיג אה''נ ס'איז א סוגיא רחבה בנוגע קטן בחויב מצוות, די פרי מגדים אין פתיחה כוללת אנהויב חלק ב' וויל זאגן כעין זה ביי א קטן. דהיינו בעצם איז ער א מחיוב במצוות, נאר די תורה האט אים נישט מחייב געווען. אבער חז''ל קענען ארויף לייגען א חיוב חינוך. דאכט זיך רבי אליהו גוטמאכער קריגט אויף דעם.
חזקי זופניק
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 23, 2023 10:03 pm
x 69

Re: אינטערעסאנטע שאלות, קושיות, און היכי תמצא'ס

פאוסט דורך חזקי זופניק »

פארוואס זאל זיין א חילוק צווישן א עשה און א לא תעשה?
שואל כענין
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:43 pm
x 56

Re: אינטערעסאנטע שאלות, קושיות, און היכי תמצא'ס

פאוסט דורך שואל כענין »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:38 pm די שאלה פרעגט רבי עקיבא איגר אין תשובה קס''ט אין א תשובה צו זיין זון רבי שלמה. און ער ענטפערט אויף דעם אז טאקע פון דא זעהט מען אז דאס וואס רבי יהודה האלט אז א סומא איז פטור מכל המצוות איז נאר דוקא מצות עשה. אבער מיט מצות לא תעשה איז א סומא יא מחיוב, וואס אויב אזוי איז ער יא בכלל פון לא תסור. ממילא קענען אים שוין די רבנן מחייב זיין בשאר מצוות.
און אזוי זאגט ער אויך אין די צווייטע מהדורא סימן קנ''ג. און די תירוץ ווערט שוין גענטפערט אין שו''ת כסא דהרסנא סימן ע''ג. און באמת דאס אז א סומא איז מחויב בלא תעשה איז שוין א חידוש פון איינער פון די ראשונים דער ספר המכריע סימן ע''ח אין די הגהות.

די פרי מגדים אין הקדמה כוללת חלק ג' כ''ט ברענגט אויך אראפ אזא צד צו זאגן אז א סומא איז מחויב מן התורה במצוות לא תעשה און דער נודה ביהודה אין שו"ת נודע ביהודה מהדורא תניינא אורח חיים סימן קיב וואונדערט זיך שטארק אויף דעם. ווייל תוס' זאגט דאך אז די סיבה פארוואס חז''ל האבן ארויפגעלייגט א חיוב מצוות אויף א סומא, איז ווייל זיי האבן נישט געוואלט אז א סומא זאל זיין דומה צו א גוי. יעצט אויב זאגסטו אז א סומא איז מן התורה מחיוב מיט מצות לא תעשה, ווי אזוי איז שייך צו זאגן אז ער איז דומה צו א גוי?
אלא מאי ע''כ מוז מען זאגן אז מן התורה איז ער פטור אויך פון לא תעשה. נו אויב אזוי איז הדרה קושיא לדוכתיה?

קומט רבי מרדכי פיינשטיין א ברודער פון הגאון רבי משה, אין זיין תשובה הנדפס בסוף אגרות משה פארענטפערט ער אזוי.
קודם הייבט ער אן מיט א שאלה. מיר ווייסען אז ביי יעדע מצוה דרבנן זאגן מיר א ספעציפישע ברכה כגון על נטילת ידים, להדליק נר חנוכה וכדו'. לכאורה וואלט מען ווען געדארפט זאגן אשר קדשנו במצותיו וצונו לשמוע דברי חכמים. ווייל די תורה האט דאך קיינמאל ספעציפיש מחייב געווען הדלקת נר חנוכה, נאר די תורה האט מחייב געווען לשמוע לדברי חכמים.
אלא מאי מוזן מיר מכח דעם זאגן אז דאס וואס די חכמים האבן א כח מחייב צו זיין געוויסע מצוות, איז נישט וויבאלד ס'איז דא א חיוב לשמוע דברי חכמים. נאר אז די תורה האט באמת געגעבן א געוויסע כח פאר די חכמים צו מתקן זיין גזירות, און איינמאל זיי זענען דאס מתקן איז דאס גופא א חלק פון די תורה. און אויב אזוי זאגט מען טאקע וצונו להדליק נר חנוכה!

משא''כ ביי די מצוה פון כיבוד אב ואם, וואס אה''נ נמי מען זאגט נישט קיין ברכה אויף דעם וויבאלד ס'איז א מצוה שבין אדם לחבירו. אבער אויב זאל מען ווען יא מאכן א ברכה אויף דעם וואלט מען זיכער נישט געמאכט א ברכה אויף יעדע מצוה פאר זיך לדוגמה וצונו ארויסצוטראגען די גארבידזש... ווייל בסך הכל האט די תורה נאר מחייב געווען א מצוה כללי צו מכבד זיין א טאטע און מאמע, און אויף דעם וואלט מען געזאגט וצונו על כיבוד אב ואם.

פירט ער אויס אז א שוטה איז פטור ממצות ווייל ער איז בעצם נישט מחיוב מיט כבוד שמים, וויבאלד ער איז א שוטה. משא''כ א סומא וואס באמת איז ער מחיוב מיט כבוד שמים, נאר פאר סיי וואספארא סיבה האט דער אויבערשטער אים נישט מחייב געווען מיט מצוות. אבער וויבאלד די תורה האט איבערגעגעבן א כח פאר די חכמים צו מחייב זיין מצוות לויט זייער פארשטאנד, קענען זיי אויך מחייב זיין א סומא. ווייל דער סומא איז בעצם א גברא חיובא, נאר ער האט א צווייטע פטור. הפלא ופלא!
ובאמת אז כען זה ענפערט אויך די כסא דהרסנא סוף פון זיין תשובה, און אזוי אויך אין קובץ שיעורים פון רבי אלחנן וואסערמאן.
---------------

@שמייכלדיג אה''נ ס'איז א סוגיא רחבה בנוגע קטן בחויב מצוות, די פרי מגדים אין פתיחה כוללת אנהויב חלק ב' וויל זאגן כעין זה ביי א קטן. דהיינו בעצם איז ער א מחיוב במצוות, נאר די תורה האט אים נישט מחייב געווען. אבער חז''ל קענען ארויף לייגען א חיוב חינוך. דאכט זיך רבי אליהו גוטמאכער קריגט אויף דעם.
געוואלדיג @נקודות טובות !
ובדרך אגב האט ער דארט נאך א חקירה און ער פארענטפערט דאס מיט די זעלבע יסוד.

מיר ווייסען וואס די גמרא זאגט כמה פעמים אז אויב א טאטע הייסט עובר זיין אויף אן איסור מן התורה טאר מען נישט פאלגען די טאטע, ווייל כולכם חייבים בכבודי.
פרעגט ער אויף דעם, וואס וועט זיין ווען די טאטע איז א סומא וואס לויט רבי יהודה איז ער פטור ממצוות. קומט דאך אויס אז ס'איז נישט שייך דעם כולכם חייבים בכבודי. ווייל דער טאטע איז דאך פטור מכל המצוות.

אויף דעם ענטפערט ער אז כולכם חייבין בכבודי מיינט נישט אז בפועל איז דער טאטע יעצט מחיוב, נאר אז בעצם איז די טאטע אויך מחיוב מיט כבוד שמים, נאר וויבאלד ער איז א סומא האט ער א געוויסע פטור. און א ראיה האט ער פון דעם וואס חז''ל זאגן אין קידושין אבא אומר השקני מים ואמא אומרת השקני מים דארף ער ערשט משקה זיין דעם טאטע, שאתה ואמך חייבים בכבוד אביך. לכאורה קען מען פרעגן אז דא איז דאך די מאמע זיכער נישט מחיוב, וויבאלד די טאטע האט דייקא געבעטן די זון. נאר וואס דען, וויבאלד בעצם איז די מאמע אויך מחיוב מיט כבוד בעלה, נאר דוקא דא ספעציפיש נישט וויבאלד ער האט א צווייטער וואס זארגט זיך פאר אים. אבער דער עצם חיוב פון כבוד גייט נאכנישט אינגאנצען אוועק!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1657
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4041

Re: אינטערעסאנטע שאלות, קושיות, און היכי תמצא'ס

פאוסט דורך נקודות טובות »

חזקי זופניק האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:44 pm פארוואס זאל זיין א חילוק צווישן א עשה און א לא תעשה?
קוק אריין אין די הגהות.
הוחזק כפרן
פרישער באניצער
פאוסטס: 76
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 12:57 am
x 99

Re: אינטערעסאנטע שאלות, קושיות, און היכי תמצא'ס

פאוסט דורך הוחזק כפרן »

לויט די ראשונים וואס לערנען אז א קטן אליין איז מחויב מיט חינוך מדרבנן איז אויך שווער, כ'מיין די קובץ שיעורים רעדט פון דעם,

תוס' אין כתובות זאגט אז ס'דא א גר מדרבנן, ר' משה הלל הירש בשם רבו ר' אהרן קאטלער, פרעגט די זעלבע קשיא אויף דעם תוס', זיין תירוץ בין איך נישט משיג.
ירא השם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 175
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:21 pm
x 331

Re: אינטערעסאנטע שאלות, קושיות, און היכי תמצא'ס

פאוסט דורך ירא השם »

היכי תמצא

מ' זאל זאגן אסרו חג סוכות הלל אפילו מ' האט געזאגט אלע ניין טעג יו"ט?
גמח
פרישער באניצער
פאוסטס: 97
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:23 am
x 97

Re: אינטערעסאנטע שאלות, קושיות, און היכי תמצא'ס

פאוסט דורך גמח »

ירא השם האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 12:54 pm היכי תמצא

מ' זאל זאגן אסרו חג סוכות הלל אפילו מ' האט געזאגט אלע אכט טעג יו"ט?
תהילים יומי
ירא השם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 175
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:21 pm
x 331

Re: אינטערעסאנטע שאלות, קושיות, און היכי תמצא'ס

פאוסט דורך ירא השם »

גמח האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 12:57 pm
ירא השם האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 12:54 pm היכי תמצא

מ' זאל זאגן אסרו חג סוכות הלל אפילו מ' האט געזאגט אלע אכט טעג יו"ט?
תהילים יומי
גוט גוט,כזעה אז די זאגסט עס
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4061
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11259

Re: אינטערעסאנטע שאלות, קושיות, און היכי תמצא'ס

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

ירא השם האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 12:54 pm היכי תמצא

מ' זאל זאגן אסרו חג סוכות הלל אפילו מ' האט געזאגט אלע אכט טעג יו"ט?
אויב פרעגסטו וועגן "אכט" טעג יו"ט, קען מען רעדן פון א בן חו"ל וואס איז אין א"י אויף יו"ט.

ווען ס'איז דארט אסרו חג די ניינטע טאג, זאגט ער נאך הלל...
ירא השם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 175
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:21 pm
x 331

Re: אינטערעסאנטע שאלות, קושיות, און היכי תמצא'ס

פאוסט דורך ירא השם »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 2:34 pm
ירא השם האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 12:54 pm היכי תמצא

מ' זאל זאגן אסרו חג סוכות הלל אפילו מ' האט געזאגט אלע אכט טעג יו"ט?
אויב פרעגסטו וועגן "אכט" טעג יו"ט, קען מען רעדן פון א בן חו"ל וואס איז אין א"י אויף יו"ט.

ווען ס'איז דארט אסרו חג די ניינטע טאג, זאגט ער נאך הלל...
גערעכט, פארראכטן
יורה דעות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 11:06 am
Location: ביים אנהייב פון עפעס וואס איך פרוביר וואס איז געווען בשעת מען מאכט עס גרינג
x 261

Re: אינטערעסאנטע שאלות, קושיות, און היכי תמצא'ס

פאוסט דורך יורה דעות »

איז דא לפני עיוור (או איסור מדרבנן, תוס' שבת ג.) ווען מ'שטעלט זיך דאווענען שמו''ע ביי א דורכגאנג?
גול על ה' דרכך ובטח עליו והוא יעשה.
אוועיטער
אהבת עולם
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
Location: אין קלויז
x 121

Re: אינטערעסאנטע שאלות, קושיות, און היכי תמצא'ס

פאוסט דורך אהבת עולם »

יורה דעות האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 02, 2024 10:45 pm איז דא לפני עיוור (או איסור מדרבנן, תוס' שבת ג.) ווען מ'שטעלט זיך דאווענען שמו''ע ביי א דורכגאנג?
וואס זענען די צדדים? אויב ביסטו אויף א פלאץ וואו מענטשן זענען (ליידער) נישט מקפיד אויף דעם הלכה, לכאורה האסטו עובר געווען. [יכול להיות אז עס איז גאר מדאורייתא, עס לאזט זיך דן זיין אויב דאס גייט אריין בגדר תרי עברא דנהרא, אויב ווען דו שטעלסט זיך נישט דארט וואלט זיך קיינער זיך געשטעלט]

די שאלה איז נאר צי איז בכלל אסור אדוכצוגיין אויף אזא פאל. האב איך געזען אז מען האט געפרעגט די שאלה פון די ליטווישע פוסקים, ר' חיים קאניעווסקי ז"ל איז מסופק צי מען מעג אריבערגיין, "אבל בוודאי שעשה שלא כהוגן", ר' נתן געשטעטנער ז"ל איז מתיר אין אזא פאל, און ר' יצחק זילבערשטיין איז מתיר בשעת הדחק זיך צו פארלאזן אויפן בוטשאטשע רב'ס היתר [שהוא ז"ל סובר שאין האיסור חל באופן כשהמתפלל עוצם עיניו און מסתכל בסידורו], לפי המתירים איז בכלל נישט דא קיין רעדע פון ולפני עיוור.

(בפשטות קומט די היתר מכח די דין פון בא בגבולו ווען איינער שטעלט זיך דאווענען אויפן פלאץ וואו איינער לערנט.)

וואס נאך קען מען דא דן זיין?
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
אוועיטער
אהבת עולם
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
Location: אין קלויז
x 121

Re: אינטערעסאנטע שאלות, קושיות, און היכי תמצא'ס

פאוסט דורך אהבת עולם »

נאכן דאס שרייבן האב איך געטראפן א מהרש"ם אין דעת תורה (סי ק"ב):
ונ”ל דאם עמד להתפלל במקום שרבים עוברים, כגון באמצע ביהכנ”ס, דמי לקבר המזיק את הרבים שמותר לפנותו ואינו תופס מקומו, ועיין יו”ד סי’ שסד סעיף ה’ [דאפי' נקבר שם מדעת בעל השדה מותר לפנותו], ועדיין צ”ע.
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4061
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11259

Re: אינטערעסאנטע שאלות, קושיות, און היכי תמצא'ס

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

@נקודות טובות אונז ווארטמער פאר די 'מעין קורס'...
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1657
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4041

Re: אינטערעסאנטע שאלות, קושיות, און היכי תמצא'ס

פאוסט דורך נקודות טובות »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 2:25 pm @נקודות טובות אונז ווארטמער פאר די 'מעין קורס'...
סארי, ראנג אדרעס. דאס דארפסטו בעטן פון @שואל כענין דאס איז זיין טעמע.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4061
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11259

Re: אינטערעסאנטע שאלות, קושיות, און היכי תמצא'ס

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 12:21 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 2:25 pm @נקודות טובות אונז ווארטמער פאר די 'מעין קורס'...
סארי, ראנג אדרעס. דאס דארפסטו בעטן פון @שואל כענין דאס איז זיין טעמע.
אפשר בעטסטו אים?...
שרייב פאוסט