נייעס פון קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5262
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9706

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Delivered.jpg
Delivered.jpg (152.41 KiB) געזען געווארן 1199 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5262
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9706

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שטימט NO! פארוואס?

אויפ'ן היי יעריגן בעלאט, ערשיינט איין פראפאזעל אויף די צווייטע זייט, גערופן "פראפאזעל 1", וואו מען קען שטימען "יא" אדער "ניין".

דער פראפאזעל צילט צו טוישן נקודות אין די "סטעיט קאנסטיטוציע" אז די ליבעראלע געזעצגעבער אין ניו יארק זאל ווערן ערלויבט צו דורכפירן אומגעוואונטשענע גוי'אישע געזעצן. (די פעדעראלע ריכטער האבן מיט עטליכע יאר צוריק באשטימט אז די סטעיט'ס זאלן אליין באשטימען די סארט אגענדעס)

טראץ וואס דער לשון אינעם פראפאזעל גיט א גאר ברייטע רעכט אויף געזעצן וואס קען גיין פיל ברייטער ווי ניו יארקער ווילן בכלל, דאך האבן אבער די דעמאקראטן באשלאסן אז זיי גייען דאס יא דורכפירן כדי אז צוערשט זאל מער נישט זיין קיין יסודות'דיגע אפהאלט אויף גארנישט, און פון דא און ווייטער זאלן זיי קענען אליינס דן זיין אויף יעדע געזעץ וואס און וויאזוי דאס צו מאכן.

די אפשטימונג צו דורכפירן דעם פראפאזעל איז געווארן אויפגעברענגט אין אלבאני סיי אינעם סענאט און סיי אינעם אסעמבלי. אינעם סענאט דורך ליז קרוגער פון מאנהעטן, און אין אסעמבלי דורך רעבעקא סאורייט פון די אפפער איסט סייד.

האבנדיג די שטיצע פון אלע דעמאקראטישע פירער מגדול ועד קטן, איז עס אדורך אין סטעיט סענאט מיט 43 קעגן 20, און אינעם אסעמבלי מיט 97 קעגן 46.

יעצט אז עס איז באשטעטיגט געווארן דער פראפאזעל מיט א ריזן רוב, ליגט עס טאקע אויפ'ן בעלאט, און אלס אידישע קינדער וועלכע שפייען אויס די אלע געמיינע ליבעראלע אגענדעס ליגט א חוב צו שטימען NO.

היות א טייל פון די אנ"ש סעמפל בעלאטס האבן נאכנישט געהאט די אינפארמאציע איבער די "פראפאזעל 1" שטימע, איז וויכטיג צו דערמאנען אז:

יעדער זאל איבערדרייען דעם בעלאט און שטימען NO אויף די פראפאזעל וועלכע גיט א קאסטיטוציאנאלע רעכט צו מעגן דורכפירן אומגעוואונטשענע ליבעראלע געזעצן

כאטש וואס עס איז ערווארטעט אז 10 מיליאן מענטשן וועלן שטימען דערויף אין ניו יארק, און עס איז נישט מסתבר אז אונזערע שטימען זאלן אויסמאכן אויף א פראפאזעל, דאך קען מען קיינמאל נישט וויסן אויב עס וועט ארויסקומען א שמאלע אויסגאנג און אונזער שטימע וועט אויך דארט קענען מאכן א חילוק!!!
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12263

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אויב ממעג פרעגן פאר וואס האט ר אהרן בנציון ווידער געזאגט אז ער איז אין שטיצע פון די פלאן??
@דער תהלים איד
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5262
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9706

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 4:00 pm אויב ממעג פרעגן פאר וואס האט ר אהרן בנציון ווידער געזאגט אז ער איז אין שטיצע פון די פלאן??
@דער תהלים איד
וואו האט עס אזוי געזאגט?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5262
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9706

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

הונדערטער אידן וועלכע ווילן זיכער מאכן נישט צו פארפאסן זייער שטימע, זענען שוין ארויס אין די "עירלי חסד" וואוטס, אין טאון.

אומזינסטע באסעס טראגן דעם עולם אהין און צוריק יעדע האלבע שעה.
פיילס
YST_2940.JPG
YST_2940.JPG (310.64 KiB) געזען געווארן 969 מאל
YST_2901.JPG
YST_2901.JPG (323.61 KiB) געזען געווארן 969 מאל
YST_2884.JPG
YST_2884.JPG (327.14 KiB) געזען געווארן 969 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3783
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10086

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 5:52 pm הונדערטער אידן וועלכע ווילן זיכער מאכן נישט צו פארפאסן זייער שטימע, זענען שוין ארויס אין די "עירלי חסד" וואוטס, אין טאון.

אומזינסטע באסעס טראגן דעם עולם אהין און צוריק יעדע האלבע שעה.
די עולם דארף אין אכט נעמען אז דאס איז נישט געאייגנט פאר יעדעם, כ"ש נישט פאר בחורים וכדו'. ס'איז א גויאישע מצב דארט.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1264
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2070

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פשוט און גראד »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 6:29 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 5:52 pm הונדערטער אידן וועלכע ווילן זיכער מאכן נישט צו פארפאסן זייער שטימע, זענען שוין ארויס אין די "עירלי חסד" וואוטס, אין טאון.

אומזינסטע באסעס טראגן דעם עולם אהין און צוריק יעדע האלבע שעה.
די עולם דארף אין אכט נעמען אז דאס איז נישט געאייגנט פאר יעדעם, כ"ש נישט פאר בחורים וכדו'. ס'איז א גויאישע מצב דארט.
לייק איז עכט נישט געניג. אשריך!!
וואף
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 7:44 pm
x 3

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך וואף »

איינער זאגט מיר אז מען קען יעצט באקומען vouchers פונקט ווי אין די city. איז עס אמת?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5262
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9706

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

טאון אף מאנרא, אנגעפירט דורך טאוני קארדאון (סופערווייזער) און דארי האולל (עקטינג סופערווייזער, רעפ. סענאט קאנדידאט), זיגן אין סופרים קאורט אין זייער קאמף צו עלימינירן "ווילעדזש אף סעווען ספרינגס"


נאך לאנגע יארן ראנגלענישן, האט (דער רעפובליקאנער) טאוני קארדאון, מיטגליד אין "יונייטעד מאנרא", באוויזן א קאורט געווינס, נאכ'ן זיך שלאגן אז די נייע וולעדזש געזעץ דורכגעפירט לעצטע יאר אין (די דעמאקראטישע) סענאט און אסעמבלי, זאל אפעקטירן אויך די סעווען ספרינגס אפליקאציע.

די סעווען ספרינגס ווילעדזש אפליקאציע איז געווארן אריינגעגעבן נאכדעם וואס קרית יואל האט אויסגעארבעט מיט "טאוני קארדאון" סופערווייזער פון טאון אף מאנרא און מיט'ן דאן-נישט-אינדארסירטער "דזשעימס סקופיס", אז מען פארקלענערט די דעמאלסדיגע אנעקסעישן און מען לאזט ארויס טייל פון די מאנרא-שטחים, וועלכע מען פארשפרעכט צו לאזן רוען אויף 10 יאר, הויפזעכטליך אריינגערעכנט סעווען ספרינגס. דער דיעל האט ערמעגליכט פאר קרית יואל ארויסצוגיין פון א דירות קריזיס, און וועט לאזן פרובירן צו אנעקסירן "פון מאנרא" הערשט אין 5 יאר פון היינט צוטאג (פון וואודבורי קען מען יא אנעקסירן).

ווי גוט דאס איז געווען פאר די שטאט, האט עס אבער שווער באטראפן די אייגנטומער פון שטחים אין סעווען ספרינגס, דעריבער האבן טייל פון זיי באשלאסן צו אויסשפילן די דיעל, און גיין אליינס אן קרית יואל וואס דאן זענען זיי נישט געבינדן צו קיינעמס אפמאכן... און פארמירן א אייגענע ווילדזש. זייער אייגענע ווילעדזש אפליקאציע איז געגאנגען נישט בלויז אויף יענע 250 עיקער וואס איז ארגינעל געווען אינעם אנעקסעישן, נאר געפארן ווילד אזש ביז איבער טויזנט עיקער!... ארייננעמענדיג אויך די שטייער-רייכע "מאנרא קאמאנס" (האום דיפאו, BJ, וואלמארט, אא"וו).

קארדאון און סקופיס זענען ביידע געווען גאר אנגעפאטשט פון אזא פראסק, און יעדער האט זיך גענומען ארבעטן אויף זיין פראנט דאס צו עלימינירן. (באזונדער איז געווען א מערכה מיט קרית יואל ווילעדזש, נישט איבער די ווילעדזש בכלל, נאר איבער די מאפע, ווען קרית יואל האט געפאדערט ארויסצולאזן אירע ארטיגע שטחים, וואס יענע האבן נישט געוואלט כדי צו קענען אריינעמען די מאנרא קאמאנס און די שווימער שטח, אבער דאס האט שוין געהאלטן פאר א שליכטונג, ווען נישט עס איז אריינגעקומען די פלאקן אין די גאנצע מעגליכקייט, ואכמ"ל).

אין די צייט וואס קארדאון און האולל האבן דאס באקעמפט דורך די עצם פראצעדור, מיט'ן שלעפן עטליכע יאר נישט צו אננעמען די אפליקאציע, און ענדליך ווען די קאורט האט זיי געצווינגען עס יא אנצונעמען האבן זיי עס געעפנט און גלייך געטראפן אז ס'איז פסול... וואס האט געזאלט פירן צו ווייטערדיגע קאורטס, האט אבער סקופיס אויך געטון שריט אויף זיין פראנט, און אויפגעברענגט א געזעץ אין אלבאני וואס זאל טוישן די פראצעדור פון ווילעדזשעס.

אינצווישן האט דער שלום דיעל מיט קרית יואל געברענגט אז סקופיס זאל שוין אינגאנצן שלום מאכן מיט די שטאטישע אינטערעסן, אין די צייט וואס קארדאון און האולל האבן יא ממשיך געווען - עד היום - צו שטערן און אפהאלטן יעדע זאך וואס איז נאר אין די הענט פון א טאון. דעם קאמף מיט סעווען ספרינגס, וואס איז אים געווען א פערזענליכע פראסק, האט אבער סקופיס יא אנגעהאלטן, און ביי יעדע סעסיע האט ער פריש ארויפגעלייגט זיין ביל.

כאטש זיין ביל איז למעשה אלעמאל געבליבן שלאפן, איז עס אבער לעצטע יאר געווארן מיטגעלייגט מיט א ענליכע ביל פונעם סענאט מעדזשארעטי לידער סטוארט קאזינס, וואס האט געוואלט דורכפירן די זעלבע און נאכמער רעפארמירונגען צוליב א געפעכט אין וועסטשעסטער קאונטי, און ביידע בילס אינאיינעם זענען אינאיינעם באשטעטיגט געווארן (כאטש די צווייטע ביל אנטהאלט אלעס, גיט מען אבער דעם כבוד נישט צו אוועקווארפן דעם פריערדיגן ביל, אזוי אז סקופיס זאל נאך אויך אפיציעל האבן מצליח געווען).

סעווען ספרינגס האט אבער נאך געהאט א מהלך פון נוצן די קאורט צו זאגן אז דער נייער געזעץ איז נישט חל אויף זיי, און דעמאלס וואלטן זיי געקענט זיך ווייטער ראנגלען מיט'ן טאון צו אננעמען זייער אפליקאציע. דא האט די טאון אף מאנרא געקעמפט דערקעגן ענטפערנדיג אז דער געזעץ איז יא חל אויף סעווען ספרינגס, ווען דאס האט גוט אריינגעשפילט אין די ריכטיגע צייט פאר קארדאון און האולל, זינט קארדאון שטיפט יעצט א א געווינס פאר דארי האולל צו ווערן דער סענאטאר, וואו זי לויפט אויף די רעפובליקאנע טיקעט קעגן סקופיס, און מיט אזא פאטש וואס זיי דערלאנגען פאר די סעווען ספרינגס ווילעדזש נעמען זיי אוועק די קרעדיט פון סקופיס און נעמען עס פאר זיך, ברענגענדיג צו זיך שטיצע פון אלע ארומיגע נישט אידן.

דער שפיל איז זיי געלונגען און טאקע פונקט יעצט האט דער געריכט געגעבן אן ארדער לטובת קארדאון און האולל, און ארויסגעווארפן די ביטע פון די סעווען ספרינגס אפליקאנטן.

קארדאון האט ארויסגעגעבן אן אפיציעלע פרעס רעליס צו באגריסן דעם געווינס, זאגנדיג אז דער סעווען ספרינגס אפליקאציע איז פשוט געווען אזוי פעלערדיג אז עס האט בכלל נישט געהאט קיין שאנס צו באקומען זיין אפראוועל, און אלע פארצויגענע געפעכטן מצד די אפליקאנטן זענען נאר א ענדלאזע קראד געים פאר גארנישט.

עס איז אלעמענס האפענונג אז דאס זאל כאטש נישט שטערן די השתדלות אויף שפעטער, נאך די דערמאנטע 10 יאר, און עס איז אויך צום האפן אז מיט דעם קאורט געווינס פון קארדאון און האולל זאלן זיי זיך בארואיגן און זעטיגן, און כאטש אפלאזן די תושבי קרית יואל פאר וועמען זיי לייגן מערערע שטיינער ביי יעדע פראיעקט וואס גרעניצט זיך מיט זייער טאון.


*
די געריכט פסק איז שוין אלט א וואך, אבער נעכטן איז עס ערשינען אין די לאקאלע פרעסע, נאך א פרעס רעליס פון קארדאון:

https://www.thephoto-news.com/news/loca ... -MN3816086


דער געריכט ארדער וואס גיט א זיג פאר'ן טאון (לעצטע זייט)
SS.jpg
SS.jpg (134.77 KiB) געזען געווארן 803 מאל
לייבל בעל עגלה
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 11:44 am
x 1

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך לייבל בעל עגלה »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 4:00 pm אויב ממעג פרעגן פאר וואס האט ר אהרן בנציון ווידער געזאגט אז ער איז אין שטיצע פון די פלאן??
@דער תהלים איד
https://www.dropbox.com/scl/fi/6ermou97 ... 7swgg&dl=0
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1571
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1685

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שבת קודש »

@דער תהלים איד די נומער 50.000 תשב''ר אין די מוסדות איז נישט די ריכטיגע נאמבער
ווי אונז קען מיר דעם רבי'ן איז שווער צו גלייבן אז די רבי האט דאס געזאגט
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1640
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3517

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

לייבל בעל עגלה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 12:46 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 4:00 pm אויב ממעג פרעגן פאר וואס האט ר אהרן בנציון ווידער געזאגט אז ער איז אין שטיצע פון די פלאן??
@דער תהלים איד
https://www.dropbox.com/scl/fi/6ermou97 ... 7swgg&dl=0
איך קען נישט דעם ווידער און איך ווייס נישט וועלכע רב ער פרעגט אזעלכע שאלות. אבער פארשטיין קען איך אים. מען רעדט דאך נישט דא פון קיין ספעציפישע געזעץ נאר פון א בלאסע קאנסטיטושן וואס ערלויבט צו מאכן וועלכע געזעץ מען וויל. סאו דא געשעט נאך גארנישט נאר עס ווערט עיקוואל רייט צו מאכן געזעצן וואס ביים מאכן די געזעץ קען ער עקסטער שטימען דערקעגן. און אין די זעלבע צייט לויפט ער אין ניו יארק וואו צוויי דריטל אסעמבלי און צוויי דריטל סענאט וואוט אויף יא און אויב גייט ער אויף ניין פארלירט ער זיכער.
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 677
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1236

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 1:12 pm השתדלות אויף יעדן שטיינדל! כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א) רייזט קיין מאנסי אינאיינעם מיט עסקני קרית יואל, זיך טרעפן מיט'ן ספיקער פונעם פעדעראלער קאנגרעס "מייק דזשאנסן", אינאיינעם מיט זיין לאקאלער קאנדידאט פאר קאנגרעס, מייק לאולער.

דאס קומט אין א צייט וואס דער רבי שליט"א איז כידוע טיף פארטון אין שתדלנות צו ראטעווען דאס יהדות ניו יארק פון די גזירות על הדת ובפרט דער גזירת החינוך, און טוט אלעס וואס נאר מעגליך, אויף א פרעצעדענטלאזער שטייגער, אז די היי יעריגע וואלן זאלן דינען דעם ציל בס"ד.

טראץ וואס די חינוך פראבלעם איז א ניו יארק'ע "סטעיט" נושא, וואס דא אין ניו יארק קענען נאר די דעמאקראטן דורכפירן געזעצן, איז אבער דא פארשידענע פונקטן וואו דער "פעדעראלער" רעגירונג קען צונוץ קומען. מצד אחד איז עס די דעמאקראטישע קאנגרעסלייט און סענעטארן, וואס זייער כח איז צו האבן א העכערע ווארט צו שטיפן די דעמאקראטישע סטעיט רעגירונג באאמטע צו שטיין אויף אונזער זייט אין א גורל'דיגע מינוט.

מצד שני איז עס די רעפובליקאנע קאנגרעסלייט און סענעטארן, און אזוי אויך דער פרעזידענט קאנדידאט דאנאלד טראמפ, וועלכע קענען בעתיד מעגליך פאקטיש דורכפירן פעדעראלע הילף כלפי רעליגיעזע פרייהייט בכלליות, צו פארזיכערן דאס קענען פראקטיצירן אונזער רעליגיע אן קיין "לעגאלע שנאת הדת" קונצן.

נאכדעם וואס אין קרית יואל זעלבסט האט דער רבי שליט"א גענוצט איין זייט מטבע, מיט'ן זיך טרעפן מיט'ן דעמאקראטישער קאנגרעס לידער (מעגליך צוקונפטיגע ספיקער, אויב דעמאקרטאן געוונען קאנגרעס) "האקים דזשעפריס" און דאן אינדארסירן דעם דעמאקראטישער קאגרעסמאן פעט רייען וועלכע איז א גוטער פריינט און ארבעט פאר אונזער טובה, האט דער רבוש"ע געגעבן א מעגליכקייט אויך צו נוצן די צווייטע זייט, דורך דעם וואס אין מאנסי איז דא א גוטער פריינט אין קאנגרעס פון די רעפובליקאנע זייט. דעריבער איז יעצט דער רבי געפארן קיין מאנסי זיך צו טרעפן מיט'ן מאכטפולער רעפובליקאנער סענאט ספיקער מייק דזשאנסאן, און דערביי אויך מיט'ן רעפובליקאנער מייק לאולער צו ווערן אינדארסירט צו ערהאלטן די שטימען פון אנ"ש אין מאנסי.

פאר דעם השתדלות האט דער רבי אויך גענוצט די פארבינדונגען וואס "קרית יואל" האט זיך ב"ה ערווארבן מיט די רעפובליקאנע פארטיי אין וואשינגטאן, זייענדיג די שלוחים פון רבי'ן אויף די טאג-און-נאכט השתדלות פאר צורכי היהדות החרדית אין ניו יארק.

דער זיצונג איז אריבער גאר ווארעם מיט א שטארקע פארשטענדעניש אויף אונזערע געברויכן, ווען דערביי האט דזשאנסאן זיך אויך שטארק באדאנקט אויף דעם וואס אנ"ש האט אינדארסירט דעם געוועזענעם פרעזידענט טראמפ, נאכ'ן זיך טרעפן מיט זיין טיעם אינעם טראמפ טאוער פאר די זעלבע צוועקן וואס ווערן דא אויסגעשמועסט.

דער רבי האט דערציילט פאר'ן ספיקער וויפיל קינדער אונזערע מוסדות איבער ניו יארק האבן ב"ה שטייענדיג ביי ארום 50,000 תשב"ר בליעה"ר, וואס האט שטארק עושה רושם געווען און געברענגט גרויס התפעלות. בפרטיות האט דער רבי גערעדט איבער די שיינע קהלה אין מאנסי מיט אזויפיל הונדערטער משפחות, זעגנדיג אז ווען מען קוקט זיך אום דא זעט מען די זיסע פירות פון אונזער חינוך.

ר' גדלי' סעגעדין האט געזאגט פאר'ן ספיקער "די עדיוקעישן דעפט. וויל מיר זאלן זיין 'סובסטענשל עקוויווילענט' צו די לימודים פון פובליק שולע, מיר זאגן אבער, מ'דארף קוקן אויב מיר זענען סובסטענשל עקוויווילענט ביי די 'רעזולטאטן'... די פירות פון אונזער חינוך! עס איז נישטא קיין קרימינאלן, עס איז דא ריזיגע ביזנעסלייט, א לעבעדיגע עקאנאמיע, א הערליכע האוזינג מארקעט, אא"וו".

עס איז צום האפן אז די השתדלות זאל עושה רושם זיין לטובה בס"ד, און אז דער ציבור וואס קוקט זיך צו און זעט די מסירת נפש פונעם מנהיג העדה אין די יעצטיגע קריטישע תקופה, וועט אודאי פארשטיין די נחיצות אליינס אוועקצוגעבן כאטש די פאר מינוט וואס עס דויערט צו גיין שטימען, און ארויסקומען מאסנווייז צו שטארקן דעם "אנ"ש בלאק וואוט" און דעמאנסטרירן אונזער כח וואס איז דער איינציגסטער סיבה וואס ברענגט די אלע פאליטיקאנטן אונז צו קעגנקומען, ובשם ה' נעשה ונצליח, מיט יעדנס ביסעלע הילף!
וואס האט די נייעס מיט קרית יואל??
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1129
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3811

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 1:37 pm וואס האט די נייעס מיט קרית יואל??
ווייל די השתדלות איז פארגעקומען דורך דער רב פון די עירוב אין קרית יואל, אינאיינעם מיטן קרית יואל'ן ווילידזש אדמיניסטראטאר.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3783
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10086

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

לייבל בעל עגלה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 12:46 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 4:00 pm אויב ממעג פרעגן פאר וואס האט ר אהרן בנציון ווידער געזאגט אז ער איז אין שטיצע פון די פלאן??
@דער תהלים איד
https://www.dropbox.com/scl/fi/6ermou97 ... 7swgg&dl=0
אויף שמעון ראלניצקיס האטליין זאגט ער אז ר' אהרן בנציון האט שפעטער פארעפנטליכט א סעיטמענט וואו ער ציט צוריק פון וואס ער האט געזאגט און שטעלט קלאר זיין קעגנערשאפט צו פראפ' 1 און ערקלערט וויאזוי ס'איז פארגעקומען אזא טעות אז ער האט עס יא געשטיצט ביים דעבאטע.
ר' משה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:02 pm
x 187

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך ר' משה »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 1:50 pm
לייבל בעל עגלה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 12:46 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 4:00 pm אויב ממעג פרעגן פאר וואס האט ר אהרן בנציון ווידער געזאגט אז ער איז אין שטיצע פון די פלאן??
@דער תהלים איד
https://www.dropbox.com/scl/fi/6ermou97 ... 7swgg&dl=0
אויף שמעון ראלניצקיס האטליין זאגט ער אז ר' אהרן בנציון האט שפעטער פארעפנטליכט א סעיטמענט וואו ער ציט צוריק פון וואס ער האט געזאגט און שטעלט קלאר זיין קעגנערשאפט צו פראפ' 1 און ערקלערט וויאזוי ס'איז פארגעקומען אזא טעות אז ער האט עס יא געשטיצט ביים דעבאטע.
א סטעיטמענט ווי? אידיש? ענגליש?
אוועיטער
פעיק ניוז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 489
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1046

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פעיק ניוז »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 1:36 pm
לייבל בעל עגלה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 12:46 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 4:00 pm אויב ממעג פרעגן פאר וואס האט ר אהרן בנציון ווידער געזאגט אז ער איז אין שטיצע פון די פלאן??
@דער תהלים איד
https://www.dropbox.com/scl/fi/6ermou97 ... 7swgg&dl=0
איך קען נישט דעם ווידער און איך ווייס נישט וועלכע רב ער פרעגט אזעלכע שאלות. אבער פארשטיין קען איך אים. מען רעדט דאך נישט דא פון קיין ספעציפישע געזעץ נאר פון א בלאסע קאנסטיטושן וואס ערלויבט צו מאכן וועלכע געזעץ מען וויל. סאו דא געשעט נאך גארנישט נאר עס ווערט עיקוואל רייט צו מאכן געזעצן וואס ביים מאכן די געזעץ קען ער עקסטער שטימען דערקעגן. און אין די זעלבע צייט לויפט ער אין ניו יארק וואו צוויי דריטל אסעמבלי און צוויי דריטל סענאט וואוט אויף יא און אויב גייט ער אויף ניין פארלירט ער זיכער.
זיכער איז עס א געזעץ. די קאנסטיטוציע איז א געזעץ, און זאגן אז עס איז נישט ערלויבט פאר קיין שום מענטש צו דיסקרימינירן און צוריקווייזן סערוויסעס וכדומה פון קיין שום מענטש אין סיי וועלכן יארגאנג, באזירט אויף רעליגיע אדער שבעת המינים אידענטיטעט, איז פאקטיש א געזעץ. א איד (אויך א גוי) טאר אזאנס נישט העלפן דורכגיין.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3241
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3747

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 4:00 pm אויב ממעג פרעגן פאר וואס האט ר אהרן בנציון ווידער געזאגט אז ער איז אין שטיצע פון די פלאן??
@דער תהלים איד
1000337077.jpg
1000337077.jpg (56.98 KiB) געזען געווארן 402 מאל
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1640
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3517

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

פעיק ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 2:17 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 1:36 pm
לייבל בעל עגלה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 12:46 pm

https://www.dropbox.com/scl/fi/6ermou97 ... 7swgg&dl=0
איך קען נישט דעם ווידער און איך ווייס נישט וועלכע רב ער פרעגט אזעלכע שאלות. אבער פארשטיין קען איך אים. מען רעדט דאך נישט דא פון קיין ספעציפישע געזעץ נאר פון א בלאסע קאנסטיטושן וואס ערלויבט צו מאכן וועלכע געזעץ מען וויל. סאו דא געשעט נאך גארנישט נאר עס ווערט עיקוואל רייט צו מאכן געזעצן וואס ביים מאכן די געזעץ קען ער עקסטער שטימען דערקעגן. און אין די זעלבע צייט לויפט ער אין ניו יארק וואו צוויי דריטל אסעמבלי און צוויי דריטל סענאט וואוט אויף יא און אויב גייט ער אויף ניין פארלירט ער זיכער.
זיכער איז עס א געזעץ. די קאנסטיטוציע איז א געזעץ, און זאגן אז עס איז נישט ערלויבט פאר קיין שום מענטש צו דיסקרימינירן און צוריקווייזן סערוויסעס וכדומה פון קיין שום מענטש אין סיי וועלכן יארגאנג, באזירט אויף רעליגיע אדער שבעת המינים אידענטיטעט, איז פאקטיש א געזעץ. א איד (אויך א גוי) טאר אזאנס נישט העלפן דורכגיין.
פיילס
Screenshot 2024-10-31 142121.png
Screenshot 2024-10-31 142121.png (118.46 KiB) געזען געווארן 388 מאל
אוועיטער
פעיק ניוז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 489
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1046

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פעיק ניוז »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 2:21 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 2:17 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 1:36 pm

איך קען נישט דעם ווידער און איך ווייס נישט וועלכע רב ער פרעגט אזעלכע שאלות. אבער פארשטיין קען איך אים. מען רעדט דאך נישט דא פון קיין ספעציפישע געזעץ נאר פון א בלאסע קאנסטיטושן וואס ערלויבט צו מאכן וועלכע געזעץ מען וויל. סאו דא געשעט נאך גארנישט נאר עס ווערט עיקוואל רייט צו מאכן געזעצן וואס ביים מאכן די געזעץ קען ער עקסטער שטימען דערקעגן. און אין די זעלבע צייט לויפט ער אין ניו יארק וואו צוויי דריטל אסעמבלי און צוויי דריטל סענאט וואוט אויף יא און אויב גייט ער אויף ניין פארלירט ער זיכער.
זיכער איז עס א געזעץ. די קאנסטיטוציע איז א געזעץ, און זאגן אז עס איז נישט ערלויבט פאר קיין שום מענטש צו דיסקרימינירן און צוריקווייזן סערוויסעס וכדומה פון קיין שום מענטש אין סיי וועלכן יארגאנג, באזירט אויף רעליגיע אדער שבעת המינים אידענטיטעט, איז פאקטיש א געזעץ. א איד (אויך א גוי) טאר אזאנס נישט העלפן דורכגיין.
ערשטנס, זייט ווען פארלאזט מען זיך אויף טשעט דזשי.פי.טי. פאר קראנטע פאקטן?

צווייטנס, ליין עס בעיון וועסטו זען אז די אימפאקט איז גלייך וויבאלד מען קען דיר גלייך אנקלאגן אויב דו טוסט סיי וואס עס פארלעצט די אמענדמענט, סאו עס איז געהעריג א געזעץ שוין פון יעצט און ער ווארפט סתם זאמד אין די אויגן.

דריטנס, אפילו אויב די עפעקט איז נישט באלד, טאר מען עס נישט שטיצן וויבאלד עס צילט צו צוימען רעליגיעזע און מאראלישע פראקטיצירונג בשייכות אנדערע.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2414
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6323

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

ווען מיר זיצן אינדערהיים אויפ'ן קאוטש, קייען און שפייען פאפיטעס,
זיצן זיי אויף שפילקעס ביי א זיצונג אין אלבאני.

ווען מיר זיצן און פארברענגען מיט אונזערע קינדערלעך, א קארעלע ארויף א לעגא מענטשעלע אראפ,
זיצן זיי און פארברענגען מיט שתדלנות ביי די פאליטישע ערוועלטע.

ווען מיר זיצן אויף בעיקערטאון אין טרעפיק, פייפן און שעלטן, און טרייבן קאטאוועס דערפון,
זיצן זיי אין ביוראקראטישע טרעפיק, און זיי ברעכן ווענט צו ברענגען דעם לעזונג.

ווען מיר פארשטייפן דעם ראבער אויפ'ן בארד נאכ'ן מקוה, פלעטשקענענדיג אינעם גזירת החינוך מערכה,
זענען זיי פארנומען פארשטייפן די קשרים מיט פאליטיקאנטן, צו ברענגען דעם ישועה.

ווען מיר זיצן אין אפיס און ארבעטן געשמאק, אויף אונזער רוטינער סדר היום,
עקזיסטירט ביי זיי נישט קיין רוטין, נאר אלעס דרייט זיך למעלה מן הזמן לטובת הכלל.

ווען מיר בויען א קאריערע און ערפארונג, יעדער אין זיין פאך,
בויען זיי ערפארונג אין די פאליטישע וועלט, און אין די וועלט פון שתדלנות.



מיט וועלכע פרעכהייט קענען מיר אפילו פרובירן צו טשעלענדזשן זייערס א מיינונג ווען עס קומט צו אריינוועלן די פאליטישע באאמטע?
מיט וועלכע פרעכהייט קענען מיר קריגן מיט זיי, ווען זיי זענען די וואס ברעכן אייז פאר אונז ביי אט די ערוועלטע חברה?


מיט וועלכע שכל באשליסט א מענטש אז "דאס זענען מיינע רעכטן, און איך וועל אליינס באשליסן"???
דו וועסט באשליסן? באזירט אויף וואס?

גייט מיר נישט אין קאפ.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פעיק ניוז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 489
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1046

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פעיק ניוז »

ווייל מיין רב האט מיר אזוי געזאגט. העפי?
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
פארנומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 122
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:46 pm
x 140

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פארנומען »

פעיק ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 2:35 pm ווייל מיין רב האט מיר אזוי געזאגט. העפי?
געזאגט אז?
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1640
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3517

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

פעיק ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 2:26 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 2:21 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 2:17 pm

זיכער איז עס א געזעץ. די קאנסטיטוציע איז א געזעץ, און זאגן אז עס איז נישט ערלויבט פאר קיין שום מענטש צו דיסקרימינירן און צוריקווייזן סערוויסעס וכדומה פון קיין שום מענטש אין סיי וועלכן יארגאנג, באזירט אויף רעליגיע אדער שבעת המינים אידענטיטעט, איז פאקטיש א געזעץ. א איד (אויך א גוי) טאר אזאנס נישט העלפן דורכגיין.
ערשטנס, זייט ווען פארלאזט מען זיך אויף טשעט דזשי.פי.טי. פאר קראנטע פאקטן?

צווייטנס, ליין עס בעיון וועסטו זען אז די אימפאקט איז גלייך וויבאלד מען קען דיר גלייך אנקלאגן אויב דו טוסט סיי וואס עס פארלעצט די אמענדמענט, סאו עס איז געהעריג א געזעץ שוין פון יעצט און ער ווארפט סתם זאמד אין די אויגן.

דריטנס, אפילו אויב די עפעקט איז נישט באלד, טאר מען עס נישט שטיצן וויבאלד עס צילט צו צוימען רעליגיעזע און מאראלישע פראקטיצירונג בשייכות אנדערע.
ווער איז קראנטער פון אים? אידטיש?... אמת'דיג, ער טרעפט געווענליך זייער קראנטע אינפארמאציע, ביי זאכן וואס זענען אוועילעבל. אבער ביסט גערעכט אז א איד טאר עס לכאורה נישט שטיצן צוליב וואס עס קען נאך ארויסקומען. איך האב נאר געזאגט וואס עס קען זיין דער חשבון פון זאגן אנדערש, בפרט ווען עס האט אזא גרויסע רוב אין אלבאני עניוועי.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5262
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9706

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Anash Official Call.jpg
Anash Official Call.jpg (200.2 KiB) געזען געווארן 1275 מאל
Delivered.jpg
Delivered.jpg (152.41 KiB) געזען געווארן 1275 מאל
Vote No.jpg
Vote No.jpg (149.59 KiB) געזען געווארן 1275 מאל
שרייב פאוסט