דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יעקב הערש פרידריך הי"ו.
ב"ר עמרם בראך הי"ו.
ב"ר יוסף לייב ברוין הי"ו.
בעל תפילה: הב' משה ב"ר זלמן מענדלאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
דער רבי האט געדאווענט מנחה בבית האכסניא ארום 6:45 און מעריב ביים זמן ר"ת,
בעל תפילה: ר' קלמן אליעזר פעקעטע הי"ו.
נאך מעריב איז פארגעקומען א כתיבות אותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' קלמן אליעזר דאנא הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם דאנערשטאג אין ביהמ"ד באונעס איירעס אין ק"י,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די גאנצע משפחה.
~~
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 11:31 am
קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן איז יעצט ביים רבין בבית הרבני הנגיד ר’ אברהם יקותיאל יערמיאש אין מאנסי.
די רבי בלייבט דארט פאר אפרו אדער די רבי קומט צוריק קיין ק"י ? וואס איז מיט שבת ?
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 11:31 am
קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן איז יעצט ביים רבין בבית הרבני הנגיד ר’ אברהם יקותיאל יערמיאש אין מאנסי.
די רבי בלייבט דארט פאר אפרו אדער די רבי קומט צוריק קיין ק"י ? וואס איז מיט שבת ?
דער רבי וויילט בגלילות קר"י, נישט אין מאנסי.
ער איז יעצט געפארן קיין מאנסי מיט ר' גדלי' סעגעדין ספעציעל צוליב די מיטינג מיט ספיקער דזשאנסן.
בצילא דמהימנותא
ארום 11:40 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי ש"ב כ"ק אדמור מוויזניץ מאנסי שליט"א.
דער רבי האט פארלאזט דעם שטוב פון האדמו"ר מוויזניץ שליט"א נאכ'ן באזוך ארום 12:10 אויפ'ן וועג צו בית האכסניא אין די פארשעי געגנט אין מאנסי.
~~
דאס קומט אין א צייט וואס דער רבי שליט"א איז כידוע טיף פארטון אין שתדלנות צו ראטעווען דאס יהדות ניו יארק פון די גזירות על הדת ובפרט דער גזירת החינוך, און טוט אלעס וואס נאר מעגליך, אויף א פרעצעדענטלאזער שטייגער, אז די היי יעריגע וואלן זאלן דינען דעם ציל בס"ד.
טראץ וואס די חינוך פראבלעם איז א ניו יארק'ע "סטעיט" נושא, וואס דא אין ניו יארק קענען נאר די דעמאקראטן דורכפירן געזעצן, איז אבער דא פארשידענע פונקטן וואו דער "פעדעראלער" רעגירונג קען צונוץ קומען. מצד אחד איז עס די דעמאקראטישע קאנגרעסלייט און סענעטארן, וואס זייער כח איז צו האבן א העכערע ווארט צו שטיפן די דעמאקראטישע סטעיט רעגירונג באאמטע צו שטיין אויף אונזער זייט אין א גורל'דיגע מינוט.
מצד שני איז עס די רעפובליקאנע קאנגרעסלייט און סענעטארן, און אזוי אויך דער פרעזידענט קאנדידאט דאנאלד טראמפ, וועלכע קענען בעתיד מעגליך פאקטיש דורכפירן פעדעראלע הילף כלפי רעליגיעזע פרייהייט בכלליות, צו פארזיכערן דאס קענען פראקטיצירן אונזער רעליגיע אן קיין "לעגאלע שנאת הדת" קונצן.
נאכדעם וואס אין קרית יואל זעלבסט האט דער רבי שליט"א גענוצט איין זייט מטבע, מיט'ן זיך טרעפן מיט'ן דעמאקראטישער קאנגרעס לידער (מעגליך צוקונפטיגע ספיקער, אויב דעמאקרטאן געוונען קאנגרעס) "האקים דזשעפריס" און דאן אינדארסירן דעם דעמאקראטישער קאגרעסמאן פעט רייען וועלכע איז א גוטער פריינט און ארבעט פאר אונזער טובה, האט דער רבוש"ע געגעבן א מעגליכקייט אויך צו נוצן די צווייטע זייט, דורך דעם וואס אין מאנסי איז דא א גוטער פריינט אין קאנגרעס פון די רעפובליקאנע זייט. דעריבער איז יעצט דער רבי געפארן קיין מאנסי זיך צו טרעפן מיט'ן מאכטפולער רעפובליקאנער סענאט ספיקער מייק דזשאנסאן, און דערביי אויך מיט'ן רעפובליקאנער מייק לאולער צו ווערן אינדארסירט צו ערהאלטן די שטימען פון אנ"ש אין מאנסי.
פאר דעם השתדלות האט דער רבי אויך גענוצט די פארבינדונגען וואס "קרית יואל" האט זיך ב"ה ערווארבן מיט די רעפובליקאנע פארטיי אין וואשינגטאן, זייענדיג די שלוחים פון רבי'ן אויף די טאג-און-נאכט השתדלות פאר צורכי היהדות החרדית אין ניו יארק.
דער רבי האט דערציילט פאר'ן ספיקער וויפיל קינדער אונזערע מוסדות איבער ניו יארק האבן ב"ה שטייענדיג ביי ארום 50,000 תשב"ר בליעה"ר, וואס האט שטארק עושה רושם געווען און געברענגט גרויס התפעלות. בפרטיות האט דער רבי גערעדט איבער די שיינע קהלה אין מאנסי מיט אזויפיל הונדערטער משפחות, זעגנדיג אז ווען מען קוקט זיך אום דא זעט מען די זיסע פירות פון אונזער חינוך.
ר' גדלי' סעגעדין האט געזאגט פאר'ן ספיקער "די עדיוקעישן דעפט. וויל מיר זאלן זיין 'סובסטענשל עקוויווילענט' צו די לימודים פון פובליק שולע, מיר זאגן אבער, מ'דארף קוקן אויב מיר זענען סובסטענשל עקוויווילענט ביי די 'רעזולטאטן'... די פירות פון אונזער חינוך! עס איז נישטא קיין קרימינאלן, עס איז דא ריזיגע ביזנעסלייט, א לעבעדיגע עקאנאמיע, א הערליכע האוזינג מארקעט, אא"וו".
עס איז צום האפן אז די השתדלות זאל עושה רושם זיין לטובה בס"ד, און אז דער ציבור וואס קוקט זיך צו און זעט די מסירת נפש פונעם מנהיג העדה אין די יעצטיגע קריטישע תקופה, וועט אודאי פארשטיין די נחיצות אליינס אוועקצוגעבן כאטש די פאר מינוט וואס עס דויערט צו גיין שטימען, און ארויסקומען מאסנווייז צו שטארקן דעם "אנ"ש בלאק וואוט" און דעמאנסטרירן אונזער כח וואס איז דער איינציגסטער סיבה וואס ברענגט די אלע פאליטיקאנטן אונז צו קעגנקומען, ובשם ה' נעשה ונצליח, מיט יעדנס ביסעלע הילף!
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 11:31 am
קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן איז יעצט ביים רבין בבית הרבני הנגיד ר’ אברהם יקותיאל יערמיאש אין מאנסי.
פיילס
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יצחק אייזיק שווארטץ הי"ו.
ב"ר אלעזר געשטעטנער הי"ו.
בעל תפילה: ר' יעקב ברמ"ח פריעדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
דער רבי האט געדאווענט מנחה בבית האכסניא ארום 6:40 און מעריב ביים זמן ר"ת,
בעל תפילה: ר' יעקב ברמ"ח פריעדמאן הי"ו.
~~