פיש פיש פיש...

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 260
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 618

פיש פיש פיש...

פאוסט דורך יוחנן כהן »

פיש פיש פיש
גוט אז דו ביסט דא
פיש פיש פיש
אתקינו סעודתא

פיש פיש פיש
אנפילן דעם בויך
פיש פיש פיש
מיט די פיש יאויך


פיינע פיש
אזא גוטע מאכל
געכאפט פריש
פונעם טייכל

יעדער עסט פיש
א גאנצע הויפן פריש


ביי די סעודה'ס
ברענגט מען פיש
ביי שאלעשידע'ס
עסט מען פיש

יעדער עסט פיש
א גאנצע הויפן פריש


יום טוב ווי קען מען
אן קיין פיש
פון פריזער נעמען
פיינע פיש

יעדער עסט פיש
א גאנצע הויפן פריש


ראש השנה'ס
א קאפ פון די פיש
משלוח מנחת
קיארד פיש

יעדער עסט פיש
א גאנצע הויפן פריש


קיינמאל סטאפט מען
די גוטע פיש
פאר שיריים כאפט מען
רינעדיגע פיש

יעדער עסט פיש
א גאנצע הויפן פריש


צדקים מגולגל
אין פיש
געבן א פארטיליג'ל
די פיינע פיש

יעדער עסט פיש
א גאנצע הויפן פריש


נאך אזויפיל עסן יָאם
די פיינע פיש
מיין מויל איז נָאם
פון די פיינע פיש

יעדער עסט פיש
א גאנצע הויפן פריש


איין זאך קען איך דיר זאגן
דו זאלסט מיר נישט בא'שלאגן
איך ווארט שוין א גאנצע וואך
אויף קומענדיגע שבת צו עסן פיש נאך!



פיש פיש פיש
גוט אז דו ביסט דא
פיש פיש פיש
אתקינו סעודתא

פיש פיש פיש
אנפילן דעם בויך
פיש פיש פיש
מיט די פיש יאויך
יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 3:32 pm איפה @מיילעך פריילעך???
פעינטיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm
x 478

Re: פיש פיש פיש...

פאוסט דורך פעינטיג »

:lol: :lol: :lol:

זייער שייין!!
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1114
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3781

Re: פיש פיש פיש...

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

פישיא... אזא פישי ארבעט געמאכט...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2396
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6253

Re: פיש פיש פיש...

פאוסט דורך פופציגער »

:lol:
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
ירא השם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 163
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:21 pm
x 310

Re: פיש פיש פיש...

פאוסט דורך ירא השם »

איינער האט געזען איינעם שטיין אויף די גאס און ווארפט אריין ברעקלעך אין זיין מויל

ווען יענער האט אים געפרעגט פשט דערין, האט ער גענטפערט אז ער פיטערט די פיש
בשם ר' אברהם מרדכי מאלעך
שפיגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:28 pm
x 7

Re: פיש פיש פיש...

פאוסט דורך שפיגל »

די פראבלעם איז נאר אז דו רעדסט פון געפילטע פיש און באמת איז עס נישט קיין עכטע פיש. מקעניש כאפן געפילטע פיש פון וואסער...
איך האב א זיץ אין ראדני נישט אז איך בין א ראדני זיצער.
הוחזק כפרן
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 12:57 am
x 98

Re: פיש פיש פיש...

פאוסט דורך הוחזק כפרן »

איינער וואס גייט שלוש עשרה מידות, און נעמט א לעוואר און לייגט אריין וואסער, געפילטע פיש, מייערן, און זאגט תשליך,

מעג ער עסן די פיש שפעטער אדער נישט?
שפיגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:28 pm
x 7

Re: פיש פיש פיש...

פאוסט דורך שפיגל »

הוחזק כפרן האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 7:58 pm איינער וואס גייט שלוש עשרה מידות, און נעמט א לעוואר און לייגט אריין וואסער, געפילטע פיש, מייערן, און זאגט תשליך,

מעג ער עסן די פיש שפעטער אדער נישט?
די שאלה ווערן געפרעגט ביי רוב פוסקים בענין נעגל וואסער תשעה באב.
איך האב א זיץ אין ראדני נישט אז איך בין א ראדני זיצער.
שרייב פאוסט