
בצל הקודש

=מאנטאג ברכה ב'=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ברמ"י הירש הי"ו.
ב"ר חיים יואל דים הי"ו.
ב"ר יואל שניטצער הי"ו.
ב"ר יעקב אונגאר הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש עטליכע פאליטישע באאמטע וועלכע לויפן פאר ווידערוויילונג, אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה און אסעמבלימאן ר' שמחה אייכענשטיין הי"ו פון ב"פ מגדולי העסקנים למען חינוך הטהור,
עס זענען אריין דער קאנגרעסמאן פון קרית יואל 'פעט רייען' און באזונדער דער סטעיט סענאטער 'דזשעימס סקופיס' אינאיינעם מיט'ן אסעמבלימאן פון קרית יואל געגנט 'קריס עיקוס',
די פאליטיקאנטן האבן ארויס געהויבן זייערע פילע לייסטונגען לטובת די חרדי'שע אידנטום אין ניו יארק בכלליות, און קרית יואל בפרט, און באזונדער ארויסגעברענגט זייערע פעולות לטובת די עתיד החינוך אין ניו יארק, און פעולות פאר ביליגע דירות אין קרית יואל.
דער רבי האט אויסגעשמועסט פילע ענינים ובראשם פארשידענע מהלכים איבער די גזירת החינוך און וואס די יהדות החרדית ערווארט פון זיי, און זיי אנגעוואנטשן לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.
און די נאכמיטאג שעות ארום 4:30 האט רבינו שליט"א פארהערט בביתו נאוה קודש די הונדערטער תלמידי כתה ט' - כתה מכינה לישיבה פון ביידע סניפים פון מוסדותינו הק' אין ק"י אויף גאנץ מסכת קידושין וואס זיי האבן געלערנט במשך די פארגאנגענע יאר,
דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן פאר די מנהלים, און מרביצי תורה, און פאר אלע בחורים.
ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:40 ביז 10:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקודש פנימה לרגל די שידוך שליסן פון החתן בן הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז"ל בן משב"ק הרה"ח ר' יושע הי"ו, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יואל ברש"ח פיש הי"ו,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשוב'ע זיידעס, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה, ובמיוחד פאר משב"ק הרה"ח ר' יושע הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45.
א גוטע נאכט.
~

~