סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 703
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 1240

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך דעת קדשי »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 2:35 pm 🌴בצילא דמהימנותא🌴
מאנטאג וזאת הברכה:

היינט אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 12:30 איז אריין בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש אויף צאנז, קאנגרעסמאן 'פעט רייען' אינאיינעם מיט'ן אסעמבלימאן ר' שמחה אייכנשטיין פון ב"פ, אין באגלייטונג פון די ראשי הנהלת העיר הרה"ח ר' גדלי סעגעדין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ווידער - ראה"ק לרגל די בעפארשטייענדע וואלן,
מהאט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די גזירת החינוך אין ניו יארק, און וואס זיי קענען ארויסהעלפן מיט אלעס וואס איז בידכם, און ער האט פארשפראכן צו מיטארבעטן מיט אלע זאכן וואס וועלן אויפגעברענגט ווערן אנבאלאנגט די גזירת החינוך צו צעשטערן די גזירה,
און רבינו שליט"א האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.

דערנאך ארום 1:00 איז אריין סטעיט סענאטער 'דזשעימס סקופס' אינאיינעם מיט'ן אסעמבלימאן פון קרית יואל געגנט 'קריס עיקוס' אין באגלייטונג פון ר' שמחה אייכנשטיין פון ב"פ, און די ראשי הנהלת העיר הרה"ח ר' גדלי סעגעדין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ראה"ק לרגל די בעפארשטייענדע וואלן,
מהאט א לענגערע צייט דורכגעטון די נושא פון די גזירת החינוך אין ניו יארק, און רבינו שליט"א האט נאכאמאל אויפגעפאדערט ער זאל שטיין צו הילף צו די חרדי'שע אידנטום, אלעס ארויסצוהעלפן צעשטערן די גזירת החינוך,
דערנאך האט מען ארומגערעדט איבער די שטאט קרית יואל, מיט וואס ער קען בייהילפיג זיין פאר אנ"ש תושבי העיר, און בפרט איבער די ביליגע דירות, און רבינו שליט"א האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.
~🌴~
נאכאמאל?
viewtopic.php?p=125320#p125320
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9178

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

🌴בצילא דמהימנותא🌴
הונדערטער בחורים פון כתה מכינה לישיבה קטנה פון ביידע סניפים דמוסדותינו הק' בק"י גייען יעצט אריין בקודש פנימה און וועלן זיך שטעלן צום פארהער אויף גאנץ מסכת קידושין.
~🌴~
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1461
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1502

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך שבת קודש »

די הקפה ניגונים יערליך זענען זייער שיין אבער נישט געמאכט צו טאנצען אויף דעם פאר א שעה צייט א האלבע שעה איז גוט

ווען בערך ענדיגט מען די הקפות צופרי אין אזא יאר ווען ס'איז ערב שבת?
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9178

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

🌴בצל הקודש🌴
זמנים לימים הראשונים של חג הסוכות תשפ"ה בצל הקודש.
~🌴~
פיילס
IMG_20241014_164855_775.jpg
IMG_20241014_164855_775.jpg (131.36 KiB) געזען געווארן 957 מאל
IMG_20241014_164856_089.jpg
IMG_20241014_164856_089.jpg (135.13 KiB) געזען געווארן 957 מאל
IMG_20241014_164855_701.jpg
IMG_20241014_164855_701.jpg (138.15 KiB) געזען געווארן 957 מאל
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9178

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

שמחת בית השואבה
פיילס
IMG_20241014_164855_439.jpg
IMG_20241014_164855_439.jpg (161.78 KiB) געזען געווארן 955 מאל
IMG_20241014_164855_450.jpg
IMG_20241014_164855_450.jpg (177.42 KiB) געזען געווארן 955 מאל
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 372
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 234

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך גראסערי »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 4:31 pm
ווען בערך ענדיגט מען די הקפות צופרי אין אזא יאר ווען ס'איז ערב שבת?
מען קען נישט וויסן

שוין לאנג נישט געווען ער'ש, בפרט אז לעצטענס ענדיגט די רבי שפעטער און שפעטער אזש מען האט ממש נישט געהעריג צייט צו זיך וואשן פאר 72

די שאלה איז, וויאזוי עס וועט זיין ווען עס איז נוגע לקדושת שבת
קיין נפקמ
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 2:15 pm
x 21

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך קיין נפקמ »

גראסערי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 4:53 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 4:31 pm
ווען בערך ענדיגט מען די הקפות צופרי אין אזא יאר ווען ס'איז ערב שבת?
מען קען נישט וויסן

שוין לאנג נישט געווען ער'ש, בפרט אז לעצטענס ענדיגט די רבי שפעטער און שפעטער אזש מען האט ממש נישט געהעריג צייט צו זיך וואשן פאר 72

די שאלה איז, וויאזוי עס וועט זיין ווען עס איז נוגע לקדושת שבת

אין וומסב"ג האט מען אזא יאר גענדיגט לדוד מזמור א שעה צום זמן הדה"נ. העמיר זעהן וויאזוי דא וועט זיין, א שעה צום זמן איז שוין אויך גענוג שפעט איך גלייב נישט עס וועט זיין שפעטער, אבער מסתם אויך נישט פריער
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9178

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

🌴בצל הקודש🌴
תלמידי כתה מכינה לישיבה ביים זיך שטעלן צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף גאנץ מסכת קידושין, היינט אין די נאכמיטאג שעות בביתו נאוה קודש.
~🌴~
פיילס
IMG_20241014_185254_240.jpg
IMG_20241014_185254_240.jpg (109.27 KiB) געזען געווארן 819 מאל
IMG_20241014_185306_753.jpg
IMG_20241014_185306_753.jpg (142.94 KiB) געזען געווארן 819 מאל
IMG_20241014_185314_106.jpg
IMG_20241014_185314_106.jpg (124.47 KiB) געזען געווארן 819 מאל
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9178

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

🌴בצל הקודש🌴
קאנגערסמאן פון קרית יואל, פעט רייען, וועלכע לויפט פאר ווידערוויילונג, אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה אויף א אסיפה בביתו נאוה קודש ביי רבינו שליט"א, ווי מען האט דן געווען פארשידענע ענינים העומדים על הפרק בנוגע די גזירת החינוך אין ניו יארק און נאך פילע ענינים.
~🌴~
פיילס
IMG_20241014_194550_959.jpg
IMG_20241014_194550_959.jpg (247.8 KiB) געזען געווארן 793 מאל
IMG_20241014_194600_101.jpg
IMG_20241014_194600_101.jpg (248.99 KiB) געזען געווארן 793 מאל
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9178

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

נאך בילדער
פיילס
IMG_20241014_194938_839.jpg
IMG_20241014_194938_839.jpg (261.94 KiB) געזען געווארן 792 מאל
IMG_20241014_194939_128.jpg
IMG_20241014_194939_128.jpg (219.47 KiB) געזען געווארן 793 מאל
IMG_20241014_194938_891.jpg
IMG_20241014_194938_891.jpg (246.41 KiB) געזען געווארן 793 מאל
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 703
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 1240

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך דעת קדשי »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 6:55 pm 🌴בצל הקודש🌴
תלמידי כתה מכינה לישיבה ביים זיך שטעלן צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף גאנץ מסכת קידושין, היינט אין די נאכמיטאג שעות בביתו נאוה קודש.
~🌴~
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9178

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

🌴בצל הקודש🌴
=יום הקדוש שנת תשפ"ה בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס=
► Show Spoiler
► Show Spoiler
~ליל כל נדרי~
► Show Spoiler
~יום הקדוש אינדערפרי~
► Show Spoiler
► Show Spoiler
"ויו''ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש"
► Show Spoiler
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9178

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ברכה ב'=

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר יודא יושע וויינשטאק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל בר"ב גלאנץ הי"ו.
ב"ר יוסף דוד מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר חיים שרגא פריעד הי"ו.
ב"ר מאיר הערש לעווי הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר נחום שמשון עסטרייכער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי געלייגט סכך אין די פריוואטע סוכה בביתו נאוה קודש און דערביי געזאגט לשם צל סוכה, און דער רבי האט איבערגעגעבן פארשידענע הוראות און זיך באדאנקט פאר די בחורים העוסקים במלאכת הקודש צו בויען די סוכה.

אין די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם יו"ט סוכות הבעל"ט,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און דערנאך געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' אברהם יודא הי"ו ובני משפחתו.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שמחה נפתלי קלאגסברוין הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם יו"ט סוכות הבעל"ט אין ביהמ"ד בית אלעזר בשכונת ויואל משה,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און דערנאך געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' שמחה נפתלי הי"ו, פאר אביו הרה"ח ר' שלמה משה הי"ו און פאר די גאנצע משפחה.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער.

~🌴~
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9178

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ברכה ב'=

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ברמ"י הירש הי"ו.
ב"ר חיים יואל דים הי"ו.
ב"ר יואל שניטצער הי"ו.
ב"ר יעקב אונגאר הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש עטליכע פאליטישע באאמטע וועלכע לויפן פאר ווידערוויילונג, אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה און אסעמבלימאן ר' שמחה אייכענשטיין הי"ו פון ב"פ מגדולי העסקנים למען חינוך הטהור,
עס זענען אריין דער קאנגרעסמאן פון קרית יואל 'פעט רייען' און באזונדער דער סטעיט סענאטער 'דזשעימס סקופיס' אינאיינעם מיט'ן אסעמבלימאן פון קרית יואל געגנט 'קריס עיקוס',
די פאליטיקאנטן האבן ארויס געהויבן זייערע פילע לייסטונגען לטובת די חרדי'שע אידנטום אין ניו יארק בכלליות, און קרית יואל בפרט, און באזונדער ארויסגעברענגט זייערע פעולות לטובת די עתיד החינוך אין ניו יארק, און פעולות פאר ביליגע דירות אין קרית יואל.
דער רבי האט אויסגעשמועסט פילע ענינים ובראשם פארשידענע מהלכים איבער די גזירת החינוך און וואס די יהדות החרדית ערווארט פון זיי, און זיי אנגעוואנטשן לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.

און די נאכמיטאג שעות ארום 4:30 האט רבינו שליט"א פארהערט בביתו נאוה קודש די הונדערטער תלמידי כתה ט' - כתה מכינה לישיבה פון ביידע סניפים פון מוסדותינו הק' אין ק"י אויף גאנץ מסכת קידושין וואס זיי האבן געלערנט במשך די פארגאנגענע יאר,
דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן פאר די מנהלים, און מרביצי תורה, און פאר אלע בחורים.

ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה איז געווען פון 8:40 ביז 10:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקודש פנימה לרגל די שידוך שליסן פון החתן בן הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז"ל בן משב"ק הרה"ח ר' יושע הי"ו, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יואל ברש"ח פיש הי"ו,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשוב'ע זיידעס, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה, ובמיוחד פאר משב"ק הרה"ח ר' יושע הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45.

א גוטע נאכט.
~🌴~
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9178

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

ימים הנוראים תשפ''ה בצל הגאון הגדול עמוד ההוראה דומ''ץ קרית יואל שליט''א.

ראש השנה

דעם יו''ט ראש השנה העעל"ט האט הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א ווי יאר יערליך געדאווענט אלע תפילות אין ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל בצל הקודש פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א.

ליל א' דיום טוב נאך מנחה איז הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א ארויף אויפן ארון קודש ביים יערליכן אפיעל לטובת די מבצר הכוללים אין קרית יואל.

נאכן מעמד ברכות הקודש לשנה טובה פארן די ריזן ציבור אלפי ישראל ווען דער רבי שליט''א איז אראפ פונעם ארום קודש האט דער רבי עקסטער געוואונטשן לשנה טובה פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א ולעומתו ברוך יאמרו האט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א צוריקגעוואונטשן פארן רבי'ן לשנה טובה מיט א געוואלדיגע ידידות ואף הוא ענה ואמר אמן.

ווי יאר יערליך האט דער דיין שליט''א געדאווענט דעם ערשטן טאג שחרית לפני התיבה מיט גרויס התעוררות און מיט א געוואלדיגע מתיקות.

דעם צווייטן טאג ביי קריאת התורה איז הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א מכובד געווארן מיט שלישי.

דער דיין שליט''א איז געווען בעל מקריא ביי די תקיעת דמעומד און ביי די תקיעת דמיושב.

צום גדלי' נאכמיטאג האט ביל הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א משתתף געווען ביים דרשת שבת שובה פון רבינו הגה''ק שליט''א אין ביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו.

יום הקדוש

דעם יו''ט יום כיפור העעל"ט האט הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א געדאווענט אלע תפילות אין ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל בצל הגה''צ אבד''ק סאטמאר וומסב''ג שליט''א וועלכע האט געפראוועט אין קרית יואל בשליחות הקודש פונעם פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א

ביי כל נדרי האט הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א און הרב הגאון ר' יוסף הערש סופר שליט''א מו''ץ געהאלטן די ספרי תורה.
יום הקדוש אינדערפרי ביי שחרית האט הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א עולה געווען שלישי.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1002
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3336

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

► Show Spoiler
ער איז גענוג גרויס אן די אדמורות - כנלעפ"ד
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 530
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 928

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בן תורה »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 3:00 am ימים הנוראים תשפ''ה בצל הגאון הגדול עמוד ההוראה דומ''ץ קרית יואל שליט''א.
;)
מכבי
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:45 am
x 52

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מכבי »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 11:08 am
► Show Spoiler
ער איז גענוג גרויס אן די אדמורות - כנלעפ"ד
זאלן די אייניקלעך וואס ווילן גרויס מאכן דעם זיידן זיך אריינלייגן ארויסצוגעבן די בענדער אגלי דבש!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1403
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2848

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

וועלכע אייניקל האט אזוי פיינט זיין זיידן?
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1461
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1502

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך שבת קודש »

וואס זענען די שיעורים דעם חוה''מ אין ק''י? עפעס ספעציעל?
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 166
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 242

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך לאקאלער רב »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 11:08 am
► Show Spoiler
ער איז גענוג גרויס אן די אדמורות - כנלעפ"ד
איינער וויל ס"ה @להגדיל הטראסק ...
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1683
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3039

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך ווער »

UTA Succos.jpg
UTA Succos.jpg (220.62 KiB) געזען געווארן 204 מאל
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1683
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3039

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך ווער »

unnamed - 2024-10-15T150953.235.jpg
unnamed - 2024-10-15T150953.235.jpg (499.43 KiB) געזען געווארן 162 מאל
unnamed - 2024-10-15T151001.430.jpg
unnamed - 2024-10-15T151001.430.jpg (287.79 KiB) געזען געווארן 162 מאל
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1683
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3039

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך ווער »

unnamed - 2024-10-15T150946.641.jpg
unnamed - 2024-10-15T150946.641.jpg (248.2 KiB) געזען געווארן 162 מאל
unnamed - 2024-10-15T150950.419.jpg
unnamed - 2024-10-15T150950.419.jpg (410.67 KiB) געזען געווארן 162 מאל
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1683
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3039

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך ווער »

unnamed - 2024-10-15T151124.281.jpg
unnamed - 2024-10-15T151124.281.jpg (217.11 KiB) געזען געווארן 159 מאל
unnamed - 2024-10-15T151139.607.jpg
unnamed - 2024-10-15T151139.607.jpg (215.6 KiB) געזען געווארן 159 מאל
שרייב פאוסט