צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:21 pm
טראמפ האט געמאלדן אז ער וויל פארמאכן די פעדעראלע עדיוקעישאן דעפארטמענט.
איינער האט געזען זשאנסאן?
דאס איז גרויסע נייעס, און מען קען עס אנקוקן אויף צוויי וועגן כלפי די גזירת החינוך.
פון איין זייט, פארמאגט ער דערווייל עטוואס פעדעראלע קאנטראל וואס ער גייט פארלירן, און אנשטאט לאזן אלע באשלוסן פאר די סטעיט.
מצד שני, וואס איז נוגע די גזירה קען די סטעיט לכאורה אליין צולייגן, ווידעראום צוימען די מאכט וואס די עדיוקעישאן דעפ. האט אויף עלטערן, אדער פארשטארקערן די רעליגיעזע רעכטן, פארדעם דארף ער נישט קיין עדיוקאציע דעפ., דאס ווערט געטון אויפן לעגיסלאטיוון פראנט אן קיינעמס הילף.
זיין עיקר מאכט אויף די סטעיטס איז לכאורה ווען עס קומט צו פעדעראלע געלטער, וואו ער קען דיר סטראשען מיטן צונעמען פאנדינג. דאס טוישט זיך נישט נאכן פארמאכן די עדיוקאציע דעפ.
ווער איז דזשאנסאן, און וואו קומט ער דא אריין אין בילד?