אידישע גראמאטיק

אלעס ארום שרייבעריי און אויסגאבעס
אוועיטער
אהבת עולם
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
Location: אין קלויז
x 111

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך אהבת עולם »

שמעלקא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:01 am
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 4:32 pm
שמעלקא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 10:14 pm
וואס איז מיט דיר? דאס איז פון די גרינגסטע כללים אין אידישער גראמאטיק.

דארט וואו דער ע' קומט נישט דארף מען דאך עס נישט אריינלייגן. דארט וואו ס'איז יא דא, פרוביר ארויסצונעמען דעם ע', וועסטו פארשטיין פארוואס ס'ליגט דארט.
איך האב בקבלה איש מפי איש, אז לא הביישן למד. די גרינגסטע און פשוט'סטע כללים אין גראמאטיק, איז ביי מיר אזוי פרעמד אז עס איז נדמה לי כהר.
פערצופאל מיין איך אז רוב מאל שרייבט איך טאקע אזוי, נישט ווייל איך האב געוויסט די כלל. נאר אזוי האט אין מיינע אויגען אויסגעזעהן צו זיין ריכטיג.

אבער איך האב עטליכע פראגעס אויף דעם. פופצען, אדער פופצן? פופצן ליינט זיך מיר עפעס נישט געשמאק. ואת"ל פופצען מלשון פינף צען, איז די לשון רבים פון קעניג קעניגן אדער קעניגען? און ווי אזוי איז די ספעלינג פון קעניג'טע? און ווי אזוי שרייבט מען אז ער טוט קעניגען אויף צוויי לענדער? אונטערטעניגען אדער אינטערטעניגן? פאראייביגען, אדער פאראייביגן? פארטיידיגען, אדער פארטיידיגן (פארטיידיקן?) איך האב נישט די נערווען צו טראכטען יעצט, אבער עס זענען לכאורה דא נאך אסאך דגמאות.

שאלה צוויי. וואס זענען די כללים ביי רי"ש און למ"ד. שנעלער, שטייטער, עלטער, אינגער, מעקער. פעקל, גלעקל, דעקל, רעקל, קאפל, בערשטל. פאר א רי"ש וועט אלעמאל קומען אן עין, און פאר א למ"ד נישט? און אויב אזוי איז אינגל רינגל ריכטיג, און נישט אינגעל רינגעל?

ובדרך אגב, דו שרייבסט פאר אן עין, ווייל מיר ווייסען די כלל אז פאר אן אל"ף אדער אן עי"ן שרייבט מען אן און נישט א. ווען מען שרייבט ער איז א איד, שרייבט מען נישט ער איז אן איד. האט דאס עפעס כללים, אדער נאר וויבאלד מיר זאגן יוד אנשטאט איד?

ואגב דאגב. ווי אזוי שרייבט מען. זען אדער זעהן? אים אדער איהם? צען אדער צעהן? מנחם מענדל פלעגט שרייבען איהם זעהן וכדו', און דערפאר שרייבט איך ע"פ רוב אויך אזוי, אבער איז דאס ריכטיג?
קודם לערן זיך אויס דעם כלל: מ'שרייבט נישט קיין שטומע עינ'ס, אויסער וואו דער כלל איז בפירוש אז יא. אלזא, פופצן.

לשון רבים פון קעניג איז קעניגן. און א פרוי-קעניג איז קעניגין, ווי ביי אסאך ווערטער וואס ביי דעם לשון נקיבה קומט צו דער -ין סופיקס. און אויך טוט ער קעניגן אויף אסאך לענדער.

ער טוט קעניגן אויפ'ן לאנד, טוט אונטערטעניגן זיינע בירגער, טוט פאראייביגן זיין אנדענק, און טוט פארטיידיגן (נישט פארטיידיקן, ווי די יידישיסטן פלעגן שרייבן) זיינע רעכטן.

איבער דעם עין פאר א ריש אדער למד, ווענדט זיך פון וואס דאס ווארט איז צוזאמענגעשטעלט. ביי די ווערטער וואס דו ברענגסט מיט -ער איז דער -ער א סופיקס וואס איז צוגעקומען צום שטאם פון ווארט ביים קאמפאראטיוו (אינגער, נאנטער) אדער ביים טוער - דער וואס טוט (א מעקער, א זינגער, א שניידער), און דער למד, ביי די ווערטער וואס דו ברענגסט צו, איז צוגעקומען אלס סופיקס ביים דימינוטיוו אלס בלויזער למד (ראק - רעקל, בארשט - בערשטל). טראכט אויך וויאזוי מ'זאגט ארויס די ווערטער, שנעלער און עלטער זאגט מען ארויס אנדערש ווי גלעקל און דעקל. דארט איז עס גארנישט קיין שטומער עין. אינגל און רינגל זענען אלזא ריכטיג.

יא, דער כלל איז אז ס'ווענדט זיך וויאזוי מ'זאגט ארויס דאס ווארט. נאר אויב איז עס מיט'ן אלף/עין קלאנג שרייבט מען אַן אנשטאט אַ.

מ'שרייבט אויך נישט קיין שטומע הא'ס. זען, אים, צען. מנחם מענדל איז געווען פון די אמאליגע שרייבערס וואס פלעגן נאך יא אריינלייגן שטומע הא'ס און עינ'ס.
וואס האלטסטו איבער טויזענטער/טויזנטער, הויזען/הויזן און ענליכס?
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 428
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1195

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

אהבת עולם האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 10:31 pm
► Show Spoiler
וואס האלטסטו איבער טויזענטער/טויזנטער, הויזען/הויזן און ענליכס?
די וועלט שרייבט טויזענטער, הויזן.
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)

צוברעקל נישט דיין הארץ!
viewtopic.php?t=2330
אוועיטער
אהבת עולם
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
Location: אין קלויז
x 111

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך אהבת עולם »

מיינע פאעזיעס האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 6:44 am
אהבת עולם האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 10:31 pm
► Show Spoiler
וואס האלטסטו איבער טויזענטער/טויזנטער, הויזען/הויזן און ענליכס?
די וועלט שרייבט טויזענטער, הויזן.
איך שרייב אויך אזוי, אבער א מגיה האט מיר לעצטנס 'פארראכטן' און געשריבן טויזנטער במקום טויזענטער.
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
אוועיטער
שמעלקא
מנהל המערכת
פאוסטס: 275
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:23 am
x 183

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שמעלקא »

אהבת עולם האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 10:31 pm
שמעלקא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:01 am
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 4:32 pm

איך האב בקבלה איש מפי איש, אז לא הביישן למד. די גרינגסטע און פשוט'סטע כללים אין גראמאטיק, איז ביי מיר אזוי פרעמד אז עס איז נדמה לי כהר.
פערצופאל מיין איך אז רוב מאל שרייבט איך טאקע אזוי, נישט ווייל איך האב געוויסט די כלל. נאר אזוי האט אין מיינע אויגען אויסגעזעהן צו זיין ריכטיג.

אבער איך האב עטליכע פראגעס אויף דעם. פופצען, אדער פופצן? פופצן ליינט זיך מיר עפעס נישט געשמאק. ואת"ל פופצען מלשון פינף צען, איז די לשון רבים פון קעניג קעניגן אדער קעניגען? און ווי אזוי איז די ספעלינג פון קעניג'טע? און ווי אזוי שרייבט מען אז ער טוט קעניגען אויף צוויי לענדער? אונטערטעניגען אדער אינטערטעניגן? פאראייביגען, אדער פאראייביגן? פארטיידיגען, אדער פארטיידיגן (פארטיידיקן?) איך האב נישט די נערווען צו טראכטען יעצט, אבער עס זענען לכאורה דא נאך אסאך דגמאות.

שאלה צוויי. וואס זענען די כללים ביי רי"ש און למ"ד. שנעלער, שטייטער, עלטער, אינגער, מעקער. פעקל, גלעקל, דעקל, רעקל, קאפל, בערשטל. פאר א רי"ש וועט אלעמאל קומען אן עין, און פאר א למ"ד נישט? און אויב אזוי איז אינגל רינגל ריכטיג, און נישט אינגעל רינגעל?

ובדרך אגב, דו שרייבסט פאר אן עין, ווייל מיר ווייסען די כלל אז פאר אן אל"ף אדער אן עי"ן שרייבט מען אן און נישט א. ווען מען שרייבט ער איז א איד, שרייבט מען נישט ער איז אן איד. האט דאס עפעס כללים, אדער נאר וויבאלד מיר זאגן יוד אנשטאט איד?

ואגב דאגב. ווי אזוי שרייבט מען. זען אדער זעהן? אים אדער איהם? צען אדער צעהן? מנחם מענדל פלעגט שרייבען איהם זעהן וכדו', און דערפאר שרייבט איך ע"פ רוב אויך אזוי, אבער איז דאס ריכטיג?
קודם לערן זיך אויס דעם כלל: מ'שרייבט נישט קיין שטומע עינ'ס, אויסער וואו דער כלל איז בפירוש אז יא. אלזא, פופצן.

לשון רבים פון קעניג איז קעניגן. און א פרוי-קעניג איז קעניגין, ווי ביי אסאך ווערטער וואס ביי דעם לשון נקיבה קומט צו דער -ין סופיקס. און אויך טוט ער קעניגן אויף אסאך לענדער.

ער טוט קעניגן אויפ'ן לאנד, טוט אונטערטעניגן זיינע בירגער, טוט פאראייביגן זיין אנדענק, און טוט פארטיידיגן (נישט פארטיידיקן, ווי די יידישיסטן פלעגן שרייבן) זיינע רעכטן.

איבער דעם עין פאר א ריש אדער למד, ווענדט זיך פון וואס דאס ווארט איז צוזאמענגעשטעלט. ביי די ווערטער וואס דו ברענגסט מיט -ער איז דער -ער א סופיקס וואס איז צוגעקומען צום שטאם פון ווארט ביים קאמפאראטיוו (אינגער, נאנטער) אדער ביים טוער - דער וואס טוט (א מעקער, א זינגער, א שניידער), און דער למד, ביי די ווערטער וואס דו ברענגסט צו, איז צוגעקומען אלס סופיקס ביים דימינוטיוו אלס בלויזער למד (ראק - רעקל, בארשט - בערשטל). טראכט אויך וויאזוי מ'זאגט ארויס די ווערטער, שנעלער און עלטער זאגט מען ארויס אנדערש ווי גלעקל און דעקל. דארט איז עס גארנישט קיין שטומער עין. אינגל און רינגל זענען אלזא ריכטיג.

יא, דער כלל איז אז ס'ווענדט זיך וויאזוי מ'זאגט ארויס דאס ווארט. נאר אויב איז עס מיט'ן אלף/עין קלאנג שרייבט מען אַן אנשטאט אַ.

מ'שרייבט אויך נישט קיין שטומע הא'ס. זען, אים, צען. מנחם מענדל איז געווען פון די אמאליגע שרייבערס וואס פלעגן נאך יא אריינלייגן שטומע הא'ס און עינ'ס.
וואס האלטסטו איבער טויזענטער/טויזנטער, הויזען/הויזן און ענליכס?
ווי שוין געשריבן שרייבט מען היינט אן די שטומע עינ'ס. אלזא, טויזנטער און הויזן.
אוועיטער
שמעלקא
מנהל המערכת
פאוסטס: 275
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:23 am
x 183

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שמעלקא »

וואלף האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 11:10 am
פנים חדשות האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 2:42 pm
ווער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 10:41 am unnamed - 2024-09-11T104046.497.jpgunnamed - 2024-09-11T104048.744.jpgunnamed - 2024-09-11T104050.792.jpg
ביישפיללאזע שפאנונג... קאשמארנע גזירת הגיוס...

נייע ווערטער?
ביישפיללאזע איז פיין (שלאפלאזע פאר א ביישפיל), קאשמארנדע (קאשמארענדע?) איז בעסער ווי קאשמארנע
כנלע"ד
@שמעלקא
ביישפיללאז איז טעכניש אויסגעהאלטן גראמאטיש, אבער אין אזא פאל ניצט מען פרעצעדענטלאז, וואס שטייט שוין אין יענער אומקלאסיש געשריבענער שורה.

אין נחום סטוטשקאוו'ס 'אוצר פון דער יידישער שפראך' טרעפט מען שוין קאשמאריג, קאשמאריש, און קאשמארנע (אויף וואס ער צייכנט אן אז אין קולטורשפראך איז עס נישט אויסגעהאלטן), אבער קאשמארנד(יג) איז זיכער נישט ריכטיג, אויב עפעס קאשמארדיג וואס כ'האב נאכנישט געזען אין ערגעץ.
אוועיטער
אהבת עולם
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
Location: אין קלויז
x 111

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך אהבת עולם »

@פעיק ניוז @גרינגראז און יעדער וואס האלט פון 'אטענטאט' איבער 'אטענטאט פארזוך', איך האב נישט געוואלט ציען די שמועס דארטן, ברענג איך עס אהער.

די צד פון 'אטענטאט פארזוך' איז נישט געבויט אויף א פשוטע טעות אין לשון בני אדם, א שטייגער ווי מאנכע וועלן נוצן די ווארט 'קאנספיראציע' צו באצייכענען א מיינונג אלס 'קאנספיראציע טעאריע'...

דא איז עס אן ערנסטן מיינונגספארשידנהייט צווישן עטליכע ווערטערביכער, א טייל שרייבן 'אטענטאט' און אנדערע פראמינענטע שרייבן 'אטענטאט פארזוך'.

ממילא די וואס נעמען די צד פון שרייבן 'אטענטאט' דארפן נעמען אין באטראכט אז: א. דאס גייט אוועק פון לשון בני אדם און צעמישט דעם ליינער. ב. אפילו על צד מען דארף שרייבן ריכטיג, ויקוב הדין את ההר, איז אין דעם פאל אויף נישט זיכער אז דאס איז די ריכטיגע וועג.
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 123
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 87

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

אהבת עולם האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 4:20 pm @פעיק ניוז @גרינגראז און יעדער וואס האלט פון 'אטענטאט' איבער 'אטענטאט פארזוך', איך האב נישט געוואלט ציען די שמועס דארטן, ברענג איך עס אהער.

נישט ריכטיג.

קיין איין ווערטערבוך זאגט נישט אז מיינט נישט א פארזוך.
אוועיטער
אהבת עולם
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
Location: אין קלויז
x 111

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך אהבת עולם »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 5:17 pm

א. ראטה ווערטערבוך.
אטען 17.jpg
אטען 17.jpg (33.83 KiB) געזען געווארן 117 מאל
ווילנער ווערטערבוך מיט א פשרה...
Scr.png
Scr.png (239.1 KiB) געזען געווארן 117 מאל
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1412
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2895

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

הוהא. עס איז מיר א פארגעניגן צו זען אז איך בין גערעכט געווען.
אוועיטער
אהבת עולם
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
Location: אין קלויז
x 111

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך אהבת עולם »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 6:02 pm הוהא. עס איז מיר א פארגעניגן צו זען אז איך בין גערעכט געווען.
ביידע זענען בעצם גערעכט.

אגב, אסאך מער ביכער שרייבן יא אז עס מיינט א מארד פארזוך. איך ברענג נאר ארויס אז עס איז דא צוויי צדדים.
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1412
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2895

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

איך זע אין ביידע זי זעלבע. אטענטאט מיינט א רציחה, און אטענטאט פארזוך מיינט אן אומגעלונגענער דערפון.
אוועיטער
פעיק ניוז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 194
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 323

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך פעיק ניוז »

שכח פאר'ן ברענגען די אנדערע זייט.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 123
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 87

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

אהבת עולם האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 6:01 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 5:17 pm
אהבת עולם האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 4:20 pm @פעיק ניוז @גרינגראז און יעדער וואס האלט פון 'אטענטאט' איבער 'אטענטאט פארזוך', איך האב נישט געוואלט ציען די שמועס דארטן, ברענג איך עס אהער.

די צד פון 'אטענטאט פארזוך' איז נישט געבויט אויף א פשוטע טעות אין לשון בני אדם, א שטייגער ווי מאנכע וועלן נוצן די ווארט 'קאנספיראציע' צו באצייכענען א מיינונג אלס 'קאנספיראציע טעאריע'...

דא איז עס אן ערנסטן מיינונגספארשידנהייט צווישן עטליכע ווערטערביכער, א טייל שרייבן 'אטענטאט' און אנדערע פראמינענטע שרייבן 'אטענטאט פארזוך'.

ממילא די וואס נעמען די צד פון שרייבן 'אטענטאט' דארפן נעמען אין באטראכט אז: א. דאס גייט אוועק פון לשון בני אדם און צעמישט דעם ליינער. ב. אפילו על צד מען דארף שרייבן ריכטיג, ויקוב הדין את ההר, איז אין דעם פאל אויף נישט זיכער אז דאס איז די ריכטיגע וועג.
נישט ריכטיג.

קיין איין ווערטערבוך זאגט נישט אז מיינט נישט א פארזוך.
א. ראטה ווערטערבוך.אטען 17.jpg
ווילנער ווערטערבוך מיט א פשרה...Scr.png
אדרבא, היא גופא!

א. ראטה איז קיין ווערטערבוך נישט, ס'איז א ווערטער אוצר.

ווילנער ווערטערבוך איז דן, אויב ס'מיינט "אויך" א געלונגענער מארד. דאס איז אמאל זיכער אז א מארד-פרואוו איז דער אריגינעלער באדייט.

וע"ז כתבתי נישטא קיין איין ווערטערבוך וואס זאגט קלאר אז ס'מיינט "נישט" א מארד פארזוך.
אוועיטער
גרינגראז
פרישער באניצער
פאוסטס: 78
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:42 pm
x 255

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך גרינגראז »

אהבת עולם האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 4:20 pm @פעיק ניוז @גרינגראז און יעדער וואס האלט פון 'אטענטאט' איבער 'אטענטאט פארזוך', איך האב נישט געוואלט ציען די שמועס דארטן, ברענג איך עס אהער.

די צד פון 'אטענטאט פארזוך' איז נישט געבויט אויף א פשוטע טעות אין לשון בני אדם, א שטייגער ווי מאנכע וועלן נוצן די ווארט 'קאנספיראציע' צו באצייכענען א מיינונג אלס 'קאנספיראציע טעאריע'...

דא איז עס אן ערנסטן מיינונגספארשידנהייט צווישן עטליכע ווערטערביכער, א טייל שרייבן 'אטענטאט' און אנדערע פראמינענטע שרייבן 'אטענטאט פארזוך'.

ממילא די וואס נעמען די צד פון שרייבן 'אטענטאט' דארפן נעמען אין באטראכט אז: א. דאס גייט אוועק פון לשון בני אדם און צעמישט דעם ליינער. ב. אפילו על צד מען דארף שרייבן ריכטיג, ויקוב הדין את ההר, איז אין דעם פאל אויף נישט זיכער אז דאס איז די ריכטיגע וועג.
וואס קען איך דיר העלפן?? וואו האב איז געשריבן ווען אן אטענטאט??
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 17

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך קלוגער חכם »

גרינגראז האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 11:20 pm
אהבת עולם האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 4:20 pm @פעיק ניוז @גרינגראז און יעדער וואס האלט פון 'אטענטאט' איבער 'אטענטאט פארזוך', איך האב נישט געוואלט ציען די שמועס דארטן, ברענג איך עס אהער.

די צד פון 'אטענטאט פארזוך' איז נישט געבויט אויף א פשוטע טעות אין לשון בני אדם, א שטייגער ווי מאנכע וועלן נוצן די ווארט 'קאנספיראציע' צו באצייכענען א מיינונג אלס 'קאנספיראציע טעאריע'...

דא איז עס אן ערנסטן מיינונגספארשידנהייט צווישן עטליכע ווערטערביכער, א טייל שרייבן 'אטענטאט' און אנדערע פראמינענטע שרייבן 'אטענטאט פארזוך'.

ממילא די וואס נעמען די צד פון שרייבן 'אטענטאט' דארפן נעמען אין באטראכט אז: א. דאס גייט אוועק פון לשון בני אדם און צעמישט דעם ליינער. ב. אפילו על צד מען דארף שרייבן ריכטיג, ויקוב הדין את ההר, איז אין דעם פאל אויף נישט זיכער אז דאס איז די ריכטיגע וועג.
וואס קען איך דיר העלפן?? וואו האב איז געשריבן ווען אן אטענטאט??
ער רעדט ווארשיינליך פון א אנדערע קאליר @גראז
שרייב פאוסט