די רבי האט אים אנגעוואונטשען בזה הלשון: זאלסט מאכן אסאך געלט און געבן אסאך געלט.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 3:08 pmאויגעלעך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 2:06 pmפארציילט מיר א אינגערמאן אז נאך די קביעות מזוזה איז ר' עקיבא הערש צוגעגאנגען צו רבינו שליט"א אין איבער געגעבן א ענוועלאופ זאגנדיג אז ר' מאיר (הירש) האט אים געזאגט אז לכבוד די מקח (לכאורה קניית השטח ברחוב קארלסבורג) פאסט צו געבן א נדבה פאר יטב לב...► Show Spoiler
אשריכם קרית יואל: אזעלכע נדיבים, אזעלכע מנהלי המוסדות!!
נישט אוועקצונעמען די גוטע געפיל פון די מעשה... אבער כ'האב געפרעגט איינעם וואס איז געשטאנען דארט, און עקיבא הערש האט ס"ה געזאגט נאר דאס: "מאיר האט מיר געזאגט אז היי יאר זאל איך עס געבן פרי ס'זאל נאך אנקומען קיין א"י גענוג פאר יו"ט, איז געבליבן איך זאל עס געבן דא פאר'ן רבי'ן".
דאס מיינט אז ס'איז לכאורה א יערליכע נדבה פאר די יו"ט חלוקה פון יטב לב.
נייעס פון קרית יואל
- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 785
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 898
Re: נייעס פון קרית יואל
Re: נייעס פון קרית יואל
ק''פדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 12:40 am
בילדער פונעם מעמד קביעת מזוזה:
YST_3628.jpg
YST_3655.jpg
YST_3690.jpg
YST_3753.jpg
YST_3713.jpg
YST_3776.jpg
YST_3794.jpg
שמחת העיר:
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א עפנט טויערן פון נייעם ברייטער "גמ"ח לאָקאַל" ביים בנין ביהמ"ד הגדול
"גמ"ח שערי טובה" חסדי מנחם זאב ווערט פאַרברייטערט מיט אַריבערציאונג צו נייע געשמאַקע לאָקאַציע וואָס וועט ערמעגליכן צו סערווירן מער טעג, מער שעות, פער פקדונות, מער הלואות בע"ה
23 יאָר פון חסד ווערט פאַרברייטערט נאָכ'ן אָפצייכענען 10,000 הלואות פון אַרום 140 מיליאָן דאָלאַר!!! פאַר אנ"ש תושבי העיר
פרעכטיגער לאָקאַציע עפנט זיך פאַר'ן ברייטן ציבור היינט דאָנערשטאָג נאַכט אום 9:00
מיט פריידיגע געמיטער טוען טויזנטער תושבי קרית יואל אויפנעמען די גינסטיגע בשורה איבער די פאקטישע פתיחת שערים און אפיציעלע עפענונג פון די נייע גרויסע לאקאציע פונעם בארימטן "גמ"ח שערי טובה – חסדי מנחם זאב" דקהל יטב לב, וואס איז שוין אצינד אין פולע פונקציאנירונג און ווירבלט שוין מיט די אומאפשטעלבארע מעשי החסד פאר די טויזנטער תושבי העיר.
די נייע לאקאציע פונעם גמ"ח איז הינטער'ן מזרח-וואנט פונעם ביהמ"ד הגדול, וואו ס'איז געווארן אויפגעבויט שפאגל-פריש א גרויסע און לופטיגע מקום רחבת ידים, פראקטיש און באקוועם אויסגעשטעלט צו באדינען און סערווירן די טויזנטער געניסער וואס זענען נהנה פונעם גמ"ח בכל עת ועונה.
לרגל די פתיחת שערים איז נעכטן מיטוואך כי תצא נאכמיטאג אפגעהאלטן געווארן א גייסטרייכער מעמד "קביעת מזוזות", ווען מ'האט דערביי זוכה געווען מקבל צו זיין פני כ"ק מרן רבינו שליט"א, וועלכער האט קובע געווען א מזוזה און דערביי מעריך געווען א שלחן לחיים לרגל די פריידיגע מאורע פון מרים זיין דעם עמוד החסד אינעם עיר החסד קרית יואל.
אנקומענדיג צום בנין הגמ"ח האט דער רבי שליט"א צוערשט קובע געווען א מזוזה אויפ'ן הויפט טויער, און דערנאך האט געקלאפט א מזוזה אינעם בנין דער בונה ומקים עולמות של תורה וחסד הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו, פון די הויפט נדבנים צום אריגינעלן גמ"ח, ביים התייסדות בשנת תשס"א, און בטוב לבו הזהב האט ער אצינד ווידער מנדב געווען דעם נייעם לאקאל.
דערויף האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א מסיבת לחיים, וואו עס זענען אנוועזנד געווען די געערטע ראשי הקהלה שיחיו און די חשוב'ע געטרייע עושי חסד, די עסקני הגמ"ח, וועלכע געבן זיך אוועק במסירה נאמנה מיט'ן באדינען דעם ציבור און מיט אלע צרכי הגמ"ח.
עס האט אויפגעטרעטן דער איש חי ורב פעלים כהנא חסידא הרה"ח ר' אברהם יהושע גלאנץ הי"ו חבר הנהלת הגמ"ח, וועלכער האט אראפגעשילדערט די היסטאריע פונעם גמ"ח וואס איז נתייסד געווארן 23 יאר צוריק, און פון א קליינעם פארנעם איז עס אויסגעשטיגן אלס א צענטראלע אדרעס פאר טויזנטער תושבי העיר וחברי הקהלה וועלכע זענען כסדר נהנה דערפון, און האט שוין במשך די יארן פון עקזיסטענץ ארויסגעבארגט פאר'ן ציבור א מולטי סך הכל פון "140 מיליאן דאלאר"!
ווי אויך האט ר' אברהם יהושע מבשר טוב"ה געווען, אז צווישן די פארברייטערטע סערוויסעס וואס ווערט יעצט אויסגעארבעט, איז דאס ארויסגעבן גרעסערע הלוואות פאר חתונה מאכן אדער צו קויפן א דירה, וכדומה.
דער רבי שליט"א האט מאציל געווען ברכת קדשו פאר אלע משתתפים, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש, ארויסהייבנדיג די גרויסקייט און וויכטיגקייט פונעם גמ"ח וואס העלפט דעם ציבור מיט הלוואות, אלעס בדרך כבוד און בסבר פנים יפות, זיך אויסדרוקנדיג אז בארגן געלט איז אסאך מאל וויכטיגער ווי געבן געלט, און דער חסד דערפון איז עד אין לשער.
מיט דעם איז אפיציעל געעפנט געווארן די טויערן פונעם גמ"ח המורחבת, וואס אפערירט שוין פולקאם אינעם נייעם לאקאל אנגעהויבן פון היינטיגן דאנערשטאג, דערווייל אין די ביז-היינטיגע באשטימטע שעות, ווען שוין אין די קומענדיגע טעג וועט אריינגיין אין קראפט די נייע פארברייטערטע שעה'ן און די פרישע סערוויסעס וואס ווערן אימפלעמענטירט, ווי עס וועט באזונדער געמאלדן ווערן בקרב העיר, צו די אויסטערלישע הנאה און צופרידנהייט פון אלע תושבי קרית יואל.
רבינו שליט"א ביים קובע זיין די מזוזה נעכטן מיטוואך נאכמיטאג:
דער לופטיגער געשמאקער לאקאל פון וואו מען וועט בעז"ה באדינען דעם ציבור מיט די אלעמען באקאנטע העפליכע סערוויס און איבערגעגעבנקייט ובפרט פאר פקדונות, וואס ווערט אצינד נאך ברייטער און בעסער, און וועט אי"ה אויטאמאטיש אויך ערמעגליכן צו פארברייטערן די הלואות אא"וו:
ביים מעמד לחיים נאכ'ן קובע זיין די מזוזה, אינאיינעם מיט ראשי קהלה, עושי החסד, ועסקני הקהלה:
דער רבי שליט"א הערט מיט צופרידנהייט א באריכט פונעם גמ"ח און די חסדים וואס קומען ארויס דערפון, פון הרבני הנכבד מו"ה אברהם יושע גלאנץ הי"ו, מייסד ומנהל הגמ"ח:
ביים וואונטשן פאר'ן נדבן פונעם לאקאל הרבני הנכבד מו"ה עקיבא צבי קליין הי"ו, וואס דזייענדיג פון די מקימי הגמ"ח ווערט דער גמ"ח גערופן על שם אביו "חסדי מנחם זאב"
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
Re: נייעס פון קרית יואל
*מש״ה ידבר, והציבור יעננו בקול:*
האַרציג אַנטשלאָסענע ״הננו״ דעקלעראַציעס ביי ריי פּריוואַטע קאָנפערענצן דורכ׳ן העלדישן מנכ״ל צייגן אז גאנץ קרית יואל איז בדעה ובעצה אחת לפני המקו״ם, צו בויען בלי גבול!
10 נעכט, 10 פּריוואַטע פּאַרלאָר-אסיפות בביתו של המנכ״ל ברענגען שטוינענדערע רעזולטאַטן מיט מיליאָנען אין צילן פון קרית יואל׳ס אנשי פּעולה!
פאַר צוויי וואָכן נאָכאַנאַנד האָבן זיך די ענג-פּריוואַטע קאָנפערענצן געצויגן, באופן פּנימי, ביים אדמיניסטראטער אין שטוב, וועלכער האָט געעפנט שערי ביתו פאַר אַן ערך פון ״10 קאָנפערענצן״ לענגאויס 10 באַזונדערע נעכט!
יעדע נאכט באזונדער שטייט מען און מען שטוינט!
אנדערע נעכט, אנדערע טאַטעס. אַנדערע וואָכן, אנדערע אנשי פּעולה, אנדערע יארגענג. אבער איין צד השוה איז דורכגעפלאָכטן צווישן זיי: דער געפיל!!! דער אדיר וחזק׳דיגער איבערצייגונג אז מיר דארפן געבן כל אשר לנו בעד נפשינו ובעד דורותינו!

- פיילס
-
- IMG-20240911-WA0036.jpg (61.35 KiB) געזען געווארן 2286 מאל
-
- IMG-20240911-WA0035.jpg (79.39 KiB) געזען געווארן 2286 מאל
-
- IMG-20240911-WA0034.jpg (111.39 KiB) געזען געווארן 2286 מאל
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5228
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9596
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 68
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 7:39 pm
- x 156
Re: נייעס פון קרית יואל
איך הער אז נעכטן ביי די גרויסע מעמד אין בית רחל איז דער עולם נישט אנגעקימען. זעיט אויס די הייפ איז שוין נישט אזוי הויעך און דער עולם גייט שוין צוריק צום נארמאלזילבער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:18 pm *מש״ה ידבר, והציבור יעננו בקול:*
האַרציג אַנטשלאָסענע ״הננו״ דעקלעראַציעס ביי ריי פּריוואַטע קאָנפערענצן דורכ׳ן העלדישן מנכ״ל צייגן אז גאנץ קרית יואל איז בדעה ובעצה אחת לפני המקו״ם, צו בויען בלי גבול!
10 נעכט, 10 פּריוואַטע פּאַרלאָר-אסיפות בביתו של המנכ״ל ברענגען שטוינענדערע רעזולטאַטן מיט מיליאָנען אין צילן פון קרית יואל׳ס אנשי פּעולה!
פאַר צוויי וואָכן נאָכאַנאַנד האָבן זיך די ענג-פּריוואַטע קאָנפערענצן געצויגן, באופן פּנימי, ביים אדמיניסטראטער אין שטוב, וועלכער האָט געעפנט שערי ביתו פאַר אַן ערך פון ״10 קאָנפערענצן״ לענגאויס 10 באַזונדערע נעכט!
יעדע נאכט באזונדער שטייט מען און מען שטוינט!
אנדערע נעכט, אנדערע טאַטעס. אַנדערע וואָכן, אנדערע אנשי פּעולה, אנדערע יארגענג. אבער איין צד השוה איז דורכגעפלאָכטן צווישן זיי: דער געפיל!!! דער אדיר וחזק׳דיגער איבערצייגונג אז מיר דארפן געבן כל אשר לנו בעד נפשינו ובעד דורותינו!
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 725
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
- x 1188
Re: נייעס פון קרית יואל
איך פארשטיי נישט. ווי איז אביסל הכרת הטוב?האקט א טאג האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 2:04 pmאיך הער אז נעכטן ביי די גרויסע מעמד אין בית רחל איז דער עולם נישט אנגעקימען. זעיט אויס די הייפ איז שוין נישט אזוי הויעך און דער עולם גייט שוין צוריק צום נארמאלזילבער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:18 pm *מש״ה ידבר, והציבור יעננו בקול:*
האַרציג אַנטשלאָסענע ״הננו״ דעקלעראַציעס ביי ריי פּריוואַטע קאָנפערענצן דורכ׳ן העלדישן מנכ״ל צייגן אז גאנץ קרית יואל איז בדעה ובעצה אחת לפני המקו״ם, צו בויען בלי גבול!
10 נעכט, 10 פּריוואַטע פּאַרלאָר-אסיפות בביתו של המנכ״ל ברענגען שטוינענדערע רעזולטאַטן מיט מיליאָנען אין צילן פון קרית יואל׳ס אנשי פּעולה!
פאַר צוויי וואָכן נאָכאַנאַנד האָבן זיך די ענג-פּריוואַטע קאָנפערענצן געצויגן, באופן פּנימי, ביים אדמיניסטראטער אין שטוב, וועלכער האָט געעפנט שערי ביתו פאַר אַן ערך פון ״10 קאָנפערענצן״ לענגאויס 10 באַזונדערע נעכט!
יעדע נאכט באזונדער שטייט מען און מען שטוינט!
אנדערע נעכט, אנדערע טאַטעס. אַנדערע וואָכן, אנדערע אנשי פּעולה, אנדערע יארגענג. אבער איין צד השוה איז דורכגעפלאָכטן צווישן זיי: דער געפיל!!! דער אדיר וחזק׳דיגער איבערצייגונג אז מיר דארפן געבן כל אשר לנו בעד נפשינו ובעד דורותינו!
ווען א אדמינסטראטאר - ובפרט פון א אפסטעיט מוסד ווי ס'איז נישט דא קיין וואטשערס און יעדע פעיראל גרעניץ זיך מיט מסירות נפש ממש - שטרעקט אויס א האנט פאר סופארט מעג מען און מ'דארף אים עס געבן.
רוטין איז אבסולוטלי נישט קיין ענטפער.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3615
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 9465
Re: נייעס פון קרית יואל
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 3:31 pm unnamed - 2024-09-13T152919.713.jpg
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5228
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9596
Re: נייעס פון קרית יואל
וועלעכע קיאסק איז ביליג נאר פאר מענער, אין שטעטל ?
Re: נייעס פון קרית יואל
פאליציי מאכט א גרינטליכע טשעק פאונט אויפן 32 זוכענדיג א פארדעכטיגן
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 126
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
- Location: KJ
- x 282
Re: נייעס פון קרית יואל
עפעס העווי קימט פאר אויף צאנז קארט איינער ווייסט וואס
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5228
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9596
Re: נייעס פון קרית יואל
דעמאקראטישער קאנגרעס לידער אויף א באזוך און מיטינג. גייט שוין אן א שיינע שטיק צייט. איך האלט אינמיטן שרייבן די דיטעיעלס וויפיל איך ווייס שוין, איך שיק בקרוב.Monroe On Scene האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 4:03 pm עפעס העווי קימט פאר אויף צאנז קארט איינער ווייסט וואס
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5228
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9596
Re: נייעס פון קרית יואל
ערנסטע און פרעצעדענטלאזע השתדלות למען יהדות ניו יארק איז ממשיך!
אין די מינוטן איז ערשינען אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) דער מינאריטי לידער פונעם קאנגרעס, דער דעמאקראטישער קאנגרעס פירער האקים דזשעפריס, אין באגלייטונג פונעם קרית יואל באפריינדעטער קאנגרעסמאן פעט רייען, אויף א געסקעדזשולטע הויכראנגיקע שתדלנות מיטינג.
דער באזוך איז אראנדזשירט געווארן עפ"י בקשתו פונעם רבי'ן, האבנדיג אויפ'ן סדר היום עטליכע פלענער און בקשות, הויפזעכטליך צוויי הויפט טאפיקס, דער גזירת החינוך אין ניו יארק, און אפארדעבל האוזינג.
אויפ'ן פעלד פון חינוך איז דא פארשידענע מהלכים וועלכע ליגן אויפ'ן טיש וויאזוי דער פעדעראלער רעגירונג קען בעתיד האפנטליך שטיין צוהילף פאר די מוסדות התורה קעגן די וועלכע ווילן ארויפצווינגען סעקולארע עדיוקעישן היל"ת, א פלאן וואס דער רבי גרייט שוין צו א לענגערע צייט מיט די עסקנים אין פאל עס וועט זיך אויספעלן, אין א צייט וואס די גזירה איז ליידער שוין ממש אין אפעקט אויף פילע מוסדות וועלכע האבן שוין אויסגעוועלט א פעטוועי וויאזוי די קינדער גייען אריין אונטער גאווערמענט אויפזיכט.
ווען עס קומט צו אפארדעבל האוזינג איז דא אויפ'ן טיש פארשידענע פרטים, סיי לגבי די נייע געדאנק וואס דער רבי האט שוין גערעדט מיטן טראמפ טיעם לעצטע וואך, וועגן סעקשאן 8 סלאטס פאר אונזערע אינגעלייט וועלכע זענען אינעם קאלעדזש פראגראם פון די רעגירונג אבער באקומען נישט קיין דאארמיטארי, און סיי איבער השתדלות וויאזוי צו קענען פארברייטערן די דירות סופליי אין אפסטעיט ניו יארק, און בעיקר אין עיה"ק קרית יואל, וואס קען נאר פאסירן מיט גענוג וואסער און אלע ענווייראמענטאלע אפראוועלס, וועלכע זענען אנגעוויזן אין פעדעראלע הילף, צו קענען האבן אפארדעבל האוזינג.
די וועלט האלט מיט די וואונדער וויאזוי דער רבי שליט"א האט באוויזן דאס אומגלויבליכע אז קרית יואל זאל ברעכן די שרעקליכע אויפשטייג אין דירות פרייזן און ברענגען א פלייץ פון אפארדעבל דירות פאר $300 א סקווער פיס. אבער יעדער פארשטייט אז כדי אנצוהאלטן די מאסיווע רעוואלוציע פון ביליגע דירות, איז מען אנגעוויזן אויף א שנעלע און ברייטע סופליי. למעשה איז יעדע דעוועלאפמענט אנגעוויזן אין גאר קאמפליצירטע ענווייראמענטאלע און אנדערע סארט אפראוועלס, און ספעציעל איז מען אנגעוויזן אז די רעגירונג זאל ארויסהעלפן מיט פארשידענע אינפראסטרוקטור הילף, אפראוועלס און פראגראמען, ווי וואסער, טרעפיק הילף, און אנדערע גרענטס און ביוראקראטישע מויער-עפענונגען כדי צו קענען אנהאלטן אפארדעבל האוזינג.
דער רבי האט שוין געטון מערערע שטילע השתדלות אין די ריכטונגען, און יעצט שטייענדיג בעפאר די וואלן איז געשטיגן די אקטיווע השתדלות מיט די האפענונג אויסצונוצן דעם ריזיגן אנ"ש בלאקוואוט צו קענען ריקן פאראויס פילע קריטישע זאכן וועלכע ליגן אויפ'ן סדר היום, והזמן גרמא צו קענען מצליח זיין בע"ה ביי ביידע פאליטישע פארטייען צוגלייך, אין א צייט וואס אלע קוקן אזוי שטארק ארויס אויף אונזער אינדארסירונג און אונזערע שטימען.
חסידי סאטמאר בפרט און יהדות ניו יארק בכלל זענען מתפלל צו השי"ת, אז אויב דער רבי שליט"א זעט פאר אזוי קריטיש וויכטיג אוועקצוגעבן פון די טייערע צייט פון חודש אלול פאר די השתדלות, ווייל מיר אלע זענען אנגעוויזן דערויף ברוחניות ובגשמיות, זאל דער אויבערשטער אודאי שיקן די ריכטיגע סיעתא דשמיא אז די ארבעט און הארעוואניע פאר כלל ישראל'ס וואוילזיין זאל מצליח זיין.
ותשלח ברכה והצלחה בכל מעשי ידינו – והי' על לב אהרן.

פון וואו האט מען געוויסט אז די עצרת וועט אפגעשטופט ווערן?....דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 4:19 pm ערנסטע און פרעצעדענטלאזע השתדלות למען יהדות ניו יארק איז ממשיך!
אין די מינוטן איז ערשינען אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) דער מינאריטי לידער פונעם קאנגרעס, דער דעמאקראטישער קאנגרעס פירער האקים דזשעפריס, אין באגלייטונג פונעם קרית יואל באפריינדעטער קאנגרעסמאן פעט רייען, אויף א געסקעדזשולטע הויכראנגיקע שתדלנות מיטינג.
Re: נייעס פון קרית יואל
רוח הקודש הופיע...וואלף האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 4:24 pmפון וואו האט מען געוויסט אז דער עצרת וועט אפגעשטופט ווערן?....דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 4:19 pm ערנסטע און פרעצעדענטלאזע השתדלות למען יהדות ניו יארק איז ממשיך!
אין די מינוטן איז ערשינען אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) דער מינאריטי לידער פונעם קאנגרעס, דער דעמאקראטישער קאנגרעס פירער האקים דזשעפריס, אין באגלייטונג פונעם קרית יואל באפריינדעטער קאנגרעסמאן פעט רייען, אויף א געסקעדזשולטע הויכראנגיקע שתדלנות מיטינג.
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5228
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9596
Re: נייעס פון קרית יואל
פרעגסט גוט. ס'איז טאקע געווען א ערנסטע אנגעצויגנקייט מיט באשטימען די פונקטליכע צייט וואס זאל שטימען פאר אלע זייטן. פעט רייען האט שווער געארבעט פאר אונז.וואלף האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 4:24 pmפון וואו האט מען געוויסט אז די עצרת וועט אפגעשטופט ווערן?....דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 4:19 pm ערנסטע און פרעצעדענטלאזע השתדלות למען יהדות ניו יארק איז ממשיך!
אין די מינוטן איז ערשינען אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) דער מינאריטי לידער פונעם קאנגרעס, דער דעמאקראטישער קאנגרעס פירער האקים דזשעפריס, אין באגלייטונג פונעם קרית יואל באפריינדעטער קאנגרעסמאן פעט רייען, אויף א געסקעדזשולטע הויכראנגיקע שתדלנות מיטינג.
דער היינטיגער זייגער איז הערשט באשטימט געווארן פרייטאג.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5228
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9596
Re: נייעס פון קרית יואל
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 4:19 pm ערנסטע און פרעצעדענטלאזע השתדלות למען יהדות ניו יארק איז ממשיך!
אין די מינוטן איז ערשינען אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) דער מינאריטי לידער פונעם קאנגרעס, דער דעמאקראטישער קאנגרעס פירער האקים דזשעפריס, אין באגלייטונג פונעם קרית יואל באפריינדעטער קאנגרעסמאן פעט רייען, אויף א געסקעדזשולטע הויכראנגיקע שתדלנות מיטינג.
דער באזוך איז אראנדזשירט געווארן עפ"י בקשתו פונעם רבי'ן, האבנדיג אויפ'ן סדר היום עטליכע פלענער און בקשות, הויפזעכטליך צוויי הויפט טאפיקס, דער גזירת החינוך אין ניו יארק, און אפארדעבל האוזינג.
אויפ'ן פעלד פון חינוך איז דא פארשידענע מהלכים וועלכע ליגן אויפ'ן טיש וויאזוי דער פעדעראלער רעגירונג קען בעתיד האפנטליך שטיין צוהילף פאר די מוסדות התורה קעגן די וועלכע ווילן ארויפצווינגען סעקולארע עדיוקעישן היל"ת, א פלאן וואס דער רבי גרייט שוין צו א לענגערע צייט מיט די עסקנים אין פאל עס וועט זיך אויספעלן, אין א צייט וואס די גזירה איז ליידער שוין ממש אין אפעקט אויף פילע מוסדות וועלכע האבן שוין אויסגעוועלט א פעטוועי וויאזוי די קינדער גייען אריין אונטער גאווערמענט אויפזיכט.
ווען עס קומט צו אפארדעבל האוזינג איז דא אויפ'ן טיש פארשידענע פרטים, סיי לגבי די נייע געדאנק וואס דער רבי האט שוין גערעדט מיטן טראמפ טיעם לעצטע וואך, וועגן סעקשאן 8 סלאטס פאר אונזערע אינגעלייט וועלכע זענען אינעם קאלעדזש פראגראם פון די רעגירונג אבער באקומען נישט קיין דאארמיטארי, און סיי איבער השתדלות וויאזוי צו קענען פארברייטערן די דירות סופליי אין אפסטעיט ניו יארק, און בעיקר אין עיה"ק קרית יואל, וואס קען נאר פאסירן מיט גענוג וואסער און אלע ענווייראמענטאלע אפראוועלס, וועלכע זענען אנגעוויזן אין פעדעראלע הילף, צו קענען האבן אפארדעבל האוזינג.
די וועלט האלט מיט די וואונדער וויאזוי דער רבי שליט"א האט באוויזן דאס אומגלויבליכע אז קרית יואל זאל ברעכן די שרעקליכע אויפשטייג אין דירות פרייזן און ברענגען א פלייץ פון אפארדעבל דירות פאר $300 א סקווער פיס. אבער יעדער פארשטייט אז כדי אנצוהאלטן די מאסיווע רעוואלוציע פון ביליגע דירות, איז מען אנגעוויזן אויף א שנעלע און ברייטע סופליי. למעשה איז יעדע דעוועלאפמענט אנגעוויזן אין גאר קאמפליצירטע ענווייראמענטאלע און אנדערע סארט אפראוועלס, און ספעציעל איז מען אנגעוויזן אז די רעגירונג זאל ארויסהעלפן מיט פארשידענע אינפראסטרוקטור הילף, אפראוועלס און פראגראמען, ווי וואסער, טרעפיק הילף, און אנדערע גרענטס און ביוראקראטישע מויער-עפענונגען כדי צו קענען אנהאלטן אפארדעבל האוזינג.
דער רבי האט שוין געטון מערערע שטילע השתדלות אין די ריכטונגען, און יעצט שטייענדיג בעפאר די וואלן איז געשטיגן די אקטיווע השתדלות מיט די האפענונג אויסצונוצן דעם ריזיגן אנ"ש בלאקוואוט צו קענען ריקן פאראויס פילע קריטישע זאכן וועלכע ליגן אויפ'ן סדר היום, והזמן גרמא צו קענען מצליח זיין בע"ה ביי ביידע פאליטישע פארטייען צוגלייך, אין א צייט וואס אלע קוקן אזוי שטארק ארויס אויף אונזער אינדארסירונג און אונזערע שטימען.
חסידי סאטמאר בפרט און יהדות ניו יארק בכלל זענען מתפלל צו השי"ת, אז אויב דער רבי שליט"א זעט פאר אזוי קריטיש וויכטיג אוועקצוגעבן פון די טייערע צייט פון חודש אלול פאר די השתדלות, ווייל מיר אלע זענען אנגעוויזן דערויף ברוחניות ובגשמיות, זאל דער אויבערשטער אודאי שיקן די ריכטיגע סיעתא דשמיא אז די ארבעט און הארעוואניע פאר כלל ישראל'ס וואוילזיין זאל מצליח זיין.
ותשלח ברכה והצלחה בכל מעשי ידינו – והי' על לב אהרן.
די מיטינג איז אריבער גאר שיין, מיט א לענגערע מכובד'דיגע אויפנאמע און שמועס, גאר פריינטליך און זייער דיטעילד. ס'האט אויסגעזען צו זיין א אויסטערלישע הצלחה ב"ה.
ווען מען האט גערעדט פון חינוך האט דער רבי געזאגט "עדיוקעישן איז אונזער הויפט אישו". און דער רבי האט ווי-צוריקגעצויגן, און געזאגט "דער אמת איז, עדיוקעישן 'די' אישו"! (ווי צו זאגן, אלעס איבריג איז ווי גארנישט קעגן דעם).
מען איז אריין אין פארשידענע פרטי פרטים וויאזוי די פעדעראלע פארטרעטער קענען שטארק בייהילפיג זיין בע"ה אין די אנגייענדע פעולות, פרטים וואס זענען כמובן נישט פאר'ן פובליק כעת, אבער מ'קען אזויפיל זאגן... דער רבי שלאפט נישט.
כלפי די האוזינג אישוס האט מען גערעדט פון מהלכים וויאזוי די גאווערמענט קען זיין בייהילפיג צו פארשנעלערן די דירות סופליי, כדי צו קענען צושטעלן אפארדעבל דירות. רעדנדיג ווי שטארק די נושא איז נוגע פאר'ן רבי'ן, האט מען דארט אנגעוויזן פאר דזשעפריס "דא זיצט מיט אונז הערי קליין" (הרבני הנכבד ר' עקיבא הערש קליין) וואס בויט א מעגא פראיעקט פון באלד 2,000 אפארדעבל דירות פאר אונזער קאמיונעטי, דאס איז נאר צושטאנד געקומען דורך הילף פון די לאקאלע קאנגרעס אפיס וואס האט ארויסגעהאלפן ווען מיר האבן גע'שתדל'ט צו קענען עפענען די ערשטע פאזע גענוג פרי טראץ אלע שוועריקייטן, און אפילו אזעלכע זאכן ווי א פארשלעפונג פון O&R צו קאנעקטן די עלעקטריק נאך חדשים ווארטן, איז אויך געווארן פארשנעלערט מיט די הילף און שתדלנות פון אונזער קאנגרעסמאן פעט רייען!
און יעצט אויף ווייטער האט מען גערעדט וואס עס פעלט זיך יעצט אויס צו קענען גיין פאראויס מיט נאך טויזנטער דירות אין מערערע פראיעקטן ארום די שטאט, אז די דירות וואס ווערן געבויט זאלן זיך קענען גלייך עפענען און אנהאלטן גענוג סופליי וואס איז דער יסוד פאר אפארדעבל האוזינג. מען האט גערעדט סיי וועגן פארשנעלערן די פיינעל קאנעקשן צו די סיטי וואסער וואס אן דעם וועט מען נישט קענען האבן גענוג דירות, און אזוי האט מען אויך אויסגערעכנט נאך פארשידענע פעדעראלע אישוס איבער אינפראסטרוקטור.
דזשעפריס האט זייער ווארעם באגריסט די פאזיטיווע וואוקס פון די שטאט און די געלונגענע חינוך סיסטעם, מיט די ציפערן און פאקטן וואס זענען געווארן פארגעלייגט ברענגענדיג אויסטערלישע הפעלות און שעצונג. ער האט פארשפראכן צו ארבעטן מיט פעט רייען צו שטיפן ווייטער פאראויס אלע נויטיגע ווענדונגען.
מ'קען בלויז אויספירן: יישר כח אלע וואס שטימען אינעם סאטמאר'ן בלאקוואוט! ויה"ר מ'זאל ווייטער טאקע אויספירן אלע קריטישע שתדלנות.
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1575
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3337
Re: נייעס פון קרית יואל
וואס גייט פאר מיט דעם ראוד רבונו של עולם.
- פיילס
-
- image000000.png (85.89 KiB) געזען געווארן 808 מאל
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 181
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
- Location: קר"י
- x 158
Re: נייעס פון קרית יואל
נאך א עקסידענט יעצט דארטAzoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 5:43 pm וואס גייט פאר מיט דעם ראוד רבונו של עולם.
מען דארף עפעס טון.....
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד
Re: נייעס פון קרית יואל
מען דארף סתם פארן רואיגער דארט,מי שברך האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 8:11 amנאך א עקסידענט יעצט דארטAzoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 5:43 pm וואס גייט פאר מיט דעם ראוד רבונו של עולם.
מען דארף עפעס טון.....
גראדע דארף מען אויך זיכער מאכן צי האבן גיטע ברעיקס אלעמאל
- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 785
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 898
- בן תורה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 576
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
- Location: ביים שטענדער
- x 1049
Re: נייעס פון קרית יואל
צום באלעבאסטע רעדט מען פרויענישע זאכן, צום אינגערמאן רעדט מען ביזנעס, וואס רעדט מען צום בחור, רוחניות? אויב יא ווער איז דער רוחניותדיגע שרייבער?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 73
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 12:57 am
- x 98
Re: נייעס פון קרית יואל
גראדע איז גוטע רעדלעך וויכטיגער ווי גוטע ברעיקס אויף נאסע ראודס.זרש האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 10:19 amמען דארף סתם פארן רואיגער דארט,מי שברך האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 8:11 amנאך א עקסידענט יעצט דארטAzoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 5:43 pm וואס גייט פאר מיט דעם ראוד רבונו של עולם.
מען דארף עפעס טון.....
גראדע דארף מען אויך זיכער מאכן צי האבן גיטע ברעיקס אלעמאל
Re: נייעס פון קרית יואל
שמעקט שטארק פון ר' יעקב שטיימעץ...בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 1:38 pm נייע אויסגאבע?
#אינגערמאן
#אידענע
#בחור