נייעס פון קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 769
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 864

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 3:08 pm
אויגעלעך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 2:06 pm
► Show Spoiler
פארציילט מיר א אינגערמאן אז נאך די קביעות מזוזה איז ר' עקיבא הערש צוגעגאנגען צו רבינו שליט"א אין איבער געגעבן א ענוועלאופ זאגנדיג אז ר' מאיר (הירש) האט אים געזאגט אז לכבוד די מקח (לכאורה קניית השטח ברחוב קארלסבורג) פאסט צו געבן א נדבה פאר יטב לב...

אשריכם קרית יואל: אזעלכע נדיבים, אזעלכע מנהלי המוסדות!!

נישט אוועקצונעמען די גוטע געפיל פון די מעשה... אבער כ'האב געפרעגט איינעם וואס איז געשטאנען דארט, און עקיבא הערש האט ס"ה געזאגט נאר דאס: "מאיר האט מיר געזאגט אז היי יאר זאל איך עס געבן פרי ס'זאל נאך אנקומען קיין א"י גענוג פאר יו"ט, איז געבליבן איך זאל עס געבן דא פאר'ן רבי'ן".

דאס מיינט אז ס'איז לכאורה א יערליכע נדבה פאר די יו"ט חלוקה פון יטב לב.
די רבי האט אים אנגעוואונטשען בזה הלשון: זאלסט מאכן אסאך געלט און געבן אסאך געלט.
איך וועל אייך באפייפען
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3078
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3465

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 12:40 am

בילדער פונעם מעמד קביעת מזוזה:

YST_3628.jpg

YST_3655.jpg

YST_3690.jpg
YST_3753.jpg
YST_3713.jpg
YST_3776.jpg
YST_3794.jpg
ק''פ

שמחת העיר:
 
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א עפנט טויערן פון נייעם ברייטער "גמ"ח לאָקאַל" ביים בנין ביהמ"ד הגדול

"גמ"ח שערי טובה" חסדי מנחם זאב ווערט פאַרברייטערט מיט אַריבערציאונג צו נייע געשמאַקע לאָקאַציע וואָס וועט ערמעגליכן צו סערווירן מער טעג, מער שעות, פער פקדונות, מער הלואות בע"ה
 
23 יאָר פון חסד ווערט פאַרברייטערט נאָכ'ן אָפצייכענען 10,000 הלואות פון אַרום 140 מיליאָן דאָלאַר!!! פאַר אנ"ש תושבי העיר
 


פרעכטיגער לאָקאַציע עפנט זיך פאַר'ן ברייטן ציבור היינט דאָנערשטאָג נאַכט אום 9:00
מיט פריידיגע געמיטער טוען טויזנטער תושבי קרית יואל אויפנעמען די גינסטיגע בשורה איבער די פאקטישע פתיחת שערים און אפיציעלע עפענונג פון די נייע גרויסע לאקאציע פונעם בארימטן "גמ"ח שערי טובה – חסדי מנחם זאב" דקהל יטב לב, וואס איז שוין אצינד אין פולע פונקציאנירונג און ווירבלט שוין מיט די אומאפשטעלבארע מעשי החסד פאר די טויזנטער תושבי העיר.

די נייע לאקאציע פונעם גמ"ח איז הינטער'ן מזרח-וואנט פונעם ביהמ"ד הגדול, וואו ס'איז געווארן אויפגעבויט שפאגל-פריש א גרויסע און לופטיגע מקום רחבת ידים, פראקטיש און באקוועם אויסגעשטעלט צו באדינען און סערווירן די טויזנטער געניסער וואס זענען נהנה פונעם גמ"ח בכל עת ועונה.

לרגל די פתיחת שערים איז נעכטן מיטוואך כי תצא נאכמיטאג אפגעהאלטן געווארן א גייסטרייכער מעמד "קביעת מזוזות", ווען מ'האט דערביי זוכה געווען מקבל צו זיין פני כ"ק מרן רבינו שליט"א, וועלכער האט קובע געווען א מזוזה און דערביי מעריך געווען א שלחן לחיים לרגל די פריידיגע מאורע פון מרים זיין דעם עמוד החסד אינעם עיר החסד קרית יואל.

אנקומענדיג צום בנין הגמ"ח האט דער רבי שליט"א צוערשט קובע געווען א מזוזה אויפ'ן הויפט טויער, און דערנאך האט געקלאפט א מזוזה אינעם בנין דער בונה ומקים עולמות של תורה וחסד הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו, פון די הויפט נדבנים צום אריגינעלן גמ"ח, ביים התייסדות בשנת תשס"א, און בטוב לבו הזהב האט ער אצינד ווידער מנדב געווען דעם נייעם לאקאל.

דערויף האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א מסיבת לחיים, וואו עס זענען אנוועזנד געווען די געערטע ראשי הקהלה שיחיו און די חשוב'ע געטרייע עושי חסד, די עסקני הגמ"ח, וועלכע געבן זיך אוועק במסירה נאמנה מיט'ן באדינען דעם ציבור און מיט אלע צרכי הגמ"ח.

עס האט אויפגעטרעטן דער איש חי ורב פעלים כהנא חסידא הרה"ח ר' אברהם יהושע גלאנץ הי"ו חבר הנהלת הגמ"ח, וועלכער האט אראפגעשילדערט די היסטאריע פונעם גמ"ח וואס איז נתייסד געווארן 23 יאר צוריק, און פון א קליינעם פארנעם איז עס אויסגעשטיגן אלס א צענטראלע אדרעס פאר טויזנטער תושבי העיר וחברי הקהלה וועלכע זענען כסדר נהנה דערפון, און האט שוין במשך די יארן פון עקזיסטענץ ארויסגעבארגט פאר'ן ציבור א מולטי סך הכל פון "140 מיליאן דאלאר"!

ווי אויך האט ר' אברהם יהושע מבשר טוב"ה געווען, אז צווישן די פארברייטערטע סערוויסעס וואס ווערט יעצט אויסגעארבעט, איז דאס ארויסגעבן גרעסערע הלוואות פאר חתונה מאכן אדער צו קויפן א דירה, וכדומה.

דער רבי שליט"א האט מאציל געווען ברכת קדשו פאר אלע משתתפים, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש, ארויסהייבנדיג די גרויסקייט און וויכטיגקייט פונעם גמ"ח וואס העלפט דעם ציבור מיט הלוואות, אלעס בדרך כבוד און בסבר פנים יפות, זיך אויסדרוקנדיג אז בארגן געלט איז אסאך מאל וויכטיגער ווי געבן געלט, און דער חסד דערפון איז עד אין לשער.

מיט דעם איז אפיציעל געעפנט געווארן די טויערן פונעם גמ"ח המורחבת, וואס אפערירט שוין פולקאם אינעם נייעם לאקאל אנגעהויבן פון היינטיגן דאנערשטאג, דערווייל אין די ביז-היינטיגע באשטימטע שעות, ווען שוין אין די קומענדיגע טעג  וועט אריינגיין אין קראפט די נייע פארברייטערטע שעה'ן און די פרישע סערוויסעס וואס ווערן אימפלעמענטירט, ווי עס וועט באזונדער געמאלדן ווערן בקרב העיר, צו די אויסטערלישע הנאה און צופרידנהייט פון אלע תושבי קרית יואל.
רבינו שליט"א ביים קובע זיין די מזוזה נעכטן מיטוואך נאכמיטאג:

דער לופטיגער געשמאקער לאקאל פון וואו מען וועט בעז"ה באדינען דעם ציבור מיט די אלעמען באקאנטע העפליכע סערוויס און איבערגעגעבנקייט ובפרט פאר פקדונות, וואס ווערט אצינד נאך ברייטער און בעסער, און וועט אי"ה אויטאמאטיש אויך ערמעגליכן צו פארברייטערן די הלואות אא"וו:

ביים מעמד לחיים נאכ'ן קובע זיין די מזוזה, אינאיינעם מיט ראשי קהלה, עושי החסד, ועסקני הקהלה:

דער רבי שליט"א הערט מיט צופרידנהייט א באריכט פונעם גמ"ח און די חסדים וואס קומען ארויס דערפון, פון הרבני הנכבד מו"ה אברהם יושע גלאנץ הי"ו, מייסד ומנהל הגמ"ח:

ביים וואונטשן פאר'ן נדבן פונעם לאקאל הרבני הנכבד מו"ה עקיבא צבי קליין הי"ו, וואס דזייענדיג פון די מקימי הגמ"ח ווערט דער גמ"ח גערופן על שם אביו "חסדי מנחם זאב"
Off Topic
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
--------
איינער בויט פאר פראפאגאנדע
אין איינער מאכט פראפאגאנדע צו קענען בויען...
זילבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 5:00 pm
x 17

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך זילבער »

*מש״ה ידבר, והציבור יעננו בקול:*

האַרציג אַנטשלאָסענע ״הננו״ דעקלעראַציעס ביי ריי פּריוואַטע קאָנפערענצן דורכ׳ן העלדישן מנכ״ל צייגן אז גאנץ קרית יואל איז בדעה ובעצה אחת לפני המקו״ם, צו בויען בלי גבול!


10 נעכט, 10 פּריוואַטע פּאַרלאָר-אסיפות בביתו של המנכ״ל ברענגען שטוינענדערע רעזולטאַטן מיט מיליאָנען אין צילן פון קרית יואל׳ס אנשי פּעולה!


פאַר צוויי וואָכן נאָכאַנאַנד האָבן זיך די ענג-פּריוואַטע קאָנפערענצן געצויגן, באופן פּנימי, ביים אדמיניסטראטער אין שטוב, וועלכער האָט געעפנט שערי ביתו פאַר אַן ערך פון ״10 קאָנפערענצן״ לענגאויס 10 באַזונדערע נעכט!

יעדע נאכט באזונדער שטייט מען און מען שטוינט!

אנדערע נעכט, אנדערע טאַטעס. אַנדערע וואָכן, אנדערע אנשי פּעולה, אנדערע יארגענג. אבער איין צד השוה איז דורכגעפלאָכטן צווישן זיי: דער געפיל!!! דער אדיר וחזק׳דיגער איבערצייגונג אז מיר דארפן געבן כל אשר לנו בעד נפשינו ובעד דורותינו!
פיילס
IMG-20240911-WA0036.jpg
IMG-20240911-WA0036.jpg (61.35 KiB) געזען געווארן 1071 מאל
IMG-20240911-WA0035.jpg
IMG-20240911-WA0035.jpg (79.39 KiB) געזען געווארן 1071 מאל
IMG-20240911-WA0034.jpg
IMG-20240911-WA0034.jpg (111.39 KiB) געזען געווארן 1071 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4972
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8464

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Screenshot 2024-09-13 111810.jpg
Screenshot 2024-09-13 111810.jpg (219.8 KiB) געזען געווארן 936 מאל
האקט א טאג
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 7:39 pm
x 124

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך האקט א טאג »

זילבער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:18 pm *מש״ה ידבר, והציבור יעננו בקול:*

האַרציג אַנטשלאָסענע ״הננו״ דעקלעראַציעס ביי ריי פּריוואַטע קאָנפערענצן דורכ׳ן העלדישן מנכ״ל צייגן אז גאנץ קרית יואל איז בדעה ובעצה אחת לפני המקו״ם, צו בויען בלי גבול!


10 נעכט, 10 פּריוואַטע פּאַרלאָר-אסיפות בביתו של המנכ״ל ברענגען שטוינענדערע רעזולטאַטן מיט מיליאָנען אין צילן פון קרית יואל׳ס אנשי פּעולה!


פאַר צוויי וואָכן נאָכאַנאַנד האָבן זיך די ענג-פּריוואַטע קאָנפערענצן געצויגן, באופן פּנימי, ביים אדמיניסטראטער אין שטוב, וועלכער האָט געעפנט שערי ביתו פאַר אַן ערך פון ״10 קאָנפערענצן״ לענגאויס 10 באַזונדערע נעכט!

יעדע נאכט באזונדער שטייט מען און מען שטוינט!

אנדערע נעכט, אנדערע טאַטעס. אַנדערע וואָכן, אנדערע אנשי פּעולה, אנדערע יארגענג. אבער איין צד השוה איז דורכגעפלאָכטן צווישן זיי: דער געפיל!!! דער אדיר וחזק׳דיגער איבערצייגונג אז מיר דארפן געבן כל אשר לנו בעד נפשינו ובעד דורותינו!
איך הער אז נעכטן ביי די גרויסע מעמד אין בית רחל איז דער עולם נישט אנגעקימען. זעיט אויס די הייפ איז שוין נישט אזוי הויעך און דער עולם גייט שוין צוריק צום נארמאל
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 695
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1063

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

האקט א טאג האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 2:04 pm
זילבער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:18 pm *מש״ה ידבר, והציבור יעננו בקול:*

האַרציג אַנטשלאָסענע ״הננו״ דעקלעראַציעס ביי ריי פּריוואַטע קאָנפערענצן דורכ׳ן העלדישן מנכ״ל צייגן אז גאנץ קרית יואל איז בדעה ובעצה אחת לפני המקו״ם, צו בויען בלי גבול!


10 נעכט, 10 פּריוואַטע פּאַרלאָר-אסיפות בביתו של המנכ״ל ברענגען שטוינענדערע רעזולטאַטן מיט מיליאָנען אין צילן פון קרית יואל׳ס אנשי פּעולה!


פאַר צוויי וואָכן נאָכאַנאַנד האָבן זיך די ענג-פּריוואַטע קאָנפערענצן געצויגן, באופן פּנימי, ביים אדמיניסטראטער אין שטוב, וועלכער האָט געעפנט שערי ביתו פאַר אַן ערך פון ״10 קאָנפערענצן״ לענגאויס 10 באַזונדערע נעכט!

יעדע נאכט באזונדער שטייט מען און מען שטוינט!

אנדערע נעכט, אנדערע טאַטעס. אַנדערע וואָכן, אנדערע אנשי פּעולה, אנדערע יארגענג. אבער איין צד השוה איז דורכגעפלאָכטן צווישן זיי: דער געפיל!!! דער אדיר וחזק׳דיגער איבערצייגונג אז מיר דארפן געבן כל אשר לנו בעד נפשינו ובעד דורותינו!
איך הער אז נעכטן ביי די גרויסע מעמד אין בית רחל איז דער עולם נישט אנגעקימען. זעיט אויס די הייפ איז שוין נישט אזוי הויעך און דער עולם גייט שוין צוריק צום נארמאל
איך פארשטיי נישט. ווי איז אביסל הכרת הטוב?

ווען א אדמינסטראטאר - ובפרט פון א אפסטעיט מוסד ווי ס'איז נישט דא קיין וואטשערס און יעדע פעיראל גרעניץ זיך מיט מסירות נפש ממש - שטרעקט אויס א האנט פאר סופארט מעג מען און מ'דארף אים עס געבן.

רוטין איז אבסולוטלי נישט קיין ענטפער.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3289
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8400

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

unnamed - 2024-09-13T152919.713.jpg
unnamed - 2024-09-13T152919.713.jpg (234.2 KiB) געזען געווארן 781 מאל
א כתיבה וחתימה טובה. צום ווידערזען בעז"ה נאך יו"ט.

אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3078
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3465

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

1000333995.jpg
1000333995.jpg (139.26 KiB) געזען געווארן 733 מאל
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 3:31 pm unnamed - 2024-09-13T152919.713.jpg
Off Topic
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
--------
איינער בויט פאר פראפאגאנדע
אין איינער מאכט פראפאגאנדע צו קענען בויען...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4972
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8464

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Gemach Moduah Zmanim.jpg
Gemach Moduah Zmanim.jpg (328.15 KiB) געזען געווארן 527 מאל
לג בעומר
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 3:05 am
x 3

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך לג בעומר »

וועלעכע קיאסק איז ביליג נאר פאר מענער, אין שטעטל ?
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1393
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1390

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שבת קודש »

פאליציי מאכט א גרינטליכע טשעק פאונט אויפן 32 זוכענדיג א פארדעכטיגן
שרייב פאוסט