די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

געזונטע שמועסן און ידיעות
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2129
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5300

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך פופציגער »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 8:14 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 8:39 am
Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 10:59 pm

טשיקענפאקס אין די קינדער ווערסיע איז אומשעדליך, און דאס איז די סיבה פארוואס ווען מיר זענען געווען קינדער, פאר די וואקסין ווען 'יעדער' האט געכאפט טשיקענפאקס, האט מען נישט געהערט קיין מאסן טויטפעלער. וואס איז יא שעדליך איז די עדאלט ווערסיע פון טשיקענפאקס, און דאס איז די סיבה פארוואס מען האט איינגעפירט צו געבן א וואקסין דערקעגן. איך קען עטליכע דאקטוירים וואס זענען שטארק פרא וואקסין אבער מיט שכל, וואס געבן טאקע נישט די טשיקענפאקס וואקסין ביז ארום דרייצן יאר, וואס אויב מען האט עס באקומען אלס קינד דארף מען בכלל נישט די וואקסין אפילו לויט די רעגירונג, און אויב האט מען עס נישט געכאפט ביז דעמאלס (א זאך וואס מאכט זיך מער אפט היינט מיט די וואקסין) קען עס שוין אנהייבן אריינגיין אין די שעדליכע טעריטאריע ממילא פארלאנגט עס שוין א וואקסין.
גוט. אבער וואס פארדינען זיי פון עס נישט געבן גלייך אלס קינד?

ווייל סתם שטעכן ווען עס פעלט נישט אויס האט נישט קיין פשט. יעדע מעדיצינישי זאך האט מעגליכע סייד עפעקטס - טאקע גאר גאר זעלטן אבער פארט מעגליך - ממילא כ"ז עס פעלט נישט אויס טוט מען נישט, בפרט ווען ביי רוב מענטשן וועט עס צום סוף בכלל נישט אויספעלן.
און כפרה פאקס ביי קינדער האט ממש נישט קיין שאנסן פאר סייד אפעקטס?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
Think and Thank
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 253

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך Think and Thank »

דו ווילסט מ'זאל דא אויס'פסק'ענען דקות שבדקות'דיגע חילוקים אין סייד אפעקטס און אין וויפיל הונדערטסטלעך פון א פראצענט שאנס עס איז דא צו כאפן?... די ספעציפישע דאקטוירים האלטן אז עס איז ענדערש צו נעמען די (פיצי) ריק פון קינדישע טשיקן פאקס ווי איידער די (פיצי) ריסק פון די וואקסין. אנדערע דאקטוירים האלטן פארקערט.
פארנומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 121
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:46 pm
x 140

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך פארנומען »

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 4:16 am דו ווילסט מ'זאל דא אויס'פסק'ענען דקות שבדקות'דיגע חילוקים אין סייד אפעקטס און אין וויפיל הונדערטסטלעך פון א פראצענט שאנס עס איז דא צו כאפן?... די ספעציפישע דאקטוירים האלטן אז עס איז ענדערש צו נעמען די (פיצי) ריק פון קינדישע טשיקן פאקס ווי איידער די (פיצי) ריסק פון די וואקסין. אנדערע דאקטוירים האלטן פארקערט.
פון וועם רעדט איר?
Think and Thank
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 253

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך Think and Thank »

איך קען נישט זאגן די גאנצע ליסטע ווייל עס גרעניצט זיך מיט גילוי.. איינער פון די איז דאקטאר סטעטפעלד פון וויליאמסבורג.
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 185
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 146

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך היימישע זייגער »

Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 11:01 pm
היימישע זייגער האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 7:20 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 11:20 am

האסט געפרעגט יעדעם? אדער כמעט יעדעם? קום אריין מיט די עקסעל שיעט...

די רעגירונג שטודיע איז מיט א פונקטליכע בעקראונד אויף יעדע מענטש. חוץ אויב דו ביסט פון די וואס גלייבן אז די רעגירונג מאכט מאנדאטן כדי צו בענעפעטירן די ביזנעס פון ביל דעיטס. דעמאלס גיי איך דיר נישט אויפווייזן דעם מציאות.
איך ווייס 5000 קינדער וואס האבן געהאט מיזעלס און טשיקן פאקס און נישט געשטארבן.

עקסעל האב איך נישט אבער אין 2019 ביי די מיזעלס איבערקערעניש האט די רעגירונג געזוכט מיט לעכט כאטש 1 קעיס צו אפשרעקן די עולם און מען האט נישט געקענט טרעפן.
עס זענען געווען מער ווי 5000 מיזעלס קעיסעס דא און לאנדאן און א"י

ווי דער עולם האט שוין אנגעוויזן איז נישט געווען אפילו ענליך צו 5,000 אין אלע געגנטער צוזאמען. אויסער דעם האבן כאטש צוויי אידישע קינדער ל"ע אויסגעהויכט זייער נשמה צוליב מיזעלס אין יענע תקופה.
שוין לאנג נישט אריינגעסיינט דא... יעצט זעה איך די תגובה.
עס איז געווען איבער 5,000 קעיסעס ביי היימישע אידן איבער די וועלט (געווען קראנטע חשבונות דעמאלץ) און קיין 1 קינד נישט אוועק.
פלעין שקר במילתא דעבידא לגלוי
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 185
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 146

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך היימישע זייגער »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 8:19 pm
Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 8:14 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 8:39 am

גוט. אבער וואס פארדינען זיי פון עס נישט געבן גלייך אלס קינד?

ווייל סתם שטעכן ווען עס פעלט נישט אויס האט נישט קיין פשט. יעדע מעדיצינישי זאך האט מעגליכע סייד עפעקטס - טאקע גאר גאר זעלטן אבער פארט מעגליך - ממילא כ"ז עס פעלט נישט אויס טוט מען נישט, בפרט ווען ביי רוב מענטשן וועט עס צום סוף בכלל נישט אויספעלן.
און כפרה פאקס ביי קינדער האט ממש נישט קיין שאנסן פאר סייד אפעקטס?
ניין!!
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 185
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 146

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך היימישע זייגער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 8:39 am
Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 10:59 pm
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 2:16 pm

נאכאמאל. נאך וואקסינאציע

טשיקענפאקס אין די קינדער ווערסיע איז אומשעדליך, און דאס איז די סיבה פארוואס ווען מיר זענען געווען קינדער, פאר די וואקסין ווען 'יעדער' האט געכאפט טשיקענפאקס, האט מען נישט געהערט קיין מאסן טויטפעלער. וואס איז יא שעדליך איז די עדאלט ווערסיע פון טשיקענפאקס, און דאס איז די סיבה פארוואס מען האט איינגעפירט צו געבן א וואקסין דערקעגן. איך קען עטליכע דאקטוירים וואס זענען שטארק פרא וואקסין אבער מיט שכל, וואס געבן טאקע נישט די טשיקענפאקס וואקסין ביז ארום דרייצן יאר, וואס אויב מען האט עס באקומען אלס קינד דארף מען בכלל נישט די וואקסין אפילו לויט די רעגירונג, און אויב האט מען עס נישט געכאפט ביז דעמאלס (א זאך וואס מאכט זיך מער אפט היינט מיט די וואקסין) קען עס שוין אנהייבן אריינגיין אין די שעדליכע טעריטאריע ממילא פארלאנגט עס שוין א וואקסין.
גוט. אבער וואס פארדינען זיי פון עס נישט געבן גלייך אלס קינד?
א קינד'ס אימיון סיסטעם איז אסאך שוואכער.

אויך זייער אסאך וואלטן נישט געגעבן און געבן נאר ווען די מוסד פארלאנגט וואס דאס איז ביי די 2.8 יאר ווען מען שיקט אין די מוסדות.

מיר האט דערציילט א אינגערמאן וואס זיין קינד אין אוועק ל"ע 2 טעג נאך די MMR וואקסין און איז געווען 18 חדשים אלט (און די דאקטער האט געזאגט אז עס איז געשעהן פון דעם נאר עס געשעהט 1 פון א מיליאן..) אז זייט דעמאלץ געט ער נישט קיין וואקסינען אינטער 2 יאר אלט.
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 185
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 146

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך היימישע זייגער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 10:53 am
היימישע זייגער האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 11:39 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 7:52 pm @היימישע זייגער גאנץ אמעריקא מיט אלע מיליאנען גויים האבן געהאט אין 2018 נישט מער ווי 1,274 קעיסעס פון געזונטע רוצחים מיט מיזעלס. ווייס איך נישט וואו דו ביסט אנגעקומען צו 5,000 היימישע אידן. קוים קוים אפאר הונדערט איבער די וועלט.
דא און לאנדאן און א"י

וואס די שטאט זאגט ווייס איך נישט, למשל מיינע 8 מיזעלס קינדער זענען נישט געווען רעפארטעד און אזוי נאך צענדליגע משפחות וואס איך ווייס, עס איז געווען ביי אחב"י אין אמעריקא פשטות מער ווי די 1,274 ציפער
ביטע מאך מיר קלאר וויאזוי דיינע שטודיעס און ציפערן ארבעטן. עס קוקט אביסל אויס ווי געזאגט ברוח הקודש (אן די קודש...) אדער סתם אבי געשאסן. די רעגירונג זאגט די רעפארטעד נומערן. צו ס'איז דא ערארס אין די רעפארט? יא, ס'איז דא א נארמאלע מארדזשין אף עראר. אבער אויב ביי קאוויד שרייט מען אז די נומערן פון די רעגירונג זענען "איבערגעשאצט", און ביי מיזעלס שרייט מען אז ס'איז "אונטערגעשאצט", אלעס לויט וויאזוי די ארגומענט איז בעסער אויפ'ן מינוט, פארלירט מען אלע ארגומענטן אין די לאנג ראן.
איך זאג דיר דאך קלאר, מיינע 8 קינדער זענען נישט געווארן רעפארטעד אין ערגעץ, ביי מיין משפחה אליינס זענען געווען בערך 100 פעלער און נישט געווארן רעפארטעד, עס איז געווען זומער א דעי קעמפ נאר מיידלעך און נאר וואס זענען נישט געפארן אין קאנטי און נאר פון וויליאמסבורג פון 300 קינדער, און איך דארף נאך אויפווייזן אז די 1274 נאמבער איז נישט ריכטיג??? מאך דאפעלט פאר אינגלעך,
דאפעלט אין מאנסי, נאך 1 מאל פאר בארא פארק, מאנרוי, לאנדאן ועוד ועוד.
Think and Thank
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 253

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך Think and Thank »

היימישע זייגער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 5:22 pm
Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 11:01 pm
היימישע זייגער האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 7:20 pm

איך ווייס 5000 קינדער וואס האבן געהאט מיזעלס און טשיקן פאקס און נישט געשטארבן.

עקסעל האב איך נישט אבער אין 2019 ביי די מיזעלס איבערקערעניש האט די רעגירונג געזוכט מיט לעכט כאטש 1 קעיס צו אפשרעקן די עולם און מען האט נישט געקענט טרעפן.
עס זענען געווען מער ווי 5000 מיזעלס קעיסעס דא און לאנדאן און א"י

ווי דער עולם האט שוין אנגעוויזן איז נישט געווען אפילו ענליך צו 5,000 אין אלע געגנטער צוזאמען. אויסער דעם האבן כאטש צוויי אידישע קינדער ל"ע אויסגעהויכט זייער נשמה צוליב מיזעלס אין יענע תקופה.
שוין לאנג נישט אריינגעסיינט דא... יעצט זעה איך די תגובה.
עס איז געווען איבער 5,000 קעיסעס ביי היימישע אידן איבער די וועלט (געווען קראנטע חשבונות דעמאלץ) און קיין 1 קינד נישט אוועק.
פלעין שקר במילתא דעבידא לגלוי

זייט'זשע מוחל אבער ציפערן אזוי ווי די וואס דו ברענגסט איין תגובה פאר מיין יעצטיגע, זענען גאר ווייט פון קראנט. קוים וואס זיי זענען ציפערן בכלל.

און בנוגע די שקר, דא האט איר די נייעס באריכט אז אן 18 חדשימ'דיג קינד פון אן אלטרא ארטאדאקסישע משפחה איז רח"ל אוועק פון מיזעלס. (חוץ אויב דו רעכנסט נישט נטורי קרתא פאר היימישע...) איך האב נישט יעצט קיין נערוון אויפצוזוכן די אנדערע (וואס איז דאכצעך געווען אן ערוואקסענע - איך האב געשריבן אידישע קינדער נישט בתורת קינדער נאר בתורת אידן), אבער ליגנט זאגט איר, נישט איך.
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 401
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 295

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך תינוק הבורח »

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:39 am איך קען נישט זאגן די גאנצע ליסטע ווייל עס גרעניצט זיך מיט גילוי.. איינער פון די איז דאקטאר סטעטפעלד פון וויליאמסבורג.
דאס איז הוצאת שם רע, ד"ר. סטעטפלד איז גאר שטרענג מיט געבן אלע רעקאמענדירטע וואקסינען.

ער האט מיר אמאל געזאגט אויב דו האלטסט נישט פון וואקסינען גיי זוך דיר א אנדערע דר.
פארנומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 121
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:46 pm
x 140

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך פארנומען »

היימישע זייגער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 5:29 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 8:39 am
Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 10:59 pm

טשיקענפאקס אין די קינדער ווערסיע איז אומשעדליך, און דאס איז די סיבה פארוואס ווען מיר זענען געווען קינדער, פאר די וואקסין ווען 'יעדער' האט געכאפט טשיקענפאקס, האט מען נישט געהערט קיין מאסן טויטפעלער. וואס איז יא שעדליך איז די עדאלט ווערסיע פון טשיקענפאקס, און דאס איז די סיבה פארוואס מען האט איינגעפירט צו געבן א וואקסין דערקעגן. איך קען עטליכע דאקטוירים וואס זענען שטארק פרא וואקסין אבער מיט שכל, וואס געבן טאקע נישט די טשיקענפאקס וואקסין ביז ארום דרייצן יאר, וואס אויב מען האט עס באקומען אלס קינד דארף מען בכלל נישט די וואקסין אפילו לויט די רעגירונג, און אויב האט מען עס נישט געכאפט ביז דעמאלס (א זאך וואס מאכט זיך מער אפט היינט מיט די וואקסין) קען עס שוין אנהייבן אריינגיין אין די שעדליכע טעריטאריע ממילא פארלאנגט עס שוין א וואקסין.
גוט. אבער וואס פארדינען זיי פון עס נישט געבן גלייך אלס קינד?
א קינד'ס אימיון סיסטעם איז אסאך שוואכער.

אויך זייער אסאך וואלטן נישט געגעבן און געבן נאר ווען די מוסד פארלאנגט וואס דאס איז ביי די 2.8 יאר ווען מען שיקט אין די מוסדות.

מיר האט דערציילט א אינגערמאן וואס זיין קינד אין אוועק ל"ע 2 טעג נאך די MMR וואקסין און איז געווען 18 חדשים אלט (און די דאקטער האט געזאגט אז עס איז געשעהן פון דעם נאר עס געשעהט 1 פון א מיליאן..) אז זייט דעמאלץ געט ער נישט קיין וואקסינען אינטער 2 יאר אלט.
די פען (קיבארד) איז א גרויסע סבלן. ודי.
Think and Thank
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 253

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך Think and Thank »

תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 8:58 am
Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:39 am איך קען נישט זאגן די גאנצע ליסטע ווייל עס גרעניצט זיך מיט גילוי.. איינער פון די איז דאקטאר סטעטפעלד פון וויליאמסבורג.
דאס איז הוצאת שם רע, ד"ר. סטעטפלד איז גאר שטרענג מיט געבן אלע רעקאמענדירטע וואקסינען.

ער האט מיר אמאל געזאגט אויב דו האלטסט נישט פון וואקסינען גיי זוך דיר א אנדערע דר.

קיין הוצאת שם רע. איך האב דאך בפירוש געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 10:59 pm איך קען עטליכע דאקטוירים וואס זענען שטארק פרא וואקסין אבער מיט שכל,

איך נוץ סטעטפעלד פאר אלע מיינע קינדער - און טאקע בלויז סטעטפעלד, איך וועל נישט גיין צו אן אוירדזשענט קעיר נאכ'ן כאפן פון אים אמאל א פסק דערוועגן, טענה'נדיג אז דארט האלט קיינער נישט קאפ איבער די היסטאריע פונ'ם קינד וכו'. ער האט מיר געגעבן זיין סעלפאן נומער און געזאגט אז איך זאל אים קאלן אפילו אינמיטן די נאכט (ער זאגט עס פאר יעדן), וכן עשיתי מעשה כמה פעמים. ער זאגט אז ער גייט מיט זיין סעלפאן אפילו יום כיפור פאר א סיבה.

איך ווייס אויך ווי שטארק פרא וואקסין ער איז. איך און מיין ווייב האבן שוין ביידע גערעדט מיט אים דערוועגן, און טאקע ביי די מיזעלס פרשה ווען אן אנטי וועקסער האט אים אפגעווארט ביים טיר פון זיין אפיס און באזידלט אלס היטלער האט ער זיך אויסגערעדט צו מיר (פשוט ווייל איך בין געקומען איינער פון די ערשטע דעם נעקסטן צופרי...) איך האב שוין אויך געהערט פון אים דאס אז ער נעמט נישט אן אלס פאציענט איינער וואס גיבט נישט קיין וואקסינען, און אים געגעבן 100% גערעכט דערויף.

אבער עם כל זה טוט ער עס מיט שכל, נישט בלינדערהייט, ווי אנגעוויזן בנוגע די טשיקן פאקס וואקסין (און ער זאגט ענליכס אויף - כ'מיין' - העפיטייטעס B, וואס איז עכט נישט נוגע פאר אן ערליכער איד). און אדרבה דאס איז לשון טוב, וואס ווייזט אז ער גייט נישט נאך בלינדערהייט די סיסטעם נאר זיין זיין אזוי פרא וואקסין קומט פון זיין עקספיריענס אלס דאקטאר, והראי' אז דארט וואו זיין עקספיריענס און ידיעה זאגן אנדערש ווי די אפיציעלע רעקאמענדאציע זאגט ער עס אפן.
פארנומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 121
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:46 pm
x 140

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך פארנומען »

Think and Thank האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 11:44 am

עס איז מסתבר אז דו אדער דיין ווייב האבן אים געזאגט אז עטס האטס מורא צו געבן די וואקסין ממילא האט ער ענק רעקאמאנדירט צו נעמען נאר די גאאר וויכטיגע אבער עס מיינט נאכנישט אז ער האלט אז עס איז ענדערשט נישט צו נעמען ווי יא.

לעצטענ'ס מיטגעהאלטן א מעשה פון א משפחה (ווי מען געט בכלל נישט קיין וואקסינען) וואס האט געהאט א קינד מיט טשיקן פאקס און געהאט א כלה אין שטוב ממש פאר די חתונה וואס מען האט געדארפט האלטן איזאלירט כדי נישט צו באקומען טשיקן פאקס לכבוד די חתונה, ער האט מיר געזאגט אז די סטרעס מיט וואס דאס איז מיטגעקומען איז נישט צום באשרייבן.
Think and Thank
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 253

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך Think and Thank »

פארנומען האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 12:08 pm עס איז מסתבר אז דו אדער דיין ווייב האבן אים געזאגט אז עטס האטס מורא צו געבן די וואקסין ממילא האט ער ענק רעקאמאנדירט צו נעמען נאר די גאאר וויכטיגע אבער עס מיינט נאכנישט אז ער האלט אז עס איז ענדערשט נישט צו נעמען ווי יא.

פשי! מאכסט סברות פון בויך ארויס, און ס'שוין גאר 'מסתבר' אז דאס איז געווען די מעשה... און דאס אלעס בו בזמן וואס דו רעדסט מיט'ן בעל המעשה.

אז דו ווילסט דוקא וויסן וואס האט געטריגערט די שמועס, אלס קינד פלעגט מיר מיין מאמע נעמען צו דאקטאר מייזלין ע"ה (אן אויסגעצייכנטער דאקטאר וואס מ'טרעפט שוין כמעט נישט היינט אזאנס), און ער האט איר געזאגט איבער די העפיטייטעס B שאט אז ס'פעלט נישט אויס. ביי מיין ערשטע קינד האב איך געשמועסט מיט אים איבער וואקסינען בכלליות (איך האב נישט דערמאנט קיין ווארט איבער מורא האבן וכדומה היות איך האב נישט מורא פון קיין וואקסינען), האב איך אים איבערגעזאגט וואס דאקטאר מייזלין פלעגט זאגן. האט סטעטפעלד געזאגט אז ער האלט אויך אזוי און ער גיבט עס טאקע נישט נאר בעת הצורך, און אויך גיבט ער עס נישט פאר 6 חדשים (אנדערש ווי די רעקאמענדאציע אז מ'דארף עס געבן ביים ערשטן וויזיט ווען דאס קינד איז עטליכע טעג אלט) היות פאר זיינע פאציענטן פעלט עס נישט עכט אויס, און די זעלבע איז מיט די וועראסעלא(טשיקען פאקס) וואקסין.

ביי יענעם שמועס האט ער מיר אויך געזאגט אז ער נעמט נישט אן קיין פאציענטן וואס ווילן נישט געבן קיין וואקסינען.
ישי בן דוד
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 6:51 pm
x 2

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך ישי בן דוד »

איך האב א חבר וואס האט געהאט יענע מעשה ר"ל, און ער האט געדארפט אדורכגיין א סטעם סעלל טרענספלענט
וואס אין אנדערע ווערטער זיין גאנצע אימיון סיסטעם ווערט געווייפט, און כתוצאה פארלירט ער אלע זיינע איממיוניטי און ער מוז איבערנעמען אלע וואקסינס מיום היוולדו ועד הנה
שוין, איז ער איבערגעגאנגען מיט זיין דאקטער די גאנצע ליסט פון וואקסינס וואס ער דארף נעמען
אזא קיימא לן פון 50 שטיק בערך, און ער רופט זיך אן צום דאקטער.
קוק אהער, די מיזט דאך מיר מודה זיין אז איך דארף נאר איבערנעמען דאס וואס איך האב באקומען אלטס קינד וואס דאס איז א פערטל פון די היינטיגע סקעדזשול.. און די דאקטער איז געבליבן מיטן צינג אינדרויסן
אזא פנים האט די גאנצע וואקסינס ביזנעס היינט.
Think and Thank
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 253

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך Think and Thank »

וויאזוי אין גי וועלט איז ער אנגעקומען אין די רעינדזש פון 50 שטיק ווען פון געבורט ביז'ן טויט גיבט מען נישט אזויפיל (חוץ אויב דו נעמסט יערליך די פלו שאט)?...

בכלל, ווי אלט איז דיין חבר? אויב איז ער אונטער 40-50 האט ער שוין באקומען רוב פון די היינטיגע וואקסינען (אפשר א פריערדיגע ווערסיע אבער א וואקסין פאר די ספעציפישע מחלות האט ער באקומען). אויב עפעס איז היינט ווייניגער שטעכערייען וויבאלד היינט מישט מען מער צאם וואקסינען צו געבן אין איין שטאך.
ישי בן דוד
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 6:51 pm
x 2

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך ישי בן דוד »

קוק דורך די סקעדזשול וועסטו זעהן אז עס איז ממש אזוי אלע אלע וואקסינס פונעם געבוירן ביז די 30/40 אריינגערעכענט פענעמאניע וואקסין אין פלו וואקסין און אויך אלע באאסטערס.
קעגן די 4 אדער 5 וואס ער האט באקומען אלטס קינד
איז עס ממש א וויי געשריי

@Think and Thank ער האט אלעס געדארפט איבערנעמען ווי אויבן דערמאנט
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2129
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5300

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך פופציגער »

ישי בן דוד האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 8:11 pm איך האב א חבר וואס האט געהאט יענע מעשה ר"ל, און ער האט געדארפט אדורכגיין א סטעם סעלל טרענספלענט
וואס אין אנדערע ווערטער זיין גאנצע אימיון סיסטעם ווערט געווייפט, און כתוצאה פארלירט ער אלע זיינע איממיוניטי און ער מוז איבערנעמען אלע וואקסינס מיום היוולדו ועד הנה
שוין, איז ער איבערגעגאנגען מיט זיין דאקטער די גאנצע ליסט פון וואקסינס וואס ער דארף נעמען
אזא קיימא לן פון 50 שטיק בערך, און ער רופט זיך אן צום דאקטער.
קוק אהער, די מיזט דאך מיר מודה זיין אז איך דארף נאר איבערנעמען דאס וואס איך האב באקומען אלטס קינד וואס דאס איז א פערטל פון די היינטיגע סקעדזשול.. און די דאקטער איז געבליבן מיטן צינג אינדרויסן
אזא פנים האט די גאנצע וואקסינס ביזנעס היינט.
איך הייב נישט אן צו כאפן וואס דער מעשה דארף מיר צו זאגן.

אז אמאל האט מען געגעבן ווייניגער?

טאקע אן אויפרייס. יזדזע העולם.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2129
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5300

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך פופציגער »

ישי בן דוד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 11:33 pm קוק דורך די סקעדזשול וועסטו זעהן אז עס איז ממש אזוי אלע אלע וואקסינס פונעם געבוירן ביז די 30/40 אריינגערעכענט פענעמאניע וואקסין אין פלו וואקסין און אויך אלע באאסטערס.
קעגן די 4 אדער 5 וואס ער האט באקומען אלטס קינד
איז עס ממש א וויי געשריי

@Think and Thank ער האט אלעס געדארפט איבערנעמען ווי אויבן דערמאנט
ער האט געדארפט נעמען אלע באסטערס אויפאמאל?

דער נומער 50 הערט זיך עפעס זייער אסאך, באזירט אויף וויפיל איך ווייס וויפיל מיינע קינדער באקומען, אבער שוין. א גוזמא’לע אמאל איז נישט געפערליך, און ס’מאכט נישט קיין סאך אויס.

איך כאפ נאר נישט... און? און אז מגעבט היינט מער? איז וואס?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
ישי בן דוד
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 6:51 pm
x 2

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך ישי בן דוד »

פארוואס געט מען מער ?
וואס האט זיך געטוישט פון דעמאלטס ביז היינט?

פארגעס נישט מ'רעדט דא פון א אדאלט, ווי אלט זענען דיינע קינדער? @פופציגער זיי האבן מסתם נאכנישט גענומען אלע וואקסינס וואס מ'געט היינט א שטייגער ווי די מענעזשייטיס וואקסין וואס מ'געט מיינעך ביי די 16.

און אויכט מ'רעדט נישט פון געבן אלעס אויפאמאל נאר אויך דורך א סקעדזשול הגם אביסל מער צוזאמען ווי פאר א קינד.
פארנומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 121
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:46 pm
x 140

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך פארנומען »

וואס דא גייט נישט פאר.. עס איז אויפדערווייל נישט דא מער פון ארום 33 באשטעטיגטע וואקסינס.. און פון דעם געט מען נישט נאנט צו דעם נומבער. (בערך 10)

און אפי' וואס מען געט יא איז עס צוטיילט, געוויסע נעמט מען מער ווי איינמאל פשוט אויפצובויען די אמיוניטי.

נאר וואס דען, פאר געוויסע קען מען איינרעדן וואס מען וויל און מען וועט עס אננעמען מיט א בלינק אף די איי.

צייט און כח איז אויף זייער זייט.
Think and Thank
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 253

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך Think and Thank »

ישי בן דוד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 10:09 am פארוואס געט מען מער ?
וואס האט זיך געטוישט פון דעמאלטס ביז היינט?

פארגעס נישט מ'רעדט דא פון א אדאלט, ווי אלט זענען דיינע קינדער? @פופציגער זיי האבן מסתם נאכנישט גענומען אלע וואקסינס וואס מ'געט היינט א שטייגער ווי די מענעזשייטיס וואקסין וואס מ'געט מיינעך ביי די 16.

און אויכט מ'רעדט נישט פון געבן אלעס אויפאמאל נאר אויך דורך א סקעדזשול הגם אביסל מער צוזאמען ווי פאר א קינד.

וואס הייסט פארוואס גיבט מען מער? פאר די זעלבע סיבה פארוואס פאר פופציג יאר צוריק האט מען געגעבן מער ווי פאר 200 יאר צוריק; ווייל מען האט ערפינדן וואקסינען קעגן מער מחלות. דאס איז וואס האט זיך געטוישט. טא וואס גענוי ווילסטו ארויסברענגען מיט די מעשה מיט דיין חבר?

מענינדזשייטיס וואקסין האב איך שוין גענומען ארום 20 יאר צוריק, נאך וואס איך בין געווען ביים דאקטאר איין טאג נאכדעם וואס ער האט מיטגעהאלטן ווי א (גוי'איש) קינד מיט מענינדזשייטיס איז אריינגעקומען אין שפיטאל אויף די אייגענע פיס און 12 שעה שפעטער איז ער געווען טויט.

און אויב דיין חבר'ס דאקטאר האט אים געוואלט געבן די אלע וואקסינען אויפאמאל זאל ער זאפארט פאר'מסר'ן דעם דאקטאר צו די העלט דעפארטמענט אז מען זאל אים אוועקנעמען די לייסענס. און די זעלבע זאלסטו טון אויב האט ער געוואלט געבן די פלו וואקסין פון אלע יארן, היות יעדעס יאר איז די וואקסין אנדערש - געצילט ספעציפיש צו די סטרעין וואס דרייט זיך ארום יענע יאר - ממילא האט נישט קיין פשט צו געבן די וואקסינען פון פריערדיגע יארן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5066
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8937

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

היימישע זייגער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 5:29 pm מיר האט דערציילט א אינגערמאן וואס זיין קינד אין אוועק ל"ע 2 טעג נאך די MMR וואקסין און איז געווען 18 חדשים אלט (און די דאקטער האט געזאגט אז עס איז געשעהן פון דעם נאר עס געשעהט 1 פון א מיליאן..) אז זייט דעמאלץ געט ער נישט קיין וואקסינען אינטער 2 יאר אלט.
איך האב גערעדט מיט יענעם אינגערמאן. די מעשה איז געווען אנדערש.

1) דאס קינד האט א שעה פריער געמאכט א מאדנע דריי מיט די האנט און אנגעהויבן שטארק וויינען, די מאמע האט זיך דערשראקן, האט זי געגעבן פאר'ן קינד טיילענאל. און פון די טיילענאל איז דאס קינד אוועק, ווי אלע סטאדיס צייגן.

2) דער דאקטאר האט טאקע געזאגט אז דאס קינד איז געווען אין סכנה אדאנק די MMR, נאר ער האט געמיינט צו זאגן אז די איבער-דאזע פון טיילענאל האט נאכמער געשאדט צוליב וואס די MMR האט אפגעשוואכט די אימיון סיסטעם.

3) באמת ליגט דא אונטער דעם עפעס אנדערש, עס רעדט זיך פון א שווערע געשעעניש ל"ע, אז דאס קינד איז א טאג בעפאר געווען אויף די גאס אן א מאסק. אויטאמאטיש האט עס אריינגעאטעמט פון א טרעילאר, און די אטעם איז געווארן פארפעסטעמייזד וואס פון דעם איז די לינג געווארן מאניופעדטערד ביז די גאז האט געשעדיגט די לעבער און דאס קינד איז אוועק. די גאנצע MMR און און TYLENOL איז גוט פאר די קאוועראפ.

4) דער דאקטאר האט נישט איבערגעלעבט די טאג וואס ער איז געבוירן געווארן, און ער איז קיינמאל קיין דאקטאר נישט געווארן.

5) באמת איז די מאמע געווען א טאג בעפאר אין גראסערי און באקומען זייער א הויכע ביל. עס האלט אינמיטן ווערן צוזאמגעשטעלט א שטודיע אז א הויכע ביל אין גראסערי פירט צו קינדער מארד.

אלעס וואס איך שרייב איז פירסט הענד אינפא.

א פרייליכן וויאזויהייסטעס.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2129
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5300

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך פופציגער »

ישי בן דוד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 10:09 am פארוואס געט מען מער ?
וואס האט זיך געטוישט פון דעמאלטס ביז היינט?

פארגעס נישט מ'רעדט דא פון א אדאלט, ווי אלט זענען דיינע קינדער? @פופציגער זיי האבן מסתם נאכנישט גענומען אלע וואקסינס וואס מ'געט היינט א שטייגער ווי די מענעזשייטיס וואקסין וואס מ'געט מיינעך ביי די 16.

און אויכט מ'רעדט נישט פון געבן אלעס אויפאמאל נאר אויך דורך א סקעדזשול הגם אביסל מער צוזאמען ווי פאר א קינד.
כווייס נישט פארוואס איך כאפ נישט וואס דו ווילסט.

אגב, קענסט ביי טשענס ברענגען א נומער וויפיל וואקסינען מדארף היינט געבן?
רעכן נישט קיין באסטערס וואס מגעבט יעדע פאר יאר. רעכן נאר די סארטן וואקסינען (כגלייב נישט מהייסט יענעם נעמען באסטערס פאר אלע יארן אויף צוריק)
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2129
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5300

Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?

פאוסט דורך פופציגער »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 7:39 pm
היימישע זייגער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 5:29 pm מיר האט דערציילט א אינגערמאן וואס זיין קינד אין אוועק ל"ע 2 טעג נאך די MMR וואקסין און איז געווען 18 חדשים אלט (און די דאקטער האט געזאגט אז עס איז געשעהן פון דעם נאר עס געשעהט 1 פון א מיליאן..) אז זייט דעמאלץ געט ער נישט קיין וואקסינען אינטער 2 יאר אלט.
איך האב גערעדט מיט יענעם אינגערמאן. די מעשה איז געווען אנדערש.

1) דאס קינד האט א שעה פריער געמאכט א מאדנע דריי מיט די האנט און אנגעהויבן שטארק וויינען, די מאמע האט זיך דערשראקן, האט זי געגעבן פאר'ן קינד טיילענאל. און פון די טיילענאל איז דאס קינד אוועק, ווי אלע סטאדיס צייגן.

2) דער דאקטאר האט טאקע געזאגט אז דאס קינד איז געווען אין סכנה אדאנק די MMR, נאר ער האט געמיינט צו זאגן אז די איבער-דאזע פון טיילענאל האט נאכמער געשאדט צוליב וואס די MMR האט אפגעשוואכט די אימיון סיסטעם.

3) באמת ליגט דא אונטער דעם עפעס אנדערש, עס רעדט זיך פון א שווערע געשעעניש ל"ע, אז דאס קינד איז א טאג בעפאר געווען אויף די גאס אן א מאסק. אויטאמאטיש האט עס אריינגעאטעמט פון א טרעילאר, און די אטעם איז געווארן פארפעסטעמייזד וואס פון דעם איז די לינג געווארן מאניופעדטערד ביז די גאז האט געשעדיגט די לעבער און דאס קינד איז אוועק. די גאנצע MMR און און TYLENOL איז גוט פאר די קאוועראפ.

4) דער דאקטאר האט נישט איבערגעלעבט די טאג וואס ער איז געבוירן געווארן, און ער איז קיינמאל קיין דאקטאר נישט געווארן.

5) באמת איז די מאמע געווען א טאג בעפאר אין גראסערי און באקומען זייער א הויכע ביל. עס האלט אינמיטן ווערן צוזאמגעשטעלט א שטודיע אז א הויכע ביל אין גראסערי פירט צו קינדער מארד.

אלעס וואס איך שרייב איז פירסט הענד אינפא.

א פרייליכן וויאזויהייסטעס.
פאַרפּעסטעמייזט!!

שרייב פאוסט