און כפרה פאקס ביי קינדער האט ממש נישט קיין שאנסן פאר סייד אפעקטס?Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 8:14 pmAzoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 8:39 amגוט. אבער וואס פארדינען זיי פון עס נישט געבן גלייך אלס קינד?Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 10:59 pm
טשיקענפאקס אין די קינדער ווערסיע איז אומשעדליך, און דאס איז די סיבה פארוואס ווען מיר זענען געווען קינדער, פאר די וואקסין ווען 'יעדער' האט געכאפט טשיקענפאקס, האט מען נישט געהערט קיין מאסן טויטפעלער. וואס איז יא שעדליך איז די עדאלט ווערסיע פון טשיקענפאקס, און דאס איז די סיבה פארוואס מען האט איינגעפירט צו געבן א וואקסין דערקעגן. איך קען עטליכע דאקטוירים וואס זענען שטארק פרא וואקסין אבער מיט שכל, וואס געבן טאקע נישט די טשיקענפאקס וואקסין ביז ארום דרייצן יאר, וואס אויב מען האט עס באקומען אלס קינד דארף מען בכלל נישט די וואקסין אפילו לויט די רעגירונג, און אויב האט מען עס נישט געכאפט ביז דעמאלס (א זאך וואס מאכט זיך מער אפט היינט מיט די וואקסין) קען עס שוין אנהייבן אריינגיין אין די שעדליכע טעריטאריע ממילא פארלאנגט עס שוין א וואקסין.
ווייל סתם שטעכן ווען עס פעלט נישט אויס האט נישט קיין פשט. יעדע מעדיצינישי זאך האט מעגליכע סייד עפעקטס - טאקע גאר גאר זעלטן אבער פארט מעגליך - ממילא כ"ז עס פעלט נישט אויס טוט מען נישט, בפרט ווען ביי רוב מענטשן וועט עס צום סוף בכלל נישט אויספעלן.
די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות
Re: מעג מען געבן וואקסינען על פי הלכה?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
א פרייליכן תמיד!
לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 72
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 180
Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות
דו ווילסט מ'זאל דא אויס'פסק'ענען דקות שבדקות'דיגע חילוקים אין סייד אפעקטס און אין וויפיל הונדערטסטלעך פון א פראצענט שאנס עס איז דא צו כאפן?... די ספעציפישע דאקטוירים האלטן אז עס איז ענדערש צו נעמען די (פיצי) ריק פון קינדישע טשיקן פאקס ווי איידער די (פיצי) ריסק פון די וואקסין. אנדערע דאקטוירים האלטן פארקערט.
Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות
פון וועם רעדט איר?Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 4:16 am דו ווילסט מ'זאל דא אויס'פסק'ענען דקות שבדקות'דיגע חילוקים אין סייד אפעקטס און אין וויפיל הונדערטסטלעך פון א פראצענט שאנס עס איז דא צו כאפן?... די ספעציפישע דאקטוירים האלטן אז עס איז ענדערש צו נעמען די (פיצי) ריק פון קינדישע טשיקן פאקס ווי איידער די (פיצי) ריסק פון די וואקסין. אנדערע דאקטוירים האלטן פארקערט.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 72
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 180
Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות
איך קען נישט זאגן די גאנצע ליסטע ווייל עס גרעניצט זיך מיט גילוי.. איינער פון די איז דאקטאר סטעטפעלד פון וויליאמסבורג.