ווען עריק טראמפ הייסט גאטליב...

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
ענציקלאפעדיסט
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 8:10 pm
x 39

ווען עריק טראמפ הייסט גאטליב...

פאוסט דורך ענציקלאפעדיסט »

עס שווינדלט די קאפ און עס פלאצן די נערוון פון מיטהאלטן די שפאלטנדע ברעכנדע נייעס צירקלען וואס ווייסן נישט פון קיין לאגישע גרעניץ און זיניגע אפשטעל, שטוינענדע אנטוויקלונגען האקן אריין האסטיג אינדערצייט וואס די מאגן האט נאכנישט פארדייט דעם פריערדיגן, אזש עס דוכט זיך ווי מען שפאצירט צווישן די בלעטער פון א זאפטיגע פיקציע בוך פון א געניטן נאוועליסט.

---

חסיד'ישע אידן ווייסן, אז יעדע פאסירונג און בלעטל-שאקל איז געצילט צו לערנען אונז א פרק אין די ריכטיגע תכלית אויף וועלכע מיר זענען סטאנציאנירט אין דעם ערד-קוגל.

ווייזט אויס אז אין גייסט פון די היינטצייטיגע סארטן שיעורים ווי מען מוז צושטעלן פאקטישע אביעקטן און אויפרייסנדע ביישפילן וואס צייגן לעבעדיג פאר די פליישיגע אויגן די קאמפליצירטע לימודים, האט דער באשעפער אויך אונז געדארפט צושטעלן הארטע אויסשטעלונגען אז זיין 'בת קול היוצא מהר חורב' זאל דערהערט ווערן און אריינדרינגען אין אונזערע הארץ-קעמערלעך.

אלזא, אין אן אני-לדודי-ודודי-לי שטימונג לאמיר אבזערווירן די פראסטע נייעס-בליצן און אפלערנען וואספארא לעקציע דער באשעפער באהאלט דערונטער:


ווען דאס רויטע טעפיך איז אויסגעשפרייט געווארן אין די וויליאמסבורגע גאסן, און די פליגלען איבער א טראמפ באזוך האבן איינגענומען פונעם בריק ביז קראונהייטס, איז די געדאנק געווען אזוי ארויסשטארנד און קלאר:

''מלך בשדה'' דער קעניג קומט אין שטאט, עס איז אן עקסטאז, דער קעניג פון די וועלט איז אויך אצינד אנוועזנד, לאמיר זיך פרייען און לויפן צו אים.

'פארוואס טאקע בין איך נישט איבערגענומען פון דעם פאקט?' האט אין מיר געעגבערט און געוואונדערט א פראגע אויף זיך אליין 'וויאזוי קען זיין אז טראמפ נעמט מער איבער מיין ענטוזיאזם ווי דער גרעסטער אלמעכטיגער, צי בין איך אזוי מגושם און דערווייטערט?!'

א פארטיידיגונג האט מיר אויפגעבליצט 'וואס הייסט? דער באשעפער טרעף איך דאך יעדן טאג, איך רעד צו אים באשטימטע דריי מאל אן אויסלאזן, אפגערעדט אז אלול זעלבסט געפאלט יעדן מאל דער לוח גיבט זיך א מיש. צי פעלן דען גענוג געלעגנהייטן אין וועלכע מיר באגעגענען דעם באשעפער אויף דעם פארנעם אדער אן אנדערן? טא, וואס קען מען ערווארטן? מיר זענען צוגעוואוינט און אימונירט צו אזא שטורמישע געשעעניש.

עס איז גאנץ לאגיש צו אננעמען אז ווען טראמפ איז אזא אפטער באזוכער אין היימישן קווארטל, וואלט גאנץ ווארשיינליך די אטעם נישט געווארן אזוי פארכאפט אין אזא מאמענט ווי איצט'.

-
עס זענען נישט פארבייגעלאפן קיין פילע שטונדן און דער פאסט-פויגל - וואס איז היינט אזוי שנעל און פלינק ווי אן אויגנבליק - האט געבראכן טרויעריגע נייעס וואס האבן אראפגעברענגט דערמיט אן אנטוישנדע וואלקן איבער די אויפגעהייטערטע וויליאמסבורג, די קעפ זענען אראפגעלאזט געווארן מיט ווירבלענדע געדאנקען פון אנטריסטונג און באדויער.

מיין קאפ אבער האט געטראכט פון אן אנדערן שפילער אין די געשיכטע: מר. גאטליעב.

וואס זענען זיינע געפילן אין דעם צייט? צי דען יעצט ווען ער באגלייט דעם שווארצן קאסטן פון זיין ליבן פאטער, קימערט אים אז דער הויכראנגיגער פאליטיקאנט וועט נישט רייכן זיין האנט?

אויך אויב ער וואלט ווען געקענט לויט די הלכה האלטן אפן זיין געשעפט און ערמעגליכן דעם וויזיט, צי וואלט ער דען בכלל געווען פאראינטערעסירט אין דעם סענזאציע? ווען זיין טאטע ווערט אוועקגעריסן וועט אים אנגיין צי די מידיע קאמערעס וועלן אפכאפן די היסטארישע געשעעניש ווי א פרעזידענט קאנדידאט שטאט אפ א באזוך אין זיין קרעטשמע?


דאס האט אפגעפרעגט מיין נעכטיגע צווישנשייד איבער איינמאליגע און אפטע ערשיינונגען. אויב איז זעלטנהייט דאס וואס דעפינירט און שאפט די וואגיגקייט פון א פערזאן און פאסירונג, צי וואס איז דער אייגנטומער אזוי פארנומען מיט זיין טאטע וועמען ער איז שוין באקאנט מיט צענדליגער יארן? איך פארשטיי אז ער האט זיך ליידער געזעגנט אויף אייביג, אבער טראמפ וועט ער גאנץ זיכער אויך מער נישט אנטרעפן אין זיין גאנצן לעבנס-שפאן, טא צי וואס גייט אים אן טראמפ ווי די פאריעריגע נישט-ערשינענע שניי?

דער ענטפער דערויף איז טאטאל איבריג צו צושטעלן פאר א זיניגער נארמאלער פלייש-און-בלוט וואס איז געבוירן צו א פאטער און מוטער.

פארוואס איז ער אזוי צובראכן און פארבינדן מיט דעם טראגעדיע, און קיין שום מעכטיגקייט קען נישט איבערנעמען זיין געדאנקענגאנג?

ווייל ער איז א זון!

---
דער באשעפער איז דער קעניג וואס באזוכט אין אונזער פעלד, אבער ער איז אויך אונזער ליבער טאטע צו וועם אונז בענקען און גארן זיך צו טרעפן און זיין נאנט מיט אים. אפגעזען וויפיל מאל ער וועט אונז באגעגענען וועלן מיר אומגעדולדיג גלוסטן אויף די קומענדיגע ערשיינונג.

פארקערט, ווי מער ער וועט זיך אראפלאזן צו אונז און פארברענגען מיט אזעלכע נידריגע מענטשעלעך ווי אונז, וועט די ליבשאפט און נאנטקייט שטייגן, גענוי ווי א ביאלאגישער פאטער און זון.

יא, יעדער איד האט 'גאט-ליב', און יעדער איד האט ליב-גאט! אני לדודי ודודי לי!


און אויב ווילט איר גרונטליכער באגרייפן וואס דאס באדייט א בן מלך, כאפט א בליק אויף דעם אנדערן הויפט-קעפל איבער די פריידיגע ברעכנדע נייעס איבער דאס וואס טראמפ'ס זון האט באוויליגט צו הערן די אידישע זייט פון די אמעריקאנע מטבע.

באטראכט אייער רוהיגע און פארזיכערטע געפיל אז זיין פאטער וועט זיכער צוהערן זיין געבעט און פאדערונג וואס ער וועט איבערגעבן אין אונזער נאמען, עס וועט אן קיין צווייפל דערגרייכן זיינע אפענע אויערן און מעגליך ברענגען גאר גינסטיגע רעזולטאטן פאר אונזער געמיינדע.

יא, פאר די פרעסע פאדערט זיך געוויס א מאסן פארזאמלונג פון מיליאנען מענטשן אז עס זאל שאפן די נויטיגע אפקלאנג, אבער ביי אונזער ליבער טאטע וואס איז אויך דער קעניג וועט איין איינצעלנע קוויטש – אן אינדיווידואלע ''זעקת הגולה'' פון איך און דו ווערט אויך אנגענומען מיט די סאמע גרעסטע מאס ליבשאפט און נאנטקייט.

ווייל איך בין זיין זון!
אוועיטער
B M W
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:26 am
Location: ביי א שבע ברכות
x 4

Re: ווען עריק טראמפ הייסט גאטליב...

פאוסט דורך B M W »

זייער זיס!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2021
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4909

Re: ווען עריק טראמפ הייסט גאטליב...

פאוסט דורך פופציגער »

וואוףףף!!

שיין!!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1184
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1490

Re: ווען עריק טראמפ הייסט גאטליב...

פאוסט דורך טיפע טאשן »

👍
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
ובחרת בחיים
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 7:04 pm
x 6

Re: ווען עריק טראמפ הייסט גאטליב...

פאוסט דורך ובחרת בחיים »

זייער שטארק!

שכח
שרייב פאוסט