כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

נייעס אין אונזער קווארטאל
קישטא קאי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 280
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 5:50 pm
x 217

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך קישטא קאי »

טראפקעלע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 12:32 am הר"ר שמחה שלום האט דערציילט אז פאראיאר ביים כינוס, נאכן דרשה פון רבי'ן, האט א מיידל באשלאסן צו טוישן צו א שפיצל.
וכך עשתה.

א אויפוואכונג אין די ענינים ברענגען גיטע תוצאות.
א מיידל????
שקר אין לו רגלים: ווי לאנג די אמת טוט זיך אן די זאקן פליהט שוין די שקר ארום די גאנצע וועלט (קרעדיט: מעלות)
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1384
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 2663

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך נקודות טובות »

טראפקעלע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 12:32 am הר"ר שמחה שלום האט דערציילט אז פאראיאר ביים כינוס, נאכן דרשה פון רבי'ן, האט א מיידל באשלאסן צו טוישן צו א שפיצל.
וכך עשתה.

א אויפוואכונג אין די ענינים ברענגען גיטע תוצאות.
און אסאך אנדערע וואס קענען נישט די הלכות וואס האבן ג'הערט וואספארא בדיעבד אידן זיי זענען סיי ווי, זענען אראפ א דרגה!
זייט'ס מיר אלע געזונט און שטארק! עס איז געווען א פארגעניגען צו פארברענגען מיט אייך!
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 388
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 270

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך תינוק הבורח »

קישטא קאי האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:06 am
טראפקעלע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 12:32 am הר"ר שמחה שלום האט דערציילט אז פאראיאר ביים כינוס, נאכן דרשה פון רבי'ן, האט א מיידל באשלאסן צו טוישן צו א שפיצל.
וכך עשתה.

א אויפוואכונג אין די ענינים ברענגען גיטע תוצאות.
א מיידל????
זי איז נעמט אן כשי' הרמב"ם.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6783

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נקודת טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:57 am וואס דער שבט הלוי שרייבט און וואס דער רב האט געזאגט, איז אזוי ווי פארטוישען דעם שואל ומשיב מיט דער גראסערי מאן. און נישט דער שואל ומשיב מיטן שואל ומשיב פון ישיבה
ביזדערווייל איז דער שבט הלוי קעגן דיר.

זיי מסביר וועלכע ווערטער פונעם רב דו ווילסט דעבאטירן.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2736
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 2742

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך שמח »

נקודת טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:09 am
טראפקעלע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 12:32 am הר"ר שמחה שלום האט דערציילט אז פאראיאר ביים כינוס, נאכן דרשה פון רבי'ן, האט א מיידל באשלאסן צו טוישן צו א שפיצל.
וכך עשתה.

א אויפוואכונג אין די ענינים ברענגען גיטע תוצאות.
און אסאך אנדערע וואס קענען נישט די הלכות וואס האבן ג'הערט וואספארא בדיעבד אידן זיי זענען סיי ווי, זענען אראפ א דרגה!
שווער צו גלייבן.

אפי' אויב יא, לאזן מיר פארן דעת תורה אפצומאכן צו מ'דארף (/וויפל מ'דארף) חושש זיין אויף דאס וואס איר פארציילט.
"גוט געטון איז בעסער ווי גוט געזאגט." (היום יום)
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 461
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 374

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך ענותן »

קישטא קאי האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:06 am
טראפקעלע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 12:32 am הר"ר שמחה שלום האט דערציילט אז פאראיאר ביים כינוס, נאכן דרשה פון רבי'ן, האט א מיידל באשלאסן צו טוישן צו א שפיצל.
וכך עשתה.

א אויפוואכונג אין די ענינים ברענגען גיטע תוצאות.
א מיידל????
א כלה אויף איר חתונה.
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 331
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 263

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך משה רבינו »

נאר איינס? עטליכע זיכער
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 741
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 2281

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

נקודת טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:09 am און אסאך אנדערע וואס קענען נישט די הלכות וואס האבן ג'הערט וואספארא בדיעבד אידן זיי זענען סיי ווי, זענען אראפ א דרגה!
און דער רבי ז"ל שרייבט אין על הגאולה בשם הרמבם אז דער אמת דארף געזאגט ווערן צו העלפן איין ערליכער איד אויך אויב עס וועט שאטן פאר אנדערע

און אויב האט יענע געטוישט, האט יענע שוין מסתמא סייווי געוואלט טוישן און געטראפן א לימוד זכות ב"ה.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
צווייזייטיג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 975
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 546

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך צווייזייטיג »

תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:23 am
דער קאצקער האט נישט געהאלטן אז די שינוי בגדים איז בכלל א גזירה.
מקור?
ערגעץ האב איך געזען אז ס'איז יא, נאר מ'זאל זיך נישט צעקריגן אויף דעם .
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 664
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 1718

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך מסתמא »

צווייזייטיג האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 5:21 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:23 am
דער קאצקער האט נישט געהאלטן אז די שינוי בגדים איז בכלל א גזירה.
מקור?
ערגעץ האב איך געזען אז ס'איז יא, נאר מ'זאל זיך נישט צעקריגן אויף דעם .
בכלל, אין די גאנצע אונגארישע/טשעכישע/סאלאוואקישע/עסרייכישע/דייטשע/רומענישע גלילות איז קיין גזירות מלבושים בכלל נישט געווען

סגעהערט בכלל נישט אהער. סאיז א מיטשקע באבל פון פאלטשע היסטארישע אומ’פאקטן.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 664
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 1718

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 9:34 am
1) דער חתם סופר האט געזאגט שווערע קללות אויף די ערשטע אונגארישע פרוי וואס האט אנגעטון א שייטל! ס'ווערט געברענגט אין זכרון למשה.
הפלא ופלא אז ביזן זכרון למשה וואס איז ארויסגעקומען הארט בעפארן קריג איז נישטא אפילו איין דרשה חת”ס וואו ער רעדט וועגן שייטלען.

סאיז נישט קיין פלא... ווייל ווייל עפעס וואס איז קלאר מבואר אין שו”ע רמ”א ונושאי כליו אויפן דף להתיר אסרט מען נישט פארן רבים, אפגעזעהן די פריוואטע מיינונג. זעה טאקע די לשון הצוואה געריכטעט צו זיינע קינדער וואו דער חת”ס ניצט דאס לשון: ואף פאה נכרית אני אוסר עליכם

דער חת”ס האט עס קיינמאל גע’אסר’ט פארן רבים. סאיז דא שאנק פון דרשות חת”ס.. און וואס דארפסטו מער פון די מעשה רב פון רובם ככולם פון זיינע תלמידים והולכים לאורו נאך לאנג לאנג בעפארן קריג ביז וואו מקען נאר צוריק קוקן.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 388
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 270

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך תינוק הבורח »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:18 pm

ווער איז דער מחבר פון זכרון למשה?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6783

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אויב איז דער זכרון למשה נישט באגלייבט, דא האסטו קלארע ווערטער אין לב העברי:
פיילס
Screenshot 2023-08-17 182738.jpg
Screenshot 2023-08-17 182738.jpg (111.77 KiB) געזען געווארן 319 מאל
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 664
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 1718

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:30 pm אויב איז דער זכרון למשה נישט באגלייבט, דא האסטו קלארע ווערטער אין לב העברי:
ווייטער.. דער מהר”ם אש אין זיין צוואה פאר זיינע קינדער..
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6783

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יא יא, פאר זיינע קינדער, ווייל ס'איז שוין דעמאלס געווען די השכלה, ווי רבי הילל קאלאמייער שרייבט אז דער חת"ס האט נישט געוואלט דעמאלס זאגן א זאך וואס מ'גייט נישט פאלגן.

אבער דאס האט ער געהאלטן.

און צוריק צום ענין, ס'איז געשען בימיו. ס'האט זיך אנגעהויבן אין רוסלאנד ביי די גזירה, און ס'איז אריבער קיין אונגארן דורך די משכילים, און געווארן גאנגבאר ביי די טויזנטער קלי הדעת. און נאכ'ן ערשטן וועלט קריג איז עס געווארן א נחלת הכלל.

דאס איז דער מציאות ווען דו קוקסט זיך אום מיט אן אמת.
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 664
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 1718

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:38 pm יא יא, פאר זיינע קינדער, ווייל ס'איז שוין דעמאלס געווען די השכלה, ווי רבי הילל קאלאמייער שרייבט אז דער חת"ס האט נישט געוואלט דעמאלס זאגן א זאך וואס מ'גייט נישט פאלגן.
קודם זענט איר מסכים אז דער חת”ס האט עס קיינמאל גע’אסר’ט פארן רבים.. אקעי..

יעצט זאגט איר פשוט א טעם אז מוועט אים נישט פאלגן.. און סקען נישט זיין ווייל דער רמ”א איז עס בפירוש מתיר אין שו”ע.. אקעי, דא רעזערוויר איך מיך שוין די רעכט צו האלטן אנדערש.

דערויף קומט א תורה פון השכלה געמישט מיט גזירות המלבושים... לחיים.

גאנגבאר ביי קלי דעת? גאנגבאר ביי די יראים ושלמים!

אגב, ווייטער א ברעקעלע היסטאריע. אונגארן איז נישט געווארן ציטרייסלט ביים ערשטן וועלטס קריג. דער ערשטער וועלטס קריג האט בעיקר ציטרייסלט פוילן/גאליציע וואס איז געווארן גאר גאר שוואך משא”כ אונגארן.. אבער ווי געזאגט, היסטאריע מן דכר שמיה.. ערשטע וועלטס קריג = שייטל אין אונגארן.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 388
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 270

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך תינוק הבורח »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:30 pm אויב איז דער זכרון למשה נישט באגלייבט, דא האסטו קלארע ווערטער אין לב העברי:
פאר א צוואה קענסטו דאך גיין צום חתם סופר'ס צוואה.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6783

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:43 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:38 pm יא יא, פאר זיינע קינדער, ווייל ס'איז שוין דעמאלס געווען די השכלה, ווי רבי הילל קאלאמייער שרייבט אז דער חת"ס האט נישט געוואלט דעמאלס זאגן א זאך וואס מ'גייט נישט פאלגן.
קודם זענט איר מסכים אז דער חת”ס האט עס קיינמאל גע’אסר’ט פארן רבים.. אקעי..

יעצט זאגט איר פשוט א טעם אז מוועט אים נישט פאלגן.. און סקען נישט זיין ווייל דער רמ”א איז עס בפירוש מתיר אין שו”ע.. אקעי, דא רעזערוויר איך מיך שוין די רעכט צו האלטן אנדערש.

ניין ניין, נישט איך זאג עס, נאר תלמידו הנאמן רבי הילל קאלאמייער זצוק"ל.

און ער זאגט ממש פונקט פארקערט ווי דו... אז "ווייל ס'דא מתירים" דערפאר שרייבט ער "איסור גמור" צו מודיע זיין אז ער נעמט נישט אן די מתירים
פיילס
Screenshot 2023-08-17 192515 copy.jpg
Screenshot 2023-08-17 192515 copy.jpg (236.07 KiB) געזען געווארן 284 מאל
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 664
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 1718

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:30 pm
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:43 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:38 pm יא יא, פאר זיינע קינדער, ווייל ס'איז שוין דעמאלס געווען די השכלה, ווי רבי הילל קאלאמייער שרייבט אז דער חת"ס האט נישט געוואלט דעמאלס זאגן א זאך וואס מ'גייט נישט פאלגן.
קודם זענט איר מסכים אז דער חת”ס האט עס קיינמאל גע’אסר’ט פארן רבים.. אקעי..

יעצט זאגט איר פשוט א טעם אז מוועט אים נישט פאלגן.. און סקען נישט זיין ווייל דער רמ”א איז עס בפירוש מתיר אין שו”ע.. אקעי, דא רעזערוויר איך מיך שוין די רעכט צו האלטן אנדערש.

ניין ניין, נישט איך זאג עס, נאר תלמידו הנאמן רבי הילל קאלאמייער זצוק"ל.

און ער זאגט ממש פונקט פארקערט ווי דו... אז "ווייל ס'דא מתירים" דערפאר שרייבט ער "איסור גמור" צו מודיע זיין אז ער נעמט נישט אן די מתירים
ר’ הלל קאלעמייער זצוק”ל איז געוועזן א שארפער באופן יוצא, און רעפלעקטירט אויסדריקליך נישט די אלגעמיינע מיינונג פון די תלמידי חת”ס, ועיין תקנות מיהאלאוויץ אין וועלכע א ריזן טייל תלמידי חת”ס (אייגענטליך דאס איבערוויגנדע רוב, ביניהם הכת”ס והמהר”ם שיק) האבן נישט אינטערגעשריבן צוליב ר’ הלל קאלעמייערס שארפע נוסח. כמובן מיר זענען עפר ועפר, אבער מדארף קענען די קאנטעקסט פון היסטאריע.

אגב, דער לב העברי איז מיינעך ר’ הלל’ס איידעם און ער זאגט בס”ה זיין אייגן פשט אין די צוואה פונעם חת”ס וואס די לשון הצוואה איז מוכרח פארקערט. די לשון הצוואה איז אפען פאר יעדעם צו זעהן.

איך זעה אקוראט מיינע ווערטער, צוליב דעם וואס ס’זענען דא מתירים (פשטות רמ”א ונושאי כלים) ובמילה אסרט עס נישט דער חת”ס פארן רבים. אכ”ז אסר’ט ער עס פאר זיינע קינדער.

----------
מענין לענין, דא האט איר די פונקטליכע ליסטע פון נעמען וואס האבן יא און נישט גע’חתם’עט אויף די תקנות מיהאלאוויץ. און מיין עלטער זיידע באח”ב איז נישט געוועזן פון די חותמים (זיין נאמען ווערט טאקע אויכעט דערמאנט אין יענע ליסטע) און מיר האבן אין די משפחה בריוון אין וועלכע ער ווייטאגט וויאזוי די אסיפה איז צוגעגאנגען.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 3#p2385803
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6783

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בנוגע דיינע ווערטער איבער רבי הילל קאלאמייער, ווי כאילו אונז פארשטיין בכלל זייער מלחמה אין די שווערע תקופה של שמד ממש ר"ל [ב"ה נישטא היינט דער מושג בכלל], וויל איך יעצט נישט מגיב זיין.
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:34 pm אגב, דער לב העברי איז מיינעך ר’ הלל’ס איידעם
גערעכט, רבי הילל קאלאמייער שרייבט עס ערגעץ אנדערש (כוועל אפשר אויפזוכן).

דער לב העברי איז זיין איידעם רבי עקיבא יוסף שלעזינגער, א תלמיד פונעם כתב סופר, און פונעם מהר"ם שיק. ואגב, דוכט זיך מיר רוב זיכער אז רבי עקיבא יוסף זצ"ל איז בכלל נישט געווען אזא שארפער, אפשר פארקערט.

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:34 pm און ער זאגט בס”ה זיין אייגן פשט אין די צוואה פונעם חת”ס וואס די לשון הצוואה איז מוכרח פארקערט. די לשון הצוואה איז אפען פאר יעדעם צו זעהן.

איך זעה אקוראט מיינע ווערטער, צוליב דעם וואס ס’זענען דא מתירים (פשטות רמ”א ונושאי כלים) ובמילה אסרט עס נישט דער חת”ס פארן רבים. אכ”ז אסר’ט ער עס פאר זיינע קינדער.
דער לשון איז: ומכ״ש שתזהרו מריעות נשים רעות שמוצאים אפילו שער א׳ חוץ, וגם פאה נכרית אני אוסרכם באיסור גמור.

ער האט דאך זייער א גוטן דיוק. אויף שערות ממש וואס איז ליידער שוין געווען קצת נפרץ שרייבט ער נישט איבער דעם, נאר אז מזאל זיך נישט חבר'ן מיט יענע, אבער ביי פאה נכרית שרייבט ער איסור גמור, פארוואס? ווייל דאס דארף חיזוק מכיון שיש מתירים.
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 664
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 1718

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:56 pm ער האט דאך זייער א גוטן דיוק. אויף שערות ממש וואס איז ליידער שוין געווען קצת נפרץ שרייבט ער נישט איבער דעם, נאר אז מזאל זיך נישט חבר'ן מיט יענע, אבער ביי פאה נכרית שרייבט ער איסור גמור, פארוואס? ווייל דאס דארף חיזוק מכיון שיש מתירים.
אקעי, שערה אחת איז נישט קיין איסור ע”פ דינא דשו”ע נאר דער חת”ס שרייבט דאך שוין אין די תשובות אז דאס האבן מיר אנגענומען פונעם זוהר ווי א דאורייתא. עד כדי כך אז דאס איז טאקע די סיבה פארוואס מיר שערן זיך אינגאנצן, אזוי שרייבט הגאון מהר”י שטייף אין די תשובות פארוואס נישט צו משנה זיין פונעם מנהג.

עכ”פ, מיר זעהען פון די צוואה בשום אופן קיין איסור פארן כלל אויף שייטלען. בס”ה אסר’ט ער פאר זיינע קינדער.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 388
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 270

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך תינוק הבורח »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:56 pm בנוגע דיינע ווערטער איבער רבי הילל קאלאמייער, ווי כאילו אונז פארשטיין בכלל זייער מלחמה אין די שווערע תקופה של שמד ממש ר"ל [ב"ה נישטא היינט דער מושג בכלל], וויל איך יעצט נישט מגיב זיין.
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:34 pm אגב, דער לב העברי איז מיינעך ר’ הלל’ס איידעם
גערעכט, רבי הילל קאלאמייער שרייבט עס ערגעץ אנדערש (כוועל אפשר אויפזוכן).

דער לב העברי איז זיין איידעם רבי עקיבא יוסף שלעזינגער, א תלמיד פונעם כתב סופר, און פונעם מהר"ם שיק. ואגב, דוכט זיך מיר רוב זיכער אז רבי עקיבא יוסף זצ"ל איז בכלל נישט געווען אזא שארפער, אפשר פארקערט.

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:34 pm און ער זאגט בס”ה זיין אייגן פשט אין די צוואה פונעם חת”ס וואס די לשון הצוואה איז מוכרח פארקערט. די לשון הצוואה איז אפען פאר יעדעם צו זעהן.

איך זעה אקוראט מיינע ווערטער, צוליב דעם וואס ס’זענען דא מתירים (פשטות רמ”א ונושאי כלים) ובמילה אסרט עס נישט דער חת”ס פארן רבים. אכ”ז אסר’ט ער עס פאר זיינע קינדער.
דער לשון איז: ומכ״ש שתזהרו מריעות נשים רעות שמוצאים אפילו שער א׳ חוץ, וגם פאה נכרית אני אוסרכם באיסור גמור.

ער האט דאך זייער א גוטן דיוק. אויף שערות ממש וואס איז ליידער שוין געווען קצת נפרץ שרייבט ער נישט איבער דעם, נאר אז מזאל זיך נישט חבר'ן מיט יענע, אבער ביי פאה נכרית שרייבט ער איסור גמור, פארוואס? ווייל דאס דארף חיזוק מכיון שיש מתירים.
ר' עקיבא יוסף איז געווען דער זעלבער שארפער ווי זיין שווער.
ער האט זיך נאר נישט פארשטאנען מיט די סאבראס.
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 388
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 270

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך תינוק הבורח »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 8:01 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:56 pm ער האט דאך זייער א גוטן דיוק. אויף שערות ממש וואס איז ליידער שוין געווען קצת נפרץ שרייבט ער נישט איבער דעם, נאר אז מזאל זיך נישט חבר'ן מיט יענע, אבער ביי פאה נכרית שרייבט ער איסור גמור, פארוואס? ווייל דאס דארף חיזוק מכיון שיש מתירים.
אקעי, שערה אחת איז נישט קיין איסור ע”פ שו”ע נאר דער חת”ס שרייבט דאך שוין אז דאס האבן מיר אנגענומען פונעם זוהר ווי א דאורייתא. עד כדי כך אז דאס איז טאקע די סיבה פארוואס מיר שערן זיך אינגאנצן, אזוי שרייבט הגאון מהר”י שטייף אין די תשובות פארוואס נישט צו מדנה זיין פונעם מנהג.

עכ”פ, מיר זעהען פון די צוואה בשום אופן קיין איסור פארן כלל אויף שייטלען. בס”ה אסר’ט ער פאר זיינע קינדער.
וכידוע שי' החת"ס אז א צוואה איז נאר מחייב די קינדער.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6783

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 8:01 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:56 pm ער האט דאך זייער א גוטן דיוק. אויף שערות ממש וואס איז ליידער שוין געווען קצת נפרץ שרייבט ער נישט איבער דעם, נאר אז מזאל זיך נישט חבר'ן מיט יענע, אבער ביי פאה נכרית שרייבט ער איסור גמור, פארוואס? ווייל דאס דארף חיזוק מכיון שיש מתירים.
אקעי, שערה אחת איז נישט קיין איסור ע”פ שו”ע נאר דער חת”ס שרייבט דאך שוין אז דאס האבן מיר אנגענומען פונעם זוהר ווי א דאורייתא. עד כדי כך אז דאס איז טאקע די סיבה פארוואס מיר שערן זיך אינגאנצן, אזוי שרייבט הגאון מהר”י שטייף אין די תשובות פארוואס נישט צו מדנה זיין פונעם מנהג.

עכ”פ, מיר זעהען פון די צוואה בשום אופן קיין איסור פארן כלל אויף שייטלען. בס”ה אסר’ט ער פאר זיינע קינדער.
ס'איז זייער נישט מסתבר אין אזא לשון "אוסרכם באיסור גמור" אז דאס איז נאר אלס חומרא פאר זיינע קינדער.

ממש ממש נישט. אפילו א שארפער סאטמאר רב ז"ל אויפ'ן כותל וואס ער האט אזוי געוואלט אז זיינע חסידים זאלן נישט גיין, וואלט קיינמאל נישט געשריבן אזא לשון. "אוסרכם באיסור גמור?". טראכט באמת אריין צו דיין פשט פיט אריין דערין.
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 664
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 1718

Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 8:06 pm
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 8:01 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:56 pm ער האט דאך זייער א גוטן דיוק. אויף שערות ממש וואס איז ליידער שוין געווען קצת נפרץ שרייבט ער נישט איבער דעם, נאר אז מזאל זיך נישט חבר'ן מיט יענע, אבער ביי פאה נכרית שרייבט ער איסור גמור, פארוואס? ווייל דאס דארף חיזוק מכיון שיש מתירים.
אקעי, שערה אחת איז נישט קיין איסור ע”פ שו”ע נאר דער חת”ס שרייבט דאך שוין אז דאס האבן מיר אנגענומען פונעם זוהר ווי א דאורייתא. עד כדי כך אז דאס איז טאקע די סיבה פארוואס מיר שערן זיך אינגאנצן, אזוי שרייבט הגאון מהר”י שטייף אין די תשובות פארוואס נישט צו מדנה זיין פונעם מנהג.

עכ”פ, מיר זעהען פון די צוואה בשום אופן קיין איסור פארן כלל אויף שייטלען. בס”ה אסר’ט ער פאר זיינע קינדער.
ס'איז זייער נישט מסתבר אין אזא לשון "אוסרכם באיסור גמור" אז דאס איז נאר אלס חומרא פאר זיינע קינדער.

ממש ממש נישט. אפילו א שארפער סאטמאר רב ז"ל אויפ'ן כותל וואס ער האט אזוי געוואלט אז זיינע חסידים זאלן נישט גיין, וואלט קיינמאל נישט געשריבן אזא לשון. "אוסרכם באיסור גמור?". טראכט באמת אריין צו דיין פשט פיט אריין דערין.
אוסרכם, באדייט, אוסר עליכם: דייקא ענק, מיינע קינדער
אנדערע גירסאות שטייט טאקע ממש דאס לשון, אוסר עליכם

די לשון איסור גמור איז טאקע ווייל סאיז בעצם נישט אסור ע”פ דינא דשו”ע, טאקע דערפאר נוצט ער דאס לשון איסור גמור עס צו אסרן פאר זיינע קינדער.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שרייב פאוסט