מ'האט דא אויך נישט געפאדערט אויסצוטון שייטלעך.מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 9:46 pmצייג מיר די דרשה ברבים וואו דער רבי זי"ע פארלאנגט שפיצלעך (אדער אפילו זיך צו באדעקן די שייטל..) אדער פאדערט ערגעץ צו גיין פרומער ווי די עלטערן.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 8:58 pm סאטמאר איז טאקע צושפליטערט און בכלל נישט קיין קהילה, זיי האבן נישט קיין בנינים, אלעס איז חרוב ונחרב, ווייל דער גרינדער פון די קהילה האט יא פארפירט קעגן שייטלען און יא פארלאנגט שפיצלעך, און יא געפאדערט בכלליות צו גיין פרומער ווי די עלטערן
יא, ער האט ליעב געהאט פרומקייט און חסידישקייט. אבער נישט דאס איז די מדובר דא. מרעדט פון וואס ער האט געפאדערט פונעם עולם.
כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2382
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7459
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
בקיצור עס איז נישט געווען קיין שארפע פסקים הלכה למעשה, און יעצט זאל מען זיך אויסטון שייטלעך אדער גט'ן אין די מאסן.
נאר א שטארקע התעוררות אין דעם ענין וכלשונו פונעם וויליאמסבורגער רב, "מען וועט רעדן רעדן און רעדן און שרייען געוואלד ביז מען וועט פועלן"
נאר א שטארקע התעוררות אין דעם ענין וכלשונו פונעם וויליאמסבורגער רב, "מען וועט רעדן רעדן און רעדן און שרייען געוואלד ביז מען וועט פועלן"
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
ס'איז געווען שארפע פסקים הלכה למעשה 'וויאזוי' א שייטל דארף אויסזען.
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
הר"ר שמחה שלום האט דערציילט אז פאראיאר ביים כינוס, נאכן דרשה פון רבי'ן, האט א מיידל באשלאסן צו טוישן צו א שפיצל.
וכך עשתה.
א אויפוואכונג אין די ענינים ברענגען גיטע תוצאות.
וכך עשתה.
א אויפוואכונג אין די ענינים ברענגען גיטע תוצאות.
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
ווער ס'וויל זיך אנטועהן א שפיצל אשרי חלקו. אבער די ענין פון מאכן א אסיפה מיט דיינים כאילו א פסק הלכה האט זיך ליידער ארויס געשטעלט די לעצטערע יארן רוב דיינים וואס געהערן צו א געוויסע קהלה ווי רוב דיינים היינט האבן נישט קיין אייגענע מיינונג אויב די קהילה וויל שטופן עפעס א אגענדע וועלן זיי רוב מאל מיטשטיין דאס מאכט עס ווערט לאז די כוח הרבנים. שוין נישט דא קיין דעבריצן רב הרב וואזנער וכו'
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
איך זעה זייער אסאך מאל פסקי הלכה פון די דיינים כאילו זיי שרייבן עס אלס הלכה.. ס'איז מיר ברור כשמש ווען זיי זענען זעלבשטענדיק וואלטן זיי קיינמאל נישט געשריבן אזוי ווי באלד אין די הלכה שטייט קלאר אז ס'איז מותר
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1893
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5244
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
א שייטל לענגער ווי די אקסעל איז א מחלוקת מגן אברהם ומגן גבורים, הגם רוב פוסקים נעמען אן להתיר אזוי ווי די מגן גבורים, דאך האט מען אין זייער אסאך מקומות שטארק מחמיר געווען ווי די מגן אברהם. און תשובות עצי חיים איז ער שטארק מחמיר, ממילא איז אנגענומען אין סאטמאר להחמיר.רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 10:56 pmזיי האבן אויך מתיר געווען א שייטל וואס איז לענגער פון ביז די אקסל?נקודת טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 10:31 pmפארוואס זאגן אזא סטעיטמענט אז גיין א שייטל איז ליידער?אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 12:23 am ייש"כ. איך גלויב אז דאס ווארט "ליידער" האסטו מוסיף געווען...
על אף וואס א שייטל איז טאקע א ליידער, ווייל קיינער פון אונזערע עלטער באבעס זענען נישט אזוי געגאנגען, אבער כהיום ווען אזויפיל כשרים בישראל גייען אזוי רעדט מען למעשה אנדערש.
אלע פוסקי השלחן ערוך זענען דאס מתיר.
ה''ה, רמ''א, מגן אברהם, פרי מגדים, שלחן ערוך הרב, משנה ברורה, ערוך השולחן. ממש ממש יעדער.
מיר ווייסען אויך פונעם מהר''י קאצענעלבויגן, באר שבע, דברי חיים, בית יצחק.
אבער למעשה ממש רוב פוסקים וואס מיר פארלאזען זיך אויף זיי להלכה למעשה אין אלע אנדערע חלקים אין שלחן ערוך, זענען מתיר.
אויך מתיר געווען א שייטל פון לעבעדיגע יומען העיר?
בנוגע הומען האר. יא דער שלטי הגיבורים דער ראש המתירים איז שוין מתיר הומען האר ( בלי חשש תקרובות ע''ז) ואחריו כל פוסקי השלחן ערוך וואס מיר האבן פריער געברענגט. ( די מחלוקת איז אויב אייגענע האר קען מען דערפון מאכן פאה נוכרית אדער נאר פון א פרעמדענס האר מעג מען.)
איך האב איבער געהערט דעם דרשה, נישט ווייל איך געהער בכלל צו דעם קהילה, נאר ווייל איך האב געוואלט הערן וואס ער זאגט.
זאגן אזא סטעיטמענט אז קיין איין פוסק איז נישט מתיר, דארף דעקונג.
איז עכ''פ, א רב קען זאגן פאר זיין קהילה ווי ער פארשטייט, אבער דאס נאכזאגן פאר אידן פון אנדערע קהילות, און שרייבן אז גיין מיט א שייטל איז ''ליידער'' איז נישט אויסגעהאלטן ( איך רעד ווען די הלכה איז אויף די צד המתירים)
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1893
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5244
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
צו קלאר מאכן, איך רעד נישט פון קיין לעיס שייטלעך. נאר פון הומען שייטלעך מיט א השגחה, וואס גייט נישט אראפ לענגער ווי די אקסעל, צוזאמען גענומען און נישט געדרייעט און צואווארפן.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1893
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5244
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
וואס זוכסטו, א רב וואס זאגט אז מען מעג היינט גיין מיט א שייטל?משה רבינו האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:18 pmאיך קען נישט לערנען ליידער,נאר איך פאלג רבנים וואס קענען לערנען,תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:17 pmקיינער פון יענע פוסקים לא חילקו וויאזוי די שייטל זעהט אויס.משה רבינו האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 10:59 pm https://www.dropbox.com/scl/fi/2lfxut1r ... r2bybi1tlv
הער אויס די דרשה, ער זאגט נישט דא קיין איין פוסק וואס איז מתיר די היינטיגע שייטל,
ער זאגט איינער איז געזיצן ביי תוקין און ער רופט זיך אן היינט איז די יארצייט פונעם שואל ומשיב,
רופט זיך א צווייטער אן דארט, איך האב אים גוט געקענט איך האב געלערנט מיט אים,
פרעגט דער ערשטער וואס הייסט ווי אזוי קען זיין? ביסט אינגאנצן 30 יאר אלט?
זאגט ער וואס הייסט איך האב געלערנט דא אין ישיבה תשנ"ז בחברותא מיט די שואל ומשיב .... ער פעלגט ענטפערן אלע שאלות פון די בחורים......
די תמים איז גערעכט אז אין זיין ישיבה איז געווען א איינגעשטעלטער וועם מען האט גערופן די שואל ומשיב, אבער ווען מען זאגט היינט איז די יארצייט פון די שואל ומשיב מיינט מען נישט יענעם....
מען טרעפט התירים פאר שייטלעך אבער יענע שייטלעך מיט די היינטיגע לא קרב זה אל זה עס האט נישט קיין שום שייכות,
די פוסקים האבן מתיר געווען שייטלעך, קיינער קיינער רעדט נישט פון די היינטיגע שייטלעך
איך האב דיר געברענגט א דרשה פון אן אנגעזענע רב, וואס זאגט אז היינטיגע שייטליך איז נישט דא קיין איין מתיר,
זאגסטו אנדערש ברענג מיר פון א רב וואס זאגט עס, נישט אן אינטערנעט שרייבער.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1893
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5244
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
לינק ביטע.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:49 pmיא.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:45 pmעס איז שוין געווען די היינטיגע סטייל שייטלען בימיהם? עס איז שוין געווען מענטשליכע האר אז מען זעהט ממש נישט גארנישט אן אז דאס איז א שייטל עס קוקט אויס ווי אייגענע האר ממש, איז דאס שוין געווען בימיהם, אז עס זאל זיין וואס צו מחלק זיין?תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:17 pm קיינער פון יענע פוסקים לא חילקו וויאזוי די שייטל זעהט אויס.
מיין עלטער באבע איז געגאנגען מיט א שייטל און עס האט אויסגעקוקט ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט...
שוין אויסגעשמועסט אינעם אשכול איבער שייטלען.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- פנים חדשות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 186
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
- x 337
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
בכלליות האב איך הנאה פון דיינע תגובות דאהי, אבער דאך מיין איך איז נישט אזוי אין פלאץ דאס ארויסצוברענגן אין דער טעמע, וואס איז געעפענט געווארען אויף אראפצוברענגען דעת תורתם פון די רבנים וואס האבען גערעדט ביים כינוס.נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:59 am א רב קען זאגן פאר זיין קהילה ווי ער פארשטייט, אבער דאס נאכזאגן פאר אידן פון אנדערע קהילות, איז נישט אויסגעהאלטן
דיינע תגובות קענסטו שרייבען אין די כלליות'דיגע שייטעל טעמע (אין אידישע היסטאריע סוב פארום).
וואס דו שרייבסט דא אין וואס איך ציטיר, פארשטיי איך אינגאנצען נישט, זייט ווען גייען רבני סאטמער ארום צו אנדערע קהילות צו שרייען קעגן שייטלען???
אויב עפעס, טוסטו כעין זה, אז דו קומסט אריין אין א טעמע ווי מ'רעדט וועגן א פנימי סאטמערע כינוס, און דו זאגסט דארט דיין שיטה, קעגן די שיטה פון די סאטמערע רבנים (עכ"פ די וואס האבען גערעדט ביים כינוס)...
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1893
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5244
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
האמת אגיד, איך האב נישט געוואוסט ביז צען מינוט צוריק אז עס איז דא אזא אשכול פון שייטלעך. ווען יא שרייב איך ווען דארט.פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:42 amבכלליות האב איך הנאה פון דיינע תגובות דאהי, אבער דאך מיין איך איז נישט אזוי אין פלאץ דאס ארויסצוברענגן אין דער טעמע, וואס איז געעפענט געווארען אויף אראפצוברענגען דעת תורתם פון די רבנים וואס האבען גערעדט ביים כינוס.נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:59 am א רב קען זאגן פאר זיין קהילה ווי ער פארשטייט, אבער דאס נאכזאגן פאר אידן פון אנדערע קהילות, איז נישט אויסגעהאלטן
דיינע תגובות קענסטו שרייבען אין די כלליות'דיגע שייטעל טעמע (אין אידישע היסטאריע סוב פארום).
וואס דו שרייבסט דא אין וואס איך ציטיר, פארשטיי איך אינגאנצען נישט, זייט ווען גייען רבני סאטמער ארום צו אנדערע קהילות צו שרייען קעגן שייטלען???
אויב עפעס, טוסטו כעין זה, אז דו קומסט אריין אין א טעמע ווי מ'רעדט וועגן א פנימי סאטמערע כינוס, און דו זאגסט דארט דיין שיטה, קעגן די שיטה פון די סאטמערע רבנים (עכ"פ די וואס האבען גערעדט ביים כינוס)...
איך האב מיר באצויגען צו געוויסע וואס האבן געשריבען דעם ווארט ליידער, אויף דעם האב איך מיר אפגעשטעלט. און נישט אויף די רבנים בכלל.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 591
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 503
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
viewtopic.php?p=10798#p10798נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:19 amלינק ביטע.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:49 pmיא.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:45 pm
עס איז שוין געווען די היינטיגע סטייל שייטלען בימיהם? עס איז שוין געווען מענטשליכע האר אז מען זעהט ממש נישט גארנישט אן אז דאס איז א שייטל עס קוקט אויס ווי אייגענע האר ממש, איז דאס שוין געווען בימיהם, אז עס זאל זיין וואס צו מחלק זיין?
מיין עלטער באבע איז געגאנגען מיט א שייטל און עס האט אויסגעקוקט ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט...
שוין אויסגעשמועסט אינעם אשכול איבער שייטלען.
viewtopic.php?p=10460#p10460
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6456
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14802
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
דער חתם סופר שרייבט אז ער אסר'ט נישט די שייטלען ווייל ס'איז א מצב פון "אי אפשר להעמיד הדת על תילה". אבער פאר זיינע קינדער און אייניקלעך אסר'ט ער עס באיסור חמור.מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 9:46 pmצייג מיר די דרשה ברבים וואו דער רבי זי"ע פארלאנגט שפיצלעך (אדער אפילו זיך צו באדעקן די שייטל..) אדער פאדערט ערגעץ צו גיין פרומער ווי די עלטערן.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 8:58 pm סאטמאר איז טאקע צושפליטערט און בכלל נישט קיין קהילה, זיי האבן נישט קיין בנינים, אלעס איז חרוב ונחרב, ווייל דער גרינדער פון די קהילה האט יא פארפירט קעגן שייטלען און יא פארלאנגט שפיצלעך, און יא געפאדערט בכלליות צו גיין פרומער ווי די עלטערן
יא, ער האט ליעב געהאט פרומקייט און חסידישקייט. אבער נישט דאס איז די מדובר דא. מרעדט פון וואס ער האט געפאדערט פונעם עולם.
וכן הי' אצל רביה"ק מסאטמאר, על אף וואס בסוף ימיו האט ער קלאר גדעזאגט פאר מערערע אידן אז ער גייט אויסטון די שייטלען פונעם עולם, נאר גלייך דערנאך איז געווען דער סטראוק בעוה"ר.
הפנים, מ'האט דא אויך נישט גערעדט וועדן אסר'ן שייטלען בכלל. מ'האט גערעדט אז מ'זאל וויסן אז ס'איז א גרויסע דיעבד, והבו לי' דלא לוסיף עלה צו גיין מיט א שייטל וואס איז אסור לכל הדיעות.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6456
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14802
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
דו מישסט אויס הלכות פון האר ביי א מיידל מיט א שייטל ביי א פרוי.נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:59 am א שייטל לענגער ווי די אקסעל איז א מחלוקת מגן אברהם ומגן גבורים, הגם רוב פוסקים נעמען אן להתיר אזוי ווי די מגן גבורים, דאך האט מען אין זייער אסאך מקומות שטארק מחמיר געווען ווי די מגן אברהם. און תשובות עצי חיים איז ער שטארק מחמיר, ממילא איז אנגענומען אין סאטמאר להחמיר.
א טאטאלער טעות בהלכה מצדך. א פרוי טאר נישט אויסזען ווי זי האט אייגענע האר, לויט "אלע" אמאליגע, און היינטיגע ערליכע פוסקים.
די נקודה איז נישט יומען העיר. די נקודה איז אז "סזעט אויס" ווי אייגענע האר. דאס איז אסור לכל הדיעות און ס'איז געמאכט ליצנות פונעם שטן...נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:59 am בנוגע הומען האר. יא דער שלטי הגיבורים דער ראש המתירים איז שוין מתיר הומען האר ( בלי חשש תקרובות ע''ז) ואחריו כל פוסקי השלחן ערוך וואס מיר האבן פריער געברענגט. ( די מחלוקת איז אויב אייגענע האר קען מען דערפון מאכן פאה נוכרית אדער נאר פון א פרעמדענס האר מעג מען.)
עיין שם
viewtopic.php?p=10454#p10454
און עס האט גרויס דעקונג. ער ברענגט אין די דרשה אביסל פונעם שבט הלוי וועמען @קצי באוויינט דא אז ס'שוין נישט מער אזעלכע... נו זע וואס ער שרייבט. "אסורים לכל הדיעות" זענען ווערטער פונעם שבט הלוי.נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:59 am איך האב איבער געהערט דעם דרשה, נישט ווייל איך געהער בכלל צו דעם קהילה, נאר ווייל איך האב געוואלט הערן וואס ער זאגט.
זאגן אזא סטעיטמענט אז קיין איין פוסק איז נישט מתיר, דארף דעקונג.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6456
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14802
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
די שייטלען האבן זיך אנגעהויבן ביי די משכילים. דאס איז די פאקט "שאל אביך ויגדך". ביז דעמאלס איז נישט געווען אזא מושג ביי אלע ערליכע מקומות שומרי תו"מ.מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 8:16 pmמיינע באבעס זיכער, טאקע נישט אלע אבער רוב. וכן ביי רוב יוצאי אונגארן. הרוצה לשקר ירחיק.. ביז וואו מקען מברר זיין איז עס קלאר מבורר: אונגארן בכלליות איז געגאנגען מיט אפענע שייטלען. כמובן אז נישט יעדער אבער רוב, און כרעד פון די ערליכע פרומע ציבור. נאכאמאל, שאל אביך ויגדך וכו’ נעם אפיר די בילדער וכו’דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 8:08 pmבאבעס אפשר, עלטער באבעס פאר'ן ערשטן וועלט קריג? קיינער. שאל אביך ויגדך וגו'מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 7:57 pm איר האלט אז מקען אזוי פירן א קהילה ווען א טייל חברי קהילה וואס גייען אקוראט ווי זייערע באבעס דארפן זיך שפירן ווי בדיעבד אידן? איך זעה אין דעם החרבה.
רוב סאטמארע באבעס זענען געגאנגען מיט אפענע שייטלעך. אין אונגארן האט מען נישט געפסקנט ווי דער ד”ח הן בנוגע שייטלען והן בנוגע שטאפ והן בנוגע געבראקס און מאשין מצות. טייל האבן מער מחמיר געווען אין טייל פון די דערמאנטע אבער אנגענומען להלכה? זיכער נישט. שאל אביך ויגדך, כרעד פון די גא-ט’ס פארכטיגע אידן. אלעס קענט איר טון און זאגן אבער היסטאריע וועט זיך נישט טוישן צוליב דעם.
און די מקורות דערפאר זענען כזה:
1) דער חתם סופר האט געזאגט שווערע קללות אויף די ערשטע אונגארישע פרוי וואס האט אנגעטון א שייטל! ס'ווערט געברענגט אין זכרון למשה.
2) אפילו שוין נאך די זמן ההשכלה, זאגט דער 'ברוך טעם' אז אפילו אין "דייטשלאנד" זענען געגאנגען שייטלען נאר די קלי הדעת.
3) בנוגע אונזערע עלטערן, אפילו נאך די גזירות און די השכלה, ביזן ערשטן וועלט קריג, איז רביה"ק מסאטמאר מעיד אז ס'איז נישט געווען קיין שייטלען.
ער האט געזאגט ביי די באקאנטע דרשה אין שטאט סאטמאר, אין די חסידישע שול וואו ער האט געהייסן אויסטון די שייטלען (אנדערש ווי די שטאטישע וואו ער האט געהייסן אנטון, והדברים ידועים), אז אין אלע אונזערע שטעט איז פארן ערשטן וועלט קריג נישט געווען קיין שייטלען, אפילו בזמן ההשכלה! ער האט אויסגערעכנט "פוילן, גאליציע, אונגארן, איז נישט געווען קיין שייטלען". ונאמן עלינו דבריו הק'.
- אביסל צו שפעט
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 180
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 5:25 pm
- x 108
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
מיין באבע קומט פון רוסלאנד, דארט איז געוועהן א מאס''ט צו גיין דערמיט, איז מיין ווייב ראונג אז זי גייט אויך אזוי?
קומט אריין אפגעבן אייער הבטחה,
די עפפ קען נאך היינט זיין פאר פובליק!
דריקט https://abcharity.org/campaign.php?id=544 אפצוגעבן אייער געלט.
די עפפ קען נאך היינט זיין פאר פובליק!
דריקט https://abcharity.org/campaign.php?id=544 אפצוגעבן אייער געלט.
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
עס האט זיך אנגעהויבן ביי די גזירת המלבושים אין רוסלאנד, אז מען טאר זיך נישט שניידן די האר. דעמאלט האט מען אנגעהויבן צו מאכן פאלטשע האר פון שייטלען אינטער די צודעק עס זאל אויסקוקן ווי מען האט אייגענע האר.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 9:34 amדי שייטלען האבן זיך אנגעהויבן ביי די משכילים. דאס איז די פאקט "שאל אביך ויגדך". ביז דעמאלס איז נישט געווען אזא מושג ביי אלע ערליכע מקומות שומרי תו"מ.מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 8:16 pmמיינע באבעס זיכער, טאקע נישט אלע אבער רוב. וכן ביי רוב יוצאי אונגארן. הרוצה לשקר ירחיק.. ביז וואו מקען מברר זיין איז עס קלאר מבורר: אונגארן בכלליות איז געגאנגען מיט אפענע שייטלען. כמובן אז נישט יעדער אבער רוב, און כרעד פון די ערליכע פרומע ציבור. נאכאמאל, שאל אביך ויגדך וכו’ נעם אפיר די בילדער וכו’דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 8:08 pm
באבעס אפשר, עלטער באבעס פאר'ן ערשטן וועלט קריג? קיינער. שאל אביך ויגדך וגו'
און די מקורות דערפאר זענען כזה:
1) דער חתם סופר האט געזאגט שווערע קללות אויף די ערשטע אונגארישע פרוי וואס האט אנגעטון א שייטל! ס'ווערט געברענגט אין זכרון למשה.
2) אפילו שוין נאך די זמן ההשכלה, זאגט דער 'ברוך טעם' אז אפילו אין "דייטשלאנד" זענען געגאנגען שייטלען נאר די קלי הדעת.
3) בנוגע אונזערע עלטערן, אפילו נאך די גזירות און די השכלה, ביזן ערשטן וועלט קריג, איז רביה"ק מסאטמאר מעיד אז ס'איז נישט געווען קיין שייטלען.
ער האט געזאגט ביי די באקאנטע דרשה אין שטאט סאטמאר, אין די חסידישע שול וואו ער האט געהייסן אויסטון די שייטלען (אנדערש ווי די שטאטישע וואו ער האט געהייסן אנטון, והדברים ידועים), אז אין אלע אונזערע שטעט איז פארן ערשטן וועלט קריג נישט געווען קיין שייטלען, אפילו בזמן ההשכלה! ער האט אויסגערעכנט "פוילן, גאליציע, אונגארן, איז נישט געווען קיין שייטלען". ונאמן עלינו דבריו הק'.
עס זענען געווען צדיקים ווי האדמו"ר מקאצק וכדו' וואס האבן געהאלטן אז מען איז מחיוב זיך מוסר נפש צו זיין נישט צו גיין מיט א שייטל, אנדערע האבן געהאלטן עס איז נישט קיין ענין פון גילו עריות ממש וואס איז א חיוב מסירת נפש, דעריבער האבן זיי מתיר געווען בשעת די גזירה א שייטל, און דערנאך ווען די גזירה איז בטל געווארן איז די מנהג ליידער נישט בטל געווארן עד היום
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6456
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14802
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
ניין ס'נישט ראנג, ווייל איר באבע האט שוין בלית ברירה אנגענומען די נייע מנהג, פון טון ווי די מתירים, כהרמ"א בשיטת שלטי גבורים.אביסל צו שפעט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 9:55 am מיין באבע קומט פון רוסלאנד, דארט איז געוועהן א מאס''ט צו גיין דערמיט, איז מיין ווייב ראונג אז זי גייט אויך אזוי?
נאר, זי דארף וויסן אז איר באבע'ס האט נישט אויסגעזען ווי אייגענע האר, און איר טאר אויכנישט.
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
און אויך נאר שלא כנגד השערותדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:16 amניין ס'נישט ראנג, ווייל איר באבע האט שוין בלית ברירה אנגענומען די נייע מנהג, פון טון ווי די מתירים, כהרמ"א בשיטת שלטי גבורים.אביסל צו שפעט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 9:55 am מיין באבע קומט פון רוסלאנד, דארט איז געוועהן א מאס''ט צו גיין דערמיט, איז מיין ווייב ראונג אז זי גייט אויך אזוי?
נאר, זי דארף וויסן אז איר באבע'ס האט נישט אויסגעזען ווי אייגענע האר, און איר טאר אויכנישט.
שאף המתירין לא התירו אלא דוקא על הפנים שלא כנגד שערות הראש (שו"ת תשובה מאהבה)
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6456
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14802
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
@משה רבינו די צודעק? דאס איז תלוי בשיטות, און זיין באבע האט אפשר דעמאלס אנגענומען לקולא.
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 591
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 503
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
דער קאצקער האט נישט געהאלטן אז די שינוי בגדים איז בכלל א גזירה.משה רבינו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:07 amעס האט זיך אנגעהויבן ביי די גזירת המלבושים אין רוסלאנד, אז מען טאר זיך נישט שניידן די האר. דעמאלט האט מען אנגעהויבן צו מאכן פאלטשע האר פון שייטלען אינטער די צודעק עס זאל אויסקוקן ווי מען האט אייגענע האר.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 9:34 amדי שייטלען האבן זיך אנגעהויבן ביי די משכילים. דאס איז די פאקט "שאל אביך ויגדך". ביז דעמאלס איז נישט געווען אזא מושג ביי אלע ערליכע מקומות שומרי תו"מ.מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 8:16 pm
מיינע באבעס זיכער, טאקע נישט אלע אבער רוב. וכן ביי רוב יוצאי אונגארן. הרוצה לשקר ירחיק.. ביז וואו מקען מברר זיין איז עס קלאר מבורר: אונגארן בכלליות איז געגאנגען מיט אפענע שייטלען. כמובן אז נישט יעדער אבער רוב, און כרעד פון די ערליכע פרומע ציבור. נאכאמאל, שאל אביך ויגדך וכו’ נעם אפיר די בילדער וכו’
און די מקורות דערפאר זענען כזה:
1) דער חתם סופר האט געזאגט שווערע קללות אויף די ערשטע אונגארישע פרוי וואס האט אנגעטון א שייטל! ס'ווערט געברענגט אין זכרון למשה.
2) אפילו שוין נאך די זמן ההשכלה, זאגט דער 'ברוך טעם' אז אפילו אין "דייטשלאנד" זענען געגאנגען שייטלען נאר די קלי הדעת.
3) בנוגע אונזערע עלטערן, אפילו נאך די גזירות און די השכלה, ביזן ערשטן וועלט קריג, איז רביה"ק מסאטמאר מעיד אז ס'איז נישט געווען קיין שייטלען.
ער האט געזאגט ביי די באקאנטע דרשה אין שטאט סאטמאר, אין די חסידישע שול וואו ער האט געהייסן אויסטון די שייטלען (אנדערש ווי די שטאטישע וואו ער האט געהייסן אנטון, והדברים ידועים), אז אין אלע אונזערע שטעט איז פארן ערשטן וועלט קריג נישט געווען קיין שייטלען, אפילו בזמן ההשכלה! ער האט אויסגערעכנט "פוילן, גאליציע, אונגארן, איז נישט געווען קיין שייטלען". ונאמן עלינו דבריו הק'.
עס זענען געווען צדיקים ווי האדמו"ר מקאצק וכדו' וואס האבן געהאלטן אז מען איז מחיוב זיך מוסר נפש צו זיין נישט צו גיין מיט א שייטל, אנדערע האבן געהאלטן עס איז נישט קיין ענין פון גילו עריות ממש וואס איז א חיוב מסירת נפש, דעריבער האבן זיי מתיר געווען בשעת די גזירה א שייטל, און דערנאך ווען די גזירה איז בטל געווארן איז די מנהג ליידער נישט בטל געווארן עד היום
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6456
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14802
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
לא נוגע לענין כללתינוק הבורח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:23 am דער קאצקער האט נישט געהאלטן אז די שינוי בגדים איז בכלל א גזירה.
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
ביסט גערעכט די שיטות אז מען דארף זיך מוסר נפש זיין איז געוען די שפת אמת, מיטן חידושי הרי"םתינוק הבורח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:23 amדער קאצקער האט נישט געהאלטן אז די שינוי בגדים איז בכלל א גזירה.משה רבינו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:07 amעס האט זיך אנגעהויבן ביי די גזירת המלבושים אין רוסלאנד, אז מען טאר זיך נישט שניידן די האר. דעמאלט האט מען אנגעהויבן צו מאכן פאלטשע האר פון שייטלען אינטער די צודעק עס זאל אויסקוקן ווי מען האט אייגענע האר.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 9:34 am
די שייטלען האבן זיך אנגעהויבן ביי די משכילים. דאס איז די פאקט "שאל אביך ויגדך". ביז דעמאלס איז נישט געווען אזא מושג ביי אלע ערליכע מקומות שומרי תו"מ.
און די מקורות דערפאר זענען כזה:
1) דער חתם סופר האט געזאגט שווערע קללות אויף די ערשטע אונגארישע פרוי וואס האט אנגעטון א שייטל! ס'ווערט געברענגט אין זכרון למשה.
2) אפילו שוין נאך די זמן ההשכלה, זאגט דער 'ברוך טעם' אז אפילו אין "דייטשלאנד" זענען געגאנגען שייטלען נאר די קלי הדעת.
3) בנוגע אונזערע עלטערן, אפילו נאך די גזירות און די השכלה, ביזן ערשטן וועלט קריג, איז רביה"ק מסאטמאר מעיד אז ס'איז נישט געווען קיין שייטלען.
ער האט געזאגט ביי די באקאנטע דרשה אין שטאט סאטמאר, אין די חסידישע שול וואו ער האט געהייסן אויסטון די שייטלען (אנדערש ווי די שטאטישע וואו ער האט געהייסן אנטון, והדברים ידועים), אז אין אלע אונזערע שטעט איז פארן ערשטן וועלט קריג נישט געווען קיין שייטלען, אפילו בזמן ההשכלה! ער האט אויסגערעכנט "פוילן, גאליציע, אונגארן, איז נישט געווען קיין שייטלען". ונאמן עלינו דבריו הק'.
עס זענען געווען צדיקים ווי האדמו"ר מקאצק וכדו' וואס האבן געהאלטן אז מען איז מחיוב זיך מוסר נפש צו זיין נישט צו גיין מיט א שייטל, אנדערע האבן געהאלטן עס איז נישט קיין ענין פון גילו עריות ממש וואס איז א חיוב מסירת נפש, דעריבער האבן זיי מתיר געווען בשעת די גזירה א שייטל, און דערנאך ווען די גזירה איז בטל געווארן איז די מנהג ליידער נישט בטל געווארן עד היום
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1893
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5244
Re: כינוס בני תורה לאברכי הכולל קרית יואל (מהר"א) ג' שופטים
וואס דער שבט הלוי שרייבט און וואס דער רב האט געזאגט, איז אזוי ווי פארטוישען דעם שואל ומשיב מיט דער גראסערי מאן. און נישט דער שואל ומשיב מיטן שואל ומשיב פון ישיבהדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 9:21 amדו מישסט אויס הלכות פון האר ביי א מיידל מיט א שייטל ביי א פרוי.נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:59 am א שייטל לענגער ווי די אקסעל איז א מחלוקת מגן אברהם ומגן גבורים, הגם רוב פוסקים נעמען אן להתיר אזוי ווי די מגן גבורים, דאך האט מען אין זייער אסאך מקומות שטארק מחמיר געווען ווי די מגן אברהם. און תשובות עצי חיים איז ער שטארק מחמיר, ממילא איז אנגענומען אין סאטמאר להחמיר.
א טאטאלער טעות בהלכה מצדך. א פרוי טאר נישט אויסזען ווי זי האט אייגענע האר, לויט "אלע" אמאליגע, און היינטיגע ערליכע פוסקים.
איך מיש גארנישט אויס. לאנגע שייטלעך איז נישט קיין פראבלעם ווייל עס קוקט אויס ווי אייגענע האר. אדרבה ברענג מיר איין ווארט פון די מתירים בנוגע די לענג?די נקודה איז נישט יומען העיר. די נקודה איז אז "סזעט אויס" ווי אייגענע האר. דאס איז אסור לכל הדיעות און ס'איז געמאכט ליצנות פונעם שטן...נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:59 am בנוגע הומען האר. יא דער שלטי הגיבורים דער ראש המתירים איז שוין מתיר הומען האר ( בלי חשש תקרובות ע''ז) ואחריו כל פוסקי השלחן ערוך וואס מיר האבן פריער געברענגט. ( די מחלוקת איז אויב אייגענע האר קען מען דערפון מאכן פאה נוכרית אדער נאר פון א פרעמדענס האר מעג מען.)
דאס אז די האר פונעם שייטל קוקט אויס ווי עכטע האר איז נישט קיין שום פראבלעם לויט די מתירים, ווייל זיי זענען דאך מתיר שייטלעך. אויב האסטו א פראבלעם אז דארט וואו די האר קומט ארויס קוקט אויס ווי עכט, אויף דעם האב איך געזאגט אז איך רעד נישט פון קיין לעיס שייטלעך.