א גוט יאר אייך, מיינע פריינט ענד דזשענטעלמען...
לאמיר אייך פארשטעלן מיין נייע ביזנעס געדאנק. מ'גיימיר אנהייבן שארן גאלד... פארשטייט זיך קודם העט מען סטראגלען אביסל, שאפן אן אינוועסטער, ארויפארבעטן די ביזנעס, און דאן אנהייבן פארדינען שיין געלט... און פון שיין געלט העט ווערן עשירות...
א נייע שטריימל... א נייע קאר... א נייע טלית בייטל... אלעס די טייערסטע מאדעלן... דאן העט מען בויען א רייכן פאלאץ אינמיטן שטאט... מנדב זיין א הערליכע ביהמ"ד גלייך נעבן מיין הויז וואו איך וועל זיין ראש הקהל... א בנין פאר די מוסדות העט אויך שוין מיטגיין... נאכדעם א וואקאציע הויז - אדער צוויי דריי... און אנצוקומען אהין ברויך מען דאך א פרייוועט דזשעט... און א רגע, א יאכט שיפל ברויך אויך צוגעלייגט ווערן צום עשירות פלאטע...
בקיצור, אן עושר, און אויף אזא לעבנסשטייגער אז דער בעל הקרעדיט קארד וועט זיך צו מיר דארפן חנפ'ען...
אבער איימעניט, לאמיר זיך אויפוועקן פון חלום א מינוט! העי! מ'האלט נאכנישט ביים עשירות!... סא לאמיר קודם אייך אביסל אויפוויקלען מיין נייע ביזנעס איידיע, און יו נעווער קנאו, אפשר וועט נאך פון דא איינער אויפקומען צו זיין מיין געלט שותף...
איז אזוי.
מיר אלע זענען באקאנט מיט'ן 2024 ווערסיע פון אונטערערדישע בונקערס... דארט וואו מען אנטלויפט זיך צו ראטעווען פון פליענדע ראקעטן... יא יא, דער אויטאמאטישער טעקסט מעסעדזש רעפליי וואס מען דרוקט פארלוירענערהייט ווען "די חברה" רופן אריין...
"די חברה" קען מיינען דער לענדלארד, ארבעטסגעבער, חברותא, שוויגער, אדער אפילו די אשת חיל...
"איי'ל קאלל יו רייט בעק" - און פארטיג. את נפשי הצלתי... יעצט זאל יענער ווארטן אביסל...
כדי נישט צו מאכן די זאך לאנגווייליג האבן די טעלעפאנען אן אויסוואל פון אויטאמאטישע רעפלייס, כ'קאל דיר שוין צוריק, סארי כ'קעניש רעדן שיק מיר א טעקסט, כ'בין ביזי יעצט, סארי אין א מיטינג, כ'קאל דיר שפעטער, וכו'... די מער פארגעשריטענע לייגן צו אייגענע רעפלייס, און די געשמאקערע חברה שרייבן אזעכע אידישע מעסעדזשעס ווי "צדיק, וואס מאכסטו? טשולדיגט כקעניש רעדן יעצט"... אבער הצד השוה שבהן; כ'קאל נישט צוריק באלד, כ'ביניש ביזי, טעקסט מיך נישט, הכל בטלין ומבטלין... נאר פשוט: איך האלט נישט ביים אויפהייבן יעצט!
מ'דרוקט אן אויטאמאטישע רעפליי און מ'האט אינזין צו פטר'ן די מרור. ס'דעלישעס.
האביך אזוי געקלערט צו מיר, שטעל זיך פאר ווען כ'קען האבן אזא אויטאמאטישע רעפליי אפציע אויף מיין קאר... אזא סקרין אויפ'ן הינטערשטן פענסטער, וואס זאל רעאגירן צו גערעגטע פייפערייען...
פארשטייט זיך מען דארף עס מאדיפיצירן לויט'ן געברויך, פונקט ווי ביים קאלן איז דא דער נערון קריכער, דער בעל חוב, דער טשערעדי קאמפיינער, די בני בית... און נאך, וואס פאר יעדע סארט קאל פארמאגט מען א צוגעפאסטן רעפליי, וועט עס דא אויך זיין אזוי.
ביים פייפן איז אויך דא אן אויסוואל פון פייפערס, פארהאן זענען די נערוועזע וואס זייער פייפער מאכט אזא דינע "פי-י-י-י-י-י-י-י-פ!!!!", די שיילערס וואס פייפן מיט אזא "פ-א-א-א-א-א-אפ!!!", די גרויסע טאטע וואס פייפן א שברים תרועה, און די אלגעזעסענע פייפערס וואס מאכן אזא הייזעריגע "עכעעהעכעהעכעע...".
פאר יעדן וועט זיין א צוגעפאסטע אויטאמאטישע רעפליי.
- ווען כ'שטיי ביים גרינעם לייט און די טרעפיק איז סטאק פאר סיי וועלכע סיבה, און דער נערוועזער זיידע פייפט מיר אריין א שברים תרועה, געב איך א דרוק אויפ'ן קנעפל "רבי איד! מ'קען נישט פארן יעצט!".
- ווען איך פאר פאמעליך און וואכזאם צוליב א גאס רעגן, און דער באפער פיקאפ טראק דרייווער שיינט מיר די היי-ביעמס, געב איך א דרוק "אינגערמאן!! דו הערסט אויף שאנטאזשירן?! איך וויל נאך לעבן!".
- א באזונדערע סארט רעפליי וועט מודיע זיין א "כהאב זיך אפגעשטעלט ווייל איינער קראסט!" אדער די שארפערע ווערסיע "האלא! מיינסט כהאב זיך סתם אזוי אפגעשטעלט?! נוץ דיין שכל!"
- ווען אינעם צעקאליעטשטן אינטערסעקשאן לאנט זיך עמיצער אן מיט קראפט אויף זיין פייפער און פרובירט עס הייזעריג צו מאכן וועט קומען א שארפערע רעפליי "דו אורח!! זיי שטיל!! הרף!"
- די מזכי הרבים וועלן האבן אזעלכע רעפלייס ווי "ס'דא א פאליציאנט... האלט זיך רואיג, בערל..." אדער "ווארט א רגע, כ'געב דא א היטש פאר עמיצן".
- די רייסערס וועלן האבן אזא בלינקעדיגע "הע הע... כאזיך אריינגעכאפט פון דיר..." אדער "נעקסטיים פאר אביסל שנעלער העט מען דיך נישט אריינקאטן".
מ'האלט נאך אינמיטן אויסארבעטן די דעטאלן... ספעציעלע סקרינס דארפן דעזיינט ווערן, און פארשטייט זיך ס'ברויך זיין גענוג שטארק פראטעקטעט אז העקערס זאלן נישט קענען זיך אריינברעכן און שרייבן אומווערדיגע לאזונגען...
טעכניש וועט עס ארבעטן מיט אזא קנעפלעך בארד נעבן דעם דרייווער'ס זיץ, א שטייגער ווי די לעלו קארס פארמאגן מיט'ן אויסוואל פון סיירינס...
לויט'ן פלאן וועט עס האבן א הכשר פונעם ועד, פארשטייט זיך מיט א שטארקע פילטער מ'זאל נישט קענען אליינס לייגן מעסעדזשעס וואס תוצאותיו מי ישורנה... די השומרים אקטיוויסטן ארבעטן אויף א מהלך פון פאפירער רעפלייס צו מונע זיין טעכנאלאגיע באנוץ - דאס וואס ארבעטן דורכ'ן אריינזעצן א קינד אינעם טראנק מיט א זאק שילדן וואס ווען דער טאטע וועט ווילן רעפלייען וועט ער שרייען "יענקי! ווייז אים שילד נומער 4!"...
עניוועי, מיר האלטן אינמיטן דעזיינען אונזער איידיע, דערווייל העליך אייך בעטן, מיינע פריינט, קיינער זאל נישט גנב'ענען דעם איידיע פון מיר! איך ברויך דעם יאכט שיפל!
א פרייליכן זונטאג.
"זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי
"זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
א פרייליכן תמיד!
לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי
אה, ברוך השם @פופצי איז צוריק מיט די לענגערע סארט פאוסטס...
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1574
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3325
Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי
Hi I am not available to read now. I'll read soon. Please have patients. Thanks in advance
Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי
געוואלדיג!!!
כ'שיק דיר שוין א קרעדיט קארד פאר א יאר סובסקריבשען...
כ'שיק דיר שוין א קרעדיט קארד פאר א יאר סובסקריבשען...
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3585
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 9371
Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי
פלצתי!
פאפירענע רעפלייס... כ'מיין אז כ'גיי עס אנהויבן נוצן ווען איינער רופט מיר. " האסט מיר געקאלט? יא יא, האסט נישט געזען מיין צעטל מיט א גרויסע אויפגערעגטע סמיילי אויף דעם? דעיס האט געמיינט אז ס'איז שוין די דריטע מאל וואס דו קאלסט מיר היינט דערמאנען וועגן די צוריקגעקומענע טשעק... בארואיג דיך. ס'גייט סייווי נישט מסודר ווערן פאר א וואך..."
עפעס אזוי.
דעטאלן אין פלאנירונג.
פאפירענע רעפלייס... כ'מיין אז כ'גיי עס אנהויבן נוצן ווען איינער רופט מיר. " האסט מיר געקאלט? יא יא, האסט נישט געזען מיין צעטל מיט א גרויסע אויפגערעגטע סמיילי אויף דעם? דעיס האט געמיינט אז ס'איז שוין די דריטע מאל וואס דו קאלסט מיר היינט דערמאנען וועגן די צוריקגעקומענע טשעק... בארואיג דיך. ס'גייט סייווי נישט מסודר ווערן פאר א וואך..."
עפעס אזוי.
דעטאלן אין פלאנירונג.
- יוחנן כהן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 211
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
- Location: אויפן בימה
- x 510
Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי
מ'וועט קענען מאכן די ''אידטיש פארברענג'' אויפן יאכט שיף?
Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי
זייער שיין
איין טעות, היינטיגע עשירים ווערן נישט ראש הקהל, זיי ווערן אליינס א רב
איין טעות, היינטיגע עשירים ווערן נישט ראש הקהל, זיי ווערן אליינס א רב