העי, אייביג ביסטו פארנומען מיט איבערליינען וואס דו האסט אויבן געשריבן. [אייביג.. יעדע דינסטאג.. היינט איז דינסטאג, יא?]פופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 20, 2024 11:00 am א כלל אין לעבן אז איך גיס אויס מיט איבערפלוס? אינטערסאנט.
איך ליין איבער וואס כהאב דא געשריבן, כזע נישט קיין איבערפלוס.
כהאב געצאלט טייער פאר א פאון, און איך האלט נישט סלוינט זיך אריינצולייגן נאך 50 דאלער אין א פאון וואס צוברעכט זיך אזוי שנעל.
העפענס טו בי, כזיץ אין אפיס מיט א אינגערמאן וואס האט געהאט אן ענליכער ערפארונג, ביי מיין שיעור זיצט א אינגערמאן וואס האט געהאט אן ענליכער ערפארונג, און אויף א טשעט גרופע מיט אפאר חברים האב איך עס אויך געהערט.
איי, דיין פאון נישט? כזאג איבער אז כיך גלייב זיי האבן געגעבן עפעס שטערקער פאר די טעסטערס.
איך האב געהאט די זעלבע ערפארונג ווי דיר, נישט ממש אין דער ערשטער חודש און נישט פון קיינמאל אראפפאלן.. אבער ס'האט ביי מיר אויך געכאפט א קרעק ביי די אנגלען [הינדזשעס בלע"ז], אבער אויסער דעם ארבעט עס א מחי'. שוין א שיין שטיקל צייט אזוי, געטראסקעט נאך א שיינע פאר מאל, אבער אלעס איז ווי געווענליך.
ווי ס'קוקט מיר אויס געשען די קרעקס דורך די צו-שטארקע ספרינגס אינעם הינדזש, וואס מאכט אויך אז ס'זאל זיך געבן אזא זעץ צו..