כ"ק אדמו"ר מסקולען, מרן רבי ישעי' יעקב בן מרן רבי ישראל אברהם זצוקללה"ה

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10885

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, הגה"צ רבי ישעי' יעקב בן הגה"צ רבי ישראל אברהם זצוללה"ה.

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אפדעיט: נאך די הספדים האט מען פארגעזאגט קל מלא רחמים און קאפיטל נא, דערנאך וועלן די קינדער און ברודער האדמורים שליטא רייסן קריעה.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10885

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, הגה"צ רבי ישעי' יעקב בן הגה"צ רבי ישראל אברהם זצוללה"ה.

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

videoframe_7524.png
videoframe_7524.png (1.31 MiB) געזען געווארן 1284 מאל
f50a57_fd25e688fbee4c09b18cd5720a777409~mv2.jpeg
f50a57_fd25e688fbee4c09b18cd5720a777409~mv2.jpeg (191.82 KiB) געזען געווארן 1284 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10885

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, הגה"צ רבי ישעי' יעקב בן הגה"צ רבי ישראל אברהם זצוללה"ה.

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

סדר הלוויה אין ב"פ:
10:00 האט מען ארויסגעפירט די מיטה צום טהרה און אויסגעליידיגט דעם ביהמ"ד.
12:10 האט מען אריינגעברענגט די מיטה אין ביהמ"ד און אפגעראכטן די הקפות און אמירת תהילים בבכיות.
12:25 האט דער עלטסטער זון ר' אהרן מאיר שליט"א מספיד געווען.
12:35 הספד ע"י חדב"נ ר' מרדכי דוב בעק אב"ד טאלמישט.
12:45 הספד ע"י בנו ר' אליעזר זוסיא שליט"א.
1:10 הספד ע"י גיסו ר' שמעון יואל וויינבערגער אב"ד וויטקא חתן אביו הרה"ק בעל מאור ישראל זצ"ל.
1:35 די מיטה ווערט ארויסגעפירט לרחובה של עיר אויף פערצענטע עוו.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10885

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, הגה"צ רבי ישעי' יעקב בן הגה"צ רבי ישראל אברהם זצוללה"ה.

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

די מיטה ברחובות בארא פארק
videoframe_14132.png
videoframe_14132.png (1.47 MiB) געזען געווארן 1267 מאל
videoframe_29924.png
videoframe_29924.png (1.64 MiB) געזען געווארן 1267 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10885

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, מרן רבי ישעי' יעקב בן מרן רבי ישראל אברהם זצוקללה"ה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

Sunday 1:24pm:
Change in route: The Mita will head towards 11th Ave and then proceed towards 60th Street.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10885

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, מרן רבי ישעי' יעקב בן מרן רבי ישראל אברהם זצוקללה"ה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

האד' מפאפא ביים לוויה
Screenshot (236).png
Screenshot (236).png (83.24 KiB) געזען געווארן 1225 מאל
האד' מסטאמאר מהריי ביים לוויה
f50a57_771f4be1a2e245179039ad17436f2e1b~mv2.jpg
f50a57_771f4be1a2e245179039ad17436f2e1b~mv2.jpg (269.41 KiB) געזען געווארן 1225 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10885

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, מרן רבי ישעי' יעקב בן מרן רבי ישראל אברהם זצוקללה"ה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אפדעיט: די מיטה לאזט זיך ארויס אויפן וועג קיין מאנסי
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10885

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, מרן רבי ישעי' יעקב בן מרן רבי ישראל אברהם זצוקללה"ה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

רבבות משתתפים
Screenshot (237).png
Screenshot (237).png (1.1 MiB) געזען געווארן 1218 מאל
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 849
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 1639

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, מרן רבי ישעי' יעקב בן מרן רבי ישראל אברהם זצוקללה"ה

פאוסט דורך דעת קדשי »

.
פיילס
unnamed (10).jpg
unnamed (10).jpg (240.16 KiB) געזען געווארן 1210 מאל
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10885

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, מרן רבי ישעי' יעקב בן מרן רבי ישראל אברהם זצוקללה"ה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

IMG-20240908-WA0007.jpg
IMG-20240908-WA0007.jpg (150.75 KiB) געזען געווארן 1202 מאל
IMG-20240908-WA0006.jpg
IMG-20240908-WA0006.jpg (121.12 KiB) געזען געווארן 1202 מאל
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10720

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, מרן רבי ישעי' יעקב בן מרן רבי ישראל אברהם זצוקללה"ה

פאוסט דורך פליט »

IMG_20240909_000733_632.jpg
IMG_20240909_000733_632.jpg (213.42 KiB) געזען געווארן 1005 מאל
IMG_20240909_000734_200.jpg
IMG_20240909_000734_200.jpg (174.4 KiB) געזען געווארן 1005 מאל
IMG_20240909_000733_775.jpg
IMG_20240909_000733_775.jpg (122.38 KiB) געזען געווארן 1005 מאל
אוועיטער
מזל טוב
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 3:41 pm
Location: אויפן וועג צום חופה
x 1336

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, מרן רבי ישעי' יעקב בן מרן רבי ישראל אברהם זצוקללה"ה

פאוסט דורך מזל טוב »

חֲזוֹן יְשַׁעְיָהוּ בָּחַר ה' בְּיַעֲקֹב - מראות הקודש של כ"ק אדמו"ר מהר"יי מסקולען זצ"ל
איך בין חוזק ווייל איך האב עפעס פראבירט אין לעבן… דו ביסט סוקסעספול ווייל דו האסט נאך גארנישט פרובירט…. איך הער די לאגיק.
אליעזר קרויס
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10885

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, מרן רבי ישעי' יעקב בן מרן רבי ישראל אברהם זצוקללה"ה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

מאנסי
f50a57_40b759bc7ea04578ad43479e2dc93dff~mv2.jpg
f50a57_40b759bc7ea04578ad43479e2dc93dff~mv2.jpg (176.87 KiB) געזען געווארן 812 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10885

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, מרן רבי ישעי' יעקב בן מרן רבי ישראל אברהם זצוקללה"ה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

סדר הלוויה מאנסי:
3:30 די מיטה קומט אן קיין מאנסי.
3:55 די מיטה אנגעקומען צום ביהמ"ד.
4:15 די מיטה לאזט זיך ארויס צום ביה"ח.
5:00 די מיטה קומט אן צום ביה"ח וואו טויזנטער ווארטן אפ.
5:55 סתימת הגולל, צידוק הדין, קדיש.

ומחה ה' דמעה מעל כל פנים, ויאמר לצרותינו די.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3304
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3844

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, הגה"צ רבי ישעי' יעקב בן הגה"צ רבי ישראל אברהם זצוללה"ה.

פאוסט דורך שמח »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 08, 2024 1:22 am IMG-20240907-WA0000.jpgIMG-20240907-WA0005.jpg
1000333794.jpg
1000333794.jpg (168.76 KiB) געזען געווארן 766 מאל
1000333793.jpg
1000333793.jpg (147.83 KiB) געזען געווארן 766 מאל
1000333790.jpg
1000333790.jpg (152.36 KiB) געזען געווארן 766 מאל
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10885

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, מרן רבי ישעי' יעקב בן מרן רבי ישראל אברהם זצוקללה"ה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

JDN
נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש, גלה כבוד מישראל

מיט אן אומבאשרייבליכע צער און שרעקליכע טרויער נעמט כלל ישראל אויף די שרעקליכע בשורה וואס ווערט יעצט איבערגעגעבן פון די קארנעל שפיטאל אין מאנהעטן, נגדע הארז בלבנון, נשבה ארון הקודש, כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זכר צדיק וקדוש לברכה איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה, בהאי קטירא איתקטיר, הוא הלך למנוחות ואותנו עזב לאנחות, אין די גאלדענע בליענדע יארן זייענדיג בלויז אכט און זעכציג יאר, זכר צדיק וקדוש לברכה לחיי העולם הבא.

דער רבי זכר צדיק וקדוש לברכה, הרב הקדוש רבי ישעי' יעקב בן הרב הקדוש רבי ישראל אברהם זכותם יגן עלינו, איז געווען דער עלטסטער זון און ממשיך דרכו בקודש פון הרה"ק מסקולען זי"ע, געפירט די עדה הקדושה א קנאפע פינף און א האלב יאר זינט די הסתלקות לשמי מרום פונעם טאטן זצ"ל, אבער פיל מער פון דעם איז געווען אינעם רבינ'ס רייכע לעבנס היסטאריע, צענדליגע יארן פון עבודת עבודה, צענדליגע יארן פון התמדת התורה, צענדליגע יארן פון השפעה פאר אידישע קינדער, צענדליגע יארן פון זיך אוועקגעבן פאר א צווייטן איד, און צו דעם אלעם צענדליגע יארן פון יסורים ומכאובים וואס דער רבי האט אלע יארן מקבל געווען באהבה ובחיבה.

עס איז שווער זיך צאמצוקלויבן, עס איז שווער אנצודייטן וואו אנצוהייבן, דער רבי איז געווען אן איש האשכולות, אן איש אשר רוח אלקים בו, א איד וואס האט געלעבט מיטן בורא כל עולמים, א איד וואס האט געלעבט פאר א צווייטן איד, א איד וואס האט נישט געוואוסט פון קיין זיך צו זאגן, א איד וואס איז געווען פרוש ומובדל מכל הבלי עולם הזה, און ממאס געווען אין יעדן היינטיגע זאך וואס האט נישט געשטימט מיט די פריערדיגע דורות.

דער רבי איז געווען דער גודר גדר ועומד בפרץ און לוחם מלחמת השם, אויפן אויסגעטראטענעם וועג פון זיין גרויסן טאטן האט ער לוחם געווען קעגן די היינטיגע נסיונות, די טעכנעלאגישע כלים וואס איז געווען זיין גרעסטע שונא, מקרב געווען אידישע קינדער לאביהם שבשמים, שומר געווען אויפן גחלת ישראל שלא תכבה, און מיט א ווארעמע גלעט און ליבליכע שמייכל באוויזן אריינצוברענגען טויזענטער אידן תחת כנפי השכינה.

די הסתלקות פונעם רבי'ן בטרם עת איז א שרעקליכע אבידה פאר אונזער דור, א אומבאשרייבליכע חלל וואס באטרעפט גאנץ כלל ישראל צוגלייך, א הימלשרייענדע טראגעדיע פאר אנשי שלומו עדת חסידיו ומעריציו, וועלכע האבן זיך נישט לאנג צוריק געטרייסט מיט דעם אדם הגדול וואס האט ממלא געווען מקום אביו, זייענדיג א ריכטיגער ברא כרעא דאבוה, מזה בן מזה, אבער אצינד דארף מען זיך ווידער זעצן אויף די ערד און קלאגן אויף די שרעקליכע אבידה שאין לה תמורה.

זכר צדיק לברכה שרייט זיך ארויס פון אלע גאסן, בכל מקום ועיר וואו די שווערע אבידה ווערט אצינד פארשפרייט, אידישע קינדער וויינען און קלאגן על האי שופרא דבלי בארעא, און גרייטן זיך ארויסצוקומען ברחובה של עיר אין די מאסן, אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פארן צדיק יסוד עולם, באגלייטן דעם צדיק בדרכו האחרונה, און לאזן א טרער על סילוקו של צדיק בתוך כלל ישראל המבכים ומקוננים אן קיין טרייסט.

ויהי ימי יעקב

דער רבי זכר צדיק לברכה איז געבוירן געווארן כ"ו אדר תשט"ז, אלס עלטסטע זון צו זיין גרויסן טאטן הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זי"ע, דער רבי איז געבוירן נאך אין שטאט בוקארעסט אין ראמעניע אונטער די קאמוניסטישע נעגל, די הייליגע סקולענע צדיקים האבן דארט געוואוינט און מיטגעמאכט זייער שווערע צייטן ווי באקאנט, ביז תשי"ט ווען דער רבי איז אלט געווען בלויז דריי יאר, ווען זיי זענען ארויסגעקומען קיין אמעריקע און זיך באזעצט אין קראון הייטס.

על ברכי זקינו הגדול הרה"ק בעל נועם אליעזר זי"ע איז דער רבי נתגדל געווארן און געשעפט פון דעם רייכן קוואל, געלערנט און געזעהן וויאזוי א ערליכע איד פירט זיך, מיט ריינע כוונות בלויז לשם שמים, מקיים זיין זיינע מצוות און לערנען זיין הייליגע תורה. דער זיידע הרה"ק מסקולען האט שטארק געגליכן דעם רבי'ן און משפיע געווען אויף אים כמים פנים לפנים, אלע יארן האט דער רבי געקאכט במשנתו פון זיין גרויסן זיידן, און געהאלטן זיין הייליגע צורה פארנט פון זיינע אויגן צו יעדע צייט.

דער רבי האט געלערנט אין די סאטמארע חדר און דערנאך אין די סאטמארע ישיבה, זייענדיג א תלמיד בישיבתו של רבי ביי הרה"ק מסאטמאר זי"ע. אויף דעם דרך איז דער רבי אויפגעוואקסן און זיך פאררעכנט אלע יארן אלס סאטמארער תלמיד און חסיד.

אין די שפעטערע יארן איז דער רבי געפארן לערנען קיין ארץ ישראל אין די בארימטע ישיבה תפארת ישראל רוזין, דארט האט דער רבי געלערנט מיט א צאל גדולי האדמורי"ם פונעם היינטיגן דור, און געשטיגן אין לערנען בתורה וחסידות.

דער רבי איז געווען א עובד השם מנעוריו, געדינט דעם אויבערשטן אן קיין שום פשרות, געריסן שטיקער נאך פון יונגווייז אן, לעבענדיג א העכערע לעבן בדרך העבודה בקדושה ובטהרה. דער רבי איז געזעסן און געלערנט לאנגע שעות און זיך מקדש געווען בקדושה של מעלה, צובראכן די עולם הזה און עס נישט געוואלט קענען.

בהגיעו לפירקו איז דער רבי געווארן אן איידעם ביי הגה"צ ר' מאיר גרינוואלד זצ"ל אבד"ק טעטש, ביי וועם להבחל"ח כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א איז אויך אן איידעם, א זון פון הגה"צ ר' אברהם יוסף גרינוואלד זצ"ל אבד"ק אונגוואר, בנו הגדול פון מרנא ורבנא כ"ק הגה"ק בעל ערוגת הבושם זי"ע.

זיין שווער דער טעטשער רב זצ"ל האט שוין דאן נישט געלעבט, און אין שטוב פונעם שטיף שווער הגה"צ ר' יצחק אייזיק מאשקאוויטש זצ"ל רב וראש ישיבת מאור הגולה אין מאנטריאל איז דער רבי געווען א באליבטער איידעם. נאכן פטירה פון זיין שווער הגה"צ אב"ד מאור הגולה זצ"ל, איז דער רבי זצ"ל געווארן אויפגענומען למלא מקומו בקודש, און זינט דאן משמש געווען אלס רב ואב"ד אין קהל מאור הגולה אין מאנטריאל, וואס בליהט און שיינט ביזן היינטיגן טאג.

דער רבי איז אנגעגאנגען מיט זיין עבודה בהצנע לכת און מסירת נפש, טראץ וואס ער האט געהאט א שוואכע גוף האט ער געמאנט פון זיך אסאך, געשניטן שטיקער למען כבוד שמו יתברך, און געדינט דעם אויבערשטן מיט העכערע כוחות, ווען צו די זעלבע צייט איז דער רבי משפיע לארץ ולדרים, באגיסנדיג הויפענעס חיזוק פאר יעדער וואס האט נאר איבערגעטרעטן דעם שוועל פון טיר.

ביים רבי'ן אין צימער האט יעדע איד געטראפן א געשמאקע ווינקל וואו צו שטייגן, יעדער איד האט געטראפן אפענע אויערן צו וועם זיך אויסצורעדן א שווער הארץ, צובראכענע זענען ארויס געהאלפענע, מיט אן אמת'ע אהבת ישראל און ליבליכקייט, מיט א אמת'ע שמייכל און אינטערעסע.

רבים נושעו מברכותיו, דער רבי איז געווען א יודע טיב לברך, געבענטשט אידישע קינדער מיט ברכות לרוב, און דערמיט אויפגעהויבן אידישע קינדער צו א העכערע דרגא, טויזענטער האבן זיך געקלאמערט ביי זיין טיר צו ערהאלטן א ברכת צדיק, און ווייזן פאר די קינדער די צורה פון א פארצייטישער צדיק.

מיט צוועלף יאר צוריק האט דער רבי מיטגעמאכט זייער א שווערע דורכגאנג, נאך וואס מען האט געדארפט אדורכפירן א לעבער טראנספלאנט, די נאמען "ישעי' יעקב בן רייזל" איז שוין דאן באקאנט געווארן איבער די גאנצע וועלט, ווען אידישע קינדער האבן איינגעריסן לרפואתו פאר לאנגע חדשים נאכאנאנד.

מיט פינף און א האלב יאר צוריק נאכן הסתלקות פון אביו הגדול, איז דער רבי נתעטר געווארן בכתר האדמורו"ת, און גערופן געווארן למלא מקומו בקודש באדמורו"ת סקולען, דער רבי האט זיך דאן אריבערגעצויגן פון מאנטריאל קיין בארא פארק צו משפיע זיין פונדערנאנט פאר קהל עדת צאן מרעיתו, און אין די זעלבע צייט אנגעהאלטן א ווייטערדיגע קשר מיט קהל עדתו און חסידיו אין מאנטריאל, תחת דגלו והדרכתו פונעם רבינ'ס איידעם הגה"צ ר' יואל מאסקאוויטש שליט"א וועם דער רבי האט געשטעלט אלס רב אין מאור הגולה.

די תפילות און טישן ביים רבי'ן איז געווען א שם דבר וואו אידישע קינדער האבן זיך געווייקט לאורו הגדול, די מלוה מלכה'ס עד אור הבוקר, די קוויטלעך און פראווענען מיט א ליבליכקייט, מ'קען רעדן און רעדן, שרייבן און שרייבן, און קיינמאל נישט פערטיג ווערן.

די לעכטיגע תורות פונעם רבי'ן האט אריינגעשיינט אין טויזענטער אידישע הערצער, די ווארעמע דרשות און שמועסן, מלא וגדוש מיט דברי חיזוק און אמונה, וצדיק באמונתו יחיה האט מען באשיינפערליך געזעהן אויף דעם הייליגן צורה, א איד וואס האט געלעבט בלויז מיטן אויבערשטן, נישט געוואוסט גארנישט אויסער טון די רצון השם.

יעדע יום טוב צו יומא דפגרא האבן הונדערטער צו גאר טויזענטער אידן באלאגערט דעם רבינ'ס טיר, לשמוע אל הרנה ואל התפלה ולהתברך מברכותיו הטהורות. די קהילה פלעגט ארויסדינגען גרעסערע זאלן און בתי מדרשים צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור, סיי ביי די תפילות ימים הנוראים, און סיי ביי די לעכטיגע הקפות שמחת תורה און דאס גלייכן.

ויעקב הלך לדרכו

ליידער האט זיך דאס רייכע לעבן געשלאסן פריהצייטיג, נאך וואס דער רבי איז אריבער שרעקליכע יסורים ומכאובים, מיט זייער שוואכע לונגען אין די לעצטע פאר יאר, איבערהויפט אין די לעצטערע חדשים ווען דעם רבינ'ס לונגען האט ממש נישט פונקציאנירט, און טראץ די פרואוון ארויסצוהעלפן מיט א טרעיק האט עס ליידער נישט עושה רושם געווען, די גזר דין איז געווען פארשריבן, און דער רבי איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה.

אין די יעצטיגע שעות גרייט מען זיך אויף די גרויסע לוויה וואס וועט פארקומען מארגן זונטאג צוועלף אזייגער מיטאג אין סקולענער בית המדרש אין בארא פארק, און דערנאך וועט דער רבי קומען לקבורה אויפן וויזניצע בית החיים אין מאנסי, נעבן זיין גרויסן טאטן און זיידן, די הייליגע צדיקים לבית סקולען, נשמתם בגנזי מרומים.

דער רבי זצ"ל לאזט איבער א חשובע דור, געהויבענע קינדער ממשיכי דרכו בקודש, די צוויי זיהן הגה"צ ר' אהרן מאיר שליט"א איידעם ביים רבינ'ס שוואגער הגה"צ ר' שלמה אליעזר ברוינשטיין שליט"א אבד"ק טערניווא, און הגה"צ ר' אליעזר זוסיא שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א.

די איידימער פון רבי'ן זענען הגה"צ ר' מרדכי דוב בעק שליט"א אב"ד טאלמיטש, הגה"צ ר' יואל מאסקאוויטש שליט"א אב"ד מאור הגולה, הגה"צ ר' יוסף משה אונסדארפער שליט"א ר"ם בישיבה גדולה אור החיים ד'טאהש, הגה"צ ר' מנחם נחום טווערסקי שליט"א מרביץ תורה אין ביהמ"ד סקולען, הגה"צ ר' דוד פריעדמאן שליט"א ראה"כ סקולען וומס"ב, און הגה"צ ר' מנחם מענדיל בריעף שליט"א ראה"כ סקולען ב"פ.

צו דעם לאזט דער רבי איבער די חשובע געשוויסטער, בני וחתני הרה"ק מסקולען זי"ע, די ברידער כ"ק האדמורי"ם מסקולען פון וויליאמסבורג, מאנסי, לעיקוואד, און ירושלים, די שוואגערס הגה"צ ר' בערל שטערן שליט"א אבד"ק סקולען ב"ב, הגה"צ ר' שמעון יואל וויינבערגער שליט"א אבד"ק וויטקא, און הגה"צ ר' דוד לייב קלוגהופט שליט"א אדמו"ר מסטרעליסק.

זכר צדיק לברכה לחיי העולם הבא.
בילדער:
אלס קינד מיט אביו הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זי"ע
אלס קינד מיט אביו הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זי"ע
unnamed - 2024-09-08T212014.424.jpg (47.76 KiB) געזען געווארן 760 מאל
ביים בר מצוה מיט אביו און זקינו זי"ע
ביים בר מצוה מיט אביו און זקינו זי"ע
unnamed - 2024-09-08T212020.940.jpg (46.98 KiB) געזען געווארן 760 מאל
ביים חתונה
ביים חתונה
unnamed - 2024-09-08T212026.999.jpg (114.57 KiB) געזען געווארן 760 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10885

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, מרן רבי ישעי' יעקב בן מרן רבי ישראל אברהם זצוקללה"ה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 08, 2024 9:23 pm בילדער:
ביים שבע ברכות
ביים שבע ברכות
unnamed - 2024-09-08T212329.327.jpg (64.1 KiB) געזען געווארן 759 מאל
אלס אינגערמאן
אלס אינגערמאן
unnamed - 2024-09-08T212338.229.jpg (66.11 KiB) געזען געווארן 759 מאל
בצל קדשו פון אביו הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זי"ע
בצל קדשו פון אביו הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זי"ע
unnamed - 2024-09-08T212351.280.jpg (75.7 KiB) געזען געווארן 759 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10885

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, מרן רבי ישעי' יעקב בן מרן רבי ישראל אברהם זצוקללה"ה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 08, 2024 9:25 pm בילדער:
► Show Spoiler
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10885

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, מרן רבי ישעי' יעקב בן מרן רבי ישראל אברהם זצוקללה"ה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

מיט גדולי ישראל
► Show Spoiler
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10885

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, מרן רבי ישעי' יעקב בן מרן רבי ישראל אברהם זצוקללה"ה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

מיט גדולי ישראל
► Show Spoiler
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1850
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3615

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, מרן רבי ישעי' יעקב בן מרן רבי ישראל אברהם זצוקללה"ה

פאוסט דורך ווער »

unnamed - 2024-09-09T115813.693.jpg
unnamed - 2024-09-09T115813.693.jpg (52.92 KiB) געזען געווארן 543 מאל
unnamed - 2024-09-09T115814.992.jpg
unnamed - 2024-09-09T115814.992.jpg (49.94 KiB) געזען געווארן 543 מאל
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1598
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1726

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, מרן רבי ישעי' יעקב בן מרן רבי ישראל אברהם זצוקללה"ה

פאוסט דורך שבת קודש »

ווער גייט זיין ממלא מקום? איז דא א צוואה?
לאכעדיג
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:50 am
Location: Spring valley
x 1

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, מרן רבי ישעי' יעקב בן מרן רבי ישראל אברהם זצוקללה"ה

פאוסט דורך לאכעדיג »

ווייסט איינער וואס די מצב אין סקולען איז יעצט??
פארוואס מען האט נאכנישט אויפגענומען א רבי??
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 787
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 899

Re: בד"ה כ"ק האדמו"ר מסקולען, מרן רבי ישעי' יעקב בן מרן רבי ישראל אברהם זצוקללה"ה

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

אין די וואך פון די פטירה מיט שוואכע כוחות,

נאר מ’ אמונה
פיילס
IMG_20240909_203732_822.jpg
IMG_20240909_203732_822.jpg (79.47 KiB) געזען געווארן 312 מאל
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
שרייב פאוסט