שאילת שלום לאשה
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 139
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
- Location: Brooklyn
- x 115
שאילת שלום לאשה
לכבוד דו יארצייט האבן מיר ב"ה מסיים געווען דו מאמר, אדרבה קומט אריין מיט א קלארקייט. הגהות הערות.
- פיילס
-
- 141_04_77.pdf
- (228.45 KiB) דאונלאודעד 128 מאל
- הימל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 241
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
- x 390
- פארבינד זיך:
Re: שאילת שלום לאשה
מעג מען זאגן האלאו ווען איינער רופט אויפן טעלעפאן! אדער מ' דארף חושש זיין אז עס איז פרוי און דאס הייסט באגריסט א פרוי?
@שמות
@שמות
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 139
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
- Location: Brooklyn
- x 115
Re: שאילת שלום לאשה
יישר־כוח פארן ליינען.
דו באר משה וואס איך ברענג צום סוף זאגט עפעס אז האלאו איז ערגער ווי א גוט מארגן וכדומה, עס קען זיין אז און זיינע צייטן איז אזוי געווען. היינט צוטאגס איז לכאורה האלאו גרינגער ווי א גוט מארגן, זיכער דארף מען נישט חושש זיין אז אפשר איז עס א פרוי.
Re: שאילת שלום לאשה
הגאון רש”ש שטיינבערגער פון קר”י הייבט טאקע אויף די טעלעפאון כסדר: יא... נישט מיט קיין העלאו. כהאב אלץ געקלערט אז דאס איז די סיבה, ווייל זיין סבר פנים יפות פאר יעדן מענטש איז א שם דבר אפילו טאמער א פרוי קומט אים פרעגן א שאלה. סאיז בפשטת די טעם פון שאילת שלום.שמות האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 1:02 amיישר־כוח פארן ליינען.
דו באר משה וואס איך ברענג צום סוף זאגט עפעס אז האלאו איז ערגער ווי א גוט מארגן וכדומה, עס קען זיין אז און זיינע צייטן איז אזוי געווען. היינט צוטאגס איז לכאורה האלאו גרינגער ווי א גוט מארגן, זיכער דארף מען נישט חושש זיין אז אפשר איז עס א פרוי.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: שאילת שלום לאשה
בפשטות ע”פ הלכה קען מען זאגן אז די העלאו איז נישט קיין שאילת שלום נאר מער בבחינת ”יא”. אבער א מדקדק קען מחמיר זיין.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 139
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
- Location: Brooklyn
- x 115
Re: שאילת שלום לאשה
דו תלמידי חכמים דא קענען נאך אריינקומען דא און בונה זיין און סותר זיין, ואת והב בסופה.
דו עיקר מאמר דא איז נישט אויף א פרעמדע פרוי וואס איר קענט אינגאנצן נישט, דאס איז נישט געווען דו טעמע, מ'רעדט דא אז איר קענט איר, איר רעדט מיט איר ארבעט ענינים וויבאלד איר ארבעט צוזאמען אדער א שוועגערן א שניר וכדומה.
דו שאלה איז דא, ווען מען האלט ביי קרוב צו 60 דאונלאודס דאס מיינט אז מ'האט עס געליינט.
צו איז דער עולם מסכים מיט אלע סברות וואס מיר ברענגען ארויף?
איז דא איינער וואס האט א אנדערע מהלך למשל צו פארענטפערן דו אבני נזר? איז דא אפשר נאך א מהלך וואס שאילת שלום מיינט, און מיט דעם אפשר קען זיך טוישן דו הלכה.
ביי מיר איז די טעמע נאך אפען, מיר ווארטן צו הערן, פון איינער וואס האט עס דורכגעליינט צו מ'האט וואס צו צולייגן.
יישר כח למפרע.
נאך אלע מעשיות איז עס הלכה'דיגע שאלה וללמוד אני צריך.
און ביטע זאג מיר נישט פאר הלכה ריף דיין דיין, ווייל מיר האבן געברענגט אויף הלכה למעשה גענוג פוסקים.
דו שאלה צו דו עומק הסוגיות קשיות תירוצים סברות, צו איר שטימט מיט אדער דייקא נישט און פאר וואס.

- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4062
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 11260
Re: שאילת שלום לאשה
לגבי די אבני נזר.
די קושיא פון נבל קען מען אפשר פארענטפערן, ווייל בעצם דארף מען פארשטיין, אויב איז שאילת שלום ס"ה א תפילה, פארוואס דארף מען עס זאגן פארן חבר? אפשר זאל מען מתפלל זיין בינו לבין קונו אז זיין חבר זאל זיין בשלום? און בכלל, וואס זאל זיין פשט פון שאילת שלום ע"י שליח? דו שיקסט דעם שליח צו מתפלל זיין?
נאר ס'איז פשוט אז דאס איז א וועג פון ארויסווייזן פריינטשאפט, דורך דעם וואס איך בין אים מודיע אז איך וויל ס'זאל אים גיין גוט און איך בין מתפלל אז ער זאל זיין בשלום.
און דאס האט אפשר דוד געמיינט ווען ער האט געזאגט ושְׁאֶלְׁתֶם לֶ֥ו בִּשְׁמִּי לְׁשָלַֽום׃ די כוונה פון שאילת שלום, וואס דאס איז צו ארויסווייזן אהבה.
די קושיא פון נבל קען מען אפשר פארענטפערן, ווייל בעצם דארף מען פארשטיין, אויב איז שאילת שלום ס"ה א תפילה, פארוואס דארף מען עס זאגן פארן חבר? אפשר זאל מען מתפלל זיין בינו לבין קונו אז זיין חבר זאל זיין בשלום? און בכלל, וואס זאל זיין פשט פון שאילת שלום ע"י שליח? דו שיקסט דעם שליח צו מתפלל זיין?
נאר ס'איז פשוט אז דאס איז א וועג פון ארויסווייזן פריינטשאפט, דורך דעם וואס איך בין אים מודיע אז איך וויל ס'זאל אים גיין גוט און איך בין מתפלל אז ער זאל זיין בשלום.
און דאס האט אפשר דוד געמיינט ווען ער האט געזאגט ושְׁאֶלְׁתֶם לֶ֥ו בִּשְׁמִּי לְׁשָלַֽום׃ די כוונה פון שאילת שלום, וואס דאס איז צו ארויסווייזן אהבה.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 139
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
- Location: Brooklyn
- x 115
Re: שאילת שלום לאשה
פשטות ווי ער שרייבט איז שאילת שלום מיינט נתינת שלום אבער דו שאלה איז צום באשעפער.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 2:26 pm לגבי די אבני נזר.
די קושיא פון נבל קען מען אפשר פארענטפערן, ווייל בעצם דארף מען פארשטיין, אויב איז שאילת שלום ס"ה א תפילה, פארוואס דארף מען עס זאגן פארן חבר? אפשר זאל מען מתפלל זיין בינו לבין קונו אז זיין חבר זאל זיין בשלום? און בכלל, וואס זאל זיין פשט פון שאילת שלום ע"י שליח? דו שיקסט דעם שליח צו מתפלל זיין?
נאר ס'איז פשוט אז דאס איז א וועג פון ארויסווייזן פריינטשאפט, דורך דעם וואס איך בין אים מודיע אז איך וויל ס'זאל אים גיין גוט און איך בין מתפלל אז ער זאל זיין בשלום.
און דאס האט אפשר דוד געמיינט ווען ער האט געזאגט ושְׁאֶלְׁתֶם לֶ֥ו בִּשְׁמִּי לְׁשָלַֽום׃ די כוונה פון שאילת שלום, וואס דאס איז צו ארויסווייזן אהבה.
דוד שיקט א שליח וויבאלד ער שיקט זיינע יונגען. און אזוי פאסט דאס פאר א צוקונפטיקע מלך.
ווען אין פסוק שטייט קלאר אז דו שאלה איז אויך צום מענטש, ווייס איך נישט ווי דו באשעפער קומט דא אריין.
פארשטייט זיך אל תהיה ברכת הדיוט קלה בעינך און ווען דו וואונטשט מעומק הלב העלפט דיר דו באשעפער אז דיין ברכה זאל מקיום ווערן אבער דו שאלה לויטן פסוק איז צום מענטש.
און איר זענט גערעכט מיט דעם אז ער וויל יענער זאל וויסן און ארויסווייזן אהבה, הנותן מתנה לחבירו צריך להודיע.
און ווי אויך האבן מיר געפרעגט פון דו שאילת שלום וואס דו אייבערשטער איז געקומען צו אברהם, האט דער אייבערשטער געבעטן דעם אייבערשטער אויף אברהם'ס שלום???
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 139
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
- Location: Brooklyn
- x 115
Re: שאילת שלום לאשה
איך וויל נישט עפענען א פושקע פון ווערים.
אבער איינער זאגט מיר אז היינט לערנט מען אויס דו מיידעלעך אז מ'טאר נישט זיך באגריסן און ארבעטס פלאץ מיט קא-ארבייטערס, דהיינו אפילו איר רעדט און ארבעטס געלעגנהייטן א גאנצע טאג צוזאמען, אבער אלעס ביזן זיך באגריסן.
אפשר זאגט מען "יא" א שטאט ביי וכדומה אזוי ווי @מסתמא האט ערווענט. ווייל האלאו גייט שוין צו ווייט.
מיין שאלה איז צו דאס איז אמת?
ווער קומט אויף מיט דו איסורים? וואס איז שלעכט צו האלטן דו ליניע ווי עס שטייט אין חז"ל אל תרבה שיחה, נישט רעדן סתם איבעריג, אבער מענטשליכקייט דרך ארץ, פון ווי נעמט מען צו לערנען צו זיין סתם אום מענטשן?
ביטע זיך האלטן צום ליניע ווען איר ווילט דאס אויסשמועסן, מיר ברויכן נישט א שלאס אויפן אשכול.
אבער איינער זאגט מיר אז היינט לערנט מען אויס דו מיידעלעך אז מ'טאר נישט זיך באגריסן און ארבעטס פלאץ מיט קא-ארבייטערס, דהיינו אפילו איר רעדט און ארבעטס געלעגנהייטן א גאנצע טאג צוזאמען, אבער אלעס ביזן זיך באגריסן.
אפשר זאגט מען "יא" א שטאט ביי וכדומה אזוי ווי @מסתמא האט ערווענט. ווייל האלאו גייט שוין צו ווייט.
מיין שאלה איז צו דאס איז אמת?
ווער קומט אויף מיט דו איסורים? וואס איז שלעכט צו האלטן דו ליניע ווי עס שטייט אין חז"ל אל תרבה שיחה, נישט רעדן סתם איבעריג, אבער מענטשליכקייט דרך ארץ, פון ווי נעמט מען צו לערנען צו זיין סתם אום מענטשן?
ביטע זיך האלטן צום ליניע ווען איר ווילט דאס אויסשמועסן, מיר ברויכן נישט א שלאס אויפן אשכול.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4062
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 11260
Re: שאילת שלום לאשה
איך זע נישט פארוואס ס'זאל דיר באדערן. אנטלויף פון צט' שערי היתר נישט צו צוקומען צו א איסור. אויב וועסטו לערנען מענטשליכקייט פאר די נשים, ווער פארזיכערט דיר אז זיי וועלן פארשטיין ביז וואו מענטשליכקייט מעג גיין? ע"פ מענטשליכקייט דארף מען צוריקרייכן די האנט פאר א צווייטן, איא? סאו אפילו א זאך וואס קען זיין מותר, איז זיכער בעסער אן דעם.שמות האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 6:30 pm איך וויל נישט עפענען א פושקע פון ווערים.
אבער איינער זאגט מיר אז היינט לערנט מען אויס דו מיידעלעך אז מ'טאר נישט זיך באגריסן און ארבעטס פלאץ מיט קא-ארבייטערס, דהיינו אפילו איר רעדט און ארבעטס געלעגנהייטן א גאנצע טאג צוזאמען, אבער אלעס ביזן זיך באגריסן.
אפשר זאגט מען "יא" א שטאט ביי וכדומה אזוי ווי @מסתמא האט ערווענט. ווייל האלאו גייט שוין צו ווייט.
מיין שאלה איז צו דאס איז אמת?
ווער קומט אויף מיט דו איסורים? וואס איז שלעכט צו האלטן דו ליניע ווי עס שטייט אין חז"ל אל תרבה שיחה, נישט רעדן סתם איבעריג, אבער מענטשליכקייט דרך ארץ, פון ווי נעמט מען צו לערנען צו זיין סתם אום מענטשן?
ביטע זיך האלטן צום ליניע ווען איר ווילט דאס אויסשמועסן, מיר ברויכן נישט א שלאס אויפן אשכול.
חוץ מזה, א פרוי וואס איז מכניס אורח ווייס איך נישט צי ס'איז אין די זעלבע קאטעגאריע ווי קאלעגעס וואס זענען אינעם זעלבן פלאץ אגאנצן טאג, יעדן טאג. די סכנה איז אסאך גרעסער, ודו"ק.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 139
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
- Location: Brooklyn
- x 115
Re: שאילת שלום לאשה
ח"וו באדערן.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 8:09 pmאיך זע נישט פארוואס ס'זאל דיר באדערן. אנטלויף פון צט' שערי היתר נישט צו צוקומען צו א איסור. אויב וועסטו לערנען מענטשליכקייט פאר די נשים, ווער פארזיכערט דיר אז זיי וועלן פארשטיין ביז וואו מענטשליכקייט מעג גיין? ע"פ מענטשליכקייט דארף מען צוריקרייכן די האנט פאר א צווייטן, איא? סאו אפילו א זאך וואס קען זיין מותר, איז זיכער בעסער אן דעם.שמות האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 6:30 pm איך וויל נישט עפענען א פושקע פון ווערים.
אבער איינער זאגט מיר אז היינט לערנט מען אויס דו מיידעלעך אז מ'טאר נישט זיך באגריסן און ארבעטס פלאץ מיט קא-ארבייטערס, דהיינו אפילו איר רעדט און ארבעטס געלעגנהייטן א גאנצע טאג צוזאמען, אבער אלעס ביזן זיך באגריסן.
אפשר זאגט מען "יא" א שטאט ביי וכדומה אזוי ווי @מסתמא האט ערווענט. ווייל האלאו גייט שוין צו ווייט.
מיין שאלה איז צו דאס איז אמת?
ווער קומט אויף מיט דו איסורים? וואס איז שלעכט צו האלטן דו ליניע ווי עס שטייט אין חז"ל אל תרבה שיחה, נישט רעדן סתם איבעריג, אבער מענטשליכקייט דרך ארץ, פון ווי נעמט מען צו לערנען צו זיין סתם אום מענטשן?
ביטע זיך האלטן צום ליניע ווען איר ווילט דאס אויסשמועסן, מיר ברויכן נישט א שלאס אויפן אשכול.
חוץ מזה, א פרוי וואס איז מכניס אורח ווייס איך נישט צי ס'איז אין די זעלבע קאטעגאריע ווי קאלעגעס וואס זענען אינעם זעלבן פלאץ אגאנצן טאג, יעדן טאג. די סכנה איז אסאך גרעסער, ודו"ק.
אנרירן דארפט איר שוין האבן שטארקע היתרים. אנרירן לויט טייל ראשונים קען זיין א דאורייתא. דאכט זיך מיר סאיז א מחלוקת דו רמב"ם און רמב"ן.
אבער באגריסן? זיין מענטשליך? ווער איז אויפגעקומען צו מאכן דו ליניע דא?
ביי א אורח פארשטייט איר איא. דו בן יהודע שרייבט דאך קלאר אזוי.
ביי א שמחה פארשטייט איר ווייל אזוי האט דו רבי געטון.
א פרעמדע פרוי איז פשוט אז אויף דעם גייט דאך דו גמרא פון רב הונא און רב נחמן.
איז דא קומט אריין שיקול הדעת אז קאלעגעס און ארבעט גייט זיך אוועק אן באגריסן צו דאס זאל זיין אנדערש ווי מכניס אורח זיין. מהיכי תיתי? איך פארשטיי מען דארף מאכן א ליניע אבער וואס מאכן א אום מענטשלעכע ליניע?
דו שאלה איז פשוט, איך זעה אז איר פארשטייט אז מלערנט היינט אזוי דו נשים.
איז ווער איז דו אויפקומער פון דו ליניע?
דו האלטס אז דו נשים היינט זענען אזוי קורץ זיכטיג אז מקען נישט אויס לערנען צניעות מיט מענטשליכקייט צוזאמען.
איך מיין ס"ה בין איך זעירא דמן חבריא גרייט מקבל צו זיין אויב דער עולם האלט באמת אזוי.
Re: שאילת שלום לאשה
יישר כח, געלייענט שנעל, מגיימער אי"ה ארויספרינטען אויף שבת.
ביי מיר קומט יעצט אויס א פאל, אז די סעקרעטארי האט געארבעט פון קאנטרי, היינט בין איך נישט געווען אין אפיס.
מעג איך מארגן זאגן עפעס מער ווי למשל welcome back? מענטשלעך איז זיכער צו זאגן מער ווי א גיט מארגן, ווייל פאר א אינגערמאן וואלט מען געמאכט א גאנצע מצב.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 139
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
- Location: Brooklyn
- x 115
Re: שאילת שלום לאשה
פון דעם רעדט מען דאך דא.חיים יוסף האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 10:46 pmיישר כח, געלייענט שנעל, מגיימער אי"ה ארויספרינטען אויף שבת.
ביי מיר קומט יעצט אויס א פאל, אז די סעקרעטארי האט געארבעט פון קאנטרי, היינט בין איך נישט געווען אין אפיס.
מעג איך מארגן זאגן עפעס מער ווי למשל welcome back? מענטשלעך איז זיכער צו זאגן מער ווי א גיט מארגן, ווייל פאר א אינגערמאן וואלט מען געמאכט א גאנצע מצב.
אדרבה קום אריין קלאר מיט הלכה און השקפה די תורה'דיגע מהלך.
יישר־כוח פארן ליינען.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 167
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:07 am
- Location: new york
- x 312
Re: שאילת שלום לאשה
ווען איר וואלט געהערט פון די מכשולות וואס קומט ארויס ביי ארבייט פלעצער וואלט איר געהאלטן אז מדארף אסאך מער ווי דעםשמות האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 6:30 pm איך וויל נישט עפענען א פושקע פון ווערים.
אבער איינער זאגט מיר אז היינט לערנט מען אויס דו מיידעלעך אז מ'טאר נישט זיך באגריסן און ארבעטס פלאץ מיט קא-ארבייטערס, דהיינו אפילו איר רעדט און ארבעטס געלעגנהייטן א גאנצע טאג צוזאמען, אבער אלעס ביזן זיך באגריסן.
אפשר זאגט מען "יא" א שטאט ביי וכדומה אזוי ווי @מסתמא האט ערווענט. ווייל האלאו גייט שוין צו ווייט.
מיין שאלה איז צו דאס איז אמת?
ווער קומט אויף מיט דו איסורים? וואס איז שלעכט צו האלטן דו ליניע ווי עס שטייט אין חז"ל אל תרבה שיחה, נישט רעדן סתם איבעריג, אבער מענטשליכקייט דרך ארץ, פון ווי נעמט מען צו לערנען צו זיין סתם אום מענטשן?
ביטע זיך האלטן צום ליניע ווען איר ווילט דאס אויסשמועסן, מיר ברויכן נישט א שלאס אויפן אשכול.
דאס וואס איר ברענגט פריער וואס סאטמאר רב האט געוואונטשן פאר א יולדות איז בכלל נישט וואו זאגן גוט מארגן יעד טאג וואס מאכט שפירן א ארבייטער ווי מאזגט איר וואס טוט זיך עפעס נישט וואו א ברכה
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 139
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
- Location: Brooklyn
- x 115
Re: שאילת שלום לאשה
דערציילט מיר איינער אז נאכדעם וואס ער האט געהאט זיין ערשטע קינד און זיין ווייב איז צוריק געגאנגען ארבעטן אין אפיס פון 5 מענער און קיינער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון איר, ניטאמאל איין מזל טוב האט זי באקומען, עס האט איר שטארק ווייגעטון.
נו ב"ה אכשר דרא א דור וואס איז פרומער פונעם רבין אליינס.
נו ב"ה אכשר דרא א דור וואס איז פרומער פונעם רבין אליינס.
Re: שאילת שלום לאשה
מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 8:52 amהגאון רש”ש שטיינבערגער פון קר”י הייבט טאקע אויף די טעלעפאון כסדר: יא... נישט מיט קיין העלאו. כהאב אלץ געקלערט אז דאס איז די סיבה, ווייל זיין סבר פנים יפות פאר יעדן מענטש איז א שם דבר אפילו טאמער א פרוי קומט אים פרעגן א שאלה. סאיז בפשטת די טעם פון שאילת שלום.שמות האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 1:02 amיישר־כוח פארן ליינען.
דו באר משה וואס איך ברענג צום סוף זאגט עפעס אז האלאו איז ערגער ווי א גוט מארגן וכדומה, עס קען זיין אז און זיינע צייטן איז אזוי געווען. היינט צוטאגס איז לכאורה האלאו גרינגער ווי א גוט מארגן, זיכער דארף מען נישט חושש זיין אז אפשר איז עס א פרוי.
דער שארמאשער רב ר' יואל'יש זצ"ל פלעגט אויך נישט זאגן העלאו ביים אויפהייבן, ער פלעגט געווענליך מאכן א קליינע גרודער ווי א הוס וכדומה אז יענער זאל קודם אנהייבן רעדן
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 146
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:46 pm
- x 120
Re: שאילת שלום לאשה
סאיז נישט אזוי ווייט אז זיי האבן איר נישט געוואלט גריסן, נאר וויבאלד סרעדט זיך פון א היימיש מאן/פרוי, ווייסט מען נישט ווי יא און ווי נישט, האלט מען זיך אפ לגמרי.שמות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 7:40 am דערציילט מיר איינער אז נאכדעם וואס ער האט געהאט זיין ערשטע קינד און זיין ווייב איז צוריק געגאנגען ארבעטן אין אפיס פון 5 מענער און קיינער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון איר, ניטאמאל איין מזל טוב האט זי באקומען, עס האט איר שטארק ווייגעטון.
נו ב"ה אכשר דרא א דור וואס איז פרומער פונעם רבין אליינס.
איך האב לעצטנס געהאט ווי א קליענט האט מיר געזאגט זי גייט זיין אינדרויסן פאר מאטערנליע, איך בין געווארן פארלוירן, וואס ענפער איך, וואס מעג איך ענטפערן, וואס מיז מען (עקספעקט יענער) ענפער. במילא טוט מען גארנישט און פטור. נישט אז סאיז גערעכט, אבער אזוי טוט מען...
- אהבת עולם
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 70
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
- Location: אין קלויז
- x 121
Re: שאילת שלום לאשה
דאס איז טאקע א פראבלעם... מען דארף ווען יא מער מחנך זיין אונזער עולם אויף וואס מען מעג יא.פישל שווארץ האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 07, 2024 3:58 pmסאיז נישט אזוי ווייט אז זיי האבן איר נישט געוואלט גריסן, נאר וויבאלד סרעדט זיך פון א היימיש מאן/פרוי, ווייסט מען נישט ווי יא און ווי נישט, האלט מען זיך אפ לגמרי.שמות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 7:40 am דערציילט מיר איינער אז נאכדעם וואס ער האט געהאט זיין ערשטע קינד און זיין ווייב איז צוריק געגאנגען ארבעטן אין אפיס פון 5 מענער און קיינער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון איר, ניטאמאל איין מזל טוב האט זי באקומען, עס האט איר שטארק ווייגעטון.
נו ב"ה אכשר דרא א דור וואס איז פרומער פונעם רבין אליינס.
איך האב לעצטנס געהאט ווי א קליענט האט מיר געזאגט זי גייט זיין אינדרויסן פאר מאטערנליע, איך בין געווארן פארלוירן, וואס ענפער איך, וואס מעג איך ענטפערן, וואס מיז מען (עקספעקט יענער) ענפער. במילא טוט מען גארנישט און פטור. נישט אז סאיז גערעכט, אבער אזוי טוט מען...
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
Re: שאילת שלום לאשה
איז זאג קלאר: מען מעג, פינטל. עס איז אבער אלעמאל כדאי זיך מרחק צו זיין מיט גדרים, יעדער לפי מה שהוא, כדי זיך צו האלטן ריין.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 8:09 pmאיך זע נישט פארוואס ס'זאל דיר באדערן. אנטלויף פון צט' שערי היתר נישט צו צוקומען צו א איסור. אויב וועסטו לערנען מענטשליכקייט פאר די נשים, ווער פארזיכערט דיר אז זיי וועלן פארשטיין ביז וואו מענטשליכקייט מעג גיין? ע"פ מענטשליכקייט דארף מען צוריקרייכן די האנט פאר א צווייטן, איא? סאו אפילו א זאך וואס קען זיין מותר, איז זיכער בעסער אן דעם.שמות האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 6:30 pm איך וויל נישט עפענען א פושקע פון ווערים.
אבער איינער זאגט מיר אז היינט לערנט מען אויס דו מיידעלעך אז מ'טאר נישט זיך באגריסן און ארבעטס פלאץ מיט קא-ארבייטערס, דהיינו אפילו איר רעדט און ארבעטס געלעגנהייטן א גאנצע טאג צוזאמען, אבער אלעס ביזן זיך באגריסן.
אפשר זאגט מען "יא" א שטאט ביי וכדומה אזוי ווי @מסתמא האט ערווענט. ווייל האלאו גייט שוין צו ווייט.
מיין שאלה איז צו דאס איז אמת?
ווער קומט אויף מיט דו איסורים? וואס איז שלעכט צו האלטן דו ליניע ווי עס שטייט אין חז"ל אל תרבה שיחה, נישט רעדן סתם איבעריג, אבער מענטשליכקייט דרך ארץ, פון ווי נעמט מען צו לערנען צו זיין סתם אום מענטשן?
ביטע זיך האלטן צום ליניע ווען איר ווילט דאס אויסשמועסן, מיר ברויכן נישט א שלאס אויפן אשכול.
חוץ מזה, א פרוי וואס איז מכניס אורח ווייס איך נישט צי ס'איז אין די זעלבע קאטעגאריע ווי קאלעגעס וואס זענען אינעם זעלבן פלאץ אגאנצן טאג, יעדן טאג. די סכנה איז אסאך גרעסער, ודו"ק.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
Re: שאילת שלום לאשה
איך ענטפער ״בשעה טובה ומצלחת״, א ברכה איז זיכער נישט קיין פראבלעם.פישל שווארץ האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 07, 2024 3:58 pmסאיז נישט אזוי ווייט אז זיי האבן איר נישט געוואלט גריסן, נאר וויבאלד סרעדט זיך פון א היימיש מאן/פרוי, ווייסט מען נישט ווי יא און ווי נישט, האלט מען זיך אפ לגמרי.שמות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 7:40 am דערציילט מיר איינער אז נאכדעם וואס ער האט געהאט זיין ערשטע קינד און זיין ווייב איז צוריק געגאנגען ארבעטן אין אפיס פון 5 מענער און קיינער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון איר, ניטאמאל איין מזל טוב האט זי באקומען, עס האט איר שטארק ווייגעטון.
נו ב"ה אכשר דרא א דור וואס איז פרומער פונעם רבין אליינס.
איך האב לעצטנס געהאט ווי א קליענט האט מיר געזאגט זי גייט זיין אינדרויסן פאר מאטערנליע, איך בין געווארן פארלוירן, וואס ענפער איך, וואס מעג איך ענטפערן, וואס מיז מען (עקספעקט יענער) ענפער. במילא טוט מען גארנישט און פטור. נישט אז סאיז גערעכט, אבער אזוי טוט מען...
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
- פעפסי
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 60
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 2:00 pm
- Location: Brooklyn
- x 139
Re: שאילת שלום לאשה
די פיפטע שלחן ערוך ברויכט מען אויכט ניצן. מ׳מעג עפעס זיך וויסענדיג מאכן. זיי זענען נישט קיין אבדזשעקטס. מ׳דארף נישט קוקן שמועסן דזשאסט מזל טוב אדער וכו.וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 14, 2024 12:30 amאיך ענטפער ״בשעה טובה ומצלחת״, א ברכה איז זיכער נישט קיין פראבלעם.פישל שווארץ האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 07, 2024 3:58 pmסאיז נישט אזוי ווייט אז זיי האבן איר נישט געוואלט גריסן, נאר וויבאלד סרעדט זיך פון א היימיש מאן/פרוי, ווייסט מען נישט ווי יא און ווי נישט, האלט מען זיך אפ לגמרי.שמות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 7:40 am דערציילט מיר איינער אז נאכדעם וואס ער האט געהאט זיין ערשטע קינד און זיין ווייב איז צוריק געגאנגען ארבעטן אין אפיס פון 5 מענער און קיינער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון איר, ניטאמאל איין מזל טוב האט זי באקומען, עס האט איר שטארק ווייגעטון.
נו ב"ה אכשר דרא א דור וואס איז פרומער פונעם רבין אליינס.
איך האב לעצטנס געהאט ווי א קליענט האט מיר געזאגט זי גייט זיין אינדרויסן פאר מאטערנליע, איך בין געווארן פארלוירן, וואס ענפער איך, וואס מעג איך ענטפערן, וואס מיז מען (עקספעקט יענער) ענפער. במילא טוט מען גארנישט און פטור. נישט אז סאיז גערעכט, אבער אזוי טוט מען...
- אהבת עולם
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 70
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
- Location: אין קלויז
- x 121
Re: שאילת שלום לאשה
איך מיין אז 'בשעה טובה ומוצלחת' אזויווי @וואוילער זאגט הייסט גענוג זיך וויסנדיג געמאכט.פעפסי האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 14, 2024 12:34 amדי פיפטע שלחן ערוך ברויכט מען אויכט ניצן. מ׳מעג עפעס זיך וויסענדיג מאכן. זיי זענען נישט קיין אבדזשעקטס. מ׳דארף נישט קוקן שמועסן דזשאסט מזל טוב אדער וכו.וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 14, 2024 12:30 amאיך ענטפער ״בשעה טובה ומצלחת״, א ברכה איז זיכער נישט קיין פראבלעם.פישל שווארץ האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 07, 2024 3:58 pm
סאיז נישט אזוי ווייט אז זיי האבן איר נישט געוואלט גריסן, נאר וויבאלד סרעדט זיך פון א היימיש מאן/פרוי, ווייסט מען נישט ווי יא און ווי נישט, האלט מען זיך אפ לגמרי.
איך האב לעצטנס געהאט ווי א קליענט האט מיר געזאגט זי גייט זיין אינדרויסן פאר מאטערנליע, איך בין געווארן פארלוירן, וואס ענפער איך, וואס מעג איך ענטפערן, וואס מיז מען (עקספעקט יענער) ענפער. במילא טוט מען גארנישט און פטור. נישט אז סאיז גערעכט, אבער אזוי טוט מען...
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1280
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 2104
Re: שאילת שלום לאשה
די נושא איז קיינמאל אין וועט קיינמאל זיין א יא/ניין נושא. אין שו"ע איז שוין געפאסקענט אז ס’ווענד זיך און די מענטש לפי טבע שלו.
די עיקר איז ובלבד שיכוון לבו, און די נשים מעגן פארשטיין (מחשיב) זיין עני טייפ פון גדר. גארנישט איז פרום אדער נישט.