שאילת שלום לאשה

שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 115

שאילת שלום לאשה

פאוסט דורך שמות »

לכבוד דו יארצייט האבן מיר ב"ה מסיים געווען דו מאמר, אדרבה קומט אריין מיט א קלארקייט. הגהות הערות.
פיילס
141_04_77.pdf
(228.45 KiB) דאונלאודעד 127 מאל
אוועיטער
הימל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 241
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
x 390
פארבינד זיך:

Re: שאילת שלום לאשה

פאוסט דורך הימל »

מעג מען זאגן האלאו ווען איינער רופט אויפן טעלעפאן! אדער מ' דארף חושש זיין אז עס איז פרוי און דאס הייסט באגריסט א פרוי?
@שמות
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 115

Re: שאילת שלום לאשה

פאוסט דורך שמות »

הימל האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 31, 2024 11:11 pm מעג מען זאגן האלאו ווען איינער רופט אויפן טעלעפאן! אדער מ' דארף חושש זיין אז עס איז פרוי און דאס הייסט באגריסט א פרוי?
@שמות
יישר־כוח פארן ליינען.
דו באר משה וואס איך ברענג צום סוף זאגט עפעס אז האלאו איז ערגער ווי א גוט מארגן וכדומה, עס קען זיין אז און זיינע צייטן איז אזוי געווען. היינט צוטאגס איז לכאורה האלאו גרינגער ווי א גוט מארגן, זיכער דארף מען נישט חושש זיין אז אפשר איז עס א פרוי.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1208
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3311

Re: שאילת שלום לאשה

פאוסט דורך מסתמא »

שמות האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 1:02 am

הגאון רש”ש שטיינבערגער פון קר”י הייבט טאקע אויף די טעלעפאון כסדר: יא... נישט מיט קיין העלאו. כהאב אלץ געקלערט אז דאס איז די סיבה, ווייל זיין סבר פנים יפות פאר יעדן מענטש איז א שם דבר אפילו טאמער א פרוי קומט אים פרעגן א שאלה. סאיז בפשטת די טעם פון שאילת שלום.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)

בפשטות ע”פ הלכה קען מען זאגן אז די העלאו איז נישט קיין שאילת שלום נאר מער בבחינת ”יא”. אבער א מדקדק קען מחמיר זיין.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 115

Re: שאילת שלום לאשה

פאוסט דורך שמות »

דו תלמידי חכמים דא קענען נאך אריינקומען דא און בונה זיין און סותר זיין, ואת והב בסופה.
דו עיקר מאמר דא איז נישט אויף א פרעמדע פרוי וואס איר קענט אינגאנצן נישט, דאס איז נישט געווען דו טעמע, מ'רעדט דא אז איר קענט איר, איר רעדט מיט איר ארבעט ענינים וויבאלד איר ארבעט צוזאמען אדער א שוועגערן א שניר וכדומה.
דו שאלה איז דא, ווען מען האלט ביי קרוב צו 60 דאונלאודס דאס מיינט אז מ'האט עס געליינט.
צו איז דער עולם מסכים מיט אלע סברות וואס מיר ברענגען ארויף?
איז דא איינער וואס האט א אנדערע מהלך למשל צו פארענטפערן דו אבני נזר? איז דא אפשר נאך א מהלך וואס שאילת שלום מיינט, און מיט דעם אפשר קען זיך טוישן דו הלכה.
ביי מיר איז די טעמע נאך אפען, מיר ווארטן צו הערן, פון איינער וואס האט עס דורכגעליינט צו מ'האט וואס צו צולייגן.
יישר כח למפרע.
נאך אלע מעשיות איז עס הלכה'דיגע שאלה וללמוד אני צריך.
און ביטע זאג מיר נישט פאר הלכה ריף דיין דיין, ווייל מיר האבן געברענגט אויף הלכה למעשה גענוג פוסקים.
דו שאלה צו דו עומק הסוגיות קשיות תירוצים סברות, צו איר שטימט מיט אדער דייקא נישט און פאר וואס.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4062
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11260

Re: שאילת שלום לאשה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

לגבי די אבני נזר.
די קושיא פון נבל קען מען אפשר פארענטפערן, ווייל בעצם דארף מען פארשטיין, אויב איז שאילת שלום ס"ה א תפילה, פארוואס דארף מען עס זאגן פארן חבר? אפשר זאל מען מתפלל זיין בינו לבין קונו אז זיין חבר זאל זיין בשלום? און בכלל, וואס זאל זיין פשט פון שאילת שלום ע"י שליח? דו שיקסט דעם שליח צו מתפלל זיין?

נאר ס'איז פשוט אז דאס איז א וועג פון ארויסווייזן פריינטשאפט, דורך דעם וואס איך בין אים מודיע אז איך וויל ס'זאל אים גיין גוט און איך בין מתפלל אז ער זאל זיין בשלום.

און דאס האט אפשר דוד געמיינט ווען ער האט געזאגט ושְׁאֶלְׁתֶם לֶ֥ו בִּשְׁמִּי לְׁשָלַֽום׃ די כוונה פון שאילת שלום, וואס דאס איז צו ארויסווייזן אהבה.
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 115

Re: שאילת שלום לאשה

פאוסט דורך שמות »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 2:26 pm לגבי די אבני נזר.
די קושיא פון נבל קען מען אפשר פארענטפערן, ווייל בעצם דארף מען פארשטיין, אויב איז שאילת שלום ס"ה א תפילה, פארוואס דארף מען עס זאגן פארן חבר? אפשר זאל מען מתפלל זיין בינו לבין קונו אז זיין חבר זאל זיין בשלום? און בכלל, וואס זאל זיין פשט פון שאילת שלום ע"י שליח? דו שיקסט דעם שליח צו מתפלל זיין?

נאר ס'איז פשוט אז דאס איז א וועג פון ארויסווייזן פריינטשאפט, דורך דעם וואס איך בין אים מודיע אז איך וויל ס'זאל אים גיין גוט און איך בין מתפלל אז ער זאל זיין בשלום.

און דאס האט אפשר דוד געמיינט ווען ער האט געזאגט ושְׁאֶלְׁתֶם לֶ֥ו בִּשְׁמִּי לְׁשָלַֽום׃ די כוונה פון שאילת שלום, וואס דאס איז צו ארויסווייזן אהבה.
פשטות ווי ער שרייבט איז שאילת שלום מיינט נתינת שלום אבער דו שאלה איז צום באשעפער.
דוד שיקט א שליח וויבאלד ער שיקט זיינע יונגען. און אזוי פאסט דאס פאר א צוקונפטיקע מלך.
ווען אין פסוק שטייט קלאר אז דו שאלה איז אויך צום מענטש, ווייס איך נישט ווי דו באשעפער קומט דא אריין.
פארשטייט זיך אל תהיה ברכת הדיוט קלה בעינך און ווען דו וואונטשט מעומק הלב העלפט דיר דו באשעפער אז דיין ברכה זאל מקיום ווערן אבער דו שאלה לויטן פסוק איז צום מענטש.
און איר זענט גערעכט מיט דעם אז ער וויל יענער זאל וויסן און ארויסווייזן אהבה, הנותן מתנה לחבירו צריך להודיע.
און ווי אויך האבן מיר געפרעגט פון דו שאילת שלום וואס דו אייבערשטער איז געקומען צו אברהם, האט דער אייבערשטער געבעטן דעם אייבערשטער אויף אברהם'ס שלום???
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 115

Re: שאילת שלום לאשה

פאוסט דורך שמות »

איך וויל נישט עפענען א פושקע פון ווערים.
אבער איינער זאגט מיר אז היינט לערנט מען אויס דו מיידעלעך אז מ'טאר נישט זיך באגריסן און ארבעטס פלאץ מיט קא-ארבייטערס, דהיינו אפילו איר רעדט און ארבעטס געלעגנהייטן א גאנצע טאג צוזאמען, אבער אלעס ביזן זיך באגריסן.
אפשר זאגט מען "יא" א שטאט ביי וכדומה אזוי ווי @מסתמא האט ערווענט. ווייל האלאו גייט שוין צו ווייט.
מיין שאלה איז צו דאס איז אמת?
ווער קומט אויף מיט דו איסורים? וואס איז שלעכט צו האלטן דו ליניע ווי עס שטייט אין חז"ל אל תרבה שיחה, נישט רעדן סתם איבעריג, אבער מענטשליכקייט דרך ארץ, פון ווי נעמט מען צו לערנען צו זיין סתם אום מענטשן?
ביטע זיך האלטן צום ליניע ווען איר ווילט דאס אויסשמועסן, מיר ברויכן נישט א שלאס אויפן אשכול.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4062
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11260

Re: שאילת שלום לאשה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שמות האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 6:30 pm איך וויל נישט עפענען א פושקע פון ווערים.
אבער איינער זאגט מיר אז היינט לערנט מען אויס דו מיידעלעך אז מ'טאר נישט זיך באגריסן און ארבעטס פלאץ מיט קא-ארבייטערס, דהיינו אפילו איר רעדט און ארבעטס געלעגנהייטן א גאנצע טאג צוזאמען, אבער אלעס ביזן זיך באגריסן.
אפשר זאגט מען "יא" א שטאט ביי וכדומה אזוי ווי @מסתמא האט ערווענט. ווייל האלאו גייט שוין צו ווייט.
מיין שאלה איז צו דאס איז אמת?
ווער קומט אויף מיט דו איסורים? וואס איז שלעכט צו האלטן דו ליניע ווי עס שטייט אין חז"ל אל תרבה שיחה, נישט רעדן סתם איבעריג, אבער מענטשליכקייט דרך ארץ, פון ווי נעמט מען צו לערנען צו זיין סתם אום מענטשן?
ביטע זיך האלטן צום ליניע ווען איר ווילט דאס אויסשמועסן, מיר ברויכן נישט א שלאס אויפן אשכול.
איך זע נישט פארוואס ס'זאל דיר באדערן. אנטלויף פון צט' שערי היתר נישט צו צוקומען צו א איסור. אויב וועסטו לערנען מענטשליכקייט פאר די נשים, ווער פארזיכערט דיר אז זיי וועלן פארשטיין ביז וואו מענטשליכקייט מעג גיין? ע"פ מענטשליכקייט דארף מען צוריקרייכן די האנט פאר א צווייטן, איא? סאו אפילו א זאך וואס קען זיין מותר, איז זיכער בעסער אן דעם.

חוץ מזה, א פרוי וואס איז מכניס אורח ווייס איך נישט צי ס'איז אין די זעלבע קאטעגאריע ווי קאלעגעס וואס זענען אינעם זעלבן פלאץ אגאנצן טאג, יעדן טאג. די סכנה איז אסאך גרעסער, ודו"ק.
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 115

Re: שאילת שלום לאשה

פאוסט דורך שמות »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 8:09 pm

ח"וו באדערן.
אנרירן דארפט איר שוין האבן שטארקע היתרים. אנרירן לויט טייל ראשונים קען זיין א דאורייתא. דאכט זיך מיר סאיז א מחלוקת דו רמב"ם און רמב"ן.
אבער באגריסן? זיין מענטשליך? ווער איז אויפגעקומען צו מאכן דו ליניע דא?
ביי א אורח פארשטייט איר איא. דו בן יהודע שרייבט דאך קלאר אזוי.
ביי א שמחה פארשטייט איר ווייל אזוי האט דו רבי געטון.
א פרעמדע פרוי איז פשוט אז אויף דעם גייט דאך דו גמרא פון רב הונא און רב נחמן.
איז דא קומט אריין שיקול הדעת אז קאלעגעס און ארבעט גייט זיך אוועק אן באגריסן צו דאס זאל זיין אנדערש ווי מכניס אורח זיין. מהיכי תיתי? איך פארשטיי מען דארף מאכן א ליניע אבער וואס מאכן א אום מענטשלעכע ליניע?
דו שאלה איז פשוט, איך זעה אז איר פארשטייט אז מלערנט היינט אזוי דו נשים.
איז ווער איז דו אויפקומער פון דו ליניע?
דו האלטס אז דו נשים היינט זענען אזוי קורץ זיכטיג אז מקען נישט אויס לערנען צניעות מיט מענטשליכקייט צוזאמען.
איך מיין ס"ה בין איך זעירא דמן חבריא גרייט מקבל צו זיין אויב דער עולם האלט באמת אזוי.
חיים יוסף
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:16 am
x 165

Re: שאילת שלום לאשה

פאוסט דורך חיים יוסף »

שמות האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:41 am לכבוד דו יארצייט האבן מיר ב"ה מסיים געווען דו מאמר, אדרבה קומט אריין מיט א קלארקייט. הגהות הערות.
יישר כח, געלייענט שנעל, מגיימער אי"ה ארויספרינטען אויף שבת.

ביי מיר קומט יעצט אויס א פאל, אז די סעקרעטארי האט געארבעט פון קאנטרי, היינט בין איך נישט געווען אין אפיס.

מעג איך מארגן זאגן עפעס מער ווי למשל welcome back? מענטשלעך איז זיכער צו זאגן מער ווי א גיט מארגן, ווייל פאר א אינגערמאן וואלט מען געמאכט א גאנצע מצב.
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 115

Re: שאילת שלום לאשה

פאוסט דורך שמות »

חיים יוסף האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 10:46 pm
שמות האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:41 am לכבוד דו יארצייט האבן מיר ב"ה מסיים געווען דו מאמר, אדרבה קומט אריין מיט א קלארקייט. הגהות הערות.
יישר כח, געלייענט שנעל, מגיימער אי"ה ארויספרינטען אויף שבת.

ביי מיר קומט יעצט אויס א פאל, אז די סעקרעטארי האט געארבעט פון קאנטרי, היינט בין איך נישט געווען אין אפיס.

מעג איך מארגן זאגן עפעס מער ווי למשל welcome back? מענטשלעך איז זיכער צו זאגן מער ווי א גיט מארגן, ווייל פאר א אינגערמאן וואלט מען געמאכט א גאנצע מצב.
פון דעם רעדט מען דאך דא.
אדרבה קום אריין קלאר מיט הלכה און השקפה די תורה'דיגע מהלך.
יישר־כוח פארן ליינען.
totty2024
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 167
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:07 am
Location: new york
x 312

Re: שאילת שלום לאשה

פאוסט דורך totty2024 »

שמות האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 6:30 pm איך וויל נישט עפענען א פושקע פון ווערים.
אבער איינער זאגט מיר אז היינט לערנט מען אויס דו מיידעלעך אז מ'טאר נישט זיך באגריסן און ארבעטס פלאץ מיט קא-ארבייטערס, דהיינו אפילו איר רעדט און ארבעטס געלעגנהייטן א גאנצע טאג צוזאמען, אבער אלעס ביזן זיך באגריסן.
אפשר זאגט מען "יא" א שטאט ביי וכדומה אזוי ווי @מסתמא האט ערווענט. ווייל האלאו גייט שוין צו ווייט.
מיין שאלה איז צו דאס איז אמת?
ווער קומט אויף מיט דו איסורים? וואס איז שלעכט צו האלטן דו ליניע ווי עס שטייט אין חז"ל אל תרבה שיחה, נישט רעדן סתם איבעריג, אבער מענטשליכקייט דרך ארץ, פון ווי נעמט מען צו לערנען צו זיין סתם אום מענטשן?
ביטע זיך האלטן צום ליניע ווען איר ווילט דאס אויסשמועסן, מיר ברויכן נישט א שלאס אויפן אשכול.
ווען איר וואלט געהערט פון די מכשולות וואס קומט ארויס ביי ארבייט פלעצער וואלט איר געהאלטן אז מדארף אסאך מער ווי דעם

דאס וואס איר ברענגט פריער וואס סאטמאר רב האט געוואונטשן פאר א יולדות איז בכלל נישט וואו זאגן גוט מארגן יעד טאג וואס מאכט שפירן א ארבייטער ווי מאזגט איר וואס טוט זיך עפעס נישט וואו א ברכה
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 115

Re: שאילת שלום לאשה

פאוסט דורך שמות »

דערציילט מיר איינער אז נאכדעם וואס ער האט געהאט זיין ערשטע קינד און זיין ווייב איז צוריק געגאנגען ארבעטן אין אפיס פון 5 מענער און קיינער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון איר, ניטאמאל איין מזל טוב האט זי באקומען, עס האט איר שטארק ווייגעטון.
נו ב"ה אכשר דרא א דור וואס איז פרומער פונעם רבין אליינס.
געצל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 134
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:54 am
x 49

Re: שאילת שלום לאשה

פאוסט דורך געצל »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 8:52 am
שמות האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 1:02 am
הימל האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 31, 2024 11:11 pm מעג מען זאגן האלאו ווען איינער רופט אויפן טעלעפאן! אדער מ' דארף חושש זיין אז עס איז פרוי און דאס הייסט באגריסט א פרוי?
@שמות
יישר־כוח פארן ליינען.
דו באר משה וואס איך ברענג צום סוף זאגט עפעס אז האלאו איז ערגער ווי א גוט מארגן וכדומה, עס קען זיין אז און זיינע צייטן איז אזוי געווען. היינט צוטאגס איז לכאורה האלאו גרינגער ווי א גוט מארגן, זיכער דארף מען נישט חושש זיין אז אפשר איז עס א פרוי.
הגאון רש”ש שטיינבערגער פון קר”י הייבט טאקע אויף די טעלעפאון כסדר: יא... נישט מיט קיין העלאו. כהאב אלץ געקלערט אז דאס איז די סיבה, ווייל זיין סבר פנים יפות פאר יעדן מענטש איז א שם דבר אפילו טאמער א פרוי קומט אים פרעגן א שאלה. סאיז בפשטת די טעם פון שאילת שלום.

דער שארמאשער רב ר' יואל'יש זצ"ל פלעגט אויך נישט זאגן העלאו ביים אויפהייבן, ער פלעגט געווענליך מאכן א קליינע גרודער ווי א הוס וכדומה אז יענער זאל קודם אנהייבן רעדן
פישל שווארץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:46 pm
x 120

Re: שאילת שלום לאשה

פאוסט דורך פישל שווארץ »

שמות האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 7:40 am דערציילט מיר איינער אז נאכדעם וואס ער האט געהאט זיין ערשטע קינד און זיין ווייב איז צוריק געגאנגען ארבעטן אין אפיס פון 5 מענער און קיינער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון איר, ניטאמאל איין מזל טוב האט זי באקומען, עס האט איר שטארק ווייגעטון.
נו ב"ה אכשר דרא א דור וואס איז פרומער פונעם רבין אליינס.
סאיז נישט אזוי ווייט אז זיי האבן איר נישט געוואלט גריסן, נאר וויבאלד סרעדט זיך פון א היימיש מאן/פרוי, ווייסט מען נישט ווי יא און ווי נישט, האלט מען זיך אפ לגמרי.

איך האב לעצטנס געהאט ווי א קליענט האט מיר געזאגט זי גייט זיין אינדרויסן פאר מאטערנליע, איך בין געווארן פארלוירן, וואס ענפער איך, וואס מעג איך ענטפערן, וואס מיז מען (עקספעקט יענער) ענפער. במילא טוט מען גארנישט און פטור. נישט אז סאיז גערעכט, אבער אזוי טוט מען...
אוועיטער
אהבת עולם
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
Location: אין קלויז
x 121

Re: שאילת שלום לאשה

פאוסט דורך אהבת עולם »

פישל שווארץ האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 3:58 pm

דאס איז טאקע א פראבלעם... מען דארף ווען יא מער מחנך זיין אונזער עולם אויף וואס מען מעג יא.
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 520
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1101

Re: שאילת שלום לאשה

פאוסט דורך פעיק ניוז »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 8:09 pm
שמות האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 6:30 pm איך וויל נישט עפענען א פושקע פון ווערים.
אבער איינער זאגט מיר אז היינט לערנט מען אויס דו מיידעלעך אז מ'טאר נישט זיך באגריסן און ארבעטס פלאץ מיט קא-ארבייטערס, דהיינו אפילו איר רעדט און ארבעטס געלעגנהייטן א גאנצע טאג צוזאמען, אבער אלעס ביזן זיך באגריסן.
אפשר זאגט מען "יא" א שטאט ביי וכדומה אזוי ווי @מסתמא האט ערווענט. ווייל האלאו גייט שוין צו ווייט.
מיין שאלה איז צו דאס איז אמת?
ווער קומט אויף מיט דו איסורים? וואס איז שלעכט צו האלטן דו ליניע ווי עס שטייט אין חז"ל אל תרבה שיחה, נישט רעדן סתם איבעריג, אבער מענטשליכקייט דרך ארץ, פון ווי נעמט מען צו לערנען צו זיין סתם אום מענטשן?
ביטע זיך האלטן צום ליניע ווען איר ווילט דאס אויסשמועסן, מיר ברויכן נישט א שלאס אויפן אשכול.
איך זע נישט פארוואס ס'זאל דיר באדערן. אנטלויף פון צט' שערי היתר נישט צו צוקומען צו א איסור. אויב וועסטו לערנען מענטשליכקייט פאר די נשים, ווער פארזיכערט דיר אז זיי וועלן פארשטיין ביז וואו מענטשליכקייט מעג גיין? ע"פ מענטשליכקייט דארף מען צוריקרייכן די האנט פאר א צווייטן, איא? סאו אפילו א זאך וואס קען זיין מותר, איז זיכער בעסער אן דעם.

חוץ מזה, א פרוי וואס איז מכניס אורח ווייס איך נישט צי ס'איז אין די זעלבע קאטעגאריע ווי קאלעגעס וואס זענען אינעם זעלבן פלאץ אגאנצן טאג, יעדן טאג. די סכנה איז אסאך גרעסער, ודו"ק.
איז זאג קלאר: מען מעג, פינטל. עס איז אבער אלעמאל כדאי זיך מרחק צו זיין מיט גדרים, יעדער לפי מה שהוא, כדי זיך צו האלטן ריין.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3359
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4893

Re: שאילת שלום לאשה

פאוסט דורך וואוילער »

פישל שווארץ האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 3:58 pm
שמות האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 7:40 am דערציילט מיר איינער אז נאכדעם וואס ער האט געהאט זיין ערשטע קינד און זיין ווייב איז צוריק געגאנגען ארבעטן אין אפיס פון 5 מענער און קיינער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון איר, ניטאמאל איין מזל טוב האט זי באקומען, עס האט איר שטארק ווייגעטון.
נו ב"ה אכשר דרא א דור וואס איז פרומער פונעם רבין אליינס.
סאיז נישט אזוי ווייט אז זיי האבן איר נישט געוואלט גריסן, נאר וויבאלד סרעדט זיך פון א היימיש מאן/פרוי, ווייסט מען נישט ווי יא און ווי נישט, האלט מען זיך אפ לגמרי.

איך האב לעצטנס געהאט ווי א קליענט האט מיר געזאגט זי גייט זיין אינדרויסן פאר מאטערנליע, איך בין געווארן פארלוירן, וואס ענפער איך, וואס מעג איך ענטפערן, וואס מיז מען (עקספעקט יענער) ענפער. במילא טוט מען גארנישט און פטור. נישט אז סאיז גערעכט, אבער אזוי טוט מען...
איך ענטפער ״בשעה טובה ומצלחת״, א ברכה איז זיכער נישט קיין פראבלעם.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
פעפסי
פרישער באניצער
פאוסטס: 60
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 2:00 pm
Location: Brooklyn
x 139

Re: שאילת שלום לאשה

פאוסט דורך פעפסי »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 12:30 am
פישל שווארץ האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 3:58 pm
שמות האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 7:40 am דערציילט מיר איינער אז נאכדעם וואס ער האט געהאט זיין ערשטע קינד און זיין ווייב איז צוריק געגאנגען ארבעטן אין אפיס פון 5 מענער און קיינער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון איר, ניטאמאל איין מזל טוב האט זי באקומען, עס האט איר שטארק ווייגעטון.
נו ב"ה אכשר דרא א דור וואס איז פרומער פונעם רבין אליינס.
סאיז נישט אזוי ווייט אז זיי האבן איר נישט געוואלט גריסן, נאר וויבאלד סרעדט זיך פון א היימיש מאן/פרוי, ווייסט מען נישט ווי יא און ווי נישט, האלט מען זיך אפ לגמרי.

איך האב לעצטנס געהאט ווי א קליענט האט מיר געזאגט זי גייט זיין אינדרויסן פאר מאטערנליע, איך בין געווארן פארלוירן, וואס ענפער איך, וואס מעג איך ענטפערן, וואס מיז מען (עקספעקט יענער) ענפער. במילא טוט מען גארנישט און פטור. נישט אז סאיז גערעכט, אבער אזוי טוט מען...
איך ענטפער ״בשעה טובה ומצלחת״, א ברכה איז זיכער נישט קיין פראבלעם.
די פיפטע שלחן ערוך ברויכט מען אויכט ניצן. מ׳מעג עפעס זיך וויסענדיג מאכן. זיי זענען נישט קיין אבדזשעקטס. מ׳דארף נישט קוקן שמועסן דזשאסט מזל טוב אדער וכו.
אוועיטער
אהבת עולם
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
Location: אין קלויז
x 121

Re: שאילת שלום לאשה

פאוסט דורך אהבת עולם »

פעפסי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 12:34 am
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 12:30 am
פישל שווארץ האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 3:58 pm

סאיז נישט אזוי ווייט אז זיי האבן איר נישט געוואלט גריסן, נאר וויבאלד סרעדט זיך פון א היימיש מאן/פרוי, ווייסט מען נישט ווי יא און ווי נישט, האלט מען זיך אפ לגמרי.

איך האב לעצטנס געהאט ווי א קליענט האט מיר געזאגט זי גייט זיין אינדרויסן פאר מאטערנליע, איך בין געווארן פארלוירן, וואס ענפער איך, וואס מעג איך ענטפערן, וואס מיז מען (עקספעקט יענער) ענפער. במילא טוט מען גארנישט און פטור. נישט אז סאיז גערעכט, אבער אזוי טוט מען...
איך ענטפער ״בשעה טובה ומצלחת״, א ברכה איז זיכער נישט קיין פראבלעם.
די פיפטע שלחן ערוך ברויכט מען אויכט ניצן. מ׳מעג עפעס זיך וויסענדיג מאכן. זיי זענען נישט קיין אבדזשעקטס. מ׳דארף נישט קוקן שמועסן דזשאסט מזל טוב אדער וכו.
איך מיין אז 'בשעה טובה ומוצלחת' אזויווי @וואוילער זאגט הייסט גענוג זיך וויסנדיג געמאכט.
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1280
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2104

Re: שאילת שלום לאשה

פאוסט דורך פשוט און גראד »

די נושא איז קיינמאל אין וועט קיינמאל זיין א יא/ניין נושא. אין שו"ע איז שוין געפאסקענט אז ס’ווענד זיך און די מענטש לפי טבע שלו.

די עיקר איז ובלבד שיכוון לבו, און די נשים מעגן פארשטיין (מחשיב) זיין עני טייפ פון גדר. גארנישט איז פרום אדער נישט.
שרייב פאוסט