קאנטרי, קאנטרי, מיר וועלן זיך בענקען!

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
יוחנן כהן
פרישער באניצער
פאוסטס: 72
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 159

קאנטרי, קאנטרי, מיר וועלן זיך בענקען!

פאוסט דורך יוחנן כהן »

בס''ד

שטיל און איינזאם שטיי איך פארטראכט, איך קוק זיך צו אויף מיינע שכינים און איך זעה אז ביי זיי איז ציפיל אנדערש נישט, מיינע געטרייע ליבהאבער און תושבים קערן זיך פון מיר אוועק, מען לאזט מיר איבער אליין,

אליין אליין אן קיין ערזעצער, די הייזעלעך ווערן פארשלאסן מיטן לעצטן מזוזה קיש, די וואסער פליסט מער נישט, די ביימעלעך די צווייגעלעך שאקלען מיט מיט מיר ווי צו זאגן: ''מיר פארשטייען דיר, מיר זענען אין דיר, ארום דיר, און אינעם זעלבן מצב ווי דיר,

די שיינע גרינע גראזעלעך צייגן געפילן פון בענגשאפט, ''מיר וועלן זיך בענקן'' זאגן זיי אלע ווי אין א כאר, די ווינטל בלייבט אויך קיין שטילער און מורמלט זיינע בעהטענדיגע לחשות ווי צו זאגן: טוט דאס נישט צו מיר, וועם וועלן מיר אינעם פרימארגן גריסן? ווער וועט זיך פון אונז וויסענדיג מאכן? מיר וועלן דא בלאזן ווי א קינד אן קיין מאמע,

די עס זאל קרעכצט מיט, דער שווים באסיין ליק''ט טרערן, די וועלדל ווארנט אירע קלעצער אויף די ווינטער וואס איז אויפן וועג, און איז גרייט צו אויפעסן די זומער שיריים, עס קומט א שווערע שניי, קיין פוסטריט וועט מען נישט זעהן,


אינאיינעם צוזאמען, אזוי געשמאק פארברענגט,
שיינע פראגראמען, אזוי צו ענק שוין בענקט

דאס ראוהיג שיין געפיל , א טעם גן עדן
עס קוקט אויס ווי א שפיל, מיר דארפן שיידן


קאנטרי קאנטרי דאס איז געוועהן דיין לעבן די פארגאנגענע חדשים צוויי, אזוי שיין פארברענגט צוזאמען, די שיינע בארג און די מה רבו מעשיך'דיג זון שטראלן, גייען פארביי, מיר וועלן זיך נישט זעהן מער, דאס איז עס, יעדע גוטע זאך קומט צו אן ענדע,

די ביימעלעך די צווייגעלעך שטייען פארטראכט
די באנגעלאוס די קליינע ווערן מיטן ריגל פארמאכט

די געשמאקע לופט זי בלאזט און קוועטשט
דער פלאץ וועט דא ווערן דורכאויסן יאר פארוועטשט



אבער איין מינוט קאנטרי מיינער! טראכט אריין:

מיר האבן טאקע שיין פארברענגט דא צוזאמען,
אמת, דיין רוהיגקייט האט אונז מנוחה געברענגט, קאנטרי קאנטרי! מיר וועלן זיך בענקען!! מיר גייען יעצט צוריק אריין אינעם שטוקעדיגע שטאט, אבער מיר ברענגען מיט דיין לופט, דיין פרישקייט,

ס'קוקט דיר אויס ווי מיר זענען פון דיר אנטלאפן,
די משפחה איז רוהיג
די קינדער שפילן שיין
טאטי גייט צוריק צו זיין אלטע בהמ''ד
און מאמי צו די אלטע שכינים,

די גאסן זענען שוין פיל ריינער יעצט, מיר קענען שוין צוריק גיין, אבער זארג נישט קאנטרי טייערע, זארג נישט, מיר וועלן זיך צוריק טרעפן איבער'ס יאר מיט א נייע פרישקייט,

מיר קומען צו דיר ווייל דו מאכסט אונז גרינגער נאכן צוריק אהיים קומען פון די זיסע וועקאציע! די מוחות זענען קלאר, און מיר גייען אריין אין די ימים נוראים מיט א הייליגקייט, ווען מיר געדענקען דיר לטובה פאר די התחדשות וואס דו האסט צו אונז געגעבן!!


קאנטרי קאנטרי! מיר וועלן זיך בענקען!!!

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 1:49 am גאטליעבס רעסטוראנט האט א שיפע דאך?

עסקינג פאר עי דעמאקראט...
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8361

Re: קאנטרי קאנטרי! מיר וועלן זיך בענקען!!!

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

זייער שיין. הגם איך בין נאך קיינמאל נישט געווען א זומער אין קאנטרי, הערצעך עס אבער זייער- אממ... בענקעדיג!
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
אוועיטער
יוחנן כהן
פרישער באניצער
פאוסטס: 72
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 159

Re: קאנטרי קאנטרי! מיר וועלן זיך בענקען!!!

פאוסט דורך יוחנן כהן »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 7:41 pm זייער שיין. הגם איך בין נאך קיינמאל נישט געווען א זומער אין קאנטרי, הערצעך עס אבער זייער- אממ... בענקעדיג!
פרוביר עס אויס איין מאל, צעמיר רעדן נעקסטע יאר...

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 1:49 am גאטליעבס רעסטוראנט האט א שיפע דאך?

עסקינג פאר עי דעמאקראט...
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8361

Re: קאנטרי קאנטרי! מיר וועלן זיך בענקען!!!

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

יוחנן כהן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 7:47 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 7:41 pm זייער שיין. הגם איך בין נאך קיינמאל נישט געווען א זומער אין קאנטרי, הערצעך עס אבער זייער- אממ... בענקעדיג!
פרוביר עס אויס איין מאל, צעמיר רעדן נעקסטע יאר...
קודם פרוביר דו צו מופן איין יאר קיין קרית יואל...

#צעמיר_רעדן
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
אוועיטער
יוחנן כהן
פרישער באניצער
פאוסטס: 72
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 159

Re: קאנטרי קאנטרי! מיר וועלן זיך בענקען!!!

פאוסט דורך יוחנן כהן »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 7:48 pm
יוחנן כהן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 7:47 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 7:41 pm זייער שיין. הגם איך בין נאך קיינמאל נישט געווען א זומער אין קאנטרי, הערצעך עס אבער זייער- אממ... בענקעדיג!
פרוביר עס אויס איין מאל, צעמיר רעדן נעקסטע יאר...
קודם פרוביר דו צו מופן איין יאר קיין קרית יואל...

#צעמיר_רעדן
:lol:

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 1:49 am גאטליעבס רעסטוראנט האט א שיפע דאך?

עסקינג פאר עי דעמאקראט...
אוועיטער
בעל החלומות
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 1:41 am
Location: אין חלום...
x 39

Re: קאנטרי קאנטרי! מיר וועלן זיך בענקען!!!

פאוסט דורך בעל החלומות »

רויע געפילן!

שרייבסט פיין!!
שרייב פאוסט