אָז בְּקוֹל רַעַשׁ גָּדוֹל, אַדִּיר וְחָזָק מַשְׁמִיעִים קוֹל מִתְנַשְּׂאִים:
בשעת גלאָבאַל סאַטמאַר׳ס אויגן זענען געוואָנדן קיין קרית יואל און אירע צויבער-עררייכונגען, טוט ״מוסדות קרית יואל״ פּראָקלאַמירן גראַנדיעזער ״אדיר וחזק״ מיליאָנען-קאַמפּיין

- unnamed.png (500.32 KiB) געזען געווארן 3133 מאל
אין 2 שטורמישע טעג
דינסטאָג און מיטוואָך נצבים-וילך
צילט קרית יואל ומוסדותי׳ צו געבן מכה-בפּטיש׳דיגן שטויס-קראַפט צו קענען בעז״ה באַנייען און אָקופּירן מאַיעסטעטישע 100,000 סקווער-פיס
ריזן ״בית רחל בנין גאָלדבערגער״ קאָמפּלעקס
אויף קומענדיגע ראש חודש חשון
ת׳הא ש׳נת פ׳תיחת ה׳בנין הבעל״ט
כִּי חִזַ"ק בְּרִיחֵי שְׁעָרָיִךְ:
נייער פּרעכטיגער חינוך הטהור פּאַלאַץ דעיר עוז לנו רבתי עם!
חֲזַ״ק וֶאֱמָץ כִּי אַתָּה תַּנְחִיל:
גאַנצער בנין מבית ומבחוץ שפּיגלט שוין ב״ה מיטן שענסטן חן און פּראַכט, פאַרענדיגנדיג דרויסנדיגער מראה הבנין, אַריינטרעטנדיג אין די סאַמע לעצטע אינטעריאָר-פאַזעס, ווי ס'פּאסט זיך פאר איינס פון די גרעסטע און שענסטע בניני החינוך פון סאַטמאַר גלאָבאַל
חֲזַ״ק וְיַאֲמֵץ לִבֶּךָ | וְאַדִּירֵ״י כׇּל חֶפְצִי בָם׃
סאַטמאַר׳ס הויפּט-שטאָט, אין ברען פון הרחבת גבולי הקדושה גאַלאָפּ, שפּאַנט פאַראייניגט מחיל אל חיל!
ממנו יתד וממנו פּינה, מחיל אל חיל, אדיר וחזק:
איינמאָל דער בנין ווערט גענצליך אויסגעצאָלט און באַנייעט, מאַרשירט מען בעז״ה פאָראויס צו 'זיבן' נייע בניני המוסדות!!
אין פאַקטישע אויפבוי פאַזעס:
1. בנין ישראל דוב אויף לאַרקין;
2. בנין ישיבה קטנה בנין יואל אין נחלת אברהם;
3. דריטע בנין ישיבה קטנה אין נחלת אברהם;
אין אָנגייענדע פּלענינג פאזעס:
4. ״פרישער בנין בית רחל״ אויף י.ד. גאלדבערגער דרייוו;
5. 6. 7. דריי ריזיגע בניני התלמוד תורה אויפ׳ן שטח החדש שע״י מוסדותינו הק' אין שכונת בלומינג גראָוו;
חֲזַ״ק וְנִתְחַזַּק בְּעַד עַמֵּנוּ וּבְעַד עָרֵי אֱלֹקֵינוּ!

- unnamed.jpg (212.17 KiB) געזען געווארן 3127 מאל
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...
קומט אין אישי