אין זיין זכות היינט מען לערנט תורה
בדורינו א מלאך קדוש ונורא
כל רז לא אניס ליה א נשמה טהורה
מלחמת השם געקריגט פארן בורא.
די גיהנם אויף די וועלט פאראיבער
פארלוירן א האלבע ציבור
געראטעוועט בדרך לא דרך
וויאזוי? מסביר זיין נישט מעגליך
אין זיין זכות היינט מען לערנט תורה
בדורינו א מלאך קדוש ונורא
כל רז לא אניס ליה א נשמה טהורה
מלחמת השם געקריגט פארן בורא.
אויפגעשטעלט א פרישע ישוב אין אמעריקע
א הסבר נישט דא קיין געהעריגע
מיט קוים א מנין אויף בעדפארד
מיט אידן פון לאגער פארצרה'ט
אין זיין זכות היינט מען לערנט תורה
בדורינו א מלאך קדוש ונורא
כל רז לא אניס ליה א נשמה טהורה
מלחמת השם געקריגט פארן בורא
מתלמדי בעל שם מיט א הארץ וואס פלאקערט
די טמאנע ערד אויפגעאקערט
פלאנצן פאר אונז די קערלעך
אז אונזערע דורות זאלן וואקסן ערליך
אין זיין זכות היינט מען לערנט תורה
בדורינו א מלאך קדוש ונורא
כל רז לא אניס ליה א נשמה טהורה
מלחמת השם געקריגט פארן בורא
אויפגעשטעלט קרית יואל
ציוניזם פלאקערט מיט הייסע אויל
אבער אונז לאזן זיך נישט פון די פיינט
א פאדומענט געגראבן מיט די אייגענע האנט
אין זיין זכות היינט מען לערנט תורה
בדורינו א מלאך קדוש ונורא
כל רז לא אניס ליה א נשמה טהורה
מלחמת השם געקריגט פארן בורא
דארט געפנט א ישיבה
בחורים ח"ו נישט ארויספאלן פון סביבה
מקוה ישראל געהייסן איבעראל מאכן
טהרה איבער די וועלט זאל יעדער לאכן
מיט א ריכטיגע אהבה פאר יעדע איד
זיכער געמאכט אידישקייט וואקסט אין בליעט רבינו יואל בן ר' חנני יום טוב
אין זיין זכות היינט מען לערנט תורה
בדורינו א מלאך קדוש ונורא
כל רז לא אניס ליה א נשמה טהורה
מלחמת השם געקריגט פארן בורא
רבינו הקדוש מסאטמאר
- אויסגעשארפטע בליי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 303
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
- Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
- x 1310
רבינו הקדוש מסאטמאר
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
- יוחנן כהן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 260
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
- Location: אויפן בימה
- x 618
Re: רבינו הקדוש מסאטמאר
זייער שיין @אויסגעשארפטע בליי
זכותו הגדול יגן עלינו!!
זכותו הגדול יגן עלינו!!
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3665
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 9674