עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד

נייעס אין אונזער קווארטאל
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 358
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 261

Re: עצרת יום תפילה וזעקה א' נצבים וילך

פאוסט דורך יאנטשי »

מהרי"י גייט אויך?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3081
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3470

Re: עצרת יום תפילה וזעקה א' נצבים וילך

פאוסט דורך שמח »

יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 5:06 pm מהרי"י גייט אויך?
ס'הייסט אז יא, בעזהשי''ת.
Off Topic
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
--------
איינער בויט פאר פראפאגאנדע
אין איינער מאכט פראפאגאנדע צו קענען בויען...
kyocera
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:07 pm
x 9

Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך kyocera »

מצד מהרי''י
ר' יואל
ר' יצחק בנימין שטערן

מצד מהר''א
ר' ישראל בער שטיין
ר' אברהם יוסף פרידמאן
ר' ישראל לאנדא
kyocera
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:07 pm
x 9

Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך kyocera »

ווי איך האב געהערט האט האדמו"ר מסקווירא שליט"א צוגעשטימט מיט די עסקנים אז עפעס דראסטיש מוז געטון ווערן, און עס איז געבליבן אז סקווירא רבי וועט ארויסשיקן די חסידים צום עצרת. עס איז נאכנישט קלאר אויב סקווירא רבי אליין וועט זיך משתתף זיין.

אגב, ווען די עסנים זענען אריין צו סקווירא רבי פארגאנגענע מוצש"ק האט מען געשמועסט אז די עצרת וועט פארקומען ערגעצוואו אין א זאל, און נישט אויף די מאנהעטן גאסן.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3081
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3470

Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך שמח »

יעצט ביינאכט ביים צענטראלן יארצייט טיש אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר''א שליט"א אדרעסירט די שרעקליכע גזירת הגיוס וואס הויערט אויף אחינו בני ישראל בארץ הקודש, דער רבי האט אויסגעשריגן מנהמת לבו די חוב קדוש וואס ליגט אויף די אמעריקאנע אידנטום ארויסצוקומען לרחובה של עיר און מיט א פאראייניגטע שטימונג אפשרייען די שרעקליכע גזירה.

דער רבי האט אויסגערופן אז דעם קומענדיגן זונטאג נצבים וילך וועט פארקומען א ריזן עצרת תפילה במקהלות אלפי ישראל, און אלע זאלן זיך משתתף זיין ביים כנסיה לשם שמים, וואו מיט דעם כח הרבים וועט מען אויספועל'ן א ישועה כללית פאר כלל ישראל.
Off Topic
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
--------
איינער בויט פאר פראפאגאנדע
אין איינער מאכט פראפאגאנדע צו קענען בויען...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4976
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8493

Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

zaakas_hagola_24_57_1724992601194_670_57_240830123643.png
zaakas_hagola_24_57_1724992601194_670_57_240830123643.png (205.58 KiB) געזען געווארן 1451 מאל
פראנקרייך
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 11:25 pm
x 31

Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך פראנקרייך »

ויסבערג מיט א באריכט
פיילס
IMG_20240830_014140_072.jpg
IMG_20240830_014140_072.jpg (53.43 KiB) געזען געווארן 1451 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4976
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8493

Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

געמיינזאמע אסיפה צווישן עסקני סאטמאר מהר"א ומהר"יי אפגעהאלטן נאך די סעודות הילולא אין בעפארגרייטונג צום ריזן עצרת "זעקת הגולה" איבער גזירת הגיות וואס וועט פארקומען בע"ה א נצבים וילך י"ט אלול מיט די באטייליגונג פון אלע קהלות קדושות אין ניו יארק, ניו דזשערסי און קאנאדע


IMG_3728.JPG
IMG_3728.JPG (171.83 KiB) געזען געווארן 1452 מאל
IMG_3730.JPG
IMG_3730.JPG (169.25 KiB) געזען געווארן 1452 מאל
IMG_3732.JPG
IMG_3732.JPG (154.28 KiB) געזען געווארן 1452 מאל
IMG_3734.JPG
IMG_3734.JPG (163.5 KiB) געזען געווארן 1452 מאל
IMG_3736.JPG
IMG_3736.JPG (177.98 KiB) געזען געווארן 1452 מאל
אוועיטער
שמעון סאמעט
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:03 pm
x 105

Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך שמעון סאמעט »

מנהל קול סאטמאר נעבן מנהל מערכת סאטמאר...

אההה


עפעס א גוטע זאך קומט יא ארויס פון די מדינה...
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 695
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1064

Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

די בילדער זענען ריפרעשינג..
totty2024
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 122
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:07 am
Location: new york
x 215

Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך totty2024 »

טוישן קעפל צי: היסטארישע יום תפילה ועצרת מחאה בחוצות העיר
געשמאקער איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:25 pm
x 64

Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך געשמאקער איד »

פראנקרייך האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 2:01 am ויסבערג מיט א באריכט
וואס איז פארגעקומען?
אוועיטער
שמעון סאמעט
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:03 pm
x 105

Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך שמעון סאמעט »

totty2024 האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 4:53 am טוישן קעפל צי: היסטארישע יום תפילה ועצרת מחאה בחוצות העיר
עס איז נישט צוויי עקסטערע זאכן?

די פותח הטעמע רעדט פון א יום תפילה וואס גייט פארקומען ערב ר"ח אלול אין די גאנצע וועלט די זעלבע צייט פארופן דורך מהר"א סאטמאר, און א' נצו"י גייט זיין אן עצרת פאר אלע אידן פון ניו יארק און ניט זשערסי פארופן דורך אלע קהילות.
פיילס
בלאט קרח צענזורירט~2.jpg
בלאט קרח צענזורירט~2.jpg (108.13 KiB) געזען געווארן 1328 מאל
IMG_20240828_141345_039.jpg
IMG_20240828_141345_039.jpg (186.92 KiB) געזען געווארן 1328 מאל
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3081
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3470

Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך שמח »

שמעון סאמעט האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 9:10 am
totty2024 האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 4:53 am טוישן קעפל צי: היסטארישע יום תפילה ועצרת מחאה בחוצות העיר
עס איז נישט צוויי עקסטערע זאכן?

די פותח הטעמע רעדט פון א יום תפילה וואס גייט פארקומען ערב ר"ח אלול אין די גאנצע וועלט די זעלבע צייט פארופן דורך מהר"א סאטמאר, און א' נצו"י גייט זיין אן עצרת פאר אלע אידן פון ניו יארק און ניט זשערסי פארופן דורך אלע קהילות.
ניין ס'איז די זעלבע זאך, אנהייב האט מען געוואלט אויף ערב ר''ח, מ'האט עס גערוקט.
Off Topic
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
--------
איינער בויט פאר פראפאגאנדע
אין איינער מאכט פראפאגאנדע צו קענען בויען...
שמאי הזקן
פרישער באניצער
פאוסטס: 55
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 7:39 pm
Location: lakewood
x 51

Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך שמאי הזקן »

שמעון סאמעט האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 2:16 am מנהל קול סאטמאר נעבן מנהל מערכת סאטמאר...

אההה


עפעס א גוטע זאך קומט יא ארויס פון די מדינה...
איר קענט צוצייכענען אויפן בילד ווער ביידע זענען?
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 971
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3205

Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

דער מיטן האנט אויפן מויל איז הר"ר אהרן יוסף פריעדמאן
לינקס פון אים איז הר"ר אייזיק דאסקאל
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 589

Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך צווייזייטיג »

שמח האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:09 pm ניין ס'איז די זעלבע זאך, אנהייב האט מען געוואלט אויף ערב ר''ח, מ'האט עס גערוקט.
קוקט דיר אויס די זעלבע?
שמח האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 12:33 pm יעצט אויך וועט מען צוזאמנעמען אלע אידן פון די גאנצע וועלט, א יעדע שטאט וואו עס וואוינען נאר אידן, דער רבי האט אויסגערעכנט וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, לעיקוואד, מאנטריאל, לאס אנדזשעלעס, שיקאגא, קליוולאנד, באסטאן, לאנדאן, מאנטשעסטער, און סייווי ס'וואוינען אידן. וועט מען מאכן צוזאמען א יום תפילה, מ'וועט קובע זיין א צייט, יעצט אין די זומער וואכן איז אביסל שווער, אבער מ'וועט קובע זיין אויף נאך די זומער.
שמח האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:57 am דער רבי האט אויסגעשריגן מנהמת לבו די חוב קדוש וואס ליגט אויף די אמעריקאנע אידנטום ארויסצוקומען לרחובה של עיר און מיט א פאראייניגטע שטימונג אפשרייען די שרעקליכע גזירה. דער רבי האט אויסגערופן אז דעם קומענדיגן זונטאג נצבים וילך וועט פארקומען א ריזן עצרת תפילה במקהלות אלפי ישראל, און אלע זאלן זיך משתתף זיין ביים כנסיה לשם שמים, וואו מיט דעם כח הרבים וועט מען אויספועל'ן א ישועה כללית פאר כלל ישראל.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3081
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3470

Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך שמח »

צווייזייטיג האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 2:59 pm
שמח האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:09 pm ניין ס'איז די זעלבע זאך, אנהייב האט מען געוואלט אויף ערב ר''ח, מ'האט עס גערוקט.
קוקט דיר אויס די זעלבע?
שמח האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 12:33 pm יעצט אויך וועט מען צוזאמנעמען אלע אידן פון די גאנצע וועלט, א יעדע שטאט וואו עס וואוינען נאר אידן, דער רבי האט אויסגערעכנט וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, לעיקוואד, מאנטריאל, לאס אנדזשעלעס, שיקאגא, קליוולאנד, באסטאן, לאנדאן, מאנטשעסטער, און סייווי ס'וואוינען אידן. וועט מען מאכן צוזאמען א יום תפילה, מ'וועט קובע זיין א צייט, יעצט אין די זומער וואכן איז אביסל שווער, אבער מ'וועט קובע זיין אויף נאך די זומער.
שמח האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:57 am דער רבי האט אויסגעשריגן מנהמת לבו די חוב קדוש וואס ליגט אויף די אמעריקאנע אידנטום ארויסצוקומען לרחובה של עיר און מיט א פאראייניגטע שטימונג אפשרייען די שרעקליכע גזירה. דער רבי האט אויסגערופן אז דעם קומענדיגן זונטאג נצבים וילך וועט פארקומען א ריזן עצרת תפילה במקהלות אלפי ישראל, און אלע זאלן זיך משתתף זיין ביים כנסיה לשם שמים, וואו מיט דעם כח הרבים וועט מען אויספועל'ן א ישועה כללית פאר כלל ישראל.
די אופן הלמעשה נישט, מ'האט עס אויסגעארבעט אויף א בעסערע און האפענטליך מיר אפעקטיווע מהלך.
Off Topic
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
--------
איינער בויט פאר פראפאגאנדע
אין איינער מאכט פראפאגאנדע צו קענען בויען...
אוועיטער
הימל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 186
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
x 260
פארבינד זיך:

Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד

פאוסט דורך הימל »

למעשה וויסט איינער צו עס גייט זיין אויך דרשות??
מושי פוטערפאס
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 3:29 pm
Location: new york
x 11

Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד

פאוסט דורך מושי פוטערפאס »

"כל הגולה כמדורת אש"

דאס גאנצע חרדי'שע אידנטום איבער די גארער וועלט האבן אויפגענומען מיט גרויס איבערגענומענקייט, די היסטארישע גינסטיגע נייעס וואס האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט צווישן יעדע קהילה און חבורה ביז יעדן יחיד ויחיד, אז נאך לענגערע בארוטינגען צווישן די גרעסטע עסקנים און כלל טוהער'ס פון כלל ישראל, און מיט די געמיינזאמע שטאנדפונקט פון די מנהיגי היהדות החרדית פון אלע שיכטן און קרייזן, איז באשטימט געווארן אן ערשטמאליגן היסטארישן מעמד עצרת תפילה "זעקת הגולה" וואס וועט פארקומען אי"ה דעם קומענדיגן זונטאג פרשת נצבים וילך אויף א ריזן שטח וואס זאל ערמעגליכן צו אקאמענדירן דאס גאנצע יהדות הגולה פון ארה"ב וקאנאדע, אויסצושרייען דעם געוואלדיגן קול מחאה, און בעטן ביים בורא כל עולמים להעביר את רוע הגזירה פון אחינו בני ישראל תושבי ארה"ק וואס שוועבט העכער זיי א שרעקליכן ביטערן גזירת שמד להעביר על הדת אלע פרומע בחורים און יונגעלייט מיט'ן זיי רעקוטירן צום שמעלץ טאפ פונעם צבא השמד.

ווי ברייט באקאנט האט זיך אין די לעצטערע תקופה אראפגעלאזט א שווארצן נעפל אויף די חרדי'שע געמיינדע אין ארץ ישראל מיט'ן שרעקליכן גזירה וואס איז אויסגערופן געווארן דורכ'ן מדינה הציונית אויסצומעקן פולקאם דאס גאנצע אידישע היסטאריע פון אירע באדנ'ס דורכ'ן אריינשלעפן מיט געוואלד אלע בחורים און יונגעלייט אין די יונגערע יארן צום צבא השמד, וואס אויסער דעם קלארן איסור ביהרג ואל יעבור זייט איר גרינדונג דורך אלע מנהיגי קהילות הקודש פון אלע פראקציעס פונעם פאריגן דור, וביותר די מלחמת חרמה דורך רבותינו הקדושים השוכנים בארץ המה אין שפיץ פונעם ערליכן טורעם וואס טוהט זיך נישט בייגן פון די אידישע פרינציפן פאר קיין פרייז, דאס בי"ד הגדול שבירושלים העדה החרדית מיט איר דעמאלט'סדיגע מנהיג און רב רביה"ק מסאטמאר זיעועכי"א, טוהט דאס ביטערן מציאות פונעם עבר דייטליך אויפווייזן אשר כל באיה לא ישובין, ווען ליידער פון דארטן קומען ארויס נאר פארפאלענע און פארבלאנדזשעטע נשמות וואס זענען אינגאנצן אראפ פונעם אידישן וועג.

אצינד האט זיך ברוך השם ארויסגעשטעלט דעם ריינעם און לויטערן אמת וואס איז שוין יארן לאנג אויסגעשריגן געווארן דורך אונזערע רבי'ס און מנהיגים מיום הווסדה פון די מדינה פאר א ביטערן מציאות וואס פאטשט און פנים, אז מיט'ן זיצן אויף איין טיש מיט די מינים וכופרים ברענגט נישט קיין גוט'ס מילד גערעדט, אויסער דאס הארבן איסור זיך מיט זיי צו משתתף זיין טוהט דאס אינגאנצן נישט ברענגען קיין גינסטיגע רעזולטאטן צו קענען אפילו אויפטטוהן דאס מינדסטע וואס איז נאר שייך ראטעווען דאס וואס זיי טוהען מיט אלע כוחות פרובירן צו איינווארפן. עס לאזט זיך זאגן אז די קרייזן וואס האבן עס דאן נאכנישט פארשטאנען טוהען שוין היינט צוטאג'ס אנקוקן די מצב מיט אינגאנצן א צווייטן בליק, ווען מ'האט אנגעהויבן זעהן די שריט וואס איז גענומען געווארן דורך געוויסע פון זיי, בפרט פון די ספרדי'שע חדר, וואס האבן זיך אינגאנצן ארויסגעשטעלט מיט א אפענע מלחמה קעגן די מדינה, וואו זיי זענען נישט גרייט איינצוגיין אויף קיין שום פשרה בנוגע דאס צוקונפט פון אונזערע דורות, און אומצוויידייטיג באפוילן אירע אנהענגער'ס נישט אויסצופאלגן דעם באפעל וואס איז געשטעלט געווארן אויף זיי דורך די ציוני'סטישע מיליטער זיך בכלל רעגוסטרירן ביי זייערע הויפטקווארטירן. פון די אנדער זייט אבער האט געווייטאגט און געציפט יעדן ערליכן איד, וואס האט צוגעזעהן ווען פון די אפציעלע פארטייען פון אלע סעקטעס האבן יא געוויזן עטוואס גרייטקייט איינצוגיין אויף פארשידענע פשרות איבער שוואכערע בחורים וכדומה, איבערצוגעבן מיט די אייגענע הענט פרומע בחורים אינעם כור השמד.

פונעם לעצט פארבליבענע ערליכן ווינקל אשר לא כרעו לבעל אין ירושלים עיה"ק, די שרי צבא ה' פונעם בי"ד העדה החרדית, האט מען שוין פונעם ערשטן מינוט זיך געזעצט מטכס עצה זיין איבער די נויטיגע פעולות וואס דארף דא אנגענומען ווערן אוסצושרייען דעם ביטערן וויי געשריי פון די אנשי ישוב הישן, איבער די גזירת העברה על הדת וואס שוועבט אויף כלל ישראל, רבינו הגדול לוחם מלחמות ה' כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א האט די ביטערע נייעס גענומען צום הארצן, און מיט זיין לויטערן דעת תורה וואס ער האט מקבל געווען פון די לייבן פונעם פאריגן דור, דעם ריינעם אויסגעטראטענעם דרך פון רבותינו הק' זי"ע, האט אויפגעפאדערט צוזאמנעמען די ערליכע אידן פאר א עצרת תפילה ומחאה מסביר צו זיין און אויסצושרייען דעם זעקת הדת איבער גאנץ ארץ ישראל קעגן דעם טמא'נעם מדינה מיט אירע נאכפאלגער'ס למיניהם, דאס איז ווי פארשטענדליך גלייך צושטאנד געקומען מיט'ן הילף פון די ערליכע עסקנים, ווען אינעם נאכפאלגנדן זונטאג פרשת קורח האבן זיך טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן זיך צוזאמגענומען אינעם רחבת כיכר זופניק בראשות האדמורי"ם וראשי ישיבות שליט"א ועל צבאם רבינו הגדול הגאב"ד שליט"א מיט די חברי הבד"צ שליט"א, וואו ס'איז געהערט געווארן פייערדיגע דרשות איבער די פליכט פון יעדן יחיד ויחיד אין דעם שווערן תקופה, ווען די הויעכפונקט איז געווען דאס פייערדיגע דברות קודש וואס איז אויסגעשריגן געווארן מנהמת לבו הטהור פונעם ירושלימ'ער רב שליט"א וועלכע האט איבערגעלאזט דאס גאנצן ציבור מיט הויפענ'ס חיזוק והתחזקות און טרייסט אשר לא השבית לנו גואל, ווען דעם אמת טוהט נאך געהערט ווערן אינעם היינטיגן צומישטן און פארנעפלטן דור דורך איר מנהיג פונעם פריערדיגן דור.

אין די נאכפאלגנדע וואכן האט מען פון ארה"ב אנגעפאנגען צו הערן דורך די מנהיגי הקהילות און ראשי גולת אריאל איבער די שריט וואס דארף גענומען ווערן דורך אחינו שבגולה צוצולייגן א פלייצע צו די ביטערע טעג וואס גייען אריבער אויף אונזערע ברודער אין ארץ ישראל, דאן האט זיך צום צווייטן מאל ארויסגעוויזן דאס כח התורה פונעם ירושלימ'ער בי"ד העדה החרדית, וואס האבן אפגעשריבן א מכתב קודש צו די אדמורי"ם און ראשי הישיבות פון די ראשי הגולה, מיט א הארציגן בקשה נמרצת צו די ראשי גולת אריאל זיך צוצושטעלן צום מערכה כבידה וואס טוהט אנגיין אין ארץ ישראל דורך יראי ה' אפצושלאגן דעם ביטערן גזירה וואס הויערט אויף זייערע קעפ, און צוזאמנעמען דאס גאנצע יהדות הגולה פון אלע אירע ווינקלען אויסצושרייען דעם "זעקת הגולה" מסוף העולם ועד סופו, און מרעיש עולמות זיין קעגן די בייזווייליגע פלענער פון די רשעי הציונים אריינצושלעפן די פרומע בחורים אין איר מיליטער.

דעם זעקת התורה פון ארץ ישראל האט אויפגעוועקט און אויפגעשאקלט דעם יהדות החרדית אין חוץ לארץ, ווען ס'האט נאכגעפאלגט דעם רוף דורכ'ן ראש גולת אריאל כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אינאיינעם מיט אחיו בדומה לו פון די צווייטע סאטמאר'ע פראקציע, דאן איז פארשפרייט געוורן א מכתב קודש פונעם התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנאדע, וואו אלע האבן איינשטומיג פאררופן מיט א פאראייניגטן כח דאס גאנצע יהדות החרדית פון אלע שיכטן און קרייזן הנאמנים לה' ולתורתו פאר א היסטארישן עצרת 'זעקת הגולה' אויף דעם קומענדיגן זונטאג פר' נצבים וילך ברחובה של עיר אויסצושרייען במעמד רבבות אלפי ישראל אין שפיץ פון די ראשי העדה, אדמורי"ם רבנים און ראשי ישיבות, דיינים און מרביצי תורה פון אלע קרייזן צוגלייך, דעם קול תפילה ומחאה קעגן דעם ביטערן גזירה וואס די ציוני'סטישע מדינה האט ארויפגעלייגט אויפ'ן חרדי'שן ציבור אין ארץ ישראל.

דאס געוואלדיגן קידוש השם שרייט זיך ארויס פון אלע זייטן, ווען אין די איצטיגע טעג זיצן אינאיינעם די גרעסטע עסקנים און כלל טוהער'ס פון אלע גרעסערע קהילות אויף אסיפות, ווען יעדער פון זיי האלט פאר זיך דעם ריינעם ציל לקדש שם שמים אן קיין שום זייטיגע אינטערעסן, אויסצוארבעטן דעטאלירטע פלענער פאר דעם היסטארישן מאמענט צו קענען צוזאמברענגען דאס גרעסטן ציבור החרדים לדבר ה', און זיך צושטעלן צו אלע נויטיגע פרינציפן וואס פעלן זיך ס'זאל פון דעם ריזן עצרת ארויסקומען די ריכטיגן און ריינעם קידוש השם און גינסטיגע תוצאות וואס זאל אויפרודערן און אויפשאקלען דעם גאנצן וועלט ת"ק מאות על ת"ק מאות פרסה. די פונקטליכע פלענער ווערט אין די קומעדיגע טעג באשטעטיגט און אויסגעארבעט מיט אלע קהילות און ישיבות פון איבער גרעיטאר ניו יורק און ניו דזשערסי און אלע געגנטער ארום, און וועט ארויסגעשטעלט ווערן פאר'ן ציבור ווי נאר אלעס וועט ווערן פולקאם באשטעטיגט.

יה"ר שיתקדש שם שמים על ידינו.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4976
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8493

Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד

פאוסט דורך דער תהלים איד »

הימל האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 31, 2024 10:59 pm למעשה וויסט איינער צו עס גייט זיין אויך דרשות??
עס הייסט אפיציעל אז נישט.
לג בעומר
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 3:05 am
x 3

Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד

פאוסט דורך לג בעומר »

גייט קומען איינער פון ארץ ישראל?
רבנים? ראשי ישיבות? וכדומה
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1609
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 2796

Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד

פאוסט דורך ווער »

anVtrGp_wide_m.jpeg
anVtrGp_wide_m.jpeg (245.54 KiB) געזען געווארן 445 מאל
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1393
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1393

Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד

פאוסט דורך שבת קודש »

איז שוין דא נאך קהלות וואס זאגן אז זיי גייען קומען חוץ סאטמאר?
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1260
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2475

Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

ווער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 10:09 am anVtrGp_wide_m.jpeg
אויף וועלכע גאסן הענגט מען די דברות קודש פון "אדמו"ר מסאטמאר" און אויף וועלכע הענגט מען פון "אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר"?
שרייב פאוסט