עצרת "זעקת הגולה" (א נצבים וילך ה’תשפ”ד)
Re: עצרת יום תפילה וזעקה א' נצבים וילך
מהרי"י גייט אויך?
Re: עצרת יום תפילה וזעקה א' נצבים וילך
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
מצד מהרי''י
ר' יואל
ר' יצחק בנימין שטערן
מצד מהר''א
ר' ישראל בער שטיין
ר' אברהם יוסף פרידמאן
ר' ישראל לאנדא
ר' יואל
ר' יצחק בנימין שטערן
מצד מהר''א
ר' ישראל בער שטיין
ר' אברהם יוסף פרידמאן
ר' ישראל לאנדא
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
ווי איך האב געהערט האט האדמו"ר מסקווירא שליט"א צוגעשטימט מיט די עסקנים אז עפעס דראסטיש מוז געטון ווערן, און עס איז געבליבן אז סקווירא רבי וועט ארויסשיקן די חסידים צום עצרת. עס איז נאכנישט קלאר אויב סקווירא רבי אליין וועט זיך משתתף זיין.
אגב, ווען די עסנים זענען אריין צו סקווירא רבי פארגאנגענע מוצש"ק האט מען געשמועסט אז די עצרת וועט פארקומען ערגעצוואו אין א זאל, און נישט אויף די מאנהעטן גאסן.
אגב, ווען די עסנים זענען אריין צו סקווירא רבי פארגאנגענע מוצש"ק האט מען געשמועסט אז די עצרת וועט פארקומען ערגעצוואו אין א זאל, און נישט אויף די מאנהעטן גאסן.
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
יעצט ביינאכט ביים צענטראלן יארצייט טיש אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר''א שליט"א אדרעסירט די שרעקליכע גזירת הגיוס וואס הויערט אויף אחינו בני ישראל בארץ הקודש, דער רבי האט אויסגעשריגן מנהמת לבו די חוב קדוש וואס ליגט אויף די אמעריקאנע אידנטום ארויסצוקומען לרחובה של עיר און מיט א פאראייניגטע שטימונג אפשרייען די שרעקליכע גזירה.
דער רבי האט אויסגערופן אז דעם קומענדיגן זונטאג נצבים וילך וועט פארקומען א ריזן עצרת תפילה במקהלות אלפי ישראל, און אלע זאלן זיך משתתף זיין ביים כנסיה לשם שמים, וואו מיט דעם כח הרבים וועט מען אויספועל'ן א ישועה כללית פאר כלל ישראל.
דער רבי האט אויסגערופן אז דעם קומענדיגן זונטאג נצבים וילך וועט פארקומען א ריזן עצרת תפילה במקהלות אלפי ישראל, און אלע זאלן זיך משתתף זיין ביים כנסיה לשם שמים, וואו מיט דעם כח הרבים וועט מען אויספועל'ן א ישועה כללית פאר כלל ישראל.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5273
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9756
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
ויסבערג מיט א באריכט
- פיילס
-
- IMG_20240830_014140_072.jpg (53.43 KiB) געזען געווארן 1550 מאל
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5273
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9756
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
געמיינזאמע אסיפה צווישן עסקני סאטמאר מהר"א ומהר"יי אפגעהאלטן נאך די סעודות הילולא אין בעפארגרייטונג צום ריזן עצרת "זעקת הגולה" איבער גזירת הגיות וואס וועט פארקומען בע"ה א נצבים וילך י"ט אלול מיט די באטייליגונג פון אלע קהלות קדושות אין ניו יארק, ניו דזשערסי און קאנאדע
- שמעון סאמעט
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 53
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:03 pm
- x 111
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
מנהל קול סאטמאר נעבן מנהל מערכת סאטמאר...
אההה
עפעס א גוטע זאך קומט יא ארויס פון די מדינה...
אההה
עפעס א גוטע זאך קומט יא ארויס פון די מדינה...
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 741
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
- x 1235
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
די בילדער זענען ריפרעשינג..
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 159
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:07 am
- Location: new york
- x 269
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
טוישן קעפל צי: היסטארישע יום תפילה ועצרת מחאה בחוצות העיר
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 43
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:25 pm
- x 65
- שמעון סאמעט
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 53
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:03 pm
- x 111
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
עס איז נישט צוויי עקסטערע זאכן?
די פותח הטעמע רעדט פון א יום תפילה וואס גייט פארקומען ערב ר"ח אלול אין די גאנצע וועלט די זעלבע צייט פארופן דורך מהר"א סאטמאר, און א' נצו"י גייט זיין אן עצרת פאר אלע אידן פון ניו יארק און ניט זשערסי פארופן דורך אלע קהילות.
- פיילס
-
- בלאט קרח צענזורירט~2.jpg (108.13 KiB) געזען געווארן 1427 מאל
-
- IMG_20240828_141345_039.jpg (186.92 KiB) געזען געווארן 1427 מאל
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
ניין ס'איז די זעלבע זאך, אנהייב האט מען געוואלט אויף ערב ר''ח, מ'האט עס גערוקט.שמעון סאמעט האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 30, 2024 9:10 amעס איז נישט צוויי עקסטערע זאכן?
די פותח הטעמע רעדט פון א יום תפילה וואס גייט פארקומען ערב ר"ח אלול אין די גאנצע וועלט די זעלבע צייט פארופן דורך מהר"א סאטמאר, און א' נצו"י גייט זיין אן עצרת פאר אלע אידן פון ניו יארק און ניט זשערסי פארופן דורך אלע קהילות.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 55
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 7:39 pm
- Location: lakewood
- x 51
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
איר קענט צוצייכענען אויפן בילד ווער ביידע זענען?שמעון סאמעט האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 30, 2024 2:16 am מנהל קול סאטמאר נעבן מנהל מערכת סאטמאר...
אההה
עפעס א גוטע זאך קומט יא ארויס פון די מדינה...
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1130
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 3817
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
דער מיטן האנט אויפן מויל איז הר"ר אהרן יוסף פריעדמאן
לינקס פון אים איז הר"ר אייזיק דאסקאל
לינקס פון אים איז הר"ר אייזיק דאסקאל
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
- צווייזייטיג
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1020
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
- x 600
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
קוקט דיר אויס די זעלבע?
שמח האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 02, 2024 12:33 pm יעצט אויך וועט מען צוזאמנעמען אלע אידן פון די גאנצע וועלט, א יעדע שטאט וואו עס וואוינען נאר אידן, דער רבי האט אויסגערעכנט וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, לעיקוואד, מאנטריאל, לאס אנדזשעלעס, שיקאגא, קליוולאנד, באסטאן, לאנדאן, מאנטשעסטער, און סייווי ס'וואוינען אידן. וועט מען מאכן צוזאמען א יום תפילה, מ'וועט קובע זיין א צייט, יעצט אין די זומער וואכן איז אביסל שווער, אבער מ'וועט קובע זיין אויף נאך די זומער.
שמח האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:57 am דער רבי האט אויסגעשריגן מנהמת לבו די חוב קדוש וואס ליגט אויף די אמעריקאנע אידנטום ארויסצוקומען לרחובה של עיר און מיט א פאראייניגטע שטימונג אפשרייען די שרעקליכע גזירה. דער רבי האט אויסגערופן אז דעם קומענדיגן זונטאג נצבים וילך וועט פארקומען א ריזן עצרת תפילה במקהלות אלפי ישראל, און אלע זאלן זיך משתתף זיין ביים כנסיה לשם שמים, וואו מיט דעם כח הרבים וועט מען אויספועל'ן א ישועה כללית פאר כלל ישראל.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
Re: יום תפילה לגזירת גיוס בני ישיבות
די אופן הלמעשה נישט, מ'האט עס אויסגעארבעט אויף א בעסערע און האפענטליך מיר אפעקטיווע מהלך.צווייזייטיג האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 30, 2024 2:59 pmקוקט דיר אויס די זעלבע?שמח האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 02, 2024 12:33 pm יעצט אויך וועט מען צוזאמנעמען אלע אידן פון די גאנצע וועלט, א יעדע שטאט וואו עס וואוינען נאר אידן, דער רבי האט אויסגערעכנט וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, לעיקוואד, מאנטריאל, לאס אנדזשעלעס, שיקאגא, קליוולאנד, באסטאן, לאנדאן, מאנטשעסטער, און סייווי ס'וואוינען אידן. וועט מען מאכן צוזאמען א יום תפילה, מ'וועט קובע זיין א צייט, יעצט אין די זומער וואכן איז אביסל שווער, אבער מ'וועט קובע זיין אויף נאך די זומער.שמח האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:57 am דער רבי האט אויסגעשריגן מנהמת לבו די חוב קדוש וואס ליגט אויף די אמעריקאנע אידנטום ארויסצוקומען לרחובה של עיר און מיט א פאראייניגטע שטימונג אפשרייען די שרעקליכע גזירה. דער רבי האט אויסגערופן אז דעם קומענדיגן זונטאג נצבים וילך וועט פארקומען א ריזן עצרת תפילה במקהלות אלפי ישראל, און אלע זאלן זיך משתתף זיין ביים כנסיה לשם שמים, וואו מיט דעם כח הרבים וועט מען אויספועל'ן א ישועה כללית פאר כלל ישראל.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
- הימל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 220
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
- x 349
- פארבינד זיך:
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
למעשה וויסט איינער צו עס גייט זיין אויך דרשות??
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 4
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 3:29 pm
- Location: new york
- x 14
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
"כל הגולה כמדורת אש"
דאס גאנצע חרדי'שע אידנטום איבער די גארער וועלט האבן אויפגענומען מיט גרויס איבערגענומענקייט, די היסטארישע גינסטיגע נייעס וואס האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט צווישן יעדע קהילה און חבורה ביז יעדן יחיד ויחיד, אז נאך לענגערע בארוטינגען צווישן די גרעסטע עסקנים און כלל טוהער'ס פון כלל ישראל, און מיט די געמיינזאמע שטאנדפונקט פון די מנהיגי היהדות החרדית פון אלע שיכטן און קרייזן, איז באשטימט געווארן אן ערשטמאליגן היסטארישן מעמד עצרת תפילה "זעקת הגולה" וואס וועט פארקומען אי"ה דעם קומענדיגן זונטאג פרשת נצבים וילך אויף א ריזן שטח וואס זאל ערמעגליכן צו אקאמענדירן דאס גאנצע יהדות הגולה פון ארה"ב וקאנאדע, אויסצושרייען דעם געוואלדיגן קול מחאה, און בעטן ביים בורא כל עולמים להעביר את רוע הגזירה פון אחינו בני ישראל תושבי ארה"ק וואס שוועבט העכער זיי א שרעקליכן ביטערן גזירת שמד להעביר על הדת אלע פרומע בחורים און יונגעלייט מיט'ן זיי רעקוטירן צום שמעלץ טאפ פונעם צבא השמד.
ווי ברייט באקאנט האט זיך אין די לעצטערע תקופה אראפגעלאזט א שווארצן נעפל אויף די חרדי'שע געמיינדע אין ארץ ישראל מיט'ן שרעקליכן גזירה וואס איז אויסגערופן געווארן דורכ'ן מדינה הציונית אויסצומעקן פולקאם דאס גאנצע אידישע היסטאריע פון אירע באדנ'ס דורכ'ן אריינשלעפן מיט געוואלד אלע בחורים און יונגעלייט אין די יונגערע יארן צום צבא השמד, וואס אויסער דעם קלארן איסור ביהרג ואל יעבור זייט איר גרינדונג דורך אלע מנהיגי קהילות הקודש פון אלע פראקציעס פונעם פאריגן דור, וביותר די מלחמת חרמה דורך רבותינו הקדושים השוכנים בארץ המה אין שפיץ פונעם ערליכן טורעם וואס טוהט זיך נישט בייגן פון די אידישע פרינציפן פאר קיין פרייז, דאס בי"ד הגדול שבירושלים העדה החרדית מיט איר דעמאלט'סדיגע מנהיג און רב רביה"ק מסאטמאר זיעועכי"א, טוהט דאס ביטערן מציאות פונעם עבר דייטליך אויפווייזן אשר כל באיה לא ישובין, ווען ליידער פון דארטן קומען ארויס נאר פארפאלענע און פארבלאנדזשעטע נשמות וואס זענען אינגאנצן אראפ פונעם אידישן וועג.
אצינד האט זיך ברוך השם ארויסגעשטעלט דעם ריינעם און לויטערן אמת וואס איז שוין יארן לאנג אויסגעשריגן געווארן דורך אונזערע רבי'ס און מנהיגים מיום הווסדה פון די מדינה פאר א ביטערן מציאות וואס פאטשט און פנים, אז מיט'ן זיצן אויף איין טיש מיט די מינים וכופרים ברענגט נישט קיין גוט'ס מילד גערעדט, אויסער דאס הארבן איסור זיך מיט זיי צו משתתף זיין טוהט דאס אינגאנצן נישט ברענגען קיין גינסטיגע רעזולטאטן צו קענען אפילו אויפטטוהן דאס מינדסטע וואס איז נאר שייך ראטעווען דאס וואס זיי טוהען מיט אלע כוחות פרובירן צו איינווארפן. עס לאזט זיך זאגן אז די קרייזן וואס האבן עס דאן נאכנישט פארשטאנען טוהען שוין היינט צוטאג'ס אנקוקן די מצב מיט אינגאנצן א צווייטן בליק, ווען מ'האט אנגעהויבן זעהן די שריט וואס איז גענומען געווארן דורך געוויסע פון זיי, בפרט פון די ספרדי'שע חדר, וואס האבן זיך אינגאנצן ארויסגעשטעלט מיט א אפענע מלחמה קעגן די מדינה, וואו זיי זענען נישט גרייט איינצוגיין אויף קיין שום פשרה בנוגע דאס צוקונפט פון אונזערע דורות, און אומצוויידייטיג באפוילן אירע אנהענגער'ס נישט אויסצופאלגן דעם באפעל וואס איז געשטעלט געווארן אויף זיי דורך די ציוני'סטישע מיליטער זיך בכלל רעגוסטרירן ביי זייערע הויפטקווארטירן. פון די אנדער זייט אבער האט געווייטאגט און געציפט יעדן ערליכן איד, וואס האט צוגעזעהן ווען פון די אפציעלע פארטייען פון אלע סעקטעס האבן יא געוויזן עטוואס גרייטקייט איינצוגיין אויף פארשידענע פשרות איבער שוואכערע בחורים וכדומה, איבערצוגעבן מיט די אייגענע הענט פרומע בחורים אינעם כור השמד.
פונעם לעצט פארבליבענע ערליכן ווינקל אשר לא כרעו לבעל אין ירושלים עיה"ק, די שרי צבא ה' פונעם בי"ד העדה החרדית, האט מען שוין פונעם ערשטן מינוט זיך געזעצט מטכס עצה זיין איבער די נויטיגע פעולות וואס דארף דא אנגענומען ווערן אוסצושרייען דעם ביטערן וויי געשריי פון די אנשי ישוב הישן, איבער די גזירת העברה על הדת וואס שוועבט אויף כלל ישראל, רבינו הגדול לוחם מלחמות ה' כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א האט די ביטערע נייעס גענומען צום הארצן, און מיט זיין לויטערן דעת תורה וואס ער האט מקבל געווען פון די לייבן פונעם פאריגן דור, דעם ריינעם אויסגעטראטענעם דרך פון רבותינו הק' זי"ע, האט אויפגעפאדערט צוזאמנעמען די ערליכע אידן פאר א עצרת תפילה ומחאה מסביר צו זיין און אויסצושרייען דעם זעקת הדת איבער גאנץ ארץ ישראל קעגן דעם טמא'נעם מדינה מיט אירע נאכפאלגער'ס למיניהם, דאס איז ווי פארשטענדליך גלייך צושטאנד געקומען מיט'ן הילף פון די ערליכע עסקנים, ווען אינעם נאכפאלגנדן זונטאג פרשת קורח האבן זיך טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן זיך צוזאמגענומען אינעם רחבת כיכר זופניק בראשות האדמורי"ם וראשי ישיבות שליט"א ועל צבאם רבינו הגדול הגאב"ד שליט"א מיט די חברי הבד"צ שליט"א, וואו ס'איז געהערט געווארן פייערדיגע דרשות איבער די פליכט פון יעדן יחיד ויחיד אין דעם שווערן תקופה, ווען די הויעכפונקט איז געווען דאס פייערדיגע דברות קודש וואס איז אויסגעשריגן געווארן מנהמת לבו הטהור פונעם ירושלימ'ער רב שליט"א וועלכע האט איבערגעלאזט דאס גאנצן ציבור מיט הויפענ'ס חיזוק והתחזקות און טרייסט אשר לא השבית לנו גואל, ווען דעם אמת טוהט נאך געהערט ווערן אינעם היינטיגן צומישטן און פארנעפלטן דור דורך איר מנהיג פונעם פריערדיגן דור.
אין די נאכפאלגנדע וואכן האט מען פון ארה"ב אנגעפאנגען צו הערן דורך די מנהיגי הקהילות און ראשי גולת אריאל איבער די שריט וואס דארף גענומען ווערן דורך אחינו שבגולה צוצולייגן א פלייצע צו די ביטערע טעג וואס גייען אריבער אויף אונזערע ברודער אין ארץ ישראל, דאן האט זיך צום צווייטן מאל ארויסגעוויזן דאס כח התורה פונעם ירושלימ'ער בי"ד העדה החרדית, וואס האבן אפגעשריבן א מכתב קודש צו די אדמורי"ם און ראשי הישיבות פון די ראשי הגולה, מיט א הארציגן בקשה נמרצת צו די ראשי גולת אריאל זיך צוצושטעלן צום מערכה כבידה וואס טוהט אנגיין אין ארץ ישראל דורך יראי ה' אפצושלאגן דעם ביטערן גזירה וואס הויערט אויף זייערע קעפ, און צוזאמנעמען דאס גאנצע יהדות הגולה פון אלע אירע ווינקלען אויסצושרייען דעם "זעקת הגולה" מסוף העולם ועד סופו, און מרעיש עולמות זיין קעגן די בייזווייליגע פלענער פון די רשעי הציונים אריינצושלעפן די פרומע בחורים אין איר מיליטער.
דעם זעקת התורה פון ארץ ישראל האט אויפגעוועקט און אויפגעשאקלט דעם יהדות החרדית אין חוץ לארץ, ווען ס'האט נאכגעפאלגט דעם רוף דורכ'ן ראש גולת אריאל כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אינאיינעם מיט אחיו בדומה לו פון די צווייטע סאטמאר'ע פראקציע, דאן איז פארשפרייט געוורן א מכתב קודש פונעם התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנאדע, וואו אלע האבן איינשטומיג פאררופן מיט א פאראייניגטן כח דאס גאנצע יהדות החרדית פון אלע שיכטן און קרייזן הנאמנים לה' ולתורתו פאר א היסטארישן עצרת 'זעקת הגולה' אויף דעם קומענדיגן זונטאג פר' נצבים וילך ברחובה של עיר אויסצושרייען במעמד רבבות אלפי ישראל אין שפיץ פון די ראשי העדה, אדמורי"ם רבנים און ראשי ישיבות, דיינים און מרביצי תורה פון אלע קרייזן צוגלייך, דעם קול תפילה ומחאה קעגן דעם ביטערן גזירה וואס די ציוני'סטישע מדינה האט ארויפגעלייגט אויפ'ן חרדי'שן ציבור אין ארץ ישראל.
דאס געוואלדיגן קידוש השם שרייט זיך ארויס פון אלע זייטן, ווען אין די איצטיגע טעג זיצן אינאיינעם די גרעסטע עסקנים און כלל טוהער'ס פון אלע גרעסערע קהילות אויף אסיפות, ווען יעדער פון זיי האלט פאר זיך דעם ריינעם ציל לקדש שם שמים אן קיין שום זייטיגע אינטערעסן, אויסצוארבעטן דעטאלירטע פלענער פאר דעם היסטארישן מאמענט צו קענען צוזאמברענגען דאס גרעסטן ציבור החרדים לדבר ה', און זיך צושטעלן צו אלע נויטיגע פרינציפן וואס פעלן זיך ס'זאל פון דעם ריזן עצרת ארויסקומען די ריכטיגן און ריינעם קידוש השם און גינסטיגע תוצאות וואס זאל אויפרודערן און אויפשאקלען דעם גאנצן וועלט ת"ק מאות על ת"ק מאות פרסה. די פונקטליכע פלענער ווערט אין די קומעדיגע טעג באשטעטיגט און אויסגעארבעט מיט אלע קהילות און ישיבות פון איבער גרעיטאר ניו יורק און ניו דזשערסי און אלע געגנטער ארום, און וועט ארויסגעשטעלט ווערן פאר'ן ציבור ווי נאר אלעס וועט ווערן פולקאם באשטעטיגט.
יה"ר שיתקדש שם שמים על ידינו.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5273
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9756
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
גייט קומען איינער פון ארץ ישראל?
רבנים? ראשי ישיבות? וכדומה
רבנים? ראשי ישיבות? וכדומה
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
איז שוין דא נאך קהלות וואס זאגן אז זיי גייען קומען חוץ סאטמאר?
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1651
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3537