נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
פסח
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:25 am
x 1

נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!

פאוסט דורך פסח »

טערקישער פרעזידענט ערדואן שטימט איין מיט פוטין אז דיעל מיט אוקראינע איבער תבואה ליפערונגען דארף פארלענגערט ווערן
ו' מטו"מ פ״ג

דער אָפּמאַך צווישן רוסלאַנד און אוקראַינע האַלט ביים עקספּייערן דזשוליי 17, וואָס באַדייט דריי טעג אַרום, און די יו-ען און טערקיי אַרבעטן העפטיג אינאיינעם מיט דיפּלאָמאַטן פון אוקראַינע און רוסלאַנד צו פאַרלענגערן דעם דיעל. ערדואן זאָגט אַז דער תבואה דיעל האָט געהאָלפן אָפּשטעלן א פּאָטענציעלע הונגער קריזיס און תבואה מאַנגל, און עס איז זייער וויכטיג אַז די צוויי לענדער זאָלן מסכים זיין צו פאַרלענגערן דעם אָפּמאַך. https://www.yiddish24.com/news/bulletin/87507
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1211
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1581

"קאמענטארן" ארום דעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך טיפע טאשן »

איך עפען א עקסטערע אשכול איבער די לאנג פארצויגענע קריג כדי די אנדערע זאל מען קענען שרייבן בעיקר נייעס
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
טיפער ווי טיף
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:12 pm
x 39

נייעס און באריכטן איבער די מלחמה אין אוקריינע

פאוסט דורך טיפער ווי טיף »

-באריכטן-

א לאנגע קאלום מיט טרעקלעך פון וואגנער קעמפער ווערן געזעהן פארן אויף די שאסייען אין באלערוס
אוועיטער
טיפער ווי טיף
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:12 pm
x 39

נייעס און באריכטן איבער די מלחמה אין אוקריינע

פאוסט דורך טיפער ווי טיף »

-אוקריינא חוצפה-

ערד גענעראל אין אוקריינא זאלושני זאגט 'אויב די מערב וועלט לענדער ווילן נישט צושטעלן וואפן וועלן מיר פארטרייבן די אינוואדירער מיט אונזערע אייגענע וואפן'
אוועיטער
טיפער ווי טיף
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:12 pm
x 39

Re: נייעס און באריכטן איבער די מלחמה אין אוקריינע

פאוסט דורך טיפער ווי טיף »

-אוקריינא פארלירט מאמענטום-

אוקריינא קאנאלן זענען אנגעווייטאגט אז די סכומים פון דאנעישענס צום אוקריינא ארמיי איז שטארק רעדעצירט געווארן די לעצטערע וואכן
אוועיטער
טיפער ווי טיף
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:12 pm
x 39

Re: נייעס און באריכטן איבער די מלחמה אין אוקריינע

פאוסט דורך טיפער ווי טיף »

טיפער ווי טיף האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:45 pm -אוקריינא חוצפה-

ערד גענעראל אין אוקריינא זאלושני זאגט 'אויב די מערב וועלט לענדער ווילן נישט צושטעלן וואפן וועלן מיר פארטרייבן די אינוואדירער מיט אונזערע אייגענע וואפן'
-אוקריינא אטאקעס אין רוסלאנד-

'אונז גייען אטאקירן די שונא לויט אונזער פארשטאנד און וויפיל אונז האלטן פעהלט אויס, אפילו אין רוסלאנד טעראטאריע זעלבסט'

די מערב וועלט פארבאט צו נוצן זייער וואפן אין רוסלאנד זעלבסט איז נאך אין טאקט
אוועיטער
טיפער ווי טיף
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:12 pm
x 39

Re: נייעס און באריכטן איבער די מלחמה אין אוקריינע

פאוסט דורך טיפער ווי טיף »

-וואגנער קעמפער אין באלערוס-

דעפענס דעפארטמענט אין באלארוס מעלד אז די וואגנער קעמפער זענען אין באלערוס צו טרענירן די באלערוס זעלנער
אוועיטער
טיפער ווי טיף
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:12 pm
x 39

Re: נייעס און באריכטן איבער די מלחמה אין אוקריינע

פאוסט דורך טיפער ווי טיף »

-אוקריינא קאנטער אפענסיווע פארשריט-

רוסישע קוועלער באריכטן שטארקע פארשריט לטובת די אוקריינא ארמיי ביי די זאפארעיזשא פראנט.

Staromaiorske איז טיילווייז געפאלן אונטער אוקריינא קאנטראל, ביי דעם פראנט האבן די אוקריינאר געהאט די מערסטע הצלחה דורכאויס די קאנטער אפענסיווע אנגעהויבן אנפאנג יוני.

בייגעלייגט די מאפע פון דעם פראנט.
Screenshot_20230716_111302_Chrome.jpg
Screenshot_20230716_111302_Chrome.jpg (189.35 KiB) געזען געווארן 3269 מאל
אוועיטער
טיפער ווי טיף
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:12 pm
x 39

Re: נייעס און באריכטן איבער די מלחמה אין אוקריינע

פאוסט דורך טיפער ווי טיף »

-אוקריינא אטאקעס-

היינט אינדערפרי האבן זיך די רוסן דערוועקט צו שטארקע מיסיל דראון און היימאר אטאקעס פון די אוקריינאר.

סוואסטאפעל איז געווארן אטאקירט מיט דראונס, גאווערנער פון קריימיע האט געזאגט אז די עיר דיפענס האט אלעס אראפגעשאסן.

וואראזנע אין רוסלאנד איז אויך געווארן אטאקירט.

אין לוהאנסק איז געווען א גרויסע עקספלוישען פון היימארס אדער שטורעם שאטן מיסיל אטאקעס.
אוועיטער
טיפער ווי טיף
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:12 pm
x 39

Re: נייעס און באריכטן איבער די מלחמה אין אוקריינע

פאוסט דורך טיפער ווי טיף »

-עף 16 פליגערס פאר אוקריינא-

אמעריקא גיבט די אפראוועל פאר אייראפע צו אנהייבן טרענירן די פילאטן פאר די עף 16 פליגער.

אייראפעאישע יוניאן האט געווארט פאר אפיציעלע אפראוועל פון אמעריקא צו קענען אנהייבן די טרענירונג נאך וואס פרעזידענט ביידן האט שוין געזאגט א צייט צוריק אז ער וועט געבן דעם אפראוועל, היינט האט די אמעריקאנע סעקיורעטי אדווייזאר דזשעיק סאליוואן געגעבן די אפיציעלע אפראוועל צו אנהייבן טרענירונג אין געציילטע וואכן.

ס'איז שוין געווען באריכטעט פארגאנגענע וואך אז רומעניע מיט די נידערלאנדס וועלן טרענירן די אוקריינא פילאטן.
אוועיטער
א קלער
מנהל המערכת
פאוסטס: 293
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:51 pm
x 111

Re: נייעס און באריכטן איבער די מלחמה אין אוקריינע

פאוסט דורך א קלער »

@טיפער ווי טיף יישר כח פאר די זייער קלארע באריכטן סובסקרייבט
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
אוועיטער
טיפער ווי טיף
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:12 pm
x 39

Re: נייעס און באריכטן איבער די מלחמה אין אוקריינע

פאוסט דורך טיפער ווי טיף »

-כארקוב אוקריינא-

א אויפרייס ווערט געזען פון דערווייטענס אין כארקוב אין רעזאלטאט פון א רוסישע מיסיל אטאקע

קוקט אויס צו זיין מיליטעריש פארבינדן צוליב די געדעכטע רויעך און שטארקע אויפרייס וואס קומט פונעם סצענע
אוועיטער
מאנטרעאל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 154
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:52 pm
x 17

Re: נייעס און באריכטן איבער די מלחמה אין אוקריינע

פאוסט דורך מאנטרעאל »

א קלער האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:17 pm @טיפער ווי טיף יישר כח פאר די זייער קלארע באריכטן סובסקרייבט
ביי מיר די זעלבע, איך האב שטארק הנאה.
בקיצור...
אוועיטער
פעיק ניוז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 479
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 983

Re: רוסלאנד אוקראינע קריג - נייעס און באריכטן

פאוסט דורך פעיק ניוז »

פוטין טענה'ט אז ער האט גענוג 'קלאסטער' מוניציע אין זיינע רעזערווארן, און איז גרייט זיי צו ניצן אין פאל אוקראינע באשליסט זיך צו באניצן דערמיט אויפ'ן פראנט. יומען-רייטס וואטש זאגט למעשה אז סיי רוסלאנד און סיי אוקראינע האבן זיך שוין אין פארגאנגענהייט באניצט מיט די סארט מוניציע.

דאס קומט נאך וואס די פאראייניגטע שטאטן האט באשלאסן צו שיקן פאר אוקראינע די סארט קלאסטער באמבעס, א סארט באמבע וועלכער ווערט צעטיילט אין מערערע קלענערע באמבעס איינמאל ער ווערט ארויסגעשאסן.

מער פון הונדערט לענדער איבער דער וועלט האבן אין יאר 2008 אונטערגעשריבן אן אפמאך צו פארבאטן דעם באנוץ פון די סארט באמבעס. די פאראייניגטע שטאטן, אוקראינע און רוסלאנד זענען נישט טייל פון די אנגעשלאסענע לענדער אין דעם אפמאך.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
גוטמאטיג
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:38 am

Re: קאמענטארן און שמועסערייען איבער די רוסלאנד - אוקריינע קריג

פאוסט דורך גוטמאטיג »

קודם הייב אן די קעפל פון וואס מרעדט דהיינו מלחמת רוסלאנד דערנאך איבער וואס דהיינו שמועסערייען

(אפילו סגייט ענדלען צום שכן….)
נארמאליזעם
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 7:05 pm

Re: קאמענטארן און שמועסערייען איבער די רוסלאנד - אוקריינע קריג

פאוסט דורך נארמאליזעם »

וואס טוט זיך דא? פרא? אנטי?
אוועיטער
יעקב פריינד
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:19 pm
x 32

Re: קאמענטארן און שמועסערייען איבער די רוסלאנד - אוקריינע קריג

פאוסט דורך יעקב פריינד »

נארמאליזעם האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:29 pm וואס טוט זיך דא? פרא? אנטי?
ראטעווע די מצב...
גראדער מעכל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 130
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:07 am
x 181

Re: נייעס און באריכטן איבער די מלחמה אין אוקריינע

פאוסט דורך גראדער מעכל »

מאנטרעאל האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:14 pm
א קלער האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:17 pm @טיפער ווי טיף יישר כח פאר די זייער קלארע באריכטן סובסקרייבט
ביי מיר די זעלבע, איך האב שטארק הנאה.
👍 🤙 👌 🤏
אוועיטער
באבא נתן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 109
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:29 am
x 32

Re: רוסלאנד אוקראינע קריג - נייעס און באריכטן

פאוסט דורך באבא נתן »

עפעס קומט פאר ביי די קרימיע בריק
אוועיטער
אינגערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 123
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:06 pm
x 53

Re: רוסלאנד אוקראינע קריג - נייעס און באריכטן

פאוסט דורך אינגערמאן »

באבא נתן האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:05 pm עפעס קומט פאר ביי די קרימיע בריק
ווי עס זעהט אויס איז עס אויפגעריסן געווארן דורך אוקריינא.

עפעס שאדן זיכער, די שאלה איז פאר ווי לאנג.

ביים פאריגען מאל האט עס גענומען לאנגע וואכן צו פארעכטן, אבער בעיקר איז געשעדיגט געווארן די באנען ליניע.

דאסמאל זעהט אויס ווי דער עיקר איז יא געשעדיגט געווארן די ליניע פאר קארס און טראקס.

אינטערעסאנט איז אז עס קומט אין די זעלבע טאג וואס די תבואה אפמאך איינגעשטעלט דורך טרעקיי איז אפגעלאפן און דאסמאל נישט באנייט געווארן

שייכות?
שמוליק
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:43 am
x 5

Re: קאמענטארן און שמועסערייען איבער די רוסלאנד - אוקריינע קריג

פאוסט דורך שמוליק »

נא עס איז נישטא קיינע באריכטען?
אוועיטער
פעיק ניוז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 479
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 983

Re: רוסלאנד אוקראינע קריג - נייעס און באריכטן

פאוסט דורך פעיק ניוז »

צוויי מענטשן זענען אומגעקומען אין די קרימיע בריק אטאקע.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
פעיק ניוז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 479
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 983

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פעיק ניוז »

רוסלאנד האט באמבאדירט א פארט אין אדעסא פון וואו אוקראינישע תבואה פלעגט עקספארטירט ווערן דורך דעם שווארצן ים.

דער אטאקע קומט נאך וואס רוסלאנד האט זיך אפיציעל ארויסגעצויגן פון זייער טייל אין א 'תבואה אפמאך' מיט אוקראינע, אויסגעהאמערט דורך די יו. ען. וועלכער האט ערלויבט אוקראינע צו עקספארטירן תבואה צו דער וועלט. דער אטאקע קומט ווארשיינליך אין נקמה-רעאקציע צו אוקראינע'ס אטאקע אויפ'ן קרימיע בריק.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
עס וועט זיין גוט
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:45 pm
x 9

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך עס וועט זיין גוט »

נישטא קיין שום מלחמה נייעס ??
משתוקק לארץ ישראל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 114
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:10 am
x 9

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך משתוקק לארץ ישראל »

עס וועט זיין גוט האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 5:59 pm נישטא קיין שום מלחמה נייעס ??
באקמוט פאלט
שרייב פאוסט