אלעס ארום ברסלב

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1412
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2891

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@פשוט און גראד

viewtopic.php?p=7373#p7373 עיין שם
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 978
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2665

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך מסתמא »

באזארגט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:17 am
מסתמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:08 am
באזארגט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:06 am

אויב איר קענט פליעס מער מסביר זיין וואס מיינט העלמת אור הצדיק?
פארוואס איך?

וויל אסאך מאל טהנעט מען אהין און צריק אן פארשטיין אויף וואס מען טעהנט זיך, אפשר אז איך וועל פארשטיין וואס דאס מיינט וועל איך עס קענען דערהערען,

נמשל, פארן קריג איז רוב פוילן אידישקייט צופאלן ווייל עס איז נישט געווען די גרויסע צדיקים און עס אחז אויך נישט געווען קיין כח הרבנות, אפשר מיינט ער דאס, נישט אז איך זאג פשט אבער נמשל איך קען פראשטיין אז דאס איז גענוג סיבה צו קלאגן כידוע מכה אשר לא כתיבה בתורה זה מיתת צדיקים
יא יא, האמיר גערעדט דערפון דא.
viewtopic.php?p=117049#p117049

ביי מיין שמונה עשרי רעדט מען קודם פון השיבה שופטינו, על הצדיקים און דאן הערשט פון את צמח דוד, ולירושלים עירך. עכ"פ דאס זענען צוויי באזונדערע זאכן. א ודאי מיט צדיקים העומדים בראש וועלן מיר זיין בעסער אבער צו זאגן אז דאס איז די עיקר קלאגן אין די 3 וואכן איז א דבר מחודש.

עקסטערדעם איז די אויסדריק אור הצדיק עפעס וואס רעדט פון אן אור, כווייס נישט, נישט קיין השיבה שופטינו וכו'. יתכן כדארף מער ווערן מורגל צו די ברסלבע שפראך. כווייס נישט, סהערט זיך עפעס כווייס נישט וואס.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 180

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:08 am
בן מנחם האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 9:54 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 9:35 am

קוק אהער. איך האלט אז סאטמאר רבי ז"ל איז געווען א הייליגער איד. אבער איך שפיר נישט אז איך בין מוכרח אנצונעמען אלעס וואס הרב יוסל אשכנזי ז"ל האט אנגענומען, אפילו לו יהא דער רבי האט געזאגט אז ער פארשטייט אים וכו'. ס'איז דא עטליכע אידן אין ירושלים אויף וועמען דער סאטמאר רבי ז"ל האט געזאגט "זיי פארשטייען מיין שיטה", און כ'האב נישט געזען אז יעדעס ווארט זייערע און יעדע מיינונג זייערע זאל ווערן א הכרח.

יעצט, ווען איינער גייט נאכברענגען די הייליגע ווערטער סאטמאר רב זצ"ל אין ספה"ק על הגאולה, מיינט עס נאכאלץ נישט אז יענער האט יא אנגענומען אז יעדעס ווארט פון רבי יוסל אשכנזי איז רוח הקודש. פארשטייסט דאס? נאר ווען רבי יוסל שרייבט נאך א לשון וואס דער רבי האט אים געזאגט, דעמאלס איז עס "לשון קדשו". דאס איז א דבר פשוט מאוד מאוד. נישט אז איך גיי פארגלייכן רבי יוסל צו רבי נתן, ח"ו פארשטיי מיך נישט שלעכט, רבי נתן איז געווען א העכערע איד ווי אונזער דרגא, אבער זיין דרך האט מען נישט אנגענומען, אפילו ווער עס האלט הייליג פון רבי נחמן. אויסער אין ברסלב זעלבסט וואו רוב תלמידים זענען געגאנגען מיט רבי נתן.
לאמיר אויסקלארן קיינער זאגט נישט אז די רבי זי''ע האט אנגענומען יעדע ווארט... קען זיין אז יא איך ווייס נישט....
די שאלה איז צו ער האט געהאט א פראבלעם ? און אויף דעם איז די תירוץ זייער קלאר, די רבי האט געהאט א גאר שטארקע הערצה צו ברסלב, און נישט געהאט א פראבלעם נישט מיט ספרי רבי נחמן און נישט מיט ספרי רבי נתן ווייל ער ברענגט עס..און נישט געהאט א פראבלעם מיט וואס עס שטייט דארט נישט די ערשטע פרק און נישט די לעצטע פרק... פארוואס ווייל ער ברענגט עס....
יעצט וועגן אפטיילן רבי נחמן און רבי נתן ס'איז נאר ,''ביי די חולקים אויף ברסלב''' ס'איז א נייע מהלך דערנאך וואס רעדן אויף רבי נחמן אליין ח''ו, איז געווארן אויספאפלער ב''ה.......
נעמט מען זיך אויף רבי נתן קוק אביסל אריין און די היסטאריע רבי נתן איז געווען א תלמיד מהרבה תלמידי בעש''ט ער איז געווען קודש קדשים במלוא מובן המולא, אבער אזוי גייט עס עס ליידער....

קיין שום הערצה צו ברסלב. א שטארקע הערצה צו הצדיק הקדוש רבי נחמן, און גארנישט מער. קיין זיז כלשהו מער. כלפי ברסלב איז דא די באקאנטע מימרא פון רבי'ן וואס אמוד"ר מהר"א האט נאכגעזאגט ביים שבת מצדיקי הרבים.
אקעי ב''ה אויסגעקלארט די ענין. די רבי שליט''א האט נאכגעזאגט עפעס וואס ער האט געהערט משמו של ר' דוד שלמה עקשטיין דא האט איר וואס@פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן טאקע אויף דעם...
איך האב געלערנט עטליכע יאר אין ישיבה ביי הרב דוד שלמה עקשטיין, כ’מיין אז קיין איין סאטמארע איד דארף איך נישט דערציילן ווער דער איד איז.
במשך מיין לערנען דארטן פלעגט ער גאר אסאך מאל חזר’ן ביי זיינע דרשות אז דער רבי ז"ל האט אים אליינס געזאגט אז ברסלב איז נישט די דרך און ער זאל עס אפלאזן. אני הקטן פלעגט עס היבש באדערן, הגם איך בין נישט מחויב צו פארשטיין פארוואס דער רבי האט דאס געזאגט און איך דארף נאכאלץ האבן א רבי וואס העלפט מיר אין עבודת השם, אבער עס פלעגט מיך דאך באדערן. ביז - איינמאל שמועסנדיג מיט ר’ דוד שלמה האט ער מיר משיח לפי תומו דערציילט אז ער געדענקט קלאר פארוואס דער רבי האט אים געזאגט אז ער זאל אפלאזן ברסלב, ווייל עס איז געווען דארט א שטוב מענטש וואס האט נישט ליב געהאט ברסלב און ער איז געגאנגען צום רבי’ן זאגן שלעכטס אויף די פאר בחורים וואס האבן זיך אנגעקלעבט אין ברסלב און ער האט געבעטן דעם רבי’ן זאל זיי זאגן אפצולאזן דעם דרך. און אזוי גלייך נאכדעם האט עס דער רבי געזאגט פאר זיי. און ר’ דוד שלמה זאגט מיר אז ער ווייסט קלאר ווער ס'איז געווען (ער האט מיר געזאגט די נאמען פון יענעם) און אז מען האט פארדרייט דעם רבי’ן.

און דא אינעם ספוילער איז דא זאכן וואס איך האב שוין געברענגט ווי מען זעט די אויסערגווענדליכע הערצה וואס די רבי האט געהאט צו ברסלב, און געדענק מעשיות איז דא אסאך ס'איז אריין שווערע ארבעט צו ברענגען נאר מיט שטארקע און קראנטע מקורות...
► Show Spoiler
יהא רעוא
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 3:18 pm
x 84

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך יהא רעוא »

► Show Spoiler
שיין דערלעבט!

ער פרעגט קשיות אויף די יסודות פון יהדות און ענטפערט מיט "מיין מיינונג"
‐---‐-----------------------------------------------------------------------------------------
ר' נחמן ותלמידו ר' נתן קריגן נישט מיט קיין איינע פון די י'ג עיקרים.

די חלק פון ווידו לפני הצדיק ווערט אויך געברענג פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך און צעטיל קטן או' י"ג.

גאנץ חסידות איז א נייע דרך, אז דו ווילסט זיך קריגן דערמיט עפן א צווייטע אשכול (כ'גלייב אבער שווער ס'גייט דורכלעבן).

א גרויס חלק פון אונז זענען איינקלעך פון תלמידי חתם סופר, און זענען תורה טרייע אידן, אבער האבן דאך אן אנדער בליק ווי @מסתמא

מ'קען זיך טענה'ן און טענה'ן און קיינמאל ענדיגן, מיר האבן דאך אלע די מידות הנצחון, און ס'א שאד די צייט.

אויב איינער פילט אז ברסלב איז נישט פאר אים, קיינער גייט אים נישט צווינגן צו ווערן א ברעסלב'ער,

אז א ברסלב'ער זאגט עפעס שלא כהוגן, פארטרעט ער נאכנישט ברסלב, אדרבה לערן דיך אפ פון די ערליכע ברסלבע אידן ווי ר' יעקב מאיר שעכטער ועוד

און איבער אלעם בעיט א תפילה צום אייבערשטן ער זאל דיך פירן צום ריכטיגן דרך
פשוט און גראד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 881
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 791

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פשוט און גראד »

בן מנחם האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:34 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:08 am
בן מנחם האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 9:54 am
לאמיר אויסקלארן קיינער זאגט נישט אז די רבי זי''ע האט אנגענומען יעדע ווארט... קען זיין אז יא איך ווייס נישט....
די שאלה איז צו ער האט געהאט א פראבלעם ? און אויף דעם איז די תירוץ זייער קלאר, די רבי האט געהאט א גאר שטארקע הערצה צו ברסלב, און נישט געהאט א פראבלעם נישט מיט ספרי רבי נחמן און נישט מיט ספרי רבי נתן ווייל ער ברענגט עס..און נישט געהאט א פראבלעם מיט וואס עס שטייט דארט נישט די ערשטע פרק און נישט די לעצטע פרק... פארוואס ווייל ער ברענגט עס....
יעצט וועגן אפטיילן רבי נחמן און רבי נתן ס'איז נאר ,''ביי די חולקים אויף ברסלב''' ס'איז א נייע מהלך דערנאך וואס רעדן אויף רבי נחמן אליין ח''ו, איז געווארן אויספאפלער ב''ה.......
נעמט מען זיך אויף רבי נתן קוק אביסל אריין און די היסטאריע רבי נתן איז געווען א תלמיד מהרבה תלמידי בעש''ט ער איז געווען קודש קדשים במלוא מובן המולא, אבער אזוי גייט עס עס ליידער....

קיין שום הערצה צו ברסלב. א שטארקע הערצה צו הצדיק הקדוש רבי נחמן, און גארנישט מער. קיין זיז כלשהו מער. כלפי ברסלב איז דא די באקאנטע מימרא פון רבי'ן וואס אמוד"ר מהר"א האט נאכגעזאגט ביים שבת מצדיקי הרבים.
אקעי ב''ה אויסעקלארט די ענין. די רבי שליט''א האט נאכגעזאגט עפעס וואס ער האט געהערט משמו של ר' דוד שלמה עקשטיין דא האט איר וואס@פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן טאקע אויף דעם...
איך האב געלערנט עטליכע יאר אין ישיבה ביי הרב דוד שלמה עקשטיין, כ’מיין אז קיין איין סאטמארע איד דארף איך נישט דערציילן ווער דער איד איז. (ס’איז דא כמה וכמה מעשיות אויף להיפוך, א שטייגער ווי הרב שיק ז"ל)

במשך מיין לערנען דארטן פלעגט ער גאר אסאך מאל חזר’ן ביי זיינע דרשות אז דער רבי ז"ל האט אים אליינס געזאגט אז ברסלב איז נישט די דרך און ער זאל עס אפלאזן. אני הקטן פלעגט עס היבש באדערן, הגם איך בין נישט מחויב צו פארשטיין פארוואס דער רבי האט דאס געזאגט און איך דארף נאכאלץ האבן א רבי וואס העלפט מיר אין עבודת השם, אבער עס פלעגט מיך דאך באדערן. ביז - איינמאל שמועסנדיג מיט ר’ דוד שלמה האט ער מיר משיח לפי תומו דערציילט אז ער געדענקט קלאר פארוואס דער רבי האט אים געזאגט אז ער זאל אפלאזן ברסלב, ווייל עס איז געווען דארט א שטוב מענטש וואס האט נישט ליב געהאט ברסלב און ער איז געגאנגען צום רבי’ן זאגן שלעכטס אויף די פאר בחורים וואס האבן זיך אנגעקלעבט אין ברסלב און ער האט געבעטן דעם רבי’ן זאל זיי זאגן אפצולאזן דעם דרך. און אזוי גלייך נאכדעם האט עס דער רבי געזאגט פאר זיי. און ר’ דוד שלמה זאגט מיר אז ער ווייסט קלאר ווער ס'איז געווען (ער האט מיר געזאגט די נאמען פון יענעם) און אז מען האט פארדרייט דעם רבי’ן.
שווער צו גלייבען אזוי אויף די הייליגער רבי זי"ע חכימא דיהודאי

און דא אינעם ספוילער איז דא זאכן וואס איך האב שוין געברענגט ווי מען זעט די אויסערגווענדליכע הערצה וואס די רבי האט געהאט צו ברסלב, און געדענק מעשיות איז דא אסאך ס'איז אריין שווערע ארבעט צו ברענגען נאר מיט שטארקע און קראנטע מקורות...
► Show Spoiler
פשוט און גראד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 881
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 791

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פשוט און גראד »

בענין מן הענין אין א זייטיגע קרישקעלע,

מיר זענען אין א תקופה - אין ס’ווערט מער אין מער - וואס די צמאון פארן דבר ה’ ווערט שטערקער אין נאך שטערקער.

ליידער ליידער, אדורך צו גיין די אינגע יארען מיטן סיסטעם - קומט מען ארויס צוביילט אין צופראסקעט אין מער צומישט אין טריקען, ווי די פארקערטע. [גאר מילד גערעדט] (כ’גלייב שווער אז ס’דא א סעלושען)

ס’דא א שטארקע סיבה פארוואס ר’ שמעון שפיצער שליט"א - ר’ אלימלך בידערמאן שליט"א - וכו’ האבען צענדליגע טויזענטער מקשיבים דעילי - אין דעיס איז נאך פארן אריינעמען ברסלב אין בילד.

איז עס נישט א זאך וואס דארף ווען אלארמירען די ראשי העדה [אויב זיי קערען בכלל]

להשיג - פראדאקטיוו קארס - שלום בית ווארק שאפס - קירבתנו - זענען אלע אין ביזנעס ביג טיים.

ביסיידס די פוינט אז זייערע מהלך איז ליפט, אין האט זילטש אינהאלט פון אין מיט א אידישע בליק.

[אין סארי ס’ווערד חרוסת מיט זאלץ וואסער - אוודאי - ח"ו איינער זאל זיך צירוק האלטען פון זיכען אין זיכען הילף אפילו פאר א ספק ספיקא]

דעיס איז נאך אסאך ביפאר טערעפי - פילען - סייק יוניטס - הצלה מעמבערס ביזי ארום לויפען געבען שאטס מיט מעדיקעישען וכד’ [יא יא, גיי רעד א אפענע שמועס מיט וואס שומרים, פובליק סעיפטי זענען די מערסטע פארנומען]

ס’דא א שטארקע מקום לחייש, אז די סאו קאלד התנגדות צו ברסלב קומט פון א אנסעקיורוטי מיט א זשעלעסי פון די דיעפ סטעיטס אין זיי קלערן אז מיטן זיך צומאכען די אויגען אין דערשטיקען וועלן זיך זאכען מסדר זיין.

כ’רעד דייקא נישט פון א רבן של ישראל ח"ו - כ’רעד פון די דזשענערעל עסקנים, חברי הנהלה וכד’.

ווער רעדט נאך וועגן די קוואלעטי פון די היינטיגע יוגנט איז וואס איז זייער נאנט צו זיראו. גשמיות ווי צוגלייך צו רוחניות.
זיראו דעת עצמו - ביזנעס איז נישט ביזנעס - איטס אלל אבעיט קאפיען סוקסעס וואס מ’רעדט זיך איין אז דער צווייטער האט. מ’שטייט בכלל נישט אויף די פיס [מילד גערעדט]

אבער לאמיר זיך איינחזר’ן ח"ו נישט ברסלב.. ווער ווייסט וואס.. [יא איך בין פיין אווער אז יעדער מן דהוא קען ווערען א משפיע אין מאכען א מאוומענט, אבער סטיל איז עס קיין תירוץ אויף די דזשענערעל צרה]

איי ס’דא מענטשען וואס ביי זיי איז עס ליטערלי ממש א בחינה פון תחיית המתים, נו שוין הו קעירס..

ס’קומט צו וויינען אין צו לאכען.
יהא רעוא
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 3:18 pm
x 84

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך יהא רעוא »

פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 3:57 pm בענין מן הענין אין א זייטיגע קרישקעלע,

מיר זענען אין א תקופה - אין ס’ווערט מער אין מער - וואס די צמאון פארן דבר ה’ ווערט שטערקער אין מער אגרעסיו.

ליידער ליידער, צו אדורך גיין די אינגע יארען מיטן סיסטעם - קומט מען ארויס מער צומישט אין טריקען.

ס’דא א שטארקע סיבה פארוואס ר’ שמעון שפיצער שליט"א - ר’ אלימלך בידערמאן שליט"א - וכו’ האבען צענדליגע טויזענטער מקשיבים - אין דעיס איז נאך פארן אריינעמען ברסלב אין בילד.

איז עס נישט א זאך וואס דארף ווען אלארמירען די ראשי העדה [אויב זיי קערען בכלל]
להשיג - פראדאקטיוו קארס - שלום בית ווארק שאפס - קירבתנו - זענען אלע אין ביזנעס ביג טיים.

דעיס איז נאך אסאך ביפאר טערעפי - פילען - וכד’

ס’דא א שטארקע מקום לחייש, אז די סאו קאלד התנגדות צו ברסלב קומט פון א אנסעקיורוטי מיט א זשעלעסי פון די דיעפ סטעיטס אין זיי קלערן אז מיטן זיך צומאכען די אויגען אין דערשטיקען וועלן זיך זאכען מסדר זיין.

כ’רעד דייקא נישט פון א רבן של ישראל ח"ו - כ’רעד פון די דזשענערעל עסקנים, חברי הנהלה וכד’.

ווער רעדט נאך וועגן די קוואלעטי פון די יוגנט איז נאנט צו זיראו. גשמיות ווי צוגלייך צו רוחניות.
זיראו דעת עצמו - ביזנעס איז נישט ביזנעס - איטס אלל אבעיט קאפיען סוקסעס וואס מ’רעדט זיך א צווייטער האט.

אבער לאמיר זיך איינחזר’ן ח"ו נישט ברסלב..

איי ס’דא מענטשען וואס ביי זיי איז עס ליטערלי ממש א בחינה פון תחיית המתים, נו שוין הו קעירס..

ס’קומט צו וויינען אין צו לאכען.
זייער קלאר..
בן שמחה
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:23 pm
x 83

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן שמחה »

@מסתמא
איך וויל זיך באציען צו צוויי נקודות וואס די האסט געשריבן,
גראדע ביז יעצט האב איך געמיינט אז די ביזט אפשר א תמימות’דיגע איד וואס האט נישט ציפיל געלערנט און זיך געדרייט ביי חסידים, אבער די קשיות זעהט אוס ווי די האסט אדער א אגענדע אדער אין בעסטנס פאל א בליינד ספאט בנוגע ברסלב,
העלמת אור הצדיק און הסתלקות הצדיקים איז א חלק פון די אבלות פון תשעה באב, אנגעהויבן פון א פרק אין איכה לויט רוב ראשונים, א שיינע חלק קינות, און ווי אויך תיקון חצות, פארשטייט זיך בפנימיות איז עס די הסתר פנים אז מהאט נישט קיין צדיקים וואס זאלן אונז פירן בדרך הישר, פונקט ווי די גאנצע אבלות פון ת”ב ע”פ פנימיות העבודה איז פאר אונזער חלק אלוקי ממעל וואס איז אין גלות,
בכלל אין חסידות איז די עבודה פון בין המצרים און כיסופים צו די גאולה, לאוקימי שכינתא מעפרא, צו אויפהייבן די אייגענע נשמה און אלע אידנס חלק אלוקי ממעל פון גלות,
די נקודה פון וואס די ברסלב’ע רעדן איז פון תורה ס”ז אין לקו”מ תניינא, ווי ר’ נחמן זאגט אז די די אור הצדיק מאכט א מענטש זעהן ווי ער שטייט אויף די וועלט, און דאס איז פארבינדן מיט די אור פון די בית המקדש און השראת השכינה, עיי”ש כי קצרתי.
גראדע איז די תורה א הספד אויף די בארדיטשובער, אינטערעסאנט אז די רופסט אן די דיבורים אנהענגערשאפט אויף ’איין צדיק’....
די זעלבע מיט די ווידיאו פון די בחורים ביים כותל, וואס קיין איינס פון זיי זאגט נישט אז ער ווארט פאר די גאולה ’כדי’ עס זאל נתגלה ווערן זייער רבי’ס גרויסקייט, (קאן זיין איר קענט נישט עברית) איינער זאגט אז ער דארף די גאולה ווייל ער ארבעט שווער און די צווייטער זאגט אז ’יעדער’ פילט מאיז אין גלות, נאר דער ערשטער זאגט אז ’קודם’ די גאלה דארף דאס יעדער וויסן און די צווייטער זאגט אז דאס איז גאר די סיבה פארוואס משיח איז נאך נישט דא ווייל מדארף קענען ר’ נחמן און דעמאלטס גייט מען זיין ערליכע אידן, קען זיין סאיז שארפע דיבורים אבער בכלל נישט אז ’וועגן’ דעם ווארט מען אויף די גאולה ח”ו.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1560
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3550

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך נקודות טובות »

פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 3:57 pm
איי געט יור פוינט. און גראדע שטים איך צו מיט עטליכע נקודות. אבער לאמיר גיין צו שטייט.

די סיבה פארוואס הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן האט אזוי פיל שומעים, איז די זעלבע סיבה פארוואס דער הייליגער בעל שם טוב ותלמידיו האבן געהאט נאכפאלגער. אידן זענען מבקשים, אידן ווילן הערן דעם דבר ד'. אידן ווילן זיך מקשר זיין לאביהם שבשמים. איך בין נישט מדמה, אבער וואס פארקויפט רבי אלימלך בסך הכל? די זעלבע נושאים וואס די תלמידי בעל שם האבן פארקויפט. התחזקות באמונה, קדושת החיים, זהירות בעניני בין אדם לחבירו, גודל מעלת התפילה, קדושת שבת, וכו' וכו'. דער האט עפעס באשאפן א תורה חדשה וואס ברענגט אים מער שומעים? ער איז עפעס א פסיכאלאג? דער איז דאך א מתנה מן השמים פאר'ן דור! דער בל שם הקדוש איז געווען א מתנה פאר זיין דור, און מיר האבן א מתנה פונעם אויבערשטען פאר אונזער דור. דער אויבערשטער פארלאזט נישט זיין פאלק. עמד ושתלן בכל דור. בסך הכך דארף מען נישט היינט קלעטערן לאנגע מיילן צו הערן דעם דבר ד', מיט איין טעלעפאון רוף קען מען הערן א שעה התחזקות והתעוררת.

רעדענדיג איבער רבי אלימלך לעצמו. איך מיין אז עס איז נישטא היינט, און עס איז נישט געווען אין מאדערן היסטארי א משפיע וואס איז בדומה לו. יעדער איינער איז כדאי לעצמו. אבער די כח וואס ער האט פון זיך אראפלאזן צום מגושם און מיט אים "קאנעקטען" און זיך ווערטלען, הגם וואס זיין פערזענליכע לעבנס שטייגער איז בפרישות עצומה. ער געבט דיר אלעמאל דעם איינדריק ווי ער פארשטייט דיר און אז ער מיטשעט זיך מיט די זעלבע נסיונת, אנדערש ווי אנדערע וואס געבן דעם איינדרוק כאילו דו ביסט געפאלן פון די לבנה. ער וועט קיינמאל נישט זאגן א שלעכט ווארט אויף א איד, ער וועט אלעמאל פראבירן צו טרעפן די נקודה טובה און אויפבויען דעם מענטש. אנדערש ווי אנדערע משפיעים וואס וועלן ברבים אראפרייסען געוויסע סארטן מענטשען. ער וועט דיר שטעכן און גלעטן בהעלם אחת, כדי דו זאלסט נתעורר ווערן, אבער נישט צובראכען ווערן. אנדערש ווי אנדערע משפיעים וואס קענען נאר גלעטן אדער נאר שטעכן. פיו ולבו שווין בבחינת הוא היה אומר, זיין מהות זאגט דיר אז יעדע ווארט וואס קומט ארויס פון זיין מויל איז ער באמת. וליתר שאת איז ער נאך געבענטשט מיט א שטארקע סענס אם הומער און ער וועט אלעמאל באווייזען צו האלטן די לופט ארום זיך דערפרישענד. זיין כח ההשפעה איז בפשטות נישטא בדומה לו. ווען ער וויל דו זאלסט וויינען וועסטו וויינען, ווען ער וויל דו זאלסט לאכן וועסטו לאכן. ווען ער וויל דו זאלסט טאנצען וועסטו טאנצען, און ווען ער וויל דו זאלסט זיין בהתעוררת וועסטו זיין בהתעוררת. דאס איז א געוואלדיגע כשרון מיט וואס ער איז געבענטש געווארן, אך ורק ווייל דער אויבערשטער האט אינזין געהאט אונזער דור יתום.

איז עס א וואונדער אז ער האט אזוי פיל שומעים?

דאס איז לית מאן דפליג אז מיר געפינען זיך אין א דור וואס הערשט א גרויסע צמאון לשמוע דבר ד'. יא דער נביא זאגט אז אזוי וועט זיין. צו מיר שטייען שוין טאקע ממש פאר ביאת המשיח אדער עס וועט נאך נעמען לאנג? ווייס איך נישט, איך האף אז יא. אבער דער צמאון וואקסט ביי די דעי. די הערצער פון אידן שרייען איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין אפגעהיטען.

בנוגע אלע סארט'ן קורסעס און טעראפי. איך האב שוין אמאל דא אביסעל אנגעהויבען רעדן פון די ענינים, אבער די רגע איך האב געזעהן אז עס פארט אריין אין גריע איריע האב איך געמאכט א שארט סטאפ. עס איז זייער שווער צו רעדן ווען מען ווייסט נישט ווער עס ליינט. אבער דאס איז קלאר אז די רבוי גשם שפילט דער הויפט ראלע אין די אלע פראבלעמען. מענטשען האבן פשוט ציפיל צייט, ציפיל באקוועמליכקייט, מען איז פארנומען מיט שטותים און זיך נאכגעבן יעדע תאוה און מען ווערט משוגע. יעדער מוז נאכמאכן איינער דעם אנדערן. א וועלט פון פעיר פרעשור, רבוי גשם, געספוילט, מען וויסט נישט וואס צו טוהן מיט אזוי פיל גשם און דאס ברענגט מיט זיך שטארקע פראבלעמען. א שנעלע וועלט וואס מען האט נישט קיין נערווען צו גארנישט, א מינוט ישוב הדעת איז נישט דא. און יא, דער ענטפער אויף דעם ליגט אין די ספרי קודש. עס איז טאקע דא א קליינע פראצענט פעלער וואס מען דארף טאקע פילן אדער אנדערע טריטמענט, אבער בדרך כלל ליגט די ישועה אין די ספרי מוסר.

צו זאגן אז עס איז דא עפעס א דיעפ סטעיט דא.... אאםםם... איך מיין אז דאס זענען קאנפיראציעס. (נישט די זעלבע קאנספיראציעס וואס די מידיע רופט קאנספיראציעס) ווען מענטשען טראכטען אנדערש ווי דיר, מיינט נאך נישט אז פון הונטער די קוליסען זעצן זיך צוזאם עסקנים און פראבירן מיט יעדע מיטן צו פארשטילן דיין מהלך....

די גאנצע בליק וואס איר האט אויף די היינטיגע וועלט, איז נישט ריכטיג. די אמאליגע וועלט איז נישט בעסער געווען. פאליטיק איז נישט געווען פאליטיק, ביזנעס איז נישט געווען ביזנעס. אלעס איז אלעמאל געווען געבויעט אויף לופט. קנאה ושנאה. מה שהיה הוא שיהיה ומה שנעשה הוא שיעשה ואין כל חדש תחת השמש. ואל תאמר מה היה שהימים הראשנים היו טובים מאלה כי לא מחכמה שאלת על זה. די וועלט האט אלעמאל אויסגעזעהן די זעלבע. פארשטייט זיך אז יעדע דור האט א זיך זיין אייגענארטיגקייט. אבער די וועלט איז שקר מתחילתה ועד סופה. דער יצר הרע איז דער מלך זקן וכסיל, דער איז דער מערסט עקפיריענסד. דער גייט שוין אן באלד זעקס טויזענט יאר, צו יעדע צייט מיט א פרישע מיטל.

מחלוקת אין כלל ישראל איז אלעמאל געווען, כופרים ופשעים זענען אלעמאל געווען, אנדרייערס און שווינדלערס זענען אלעמאל געווען, מחוצפים פאר רבנים זענען אלעמאל געווען. דור הלך ודור בא והארץ לעולם עמדת.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 283

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

@נקודות טובות

אזויפיל תוכן אין איין תגובה האב איך שוין לאנג נישט געזעהן!

הערליך!
פשוט און גראד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 881
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 791

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פשוט און גראד »

"נקודות טובות" post_id=117194 time=1723679032 user_id=838]
פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 3:57 pm
איי געט יור פוינט. און גראדע שטים איך צו מיט עטליכע נקודות. אבער לאמיר גיין צו שטייט.

די סיבה פארוואס הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן האט אזוי פיל שומעים, איז די זעלבע סיבה פארוואס דער הייליגער בעל שם טוב ותלמידיו האבן געהאט נאכפאלגער. אידן זענען מבקשים, אידן ווילן הערן דעם דבר ד'. אידן ווילן זיך מקשר זיין לאביהם שבשמים. איך בין נישט מדמה, אבער וואס פארקויפט רבי אלימלך בסך הכל? די זעלבע נושאים וואס די תלמידי בעל שם האבן פארקויפט. התזחקות באמונה, קדושת החיים, זהירות בעניני בין אדם לחבירו, גודל מעלת התפילה, קדושת שבת, וכו' וכו'. דער האט עפעס באשאפן א תורה חדשה וואס ברענגט אים מער שומעים? ער איז עפעס א פסיכאלאג? דער איז דאך א מתנה מן השמים פאר'ן דור! דער בל שם הקדוש איז געווען א מתנה פאר זיין דור, און מיר האבן א מתנה פונעם אויבערשטען פאר אונזער דור. דער אויבערשטער פארלאזט נישט זיין פאלק. עמד ושתלן בכל דור. בסך הכך דארף מען נישט היינט קלעטערן לאנגע מיילן צו הערן דעם דבר ד', מיט איין טעלעפאון רוף קען מען הערן א שעה התחזקות והתעוררת.
יויש, די זאגסט גאר גיט, אבער ביטע לאז ארויס די בעש"ט הקדוש ותלמידיו זי"ע

רעדענדיג איבער רבי אלימלך לעצמו. איך מיין אז עס איז נישטא היינט, און עס איז נישט געווען אין מאדערן היסטארי א משפיע וואס איז בדומה לו. יעדער איינער איז כדאי לעצמו. אבער די כח וואס ער האט פון זיך אראפלאזן צום מגושם און מיט אים "קאנעקטען" און זיך ווערטלען, הגם וואס זיין פערזענליכע לעבנס שטייגער איז בפרישות עצומה. ער געבט דיר אלעמאל דעם איינדריק ווי ער פארשטייט דיר און אז ער מיטשעט זיך מיט די זעלבע נסיונת, אנדערש ווי אנדערע וואס געבן דעם איינדרוק כאילו דו ביסט געפאלן פון די לבנה. ער וועט קיינמאל נישט זאגן א שלעכט ווארט אויף א איד, ער וועט אלעמאל פראבירן צו טרעפן די נקודה טובה און אויפבויען דעם מענטש. אנדערש ווי אנדערע משפיעים וואס וועלן ברבים אראפרייסען געוויסע סארטן מענטשען. ער וועט דיר שטעכן און גלעטן בהעלם אחת, כדי דו זאלסט נתעורר ווערן, אבער נישט צובראכען ווערן. אנדערש ווי אנדערע משפיעים וואס קענען נאר גלעטן אדער נאר שטעכן. פיו ולבו שווין בבחינת הוא היה אומר, זיין מהות זאגט דיר אז יעדע ווארט וואס קומט ארויס פון זיין מויל איז ער באמת. וליתר שאת איז ער נאך געבענטשט מיט א שטארקע סענס אם הומער און ער וועט אלעמאל באווייזען צו האלטן די לופט ארום זיך דערפרישענד. זיין כח ההשפעה איז בפשטות נישטא בדומה לו. ווען ער וויל דו זאלסט וויינען וועסטו וויינען, ווען ער וויל דו זאלסט לאכן וועסטו לאכן. ווען ער וויל דו זאלסט טאנצען וועסטו טאנצען, און ווען ער וויל דו זאלסט זיין בהתעוררת וועסטו זיין בהתעוררת. דאס איז א געוואלדיגע כשרון מיט וואס ער איז געבענטש געווארן, אך ורק ווייל דער אויבערשטער האט אינזין געהאט אונזער דור יתום.

איז עס א וואונדער אז ער האט אזוי פיל שומעים?

דאס איז לית מאן דפליג אז מיר געפינען זיך אין א דור וואס הערשט א גרויסע צמאון לשמוע דבר ד'. יא דער נביא זאגט אז אזוי וועט זיין. צו מיר שטייען שוין טאקע ממש פאר ביאת המשיח אדער עס וועט נאך נעמען לאנג? ווייס איך נישט, איך האף אזוי. אבער דער צמאון וואקסט ביי די דעי. די הערצער פון אידן שרייען איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין אפגעהיטען.
כ’ווייס אז ס’שרייט, אבער וואס ס’שרייט ווייס איך נישט, לב יודע מרת נפשו.

בנוגע אלע סארט'ן קורסעס און טעראפי. איך האב שוין אמאל דא אביסעל אנגעהויבען רעדן פון די ענינים, אבער די רגע איך האב געזעהן אז עס פארט אריין אין גריע איריע האב איך געמאכט א שארט סטאפ. עס איז זייער שווער צו רעדן ווען מען ווייסט נישט ווער עס ליינט. אבער דאס איז קלאר אז די רבוי גשם שפילט דער הויפט ראלע אין די אלע פראבלעמען. מענטשען האבן פשוט ציפיל צייט, ציפיל באקוועמליכקייט, מען איז פארנומען מיט שטותים און זיך נאכגעבן יעדע תאוה און מען ווערט משוגע. יעדער מוז נאכמאכן איינער דעם אנדערן. א וועלט פון פעיר פרעשור, רבוי גשם, געספוילט, מען וויסט נישט וואס צו טוהן מיט אזוי פיל גשם און דאס ברענגט מיט זיך שטארקע פראבלעמען. א שנעלע וועלט וואס מען האט נישט קיין נערווען צו גארנישט, א מינוט ישוב הדעת איז נישט דא. און יא, דער ענטפער אויף דעם ליגט אין די ספרי קודש. עס איז טאקע דא א קליינע פראצענט פעלער וואס מען דארף טאקע פילן אדער אנדערע טריטמענט, אבער בדרך כלל ליגט די ישועה אין די ספרי מוסר.

ס’דא די באוויסטע מאמר, לעולם יהא אדם - קודם דארף מען זיין א געזינטע מענטש אויף אלע רמח אברים ושסה גידין, בגוף ובנפש.

צו זאגן אז עס איז דא עפעס א דיעפ סטעיט דא.... אאםםם... איך מיין אז דאס זענען קאנפיראציעס. (נישט די זעלבע קאנספיראציעס וואס די מידיע רופט קאנספיראציעס) ווען מענטשען טראכטען אנדערש ווי דיר, מיינט נאך נישט אז פון הונטער די קוליסען זעצן זיך צוזאם עסקנים און פראבירן מיט יעדע מיטן צו פארשטילן דיין מהלך....
איטס א טו וועי סטריט, סעים איז רעלעווענט ווען איינער טראכט אנדערשט ווי דיר :D
ס"ה איז עס צוויי אנדערע בליקען פון צוויי מענטשעלעך, אני בחלומי וגו’ אין די מיט דיינע. אלל גוד..

די גאנצע בליק וואס איר האט אויף די היינטיגע וועלט, איז נישט ריכטיג.
וויאזוי זאגט יענער, איך בין טאקע אראפ פון שיף אבער נישט נעכטען.

די אמאליגע וועלט איז נישט בעסער געווען. פאליטיק איז נישט געווען פאליטיק, ביזנעס איז נישט געווען ביזנעס. אלעס איז אלעמאל געווען געבויעט אויף לופט. קנאה ושנאה. מה שהיה הוא שיהיה ומה שנעשה הוא שיעשה ואין כל חדש תחת השמש. ואל תאמר מה היה שהימים הראשנים היו טובים מאלה כי לא מחכמה שאלת על זה. די וועלט האט אלעמאל אויסגעזעהן די זעלבע. פארשטייט זיך אז יעדע דור האט א זיך זיין אייגענארטיגקייט. אבער די וועלט איז שקר מתחילתה ועד סופה. דער יצר הרע איז דער מלך זקן וכסיל, דער איז דער מערסט עקפיריענסד. דער גייט שוין אן באלד זעקס טויזענט יאר, צו יעדע צייט מיט א פרישע מיטל.
די וועלט איז זיכער נענטער היינט צום תכלית ווי אמאל

מחלוקת אין כלל ישראל איז אלעמאל געווען, כופרים ופשעים זענען אלעמאל געווען, אנדרייערס און שווינדלערס זענען אלעמאל געווען, מחוצפים פאר רבנים זענען אלעמאל געווען. דור הלך ודור בא והארץ לעולם עמדת.
[/quote]
ווייס איך נישט צו דעיס איז סתם א ס"ה אדער צו וואס ס’נוגע.

יעצט אפאר הערות..
@נקודות טובות
די נקודות וואס די זאגסט אז די גשם איז די גורם, איז פראבלאמאטיש משום כמה סיבות. ראשית כל - גשם איז א בריאה פונעם בורא [גוף האדם] מ’דארף נאר האבען דעת עס צו ניצען פארן תכלית. השנית, היינטיגע צייטען דארף די פאוקעס זיין מער אויפן חלק הטוב. וואס דעיס איז ווידער דעת. מ’פארקויפט נישט קיין דעת אין אינזערע מוסדות, סיי ס’נישטא די מוכרים, אין סיי אלעס איז מיט א חיציונות.

לגבי דיעפ סטעיט - איך וואלט ווען מער מרחיב געווען, אבער כ’זעה נישט די תועלת דערפון. באט אין א נאט שעל, מיט די דיעפ סטעיט מיין איך, די אויבערשטע פונעם שטייסעל וואס יעדער איז דא צו בויען זיין סאו קאלד חסידות, זילטש מיט א אמת’ע תכלית, פארשטייט זיך ס’איז למחצה לשליש ולרביע.

לגבי די בליק אויף די וועלט, ווי איך פארשטיי ביזטו א יודע ספר ממילא זעמיר נישט אויפן זעלבען פעידזש אינז רעדן לכאורה פון צוויי אנדערע וועלטען.

איך דיסעגרי אז די רפואה איז לערנען ספרי מוסר. אינזערע נפשות בימינו זענען קראנק מיט לעדזיט מחלות, דאס איז א קאמפליט אנדערע מסכת.
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 978
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2665

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך מסתמא »

פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 11:17 pm @נקודות טובות

אזויפיל תוכן אין איין תגובה האב איך שוין לאנג נישט געזעהן!

הערליך!
גם אני מצרף. נישט נארמאל דאס!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 180

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 7:43 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 3:57 pm
איי געט יור פוינט. און גראדע שטים איך צו מיט עטליכע נקודות. אבער לאמיר גיין צו שטייט.

די סיבה פארוואס הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן האט אזוי פיל שומעים, איז די זעלבע סיבה פארוואס דער הייליגער בעל שם טוב ותלמידיו האבן געהאט נאכפאלגער. אידן זענען מבקשים, אידן ווילן הערן דעם דבר ד'. אידן ווילן זיך מקשר זיין לאביהם שבשמים. איך בין נישט מדמה, אבער וואס פארקויפט רבי אלימלך בסך הכל? די זעלבע נושאים וואס די תלמידי בעל שם האבן פארקויפט. התחזקות באמונה, קדושת החיים, זהירות בעניני בין אדם לחבירו, גודל מעלת התפילה, קדושת שבת, וכו' וכו'. דער האט עפעס באשאפן א תורה חדשה וואס ברענגט אים מער שומעים? ער איז עפעס א פסיכאלאג? דער איז דאך א מתנה מן השמים פאר'ן דור! דער בל שם הקדוש איז געווען א מתנה פאר זיין דור, און מיר האבן א מתנה פונעם אויבערשטען פאר אונזער דור. דער אויבערשטער פארלאזט נישט זיין פאלק. עמד ושתלן בכל דור. בסך הכך דארף מען נישט היינט קלעטערן לאנגע מיילן צו הערן דעם דבר ד', מיט איין טעלעפאון רוף קען מען הערן א שעה התחזקות והתעוררת.

רעדענדיג איבער רבי אלימלך לעצמו. איך מיין אז עס איז נישטא היינט, און עס איז נישט געווען אין מאדערן היסטארי א משפיע וואס איז בדומה לו. יעדער איינער איז כדאי לעצמו. אבער די כח וואס ער האט פון זיך אראפלאזן צום מגושם און מיט אים "קאנעקטען" און זיך ווערטלען, הגם וואס זיין פערזענליכע לעבנס שטייגער איז בפרישות עצומה. ער געבט דיר אלעמאל דעם איינדריק ווי ער פארשטייט דיר און אז ער מיטשעט זיך מיט די זעלבע נסיונת, אנדערש ווי אנדערע וואס געבן דעם איינדרוק כאילו דו ביסט געפאלן פון די לבנה. ער וועט קיינמאל נישט זאגן א שלעכט ווארט אויף א איד, ער וועט אלעמאל פראבירן צו טרעפן די נקודה טובה און אויפבויען דעם מענטש. אנדערש ווי אנדערע משפיעים וואס וועלן ברבים אראפרייסען געוויסע סארטן מענטשען. ער וועט דיר שטעכן און גלעטן בהעלם אחת, כדי דו זאלסט נתעורר ווערן, אבער נישט צובראכען ווערן. אנדערש ווי אנדערע משפיעים וואס קענען נאר גלעטן אדער נאר שטעכן. פיו ולבו שווין בבחינת הוא היה אומר, זיין מהות זאגט דיר אז יעדע ווארט וואס קומט ארויס פון זיין מויל איז ער באמת. וליתר שאת איז ער נאך געבענטשט מיט א שטארקע סענס אם הומער און ער וועט אלעמאל באווייזען צו האלטן די לופט ארום זיך דערפרישענד. זיין כח ההשפעה איז בפשטות נישטא בדומה לו. ווען ער וויל דו זאלסט וויינען וועסטו וויינען, ווען ער וויל דו זאלסט לאכן וועסטו לאכן. ווען ער וויל דו זאלסט טאנצען וועסטו טאנצען, און ווען ער וויל דו זאלסט זיין בהתעוררת וועסטו זיין בהתעוררת. דאס איז א געוואלדיגע כשרון מיט וואס ער איז געבענטש געווארן, אך ורק ווייל דער אויבערשטער האט אינזין געהאט אונזער דור יתום.

איז עס א וואונדער אז ער האט אזוי פיל שומעים?

דאס איז לית מאן דפליג אז מיר געפינען זיך אין א דור וואס הערשט א גרויסע צמאון לשמוע דבר ד'. יא דער נביא זאגט אז אזוי וועט זיין. צו מיר שטייען שוין טאקע ממש פאר ביאת המשיח אדער עס וועט נאך נעמען לאנג? ווייס איך נישט, איך האף אז יא. אבער דער צמאון וואקסט ביי די דעי. די הערצער פון אידן שרייען איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין אפגעהיטען.

די גאנצע בליק וואס איר האט אויף די היינטיגע וועלט, איז נישט ריכטיג. די אמאליגע וועלט איז נישט בעסער געווען. פאליטיק איז נישט געווען פאליטיק, ביזנעס איז נישט געווען ביזנעס. אלעס איז אלעמאל געווען געבויעט אויף לופט. קנאה ושנאה. מה שהיה הוא שיהיה ומה שנעשה הוא שיעשה ואין כל חדש תחת השמש. ואל תאמר מה היה שהימים הראשנים היו טובים מאלה כי לא מחכמה שאלת על זה. די וועלט האט אלעמאל אויסגעזעהן די זעלבע. פארשטייט זיך אז יעדע דור האט א זיך זיין אייגענארטיגקייט. אבער די וועלט איז שקר מתחילתה ועד סופה. דער יצר הרע איז דער מלך זקן וכסיל, דער איז דער מערסט עקפיריענסד. דער גייט שוין אן באלד זעקס טויזענט יאר, צו יעדע צייט מיט א פרישע מיטל.

מחלוקת אין כלל ישראל איז אלעמאל געווען, כופרים ופשעים זענען אלעמאל געווען, אנדרייערס און שווינדלערס זענען אלעמאל געווען, מחוצפים פאר רבנים זענען אלעמאל געווען. דור הלך ודור בא והארץ לעולם עמדת.
שטארק געשריבן.....

האסט א נעקסט לעוועל וועג וויאזוי די שרייבסט די באשעפער האט דיר געגעבן טאלאנט...
איי פולי עגרי אויף רבי אלימלך...
איך וויל ארויסברענגן נאך א זאך, אז איך שפיר, אז די האסט זייער גוט ארויסגעברענגט, וואס איך און נאך זעהן און ברסלב, און פארוואס ברסלב האט אזא שטארקע נאכפאלגערשאפט, די זאכן וואס די האסט געשריבן, אויף רבי אלימלך, קען מען קאפי פעיסטן צו ברסלב + נאך און נאך גוטע זאכן...
רבי נחמן איז דאך געווען דעם בעש''ט'ס אן אייניקעל, ער נעמט די תורות הבעש''ט, און שיינט עס אריין און די טונקעלסטע פלעצער..

איך וועל ציטירן בערך דיינע ווערטער, וואס די שרייבסט אויף רבי אלימלך, וואס איך זעה עס און ברסלב.

'די כח וואס ער האט פון זיך אראפלאזן צום מגושם און מיט אים "קאנעקטען"
ער געבט דיר אלעמאל דעם איינדריק ווי ער פארשטייט דיר און אז ער מיטשעט זיך מיט די זעלבע נסיונת, אנדערש ווי אנדערע וואס געבן דעם איינדרוק כאילו דו ביסט געפאלן פון די לבנה.
ער וועט קיינמאל נישט זאגן א שלעכט ווארט אויף א איד, ער וועט אלעמאל פראבירן צו טרעפן די נקודה טובה און אויפבויען דעם מענטש

דאס און נאך און נאך און נאך גוטע זאכן טרעפט מען און ברסלב.....

מען קען רעדן און רעדן אפאר טעג און א צו, וואס ברסלב טוט אלס אויף, מיט מענטשן, און וויאזוי עס טוישט מענטשן לטובה, נאן סטאפ, ווער עס רירט נאר אן ברסלב מיט א אמת וועט עס שפירען די מענטש טוישט זיך לטובה, אויף א פרצדענטלאזע פארנעם.
דאס זאגן צענדליגער טויזענטער יודען, וואס זענען אנגעקומען צו תורת ברסלב, מכל קצוי תבל, אלע שיכטן און קרייזן.
חוזרי בתשובה וואס זענען געווען פריי.... וואס נעמט אריין קלוגע און געלערנטע מענטשן ...
יודען ביי אונז און בית מדרש ..... סתם יודען..... יודען וואס די סיסטעם האט אויפגעגעבן אויף זיי.... און יודען ת''ח און בעלי מדריגה.... און אלעס אינצווישען...

וואס איז פשט אז ברסלב האט אזוי אויפגעפיקט וועל איך ווייטער ברענגן בערך וואס די שרייבסט(פארפאלען ב''ה ביזט א מעכטיגע שרייבער ס'איז א שאד איך זאל טרייען מיך צו בעסער ארויסברענגן דיין שריפט איז סאמטינג ספעשיל)
אך ורק ווייל דער אויבערשטער האט אינזין געהאט אונזער דור יתום.
איז עס א וואונדער אז ער האט אזוי פיל שומעים?
דאס איז זיכער אז יעדער ווייסט, אז מיר געפינען זיך אין א דור וואס הערשט א גרויסע צמאון לשמוע דבר ד'. יא דער נביא זאגט אז אזוי וועט זיין
דער צמאון וואקסט ביי די דעי. די הערצער פון אידן שרייען איך וויל זיין ערליךוכו'...

און דאס וואס די ענדיגסט צו, וועגן די אמאליגע וועלט, איז א שטארקע אמת, און דא קום איך אן צו א פוינט, וואס איינער וואס איז געהאלפן געווארן דורך ברסלב, אדער פארשטייט באמת וואס ברסלב איז, טוט אים עס זייער וויי..

רבי נחמן און רבי נתן האבן שוין שוין בחיים חיותם, צוריק געברענגט די ערגסטע ערגסטע משכילים און רשעים צום באשעפער, מענטשן וואס עס איז בכלל נישט געווען קיין שאנס, אז זיי זאלן חוזר בתשובה זיין, אבער זיי האבן עס באוויזן.

און אזוי אויך במשך די לעצטע צוויי הונדרעט יאר, דאס ביסל ביסל יודן וואס זענען אנגעקומען צו ברסלב, איז נישט געווען קיין חיליק זייער מצב, ס'האט געקענט זיין דאס ערגסטע, אבער ממש דאס ערגעסטע, אבער א פייער וואס פלאקערט תשובה אמונה וכו' האט זיך אנגעצינדן און זייער נשמה, און צום סוף, ביים לעצטן אטעם, זענען זיי אוועק זייענדיג צדיקים גמורים.

און ס'איז ליידער געשען וואס עס איז געשען, די אור של צדיק איז ליידער געווען פארטונקעלט אסאך אסאך יארן, און מען דארף פאר קיינעם נישט זאגן, וואס עס איז אריבער אויף כלל ישראל און די יארן - די לעצטע צוויי הונדרעט יאר, ברוחניות ובגשמיות, און ווער ווייסט, צו ווען די אור של הצדיק וואלט דעגרייכט, די אלע נשמות וואלטען זיי נישט אנגעקומען, ווי זיי זענען אנגעקומען. ווי אנדרעש איז די בילד מיט די וואס זענען יא אנגעקומען צו ברסלב...

איז ב''ה די לעצטערע יארן האט די באשעפער געהאלפן, שוינענדיג די דור יתום, אז ברסלב זאל זיך אנהייבן צו פארשפרייטן אויף אלע עקן וועלט,ס'שיינט און באלייכט, און לעבט אויף טויטע נשמות, וואס קערן זיך צוריק צו זייער טאטע וואס האט אזוי געווארט אויף זיי...

ווער עס איז שוין געווען ערב ראש השנה ביים ציון ווייסט וואס מען רעדט ס'איז א וואש מאשין וואס רייניגט נשמות, יודען וואס אמאל וואלטען זיי פארפאלען געגאנגען..
אבער יעצט ווילן זיי נאר די אבינו שבשמים, ווילן נאר און נאר זייער טאטע, זיי האלטען און איין בעסער ווערן, ביי איינעם נעמט עס שנעלער, און ביי איינעם שטייטער, אבער זיי זענען און די ריכטיגע לעין, וואס פארט ביזן ווערן א צדיק גמור...

בקיצור אנשטאטס עס זאל איבערגיין איינמאל און נאכעמאל, די זעלבע מציעות, אזוי ווי די האסט עס זייער גוט אראפגעלייגט, איז דא עפעס ניי, ס'דא א צדיק וואס וועקט אויף נשמות, און שטעלט אפ די געלאפ, (צום וויפלטען מאל זענען מיר שוין דא ? איין באשעפער ווייסט) און מען זעהט ווי זאכן הייבן אן גיין און די גוטע דירעקשאן..
נשמות קומען אן צו ווי זיי דארפען אנקומען.... וואס ביז רבי נחמן איז עס נישט געשען.....
יא יא משיח איז אן די וועי
כולל אינגערמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:05 pm
x 40

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך כולל אינגערמאן »

א הערליכע שיעור פון הר"ר אהרן קאהן בנוגע אונזער שמועס דא.
https://www2.kolhalashon.com/#/regularS ... -1/0/false
הער ווי ער ברענגט אראפ די אלע סטעיטמענטס פון עטליכע ספרי חסידות ותלמידי בעשטה"ק וואס איינער דא זעט אין דעם א סטי' אין די י"ג עיקרים.
יהא רעוא
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 3:18 pm
x 84

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך יהא רעוא »

► Show Spoiler
די תמצית פון די פאשקעוויל (צדיקים זאגן אז א קול קורא אן קיין נאמען הייסט א פאשקאוויל) איז: ברסלב איז געמאכט פאר מענטשן וואס האלטן נישט ביי גארנישט און ווילן פשוט גוט שפירן ווען זיי טוען גארנישט.

מיין שאלה צום שרייבער איז אבער, אויב אסאך שפירן אז ברסלב האט זיי 'יא' בעסער געמאכט, סיידן מיט קרבת אלוקים און סיידן מצות מעשיעות, פ'וו רעדסטו נישט פון זיי?

ביסט דאך מודה אז מ'רעדט דא פון הייליגע צדיקים, טא פ'וו רייסטו זיי אראפ, בלויז ווייל ס'דא (לדידך) אידן וואס נעמען עדווענטעדזש?

אויב ס'דא אידן וואס גיבן צדקה, און אדאנק דעים טוען זיי נישט אנדערע מצות, גייסטו אויך אראפרייסן די מצות הצדקה?!?
יהא רעוא
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 3:18 pm
x 84

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך יהא רעוא »

► Show Spoiler
@בן מנחם יו נעילד איט!
פאפא חסיד
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:07 pm
Location: עולם העשיה
x 42

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פאפא חסיד »

לענ"ד אויב איך מעג צולייגן מיינע צוויי סענט איז דא צוויי ענינים וואס וואלט געדארפט ווערן נשתנה לטובה היינטיגע צייטן1)ברסלב זאל ווערן לעגעטים און נישט זיין ארויס פונעם סיסטעם דוגמת משפיעים וואס ווער עס געדענקט איז ממש עטליכע יאר צוריק געווען בבל יראה ובל ימצא במחנינו2)אלע חסידישע ספרים זאל ווערן פארשפרייט פונקט ווי ברסלב און חב"ד איבערגעדרוקט שיין מיט פירושים וכו" איך וועל געבן עטליכע דוגמאות עבודת ישראל ישמח ישראל שם משמואל[די צוויי לעצטע זענען פון ממש פאר די מלחמה און רעדן ממש צום היינטיגן דור} עס איז דא נאך זייער אסאך ספרי קודש וואס זענען מלא חיזוק איך האב נאר אנגעכאפט די דוגמאות] דער "דור השפל" וועט ווערן א "דור דעה" און אסאך פראבלעמען וועלן ווערן מסודר!
פשוט און גראד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 881
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 791

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פשוט און גראד »

כולל אינגערמאן האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 2:29 pm א הערליכע שיעור פון הר"ר אהרן קאהן בנוגע אונזער שמועס דא.
https://www2.kolhalashon.com/#/regularS ... -1/0/false
הער ווי ער ברענגט אראפ די אלע סטעיטמענטס פון עטליכע ספרי חסידות ותלמידי בעשטה"ק וואס איינער דא זעט אין דעם א סטי' אין די י"ג עיקרים.
ייש"כ!!

געהערט אין ס’איז הערליך!!
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 339
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 449

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך צווייטער »

פאפא חסיד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 5:07 pm 1)ברסלב זאל ווערן לעגעטים און נישט זיין ארויס פונעם סיסטעם דוגמת משפיעים וואס ווער עס געדענקט איז ממש עטליכע יאר צוריק געווען בבל יראה ובל ימצא במחנינו
אלס מיר אויס פעלט עס בכלל נישט אויס, איך טו וואס ס'איז ריכטיג, מ'דארף נישט צוקומען צו לעגיטימאציע פונעם סיסטעם.
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 283

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

צווייטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:52 pm
פאפא חסיד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 5:07 pm 1)ברסלב זאל ווערן לעגעטים און נישט זיין ארויס פונעם סיסטעם דוגמת משפיעים וואס ווער עס געדענקט איז ממש עטליכע יאר צוריק געווען בבל יראה ובל ימצא במחנינו
אלס מיר אויס פעלט עס בכלל נישט אויס, איך טו וואס ס'איז ריכטיג, מ'דארף נישט צוקומען צו לעגיטימאציע פונעם סיסטעם.
די סיסטעם איז היינט צו זיין אנטי סיסטעם... סאו...
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 283

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

א שטיקל נקודה:
ווען א בחור וואס לערנט אין א סאטמארע ישיבה, פילט אומעטיג ער דארף חיזוק און ער גייט צו זיין מגיד שיעור זאל אים געבן א עצה, וועט א געווענליכע ערליכע מגי”ש ענטפערן אז ער זאל נעמען א חסידיש ספר און נעמען פון דארט חיזוק. פיין.
ווען א בחור אין א ברסלב'ע ישיבה גייט צו צום מגיד שיעור אדער ראש ישיבה אז ער פילט אומעטיג און ער דארף חיזוק, וועט ער אים זאגן לערן די רבי’ס עצות און מאך התבודדות... רעד צום אייבערשטן.

סתם, א נקודה למחשבה.
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 158
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 147

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מלך »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 7:43 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 3:57 pm
איי געט יור פוינט. און גראדע שטים איך צו מיט עטליכע נקודות. אבער לאמיר גיין צו שטייט.

די סיבה פארוואס הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן האט אזוי פיל שומעים, איז די זעלבע סיבה פארוואס דער הייליגער בעל שם טוב ותלמידיו האבן געהאט נאכפאלגער. אידן זענען מבקשים, אידן ווילן הערן דעם דבר ד'. אידן ווילן זיך מקשר זיין לאביהם שבשמים. איך בין נישט מדמה, אבער וואס פארקויפט רבי אלימלך בסך הכל? די זעלבע נושאים וואס די תלמידי בעל שם האבן פארקויפט. התחזקות באמונה, קדושת החיים, זהירות בעניני בין אדם לחבירו, גודל מעלת התפילה, קדושת שבת, וכו' וכו'. דער האט עפעס באשאפן א תורה חדשה וואס ברענגט אים מער שומעים? ער איז עפעס א פסיכאלאג? דער איז דאך א מתנה מן השמים פאר'ן דור! דער בל שם הקדוש איז געווען א מתנה פאר זיין דור, און מיר האבן א מתנה פונעם אויבערשטען פאר אונזער דור. דער אויבערשטער פארלאזט נישט זיין פאלק. עמד ושתלן בכל דור. בסך הכך דארף מען נישט היינט קלעטערן לאנגע מיילן צו הערן דעם דבר ד', מיט איין טעלעפאון רוף קען מען הערן א שעה התחזקות והתעוררת.

רעדענדיג איבער רבי אלימלך לעצמו. איך מיין אז עס איז נישטא היינט, און עס איז נישט געווען אין מאדערן היסטארי א משפיע וואס איז בדומה לו. יעדער איינער איז כדאי לעצמו. אבער די כח וואס ער האט פון זיך אראפלאזן צום מגושם און מיט אים "קאנעקטען" און זיך ווערטלען, הגם וואס זיין פערזענליכע לעבנס שטייגער איז בפרישות עצומה. ער געבט דיר אלעמאל דעם איינדריק ווי ער פארשטייט דיר און אז ער מיטשעט זיך מיט די זעלבע נסיונת, אנדערש ווי אנדערע וואס געבן דעם איינדרוק כאילו דו ביסט געפאלן פון די לבנה. ער וועט קיינמאל נישט זאגן א שלעכט ווארט אויף א איד, ער וועט אלעמאל פראבירן צו טרעפן די נקודה טובה און אויפבויען דעם מענטש. אנדערש ווי אנדערע משפיעים וואס וועלן ברבים אראפרייסען געוויסע סארטן מענטשען. ער וועט דיר שטעכן און גלעטן בהעלם אחת, כדי דו זאלסט נתעורר ווערן, אבער נישט צובראכען ווערן. אנדערש ווי אנדערע משפיעים וואס קענען נאר גלעטן אדער נאר שטעכן. פיו ולבו שווין בבחינת הוא היה אומר, זיין מהות זאגט דיר אז יעדע ווארט וואס קומט ארויס פון זיין מויל איז ער באמת. וליתר שאת איז ער נאך געבענטשט מיט א שטארקע סענס אם הומער און ער וועט אלעמאל באווייזען צו האלטן די לופט ארום זיך דערפרישענד. זיין כח ההשפעה איז בפשטות נישטא בדומה לו. ווען ער וויל דו זאלסט וויינען וועסטו וויינען, ווען ער וויל דו זאלסט לאכן וועסטו לאכן. ווען ער וויל דו זאלסט טאנצען וועסטו טאנצען, און ווען ער וויל דו זאלסט זיין בהתעוררת וועסטו זיין בהתעוררת. דאס איז א געוואלדיגע כשרון מיט וואס ער איז געבענטש געווארן, אך ורק ווייל דער אויבערשטער האט אינזין געהאט אונזער דור יתום.

איז עס א וואונדער אז ער האט אזוי פיל שומעים?

דאס איז לית מאן דפליג אז מיר געפינען זיך אין א דור וואס הערשט א גרויסע צמאון לשמוע דבר ד'. יא דער נביא זאגט אז אזוי וועט זיין. צו מיר שטייען שוין טאקע ממש פאר ביאת המשיח אדער עס וועט נאך נעמען לאנג? ווייס איך נישט, איך האף אז יא. אבער דער צמאון וואקסט ביי די דעי. די הערצער פון אידן שרייען איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין אפגעהיטען.

בנוגע אלע סארט'ן קורסעס און טעראפי. איך האב שוין אמאל דא אביסעל אנגעהויבען רעדן פון די ענינים, אבער די רגע איך האב געזעהן אז עס פארט אריין אין גריע איריע האב איך געמאכט א שארט סטאפ. עס איז זייער שווער צו רעדן ווען מען ווייסט נישט ווער עס ליינט. אבער דאס איז קלאר אז די רבוי גשם שפילט דער הויפט ראלע אין די אלע פראבלעמען. מענטשען האבן פשוט ציפיל צייט, ציפיל באקוועמליכקייט, מען איז פארנומען מיט שטותים און זיך נאכגעבן יעדע תאוה און מען ווערט משוגע. יעדער מוז נאכמאכן איינער דעם אנדערן. א וועלט פון פעיר פרעשור, רבוי גשם, געספוילט, מען וויסט נישט וואס צו טוהן מיט אזוי פיל גשם און דאס ברענגט מיט זיך שטארקע פראבלעמען. א שנעלע וועלט וואס מען האט נישט קיין נערווען צו גארנישט, א מינוט ישוב הדעת איז נישט דא. און יא, דער ענטפער אויף דעם ליגט אין די ספרי קודש. עס איז טאקע דא א קליינע פראצענט פעלער וואס מען דארף טאקע פילן אדער אנדערע טריטמענט, אבער בדרך כלל ליגט די ישועה אין די ספרי מוסר.

צו זאגן אז עס איז דא עפעס א דיעפ סטעיט דא.... אאםםם... איך מיין אז דאס זענען קאנפיראציעס. (נישט די זעלבע קאנספיראציעס וואס די מידיע רופט קאנספיראציעס) ווען מענטשען טראכטען אנדערש ווי דיר, מיינט נאך נישט אז פון הונטער די קוליסען זעצן זיך צוזאם עסקנים און פראבירן מיט יעדע מיטן צו פארשטילן דיין מהלך....

די גאנצע בליק וואס איר האט אויף די היינטיגע וועלט, איז נישט ריכטיג. די אמאליגע וועלט איז נישט בעסער געווען. פאליטיק איז נישט געווען פאליטיק, ביזנעס איז נישט געווען ביזנעס. אלעס איז אלעמאל געווען געבויעט אויף לופט. קנאה ושנאה. מה שהיה הוא שיהיה ומה שנעשה הוא שיעשה ואין כל חדש תחת השמש. ואל תאמר מה היה שהימים הראשנים היו טובים מאלה כי לא מחכמה שאלת על זה. די וועלט האט אלעמאל אויסגעזעהן די זעלבע. פארשטייט זיך אז יעדע דור האט א זיך זיין אייגענארטיגקייט. אבער די וועלט איז שקר מתחילתה ועד סופה. דער יצר הרע איז דער מלך זקן וכסיל, דער איז דער מערסט עקפיריענסד. דער גייט שוין אן באלד זעקס טויזענט יאר, צו יעדע צייט מיט א פרישע מיטל.

מחלוקת אין כלל ישראל איז אלעמאל געווען, כופרים ופשעים זענען אלעמאל געווען, אנדרייערס און שווינדלערס זענען אלעמאל געווען, מחוצפים פאר רבנים זענען אלעמאל געווען. דור הלך ודור בא והארץ לעולם עמדת.
גאלדענע דיבורים!

איך קען נישט מער ווי מעיד זיין פערזענליך נאכן האבן די זכי׳ צו זיין אביסעל אין די ד׳ אמות פון הרה״צ ר׳ אלימלך שליט״א, נישט אינעם פובליק אויג און אביסעל אויספרעגן זיינע נענסטע מענטשן ארום אים, דער איד איז פשוט מופשט פון הבלי עוה״ז אויף א אבנארמאלע פארנעם. ממש א פרוש.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1412
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2891

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

איך מוז אויסדרוקן באגייסטערונג. מען רעדט דא הייקעלע זאכן וואס מענטשן פון אלע זייטן קענען נעמען זייער פערזענדליך, און מען שרייבט אפן אלע צדדים און באטראכטונגען, אבער דאך אזוי נארמאל און באזעסן מער ווייניגער, און בעיקר ברודערליך און פריינטליך אן קיין שטעכערייען ח"ו. דער אשכול דארף זיין א סעמפל פאר אידטיש! לדעתי.
אוועיטער
להיות
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אפריל 13, 2024 11:23 pm
x 52

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך להיות »

אזוי ליינענדיג דעם טעמע, און נאכן זעהן די לעכערליכע קשיות אויף רבי נחמן מברסלב האב איך געטראכט בדרך צחות אז ווען דער מתנגד אויף רבי נתן האט געשריבן אויף ברסלבע חסידים: ”להדפם לרדפם להומם עד חרמה”, האט ער עס געטוהן וועגן די יסודות הדת, עס שטייט אין די עשרת הדברות ”תרצח”...

אגב, ההריגה לבן אדם הוא דבר מרכזי מאד להבדיל ב’בלא בלא בלא...
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1560
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3550

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך נקודות טובות »

להיות האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 9:26 am אזוי ליינענדיג דעם טעמע, און נאכן זעהן די לעכערליכע קשיות אויף רבי נחמן מברסלב האב איך געטראכט בדרך צחות אז ווען דער מתנגד אויף רבי נתן האט געשריבן אויף ברסלבע חסידים: ”להדפם לרדפם להומם עד חרמה”, האט ער עס געטוהן וועגן די יסודות הדת, עס שטייט אין די עשרת הדברות ”תרצח”...

אגב, ההריגה לבן אדם הוא דבר מרכזי מאד להבדיל ב’בלא בלא בלא...
איר קענט מרחיב זיין פארוואס די קשיות זענען לעכערליך? איר קענט קלאר פארשטיין געבן ווי אזוי דאס ווערט פארענטפערט? אויב יא, וואס איז פשט פון אריינקומען מיט אזא תגובה? וואס זענט איר מוסיף? האט איר מיט דעם פארענטפערט עפעס?
און אויב האלט איר אז די קשיות זענען מובן מעצמן, און דארף נישט קיין תירוץ. דאן פארוואס שרייבט איר בכלל? סתם דברים של מה בכך, איז דא גענוג אשכולות. פאלגענד געב איך אייך צוויי לינק'ס, אבער איך בין זיכער עס איז דא מער.
viewtopic.php?t=37 viewtopic.php?t=80

ביטע ביטע, בכל לשון של בקשה. ביטע האלטן דעם טעמע פליקן ריין. ביטע שרייבן נאר עפעס וואס איר האלט אז עס לייגט צו צום שמועס. יישר כח!!

אגב, איר קומט בפשטות פון קרית יואל. עס איז מיר אינטערעסאנט צו פארשטיין פארוואס אין קרית יואל זענען דא אזוי פיל ברסלב'ע? געהערן אלע ניקס דא צו איין קרית יואל'ע טראל? אדער איז טאקע אין קרית יואל דא אזא גרויסע ברסלב'ע מאוומענט? און אויב יא, מה פשט? פארוואס האט טאקע קרית יואל אזוי סאך? איך מיין עס נישט למעלה ולא לחסרון, איך וויל נאר פארשטיין.

שרייב פאוסט