נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 11, 2024 5:29 pm
מיינע שורות דא זענען געשריבען זייער צומישט, איך האב פשוט נישט די צייט יעצט זיך צו קאנצעטרירען און אראפשרייבען מיט א סדר. אבער מיט די פאלגענדע שורות וועל איך פראבירן אביסעל נענטער ברענגען די צוויי זייטען פונעם מטבע, וואס זענען באמת נישט כרחוק מזרח ממערב. און הגם וואס די שורות זענען געשריבען שלא כסדר, און ווי אויך אז יעדע נקודה דא קען באמת פארנעמען אן אשכול פאר זיך. דאך וועל איך עס יא שרייבען דא.
מען הערט כסדר אז ווען געוויסע פראבירן ארויסצוברענגען דאס דיפערענס פון די אידישע רעליגיע און אלע אנדערע רעליגיעס להבדיל בין קודש לחול, ברענגען זיי ארויס דאס געטריישאפט וואס אידן האבן צו די תורה הקדושה מער ווי די אנדערע פעלקער האבן צו זייערע רעליגיעס למיניהם.
איינער פון מיינע מלמדים איז כסדר געווען פארנומען מיט דעם וואס תענתים איז א זאך וואס איז נאר גאנגבאר ביים איד, משא"כ ביי אנדערע רעליגיעס איז אפי' ביום התענית וועלן זיי עסן ווען קיינער וועט נישט זעהן. איך האב דאס מקבל געווען ביז.... איך בין עלטער געווארן און געזעהן אז וועט מען רעדט פון עקסטרימיזעם איז די אידישע רעליגיע להבדיל אסאך מער במתינות ווי אנדערע רעליגיעס. און אז הונדערטער מיליאנען גוים האלטן זיך צו זייערע רעליגיעס אסאך אסאך מער עקסטרעימיסטיש אן קיין חכמות ווי להבדיל אונז אידן.
ווי עלטער איך בין געווארן איז מיר כסדר שווער געווען מער און מער צו פארשטיין וואס פונקטלעך איז די ציהל מיט'ן פארקויפן אז די אידען זענען מער געטריי צו זייער רעליגיע ווי די אומות העולם. וואס ברענגט דאס? איז דאס אן הוכחה אדער אינדעקאציע אויף עפעס? מיינט דאס אז צוליב דעם איז די אידישע רעליגיע תורה מן השמים? ווייזט דאס אויף געטליכקייט נניח דאס איז אמת? וואס איז די ציל דערפון?
מיין מיינוג. די גדלות פון יהדות וואס דאס קען מען בשום אופן נישט טרעפן ביי אנדערע רעליגעס להבדיל, איז אך ורק די צוויי אני מאמינס פון 1) אני מאמין באמונה שלימה שכל התורה המצויה עתה בידינו היא הנתונה למשה רבנו עליו השלום. 2) אני מאמין באמונה שלימה שזאת התורה לא תהא מוחלפת ולא תהא תורה אחרת מאת הבורא יתברך שמו.
דער הייליגער רמב"ם לערנט אונז, די איינציגסטע רעליגיע וואס איז נישט אנגעוואנדען אין די נבואות אדער התגלות פון סיי וועמען, איז נאר די אידישע רעליגיע. יעדער איינער האט דאס מיט די אייגענע אויגן געזעהן ביים געוואלדיגען התגלות פון מתן תורה! יעדער יעדער, בלי שום יוצא מן הכלל, האט דאס געזעהן במראה עניו. מיר דארפן נישט קיין שום נביא וואס זאל אונז עדות זאגן אויף מתן תורה, נאר אתה הראת לדעת כי ד' הוא האלקים אין עוד מלבדו! חוץ מזה, זענען אלע אומות אנגעוואנדען אין נביאות.
דער הייליגער רמב"ם שטעלט אוועק זייער קלאר, עס נישטא אזא זאך אז איינער זאל קענען מוסיף זיין צו די תורה הקדושה! ווער עס האלט אז יא, אדער ווער עס איז אפילו מסופק אז עס איז דא מקום אפי' פארן גרעסטען צדיק צו מוסיף זיין אפי' א קוץ דק צו די תורה הקדושה, איז אן אפיקורס במלא מובן המילה!
מיר גלייבן זייער קלאר אז די תורה וואס מיר האבן יעצט איז תורה מן השמים, און אז דאס איז געגעבן געווארן פאר אונז דורך דער אב הנביאים משה רבינו ע"ה. און דאס איז געגעבן געווארן במעמד פון יעדן איינעם, יעדער האט דאס געזעהן! און ווי אויך גלייבן מיר אז די תורה קען נישט גערירט ווערן בשום פנים! אפילו א נביא אדער דער גרעסטער צדיק קען נישט מוסיף זיין און אודאי נישט גורע זיין כמלא נימא! די תורה איז געגעבן געווארן מיט'ן גרעסטען שלימות, און דאס קען נישט רעפארמירט ווערן לפי המצב אין קיין פאל!
דאס איז די גדלות פון אידישקייט! אידישקייט איז ארגינעל! אידישקייט איז אומרירבאר! אידישקייט האט נישט קיין נביאים וצדיקים וואס קענען רירן אפי' א קוץ דק! ווער עס רירט יא, איז אן אפיקורס! די תורה איז שוין ביי אידן פאר 3,336 יאר און דאס איז פונקט די זעלבע תורה וואס אונזערע זיידעס האבן מקבל געווען לעבעדיג, און אונזערע נשמות זענען אויך דארט געווען! קיין משהו נישט אנדערש!
אזוי, און נאר אזוי, האט אידישקייט זיך געהאלטן במשך אלע דורות. אזוי האט אידישקייט באוויזען צו איבערקומען אלע אירע נסיונות. צו עס זאל זיין משיחי שקר, אדער פון די כיתות ווי צדוקים, קראים, ביז צו השכלה און ציונות. ווער עס האט נאר גערירט א קוץ דק איז געווען אפגעפרעגט מתחילה. די תורה איז אומרירבאר אפילו מיט די גרעסטע התגלות!
אין יהדות אשכנז איז דאס געווען נאך מער. די אופן ווי אזוי דער היילגער מהרי"ל האט אוועקגעשטעלט דאס יהדות אשכנז, ביז שפעטער דער הייליגער חתם סופר ותלמידיו. אז ניטאמאל א מנהג בישראל וואס מיר האבן מקובל פון אונזערע עלטערן קען מען רירן. מנהג ישראל איז תורה! ווער עס האט זיך געוואגט צו רירן סיי וואס, איז פארציקט געווארן דורך די אדירי התורה. זיי האבן נישט געווארט ביז דער יעניגער וועט זיך וואגן צו רירן א מאמר חז"ל, נאר ווען יענער האט מזלזל געווען אין א מנהג ישראל וואס איז יסודתו בהררי קודש, איז ער געווען מופרך מעיקרא! און טאקע צוליב דעם האב'ן די אשכנזישע אידן נישט געהאט די אלע פראבלעמען פון משיחי שקר וכדו', אויף דעם פארנעם וואס די יהדות ספרד האט געהאט. אין יהדות אשכנז איז יעדע אפפאלנדע זאך געווען מופרך. אפגעזעהן די מדרגות און רוח הקודש וואס יענער האט געהאט!
דאס מיינט אודאי נישט אז יעדער גדול בישראל וואס איז אטאקירט געווארן איז צוליב דעם אפגעפרעגט. דאס וואס רבי יעקב עמדין זי"ע האט געטוהן מיט'ן רבי ר' יונתן איז טאקע געווען דאס וואס ער האט געדארפט צו טוהן, ווייל דער היילגער רבי ר' יונתן האט זיך באשעפטיגט מיט זאכן וואס האט פאר רבי יעקב עמדין געברענגט תמיהה. ער האט עוסק געווען אין ענינים וואס האט אויסגעזעהן דומה צו מעשי שבתי צבי רח"ל. און דאס איז געווען די פייערדיגע מחלוקת וואס דער היילגער גר"א און נודע ביהודה און רבי יעקב עמדין האבן לוחם געווען קעגן חסידות. יעדע נייע זאך וואס האט נאר אויסגעזעהן א משהו אנדערש פון וואס מיר האבן געהאט מקובל מדור דור, איז אויסגעשטאנען קעגנערשאפט.
אויף למעשה ווייסען מיר איין זאך. נגלות התורה דאס איז ש"ס בבלי ירושלמי ביז אראפ צו די שלחן ערוך והפוסקים, ולאורו נלך! ניטאמאל כשיטת האר"י ז"ל פירן מיר זיך! דאס איינרעדעניש אז מיר פירן זיך כמנהג האר"י איז אזוי לעכערליך אז מען קען עס אפילו נישט אנהייבען צו באשרייבען. דאס רוב פון אונזערע מנהגים זענען נישט מבוסס אויף זיינע מנהגים. מיר פירן זיך כאר"י ז"ל אך ורק ווען די פוסקי הנגלה ווי דער מגן אברהם וכדו' ברענגען אים אראפ להלכה. און וואו נישט, וועלן מיר זיך כמעט כמעט נישט פירן כדרכו!
דער הלייגער רמב"ם האט צענליגע מאל אין זיינע ספרים שולל געווען די גאנצע תורת הנסתר אל אף וואס עס איז נישטא קיין ספק בכלל אז ער האט געקענט דעם ספר הזוהר. ווי מען זעהט אין זיינע ספרים פעמים רבים אין מספר. און די סיבה איז זייער פשוט, דער רמב"ם איז געווען פון די גרעסטע אויב נישט דער גרעסטער טאטע פון כלל ישראל במשך הדורות. ער האט מעמיד געווען הדת על תילה אויף אן אופן וואס איז לכאורה נישט געווען זיינס גלייכען אין היסטאריע. און דאס קען מען נאר טוהן מיט תורת הנגלה. אין נסתר קען יעדער זאגן וואס ער וויל, און דארף נישט געבן קיין דין וחשבון. יעדער קען פארטייטשען די ווערטער פונעם היילגען זוהר לויט ווי עס געפעלט אים. עס איז ביי דעם נישטא קיין מסורה מדור דור. די ערשטע משנה אין אבות איז מבוסס אויף דעם אז תורה דארף האבן א מסורה, עס קען נישט נתחדש ווערן נייע חידושים אין קיין שום הינזיכט. ווי דער ברטנורא לייגט שוין צו דארט אז אפי' מידות טובות האבן מיר א מסורה. אין יהדות האט אלעס א מסורה.
ווי אויך קומט מען מיט תורת הנסתר אן זייער גרינג צו ר"ל מגשם זיין געוויסע זאכן, וואס צוליב דעם האט דער רמב"ם געשפירט פאר וויכטיג אריינצולייגן דאס שלילת הגשמות אלץ איינער פון די י"ג עיקרים. תורת הנסתר אן נגלה ציברעכט אידישקייט! ער האט געפירט מיט דעם א שווערע מלחמה, און ער האט פאר קיינעם זיך נישט אפגעשטעלט. ער האט מציל געווען גאנץ יהדות ספרד, און אומדירעקט אויך גאנץ יהדות אשכנז פון שמד ממש. און עד היום איז דער הייליגער רמב"ם די טאטע פון כלל ישראל בעניני אמונות ודעות.
נאך עד היום טרעפט מען אזעלכע וואס טרעטן אויף די נגלות התורה, און דאס קומט נאך כביכול מיט א מראה מקום צו פון תורת הנסתר. דאס קען נישט זיין! אן הלכה פסוקה קען פאר קיין געלט אין די וועלט נישט פארדרייט ווערן דורך א מראה מקום בנסתר. תורת הנסתר איז נישט געאייגענט פאר יעדן, און נישט יעדער פארשטייט ווי אזוי די צוויי שטימען. מען דארף זיין גאר גרויס צו פארשטיין ווי אזוי מען געבט זיך אן עצה.
פאר אונז פשוטע מענטשען בלייבט איבער צו טוהן אך ורק כפי דעם שלחן ערוך, און צוגאב צו די מנהג אבותינו בידינו. ווען מיר זעהן אז עפעס שטימט נישט מיט די תורת הנגלה איז נישט אונזער אויפגאבע דאס צו פארענטפערן, נאר מיר דארפן זיך פירן כתורת הנגלה און גלייבען אז זיכער איז זיך די נגלה ונסתר נישט סותר, ווייל ביידע תורת זענען פונעם אויבערשטען און דארט איז נישטא אזא זאך ווי א סתירה. די איינציגע מאל וואס מיר טוהן ווי עס שטייט אין תורת הנסתר איז ווען די פוסקים שרייבען אזוי אדער ווען מיר האבן מקובל דאס צו טוהן. חוץ מזה האט דער פשוטער מענטש נישט קיין שייכות מיט נסתר. דאס איז געמאכט פאר גרויסע לייט. און דערפאר האט מען במשך הדורות אזוי מקפיד געווען איבער ווער עס זאל לערנען תורת הנסתר.
ווען מען זעהט עפעס זאכן אין א ספר וואס מיר ווייסען קלאר אז דער מחבר פונעם ספר איז געווען כשר, טארן מיר זיך נאך אלץ נישט פירן ווי עס שטייט דארט, נאר אויב דאס שטמיט מיט די דרך הנגלה אינאיינעם מיט די מסורה פון יהדות. אויב עס שטימט נישט אין דיינע אויגן, שטיי ווייט. ווייל דו פארשטייסט עס נישט.
ווען עס קומט צו הלכות תשובה האבן מיר פסקי הלכות פון אונזערע ראשונים דער רמב"ם, רבינו ינה, מאירי וכדו', וואס זיי זאגן אונז וואס תשובה מיינט. אין קיין פאל קענען די ווערטער נישט גערירט ווערן. און ווער עס רירט דאס איז אן אפיקורס! וואס מען טוט מיט די מאמרים וואס מען טרעפט אין ספרים שפעטער דארף מען פארשטיין. אבער די פשטות איז וואס די ראשונים און די פוסקי הדורות שרייבן! ווער עס וויל תשובה טוהן זאל קוקען אין די ספרי הפוסקים וואס תשובה מיינט. אנדערע זאכן זענען מושגים און מדריגות.
איך רעד נישט דא אין נאמען פון ידיד הרב @מסתמא, אבער כמדומה איז דאס די נקודה וואס ער פראבירט אזוי שטארק צו ארויס ברענגען. זיינע זיידעס האבן פון ברסלב נישט געוויסט. און ווער ער פראבירט צו קוקען בספרי ברסלב וואס דארט שטייט, זעהט ער זאכן וואס פאר'ן עם הארצישען אויג קוקט אויס בניגוד צו וואס זיין טאטע האט אים אויסגעלערנט. אים האט מען אויסגעלערנט אז תשובה איז דאס וואס רבינו יונה און דער רמב"ם שרייבען, און דארט זעהט ער עפעס חידושים. אים האט מען אויסגעלערנט אז א ממוצע איז נצרות, און דארט זעהט ער זאכן וואס קוקן במושכל ראשון אויס בניגוד לזה. און דאס טאר א מענטש נישט אקצעפטירן! דאס צו פארשטיין דארף מען האבן א רבי וואס איז אויסגעקאכט אין די פשוטע תורת הנגלה כפי המסורת אשכנז, און ער זאל דיר מסביר זיין ווי אזוי די צוויי שטימען. אבער דערווייל, ביז מען טרעפט נישט א רבי וואס איז אין דעם מצב, נעמט מען דעם ספר און מען געבט דאס א קיש מיט'ן גרעסטען מאס ריספעקט, און מען לייגט דאס צוריק אין שאנק. די ספר בלייבט הייליג, אבער איך טאר דאס נישט לערנען, ווייל דאס קען מיר חלילה ברענגען צו מטיל ספק זיין אין דאס וואס מען האט מיר אויסגעלערנט!
@מסתמא איז א געטרייער חתם סופר איד, ער ווייסט וואס דער חתם סופר ותלמידיו האבן אויסגעלערנט, און ער רירט זיך פון דעם נישט כמלא נימא. ער האלט זיך צום שלחן ערוך און צו מנהגי ישראל וואס זענען מקובל מדור דור מיט א מסירות נפש ממש. און צו די זייט איז ער נאך א סאטמארע חסיד וואס אין סאטמאר האט מען נאר געוויסט פון וואס זיך נישט רירן קיין האר פון דאס וואס אונזערע רבי'ס האבן אונז געלערנט. און כדי ער זאל פארשטיין וואס אנדערע צדיקים זאגן דארף ער האבן א צווייטע חתם סופר איד וואס זאל עס אים קלאר מאכן. ווייל זיינע זיידעס פון וועמען ער האט מקבל געווען וואס יהדות איז, האבן פונעם לקוטי מהר"ן נישט געוויסט צו זאגן. און ממילא האט ער נישט קיין מסורה ווי אזוי צו פארשטיין און מקבל זיין וואס דארט שטייט.