אהובי ידידי הרב רבי @שמעלקא.
דו ווייסט ווי אזוי עס קוקט אויס א ישיבה אנהויב זמן. די בחורים מיט די פרישע כאלאטען לערנען ספעציעל פלייסיג, יעדער האט אן עקסטערע חברותא צו לערנען בין הסדרים. מען שטייט אויף פארטאגס נאך פאר די סדר הישיבה, אריין צו כאפן נאך א שיעור. און דער מגיד שיעור קען קוים ווארטען אז די התחדשות זאל אביסעל נאכלאזען. עס איז אים טאקע געשמאק אנהויב זמן ווען ער שפירט אז יעדער האלט מיט, אבער עכ"ז קען ער באשטיין אז דער עולם זאל זיך אביסעל בארואיגען. און טאקע נאך צוויי וואכען איז עולם כמנהגו נוהג.
בערך אזוי בין איך יעצט. עס האט זיך מיר געפענט א פרישע קוואל פון וואס איך האב נאך קיינמאל נישט טועם געווען, און איך בין זייער עקסיידעט מיט דעם. איך ווייס אז יעצט שפירסטו נאך גוט אז מען פרעגט קשיות אין דו קענסט פארענטפערן, אבער ווען עס וועט דורך גיין עטליכע וואכן וועסטו מיד ווערן. נו גיי איך פראבירן אריינצוכאפן ווי לאנג דו ביסט נאך אין די גוסטע.
איך האב פראבירט צו דורך קוקן אסאך אשכולות דא וואס דו האסט געטוישט די קעפל, און רוב מאל האב איך געקענט פארשטיין די סיבה פארוואס דו האסט געטוישט. אבער עס איז דא איין טעמע וואס איך האב מתחילה געשריבען אין די קעפל "איז די טראמפ אסאסענאציע פריוו געווען אונטער געשטעלט?" איז געקומען ידידינו הרב @מסתמא און ער האט לפי תומו באשאפען א פרישע טעמע מיטן קעפל "די טראמפ אטענטאט פריאוו, אן אינסייד ארבעט?" איז געגאנגען אני הקטן און געדריקט דעם באריכט קנעפל אז מען זאל די צוויי אשכולות שמעלצן. איז געקומען ידידי עוז הרב @צייטווייליג און געשמאלצען די צוויי ויקרא שמו בישראל "איז די טראמפ אטענטאט פריאוו געווען אונטער געשטעלט?"
איך וויל נישט דא באהאנדלען די ספעלינג, נאר דא האט זיך שמעלקא אריין גע'שייף' און ארויסגע'שייף'ט און געמאכט א שינוי השם "איז דער אטענטאט אויף טראמפ געווען אונטערגעשטעלט?" אלעס פארשטיי איך, אבער איז דען טראמפ למעשה גע'הרג'עט געווארן? וואס איז געשעהן מיט פריוו/פריאוו? איז נישט אטענטאט טייטש גע'הרג'עט?
וואס מיינט די ווארט אטענטאט?
די שורות ווערן זענען טאקע געשריבען געווארן אל מעלת ידידינו הרב רבי שמעלקא, אבער דאס מיינט נישט אז א צווייטער טאר נישט אריינרעדן. נאר וויבאלד ער איז דער וואס האט עס געטוישט פרעג איך אים. אבער יעדער איז וועלקאם צו קאמענטירן.
וואס מיינט דאס ווארט?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1595
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 3729
וואס מיינט דאס ווארט?
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
Re: וואס מיינט די ווארט...
זייער גוט געפרעגט, הרב @נקודות טובות, דער געלונגענער דעטעקטיוו…
אין די לעצטערע וואכן זענען פארגעקומען מערערע וויכוחים צווישן מגיהים און שרייבער איבער דעם ריכטיגן ווארט פאר אן assassination attempt. אביסל קענסטו זען אינעם 'דער איד' פון יענער וואך, וואס האט געשריבן זייער שטעלונג דערין. און זיי שרייבן אטענטאט, אננעמענדיג אז דאס איז דער טייטש פון א מארד-פרואוו, ווי מערערע יידישע ווערטערביכער שרייבן.
און אויך איך, אן זיך אריינמישן דירעקט אין די וויכוחים, האב אזוי אנגענומען. אבער אז דו, דער פותח האשכול, ווילסט דווקא שרייבן אטענטאט פרואוו, וועל איך זיך נישט קעגנשטעלן.
און אדרבה, אז נאך איינער האט וואס צו זאגן איבער דעם ווארט, זאל ער זיך אוודאי אנרופן.

Re: וואס מיינט דאס ווארט?
איי איי איי... @נקוד’עלע ....
דיינע הקדמות...
דיינע הקדמות...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
א פרייליכן תמיד!
לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 350
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 676
Re: וואס מיינט דאס ווארט?
@נקודות טובות איז די בעסט! נישט פון היינט
וואס אטענטאט מיינט, ווייסעך נישט פונקטליך. אבער וואס @נקודות טובות מיינט ווייסמיר שוין איינמאל...

- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3585
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 9373
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1595
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 3729
Re: וואס מיינט די ווארט...
איך וויל דוקא? אנהויב פלעגט עס מיר באדערן ווען דו האסט געבאבערט מיט מיינע קעפלעך, אבער ביי NOW האב איך שוין שלום געמאכט מיט'ן מצב. האמיר דאך קורא שם געווען @קעפל טוישער פאר א סיבה. דאס איז דאך דיין אויפגאבע דא. @אסמכתא בעלמא באהאנדעלט ציונות, @ווירקליך ליינט אישי'ס א וואך נאכ'ן עס שיקן, @צייטווייליג מישט זיך אריין אין יעדע היציגע דיבאטע, און דו טוישט קעפלעך. טוה ווי דו פארשטייסט...שמעלקא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 7:40 pm זייער גוט געפרעגט, הרב @נקודות טובות, דער געלונגענער דעטעקטיוו…
אין די לעצטערע וואכן זענען פארגעקומען מערערע וויכוחים צווישן מגיהים און שרייבער איבער דעם ריכטיגן ווארט פאר אן assassination attempt. אביסל קענסטו זען אינעם 'דער איד' פון יענער וואך, וואס האט געשריבן זייער שטעלונג דערין. און זיי שרייבן אטענטאט, אננעמענדיג אז דאס איז דער טייטש פון א מארד-פרואוו, ווי מערערע יידישע ווערטערביכער שרייבן.
און אויך איך, אן זיך אריינמישן דירעקט אין די וויכוחים, האב אזוי אנגענומען. אבער אז דו, דער פותח האשכול, ווילסט דווקא שרייבן אטענטאט פרואוו, וועל איך זיך נישט קעגנשטעלן.
און אדרבה, אז נאך איינער האט וואס צו זאגן איבער דעם ווארט, זאל ער זיך אוודאי אנרופן.
איך ווייס נישט וואס די אידישע ביכער שרייבן, אבער איך האב נאכגעקוקט אויף עטליכע ענגלישע וועבסייטס וכולם כאחד אז assassination מיינט די actual מארד. און די פריוו/פריאוו/פרואוו (ווי אזוי ספעלט מען עס?) איז אן attempt. די איד יענע וואך האב איך נישט געליינט, ווייס איך נישט וואס זיי שרייבן.
יעצט לאמיר גיין אזוי. אויב איר פארשטייט אז זעהן איז נישט ריכטיג, וויבאלד מען קוקט ווי אזוי מען שרייבט למעשה. מה נשתנה אטענטאט?
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 350
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 676
Re: וואס מיינט די ווארט...
כפרוביר נאר נידערן די היץ... פליזנקודות טובות האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 16, 2024 12:52 am @צייטווייליג מישט זיך אריין אין יעדע היציגע דיבאטע
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1595
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 3729
Re: וואס מיינט די ווארט...
דער אמת איז, דער אמת'ן אמת ווי @מסתמא וואלט געזאגט. איך בין באמת דאנקבאר פאר דיר און די אנדערע אחראים. נידרען די היץ, און נאכאלץ וואטשען אויף א צווייטענס געפילן איז א קונצליכע און שווערע ארבעט.צייטווייליג האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 16, 2024 7:55 amכפרוביר נאר נידערן די היץ... פליזנקודות טובות האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 16, 2024 12:52 am @צייטווייליג מישט זיך אריין אין יעדע היציגע דיבאטע
נעכטן נאכט נאכן הערן די טראגישע נייעס האב איך באזוכט א צווייטע פלאטפארמע צו זעהן עפעס מער פרטים, און אזוי בין המבואות בין איך אריינגעפאלן אין א שבת נחמו אשכול אויך. און ווער עס האט מיטגעהאלטן וואס דארט איז פארגעגאנגען... איך האב נישט געגלייבט מיינע אויגן וואס איך זעה. פראמינענטע ניקס מיט טויזענטער תגובות אויף זייער רעקארד רייסן זיך ביי די קעפ, נישט אויף אידילאגיע, נאר ממש פערזענליך שבפערזענליך ווער עס קען פליקן בעסער איז א העלד. און ווען איך קום צוריק דא און איך זעה די רואיגקייט וואס הערשט, הגם אין יעדע נושע זענען דא חילוקי דעות, קומט מיין דאנקבארשאפט צו די הנהלה ארויס נאך שטערקער. טענק יו @צייטווייליג,און טענק יו די גאנצע team. ועל כולם, טענק יו אלע ניקס!
פון די אנדערע זייט איז אבער אינטערעסאנט צו זעהן ווי יעדער אחראי האט זיך זיין אויפגאבע. ווען איך זעה אויפן אקטיווע טעמעס בלאט אז די לעצטע תגובה אין א טעמע איז געשריבען געווארן דורך @צייטווייליג, ווייס איך אז דארט איז געווען א היציגע דיבאטע און @צייטווייליג איז אנגעקומען מיט זיין fire extinguisher. ווען איך זעה די לעצטע פאוסט איז פון @שמעלקא ווייס איך אז עפעס א טעכנישע פראבלעם האט איינער געהאט. עס איז אינטערעסאנט פאר מיר צו זעהן ווי אזוי די הנהלה אפערירט.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
Re: וואס מיינט די ווארט...
נקודות טובות האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 16, 2024 12:52 amאיך וויל דוקא? אנהויב פלעגט עס מיר באדערן ווען דו האסט געבאבערט מיט מיינע קעפלעך, אבער ביי NOW האב איך שוין שלום געמאכט מיט'ן מצב. האמיר דאך קורא שם געווען @קעפל טוישער פאר א סיבה. דאס איז דאך דיין אויפגאבע דא. @אסמכתא בעלמא באהאנדעלט ציונות, @ווירקליך ליינט אישי'ס א וואך נאכ'ן עס שיקן, @צייטווייליג מישט זיך אריין אין יעדע היציגע דיבאטע, און דו טוישט קעפלעך. טוה ווי דו פארשטייסט...שמעלקא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 7:40 pm זייער גוט געפרעגט, הרב @נקודות טובות, דער געלונגענער דעטעקטיוו…
אין די לעצטערע וואכן זענען פארגעקומען מערערע וויכוחים צווישן מגיהים און שרייבער איבער דעם ריכטיגן ווארט פאר אן assassination attempt. אביסל קענסטו זען אינעם 'דער איד' פון יענער וואך, וואס האט געשריבן זייער שטעלונג דערין. און זיי שרייבן אטענטאט, אננעמענדיג אז דאס איז דער טייטש פון א מארד-פרואוו, ווי מערערע יידישע ווערטערביכער שרייבן.
און אויך איך, אן זיך אריינמישן דירעקט אין די וויכוחים, האב אזוי אנגענומען. אבער אז דו, דער פותח האשכול, ווילסט דווקא שרייבן אטענטאט פרואוו, וועל איך זיך נישט קעגנשטעלן.
און אדרבה, אז נאך איינער האט וואס צו זאגן איבער דעם ווארט, זאל ער זיך אוודאי אנרופן.
איך ווייס נישט וואס די אידישע ביכער שרייבן, אבער איך האב נאכגעקוקט אויף עטליכע ענגלישע וועבסייטס וכולם כאחד אז assassination מיינט די actual מארד. און די פריוו/פריאוו/פרואוו (ווי אזוי ספעלט מען עס?) איז אן attempt. די איד יענע וואך האב איך נישט געליינט, ווייס איך נישט וואס זיי שרייבן.
יעצט לאמיר גיין אזוי. אויב איר פארשטייט אז זעהן איז נישט ריכטיג, וויבאלד מען קוקט ווי אזוי מען שרייבט למעשה. מה נשתנה אטענטאט?
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
Re: וואס מיינט די ווארט...
אוי וויי, באלד וועסטו מיר אנרופן דער וואס ענטפערט תגובות צוויי וואכן נאכדעם.נקודות טובות האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 16, 2024 12:52 amאיך וויל דוקא? אנהויב פלעגט עס מיר באדערן ווען דו האסט געבאבערט מיט מיינע קעפלעך, אבער ביי NOW האב איך שוין שלום געמאכט מיט'ן מצב. האמיר דאך קורא שם געווען @קעפל טוישער פאר א סיבה. דאס איז דאך דיין אויפגאבע דא. @אסמכתא בעלמא באהאנדעלט ציונות, @ווירקליך ליינט אישי'ס א וואך נאכ'ן עס שיקן, @צייטווייליג מישט זיך אריין אין יעדע היציגע דיבאטע, און דו טוישט קעפלעך. טוה ווי דו פארשטייסט...שמעלקא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 7:40 pm זייער גוט געפרעגט, הרב @נקודות טובות, דער געלונגענער דעטעקטיוו…
אין די לעצטערע וואכן זענען פארגעקומען מערערע וויכוחים צווישן מגיהים און שרייבער איבער דעם ריכטיגן ווארט פאר אן assassination attempt. אביסל קענסטו זען אינעם 'דער איד' פון יענער וואך, וואס האט געשריבן זייער שטעלונג דערין. און זיי שרייבן אטענטאט, אננעמענדיג אז דאס איז דער טייטש פון א מארד-פרואוו, ווי מערערע יידישע ווערטערביכער שרייבן.
און אויך איך, אן זיך אריינמישן דירעקט אין די וויכוחים, האב אזוי אנגענומען. אבער אז דו, דער פותח האשכול, ווילסט דווקא שרייבן אטענטאט פרואוו, וועל איך זיך נישט קעגנשטעלן.
און אדרבה, אז נאך איינער האט וואס צו זאגן איבער דעם ווארט, זאל ער זיך אוודאי אנרופן.
איך ווייס נישט וואס די אידישע ביכער שרייבן, אבער איך האב נאכגעקוקט אויף עטליכע ענגלישע וועבסייטס וכולם כאחד אז assassination מיינט די actual מארד. און די פריוו/פריאוו/פרואוו (ווי אזוי ספעלט מען עס?) איז אן attempt. די איד יענע וואך האב איך נישט געליינט, ווייס איך נישט וואס זיי שרייבן.
יעצט לאמיר גיין אזוי. אויב איר פארשטייט אז זעהן איז נישט ריכטיג, וויבאלד מען קוקט ווי אזוי מען שרייבט למעשה. מה נשתנה אטענטאט?
האסט זיך אומזיסט געעגבערט, ווייל דו וואלטסט געקענט בעטן מ'זאל נישט טוישן דיינע קעפלעך, נאכאלעם האסטו עס געעפנט. אדער וואלטסטו עס געקענט אויסשמועסן, און געזען אז ווען מ'האט עס געטוישט איז עס געווען גרייזיג.
דאס וואס דו האסט געליינט אין ענגליש אז אן assassination איז א מארד, און אן assassination attempt איז א מארד פרואוו, איז נישט קיין סתירה אז אטענטאט מיינט אן assassination attempt. און אז דו ווייסט נישט וואס די אידישע ווערטערביכער שרייבן, פארוואס קוקסטו נישט אריין אהין?