אידישע גראמאטיק

אלעס ארום שרייבעריי און אויסגאבעס
אוועיטער
שמעלקא
מנהל המערכת
פאוסטס: 277
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:23 am
x 186

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שמעלקא »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 7:03 pm
היסטאריש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 3:45 pm @מסתמא און @וואוילער, די כללים זענען נאך קלארער, אבער אביסל אנדערש.

דער איז פאר א זכר, די פאר נקיבה, און דאס פאר נייטראל, אבער נאר ביי נאמינאטיוו. ביי אקוזאטיוו וועט מען שרייבן דעם פאר זכר, די פאר נקיבה, און דאס פאר נייטראל. ביי דאטיוו, דעם פאר זכר, דער פאר נקיבה, און דעם פאר נייטראל. און ביי לשון רבים אייביג די.

נאמינאטיוו: זכר דער, נקיבה די, נייטראל דאס.
אקוזאטיוו: זכר דעם, נקיבה די, נייטראל דאס.
דאטיוו: זכר דעם, נקיבה דער, נייטראל דעם.
איך קען דא אויך אריינרוקען דעם פסוק? כל הנקרא בשמי ולכבודי בראתיו יצרתיו אף עשיתיו פארשטייט זיך מיט די ספרדישע הברה...

@שמעלקא וואס טוט זיך דא??
כ'זע אז @שאינו יודע לשאול האט ריכטיג נאכגעברענגט, כ'האף אז דו ביסט שוין קלאר.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1618
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3847

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך נקודות טובות »

געגאנגן/געגאנגען? געשלאפן/געשלאפען? רופן/רופען? לערנן/לערנען? לויפן/לויפען?

ווען לייגט מען דעם "ע" צום סוף, און ווען נישט?
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3665
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9674

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

@נקודות טובות אויב זוכסטו וואו צו ליינען מער איבער גראמאטיק:
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=66375
אוועיטער
שמעלקא
מנהל המערכת
פאוסטס: 277
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:23 am
x 186

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שמעלקא »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 5:15 pm געגאנגן/געגאנגען? געשלאפן/געשלאפען? רופן/רופען? לערנן/לערנען? לויפן/לויפען?

ווען לייגט מען דעם "ע" צום סוף, און ווען נישט?
אן ע' קומט נאך א מ', נ', נג, נק, און ל'.

געגאנגען, געשלאפן, רופן, לערנען, לויפן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5238
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9630

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שמעלקא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 8:48 pm

וואף...

וויאזוי געדענק מען דאס אויסנווייניג?..

און וואס איז די פשט פון דעם כלל?

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 8:50 pm

וואס איז מיט דיר? דאס איז פון די גרינגסטע כללים אין אידישער גראמאטיק.

דארט וואו דער ע' קומט נישט דארף מען דאך עס נישט אריינלייגן. דארט וואו ס'איז יא דא, פרוביר ארויסצונעמען דעם ע', וועסטו פארשטיין פארוואס ס'ליגט דארט.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3224
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3728

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שמח »

ביי ל' איז עס נאר ווען דער אות בעפאר דעם ל' איז נישט קיין וואקאל נאר א קאָנסאָנאַנט.

וואקאלן:
מאלן
שפילן
טיילן
קוילן

קאָנסאָנאַנטן;
מאנדלען
הימלען
ביגלען
ווערטלען

דוגמאות קרעדיט: ''אידישע ווערטער אוצור''

@נקודות טובות דו וואלסט לכוארה שטארק הנאה געהאט פון דעם ביכל.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3665
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9674

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שמח האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 11:06 pm

דעקל?

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 3:24 pm
שמח האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 11:06 pm
שמעלקא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 8:48 pm
אן ע' קומט נאך א מ', נ', נג, נק, און ל'.

געגאנגען, געשלאפן, רופן, לערנען, לויפן.
ביי ל' איז עס נאר ווען דער אות בעפאר דעם ל' איז נישט קיין וואקאל נאר א קאָנסאָנאַנט.

וואקאלן:
מאלן
שפילן
טיילן
קוילן

קאָנסאָנאַנטן;
מאנדלען
הימלען
ביגלען
ווערטלען

דוגמאות קרעדיט: ''אידישע ווערטער אוצור''

@נקודות טובות דו וואלסט לכוארה שטארק הנאה געהאט פון דעם ביכל.
דעקל?
וואס האט דאס מיט אונזער שמעוס?
מ'רעדט דא פון ווערטער וואס האבן אן ן' ביים ענדע וועט מ'לייגט אן ע' בעפאר דעם ן'.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1618
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3847

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך נקודות טובות »

שמעלקא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 10:14 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 8:50 pm
שמעלקא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 8:48 pm
אן ע' קומט נאך א מ', נ', נג, נק, און ל'.

געגאנגען, געשלאפן, רופן, לערנען, לויפן.
וואף...

וויאזוי געדענק מען דאס אויסנווייניג?..

און וואס איז די פשט פון דעם כלל?
וואס איז מיט דיר? דאס איז פון די גרינגסטע כללים אין אידישער גראמאטיק.

דארט וואו דער ע' קומט נישט דארף מען דאך עס נישט אריינלייגן. דארט וואו ס'איז יא דא, פרוביר ארויסצונעמען דעם ע', וועסטו פארשטיין פארוואס ס'ליגט דארט.
איך האב בקבלה איש מפי איש, אז לא הביישן למד. די גרינגסטע און פשוט'סטע כללים אין גראמאטיק, איז ביי מיר אזוי פרעמד אז עס איז נדמה לי כהר.
פערצופאל מיין איך אז רוב מאל שרייבט איך טאקע אזוי, נישט ווייל איך האב געוויסט די כלל. נאר אזוי האט אין מיינע אויגען אויסגעזעהן צו זיין ריכטיג.

אבער איך האב עטליכע פראגעס אויף דעם. פופצען, אדער פופצן? פופצן ליינט זיך מיר עפעס נישט געשמאק. ואת"ל פופצען מלשון פינף צען, איז די לשון רבים פון קעניג קעניגן אדער קעניגען? און ווי אזוי איז די ספעלינג פון קעניג'טע? און ווי אזוי שרייבט מען אז ער טוט קעניגען אויף צוויי לענדער? אונטערטעניגען אדער אינטערטעניגן? פאראייביגען, אדער פאראייביגן? פארטיידיגען, אדער פארטיידיגן (פארטיידיקן?) איך האב נישט די נערווען צו טראכטען יעצט, אבער עס זענען לכאורה דא נאך אסאך דגמאות.

שאלה צוויי. וואס זענען די כללים ביי רי"ש און למ"ד. שנעלער, שטייטער, עלטער, אינגער, מעקער. פעקל, גלעקל, דעקל, רעקל, קאפל, בערשטל. פאר א רי"ש וועט אלעמאל קומען אן עין, און פאר א למ"ד נישט? און אויב אזוי איז אינגל רינגל ריכטיג, און נישט אינגעל רינגעל?

ובדרך אגב, דו שרייבסט פאר אן עין, ווייל מיר ווייסען די כלל אז פאר אן אל"ף אדער אן עי"ן שרייבט מען אן און נישט א. ווען מען שרייבט ער איז א איד, שרייבט מען נישט ער איז אן איד. האט דאס עפעס כללים, אדער נאר וויבאלד מיר זאגן יוד אנשטאט איד?

ואגב דאגב. ווי אזוי שרייבט מען. זען אדער זעהן? אים אדער איהם? צען אדער צעהן? מנחם מענדל פלעגט שרייבען איהם זעהן וכדו', און דערפאר שרייבט איך ע"פ רוב אויך אזוי, אבער איז דאס ריכטיג?
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3224
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3728

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שמח »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 4:32 pm

יוש ביסטו גוט!!!

כ'וועל ענטפערן וואס איך טראכט, מיז נישט זיין ס'איז ריכטיג.

(אגב, פינג @יחליצך @שמעון יואל
דאכט זיך מיר ענק קענען אויך גאר גוט שפראך און גראמאטיק)

פופצען מאכט סענס אז ס'איז צוליב דעם וואס ס'איז צאמגעשטעלט.

בכלל, יעדע ווארט וואס דער עצם ווארט ענדיגט זיך מיט אן ע' וועט עס ווי פארשטענדליך בלייב אפי' ווען מ'לייגט צו א ן'.

ר' און ל' ביסטו לכוארה גערעכט אז ס'קומט נאר ביי ר' און מ'שרייבט נישט אינגעל, רינגעל נאר אינגל און רינגל.

און בנוגע דיין אגב... איבער ''אן'' קוקט מיר אויך אויס אז די ביסט גערעכט.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3665
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9674

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שמח האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 3:46 pm
► Show Spoiler
וואס האט דאס מיט אונזער שמעוס?
מ'רעדט דא פון ווערטער וואס האבן אן ן' ביים ענדע וועט מ'לייגט אן ע' בעפאר דעם ן'.
אנטשולדיגט פארן זיך נישט מסביר זיין.

האסט געשריבן איבער א ביכל וואס הייסט "אידישע ווערטער אוצר", האב איך געפרעגט צו דו האסט א בילד פונעם דעקל, כ'זאל עס קענען אידענטיפיצירן...

#צובראכענע טעלעפאן
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3665
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9674

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 4:32 pm
שמעלקא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 10:14 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 8:50 pm

וואף...

וויאזוי געדענק מען דאס אויסנווייניג?..

און וואס איז די פשט פון דעם כלל?
וואס איז מיט דיר? דאס איז פון די גרינגסטע כללים אין אידישער גראמאטיק.

דארט וואו דער ע' קומט נישט דארף מען דאך עס נישט אריינלייגן. דארט וואו ס'איז יא דא, פרוביר ארויסצונעמען דעם ע', וועסטו פארשטיין פארוואס ס'ליגט דארט.
איך האב בקבלה איש מפי איש, אז לא הביישן למד. די גרינגסטע און פשוט'סטע כללים אין גראמאטיק, איז ביי מיר אזוי פרעמד אז עס איז נדמה לי כהר.
פערצופאל מיין איך אז רוב מאל שרייבט איך טאקע אזוי, נישט ווייל איך האב געוויסט די כלל. נאר אזוי האט אין מיינע אויגען אויסגעזעהן צו זיין ריכטיג.

אבער איך האב עטליכע פראגעס אויף דעם. פופצען, אדער פופצן? פופצן ליינט זיך מיר עפעס נישט געשמאק. ואת"ל פופצען מלשון פינף צען, איז די לשון רבים פון קעניג קעניגן אדער קעניגען? און ווי אזוי איז די ספעלינג פון קעניג'טע? און ווי אזוי שרייבט מען אז ער טוט קעניגען אויף צוויי לענדער? אונטערטעניגען אדער אינטערטעניגן? פאראייביגען, אדער פאראייביגן? פארטיידיגען, אדער פארטיידיגן (פארטיידיקן?) איך האב נישט די נערווען צו טראכטען יעצט, אבער עס זענען לכאורה דא נאך אסאך דגמאות.

שאלה צוויי. וואס זענען די כללים ביי רי"ש און למ"ד. שנעלער, שטייטער, עלטער, אינגער, מעקער. פעקל, גלעקל, דעקל, רעקל, קאפל, בערשטל. פאר א רי"ש וועט אלעמאל קומען אן עין, און פאר א למ"ד נישט? און אויב אזוי איז אינגל רינגל ריכטיג, און נישט אינגעל רינגעל?

ובדרך אגב, דו שרייבסט פאר אן עין, ווייל מיר ווייסען די כלל אז פאר אן אל"ף אדער אן עי"ן שרייבט מען אן און נישט א. ווען מען שרייבט ער איז א איד, שרייבט מען נישט ער איז אן איד. האט דאס עפעס כללים, אדער נאר וויבאלד מיר זאגן יוד אנשטאט איד?

ואגב דאגב. ווי אזוי שרייבט מען. זען אדער זעהן? אים אדער איהם? צען אדער צעהן? מנחם מענדל פלעגט שרייבען איהם זעהן וכדו', און דערפאר שרייבט איך ע"פ רוב אויך אזוי, אבער איז דאס ריכטיג?
כ'האב אמאל געהערט איבער זעהן/זען וכו' אז די ריכטיגע וועג איז מיטן ה"א, אבער היינט צוטאגס, וויבאלד רוב מענטשן שרייבן נישט אזוי, וועט זיך עס ליינען קראצעדיג. אלע מגיהים פון אויסגאבעס וכדו' נעמען ארויס די ה"א, נישט וויבאלד ס'קומט אן דעם, נאר ווייל ס'איז בעל כרחך אזוי געווארן אז קיינער שרייבט נישט אזוי.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3224
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3728

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שמח »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 8:02 pm
שמח האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 3:46 pm
► Show Spoiler
וואס האט דאס מיט אונזער שמעוס?
מ'רעדט דא פון ווערטער וואס האבן אן ן' ביים ענדע וועט מ'לייגט אן ע' בעפאר דעם ן'.
אנטשולדיגט פארן זיך נישט מסביר זיין.

האסט געשריבן איבער א ביכל וואס הייסט "אידישע ווערטער אוצר", האב איך געפרעגט צו דו האסט א בילד פונעם דעקל, כ'זאל עס קענען אידענטיפיצירן...

#צובראכענע טעלעפאן
כ'וועל פראבירן שפעטער אי''ה.

אויב איך פארגעס מעג מען מיר דערמאנען...
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
שמעלקא
מנהל המערכת
פאוסטס: 277
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:23 am
x 186

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שמעלקא »

שמח האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 11:06 pm
שמעלקא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 8:48 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 5:15 pm געגאנגן/געגאנגען? געשלאפן/געשלאפען? רופן/רופען? לערנן/לערנען? לויפן/לויפען?

ווען לייגט מען דעם "ע" צום סוף, און ווען נישט?
אן ע' קומט נאך א מ', נ', נג, נק, און ל'.

געגאנגען, געשלאפן, רופן, לערנען, לויפן.
ביי ל' איז עס נאר ווען דער אות בעפאר דעם ל' איז נישט קיין וואקאל נאר א קאָנסאָנאַנט.

וואקאלן:
מאלן
שפילן
טיילן
קוילן

קאָנסאָנאַנטן;
מאנדלען
הימלען
ביגלען
ווערטלען

דוגמאות קרעדיט: ''אידישע ווערטער אוצור''

@נקודות טובות דו וואלסט לכוארה שטארק הנאה געהאט פון דעם ביכל.
ריכטיג.
אוועיטער
שמעלקא
מנהל המערכת
פאוסטס: 277
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:23 am
x 186

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שמעלקא »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 4:32 pm
שמעלקא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 10:14 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 8:50 pm

וואף...

וויאזוי געדענק מען דאס אויסנווייניג?..

און וואס איז די פשט פון דעם כלל?
וואס איז מיט דיר? דאס איז פון די גרינגסטע כללים אין אידישער גראמאטיק.

דארט וואו דער ע' קומט נישט דארף מען דאך עס נישט אריינלייגן. דארט וואו ס'איז יא דא, פרוביר ארויסצונעמען דעם ע', וועסטו פארשטיין פארוואס ס'ליגט דארט.
איך האב בקבלה איש מפי איש, אז לא הביישן למד. די גרינגסטע און פשוט'סטע כללים אין גראמאטיק, איז ביי מיר אזוי פרעמד אז עס איז נדמה לי כהר.
פערצופאל מיין איך אז רוב מאל שרייבט איך טאקע אזוי, נישט ווייל איך האב געוויסט די כלל. נאר אזוי האט אין מיינע אויגען אויסגעזעהן צו זיין ריכטיג.

אבער איך האב עטליכע פראגעס אויף דעם. פופצען, אדער פופצן? פופצן ליינט זיך מיר עפעס נישט געשמאק. ואת"ל פופצען מלשון פינף צען, איז די לשון רבים פון קעניג קעניגן אדער קעניגען? און ווי אזוי איז די ספעלינג פון קעניג'טע? און ווי אזוי שרייבט מען אז ער טוט קעניגען אויף צוויי לענדער? אונטערטעניגען אדער אינטערטעניגן? פאראייביגען, אדער פאראייביגן? פארטיידיגען, אדער פארטיידיגן (פארטיידיקן?) איך האב נישט די נערווען צו טראכטען יעצט, אבער עס זענען לכאורה דא נאך אסאך דגמאות.

שאלה צוויי. וואס זענען די כללים ביי רי"ש און למ"ד. שנעלער, שטייטער, עלטער, אינגער, מעקער. פעקל, גלעקל, דעקל, רעקל, קאפל, בערשטל. פאר א רי"ש וועט אלעמאל קומען אן עין, און פאר א למ"ד נישט? און אויב אזוי איז אינגל רינגל ריכטיג, און נישט אינגעל רינגעל?

ובדרך אגב, דו שרייבסט פאר אן עין, ווייל מיר ווייסען די כלל אז פאר אן אל"ף אדער אן עי"ן שרייבט מען אן און נישט א. ווען מען שרייבט ער איז א איד, שרייבט מען נישט ער איז אן איד. האט דאס עפעס כללים, אדער נאר וויבאלד מיר זאגן יוד אנשטאט איד?

ואגב דאגב. ווי אזוי שרייבט מען. זען אדער זעהן? אים אדער איהם? צען אדער צעהן? מנחם מענדל פלעגט שרייבען איהם זעהן וכדו', און דערפאר שרייבט איך ע"פ רוב אויך אזוי, אבער איז דאס ריכטיג?
קודם לערן זיך אויס דעם כלל: מ'שרייבט נישט קיין שטומע עינ'ס, אויסער וואו דער כלל איז בפירוש אז יא. אלזא, פופצן.

לשון רבים פון קעניג איז קעניגן. און א פרוי-קעניג איז קעניגין, ווי ביי אסאך ווערטער וואס ביי דעם לשון נקיבה קומט צו דער -ין סופיקס. און אויך טוט ער קעניגן אויף אסאך לענדער.

ער טוט קעניגן אויפ'ן לאנד, טוט אונטערטעניגן זיינע בירגער, טוט פאראייביגן זיין אנדענק, און טוט פארטיידיגן (נישט פארטיידיקן, ווי די יידישיסטן פלעגן שרייבן) זיינע רעכטן.

איבער דעם עין פאר א ריש אדער למד, ווענדט זיך פון וואס דאס ווארט איז צוזאמענגעשטעלט. ביי די ווערטער וואס דו ברענגסט מיט -ער איז דער -ער א סופיקס וואס איז צוגעקומען צום שטאם פון ווארט ביים קאמפאראטיוו (אינגער, נאנטער) אדער ביים טוער - דער וואס טוט (א מעקער, א זינגער, א שניידער), און דער למד, ביי די ווערטער וואס דו ברענגסט צו, איז צוגעקומען אלס סופיקס ביים דימינוטיוו אלס בלויזער למד (ראק - רעקל, בארשט - בערשטל). טראכט אויך וויאזוי מ'זאגט ארויס די ווערטער, שנעלער און עלטער זאגט מען ארויס אנדערש ווי גלעקל און דעקל. דארט איז עס גארנישט קיין שטומער עין. אינגל און רינגל זענען אלזא ריכטיג.

יא, דער כלל איז אז ס'ווענדט זיך וויאזוי מ'זאגט ארויס דאס ווארט. נאר אויב איז עס מיט'ן אלף/עין קלאנג שרייבט מען אַן אנשטאט אַ.

מ'שרייבט אויך נישט קיין שטומע הא'ס. זען, אים, צען. מנחם מענדל איז געווען פון די אמאליגע שרייבערס וואס פלעגן נאך יא אריינלייגן שטומע הא'ס און עינ'ס.
אוועיטער
שמעלקא
מנהל המערכת
פאוסטס: 277
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:23 am
x 186

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שמעלקא »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 8:05 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 4:32 pm
שמעלקא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 10:14 pm
וואס איז מיט דיר? דאס איז פון די גרינגסטע כללים אין אידישער גראמאטיק.

דארט וואו דער ע' קומט נישט דארף מען דאך עס נישט אריינלייגן. דארט וואו ס'איז יא דא, פרוביר ארויסצונעמען דעם ע', וועסטו פארשטיין פארוואס ס'ליגט דארט.
איך האב בקבלה איש מפי איש, אז לא הביישן למד. די גרינגסטע און פשוט'סטע כללים אין גראמאטיק, איז ביי מיר אזוי פרעמד אז עס איז נדמה לי כהר.
פערצופאל מיין איך אז רוב מאל שרייבט איך טאקע אזוי, נישט ווייל איך האב געוויסט די כלל. נאר אזוי האט אין מיינע אויגען אויסגעזעהן צו זיין ריכטיג.

אבער איך האב עטליכע פראגעס אויף דעם. פופצען, אדער פופצן? פופצן ליינט זיך מיר עפעס נישט געשמאק. ואת"ל פופצען מלשון פינף צען, איז די לשון רבים פון קעניג קעניגן אדער קעניגען? און ווי אזוי איז די ספעלינג פון קעניג'טע? און ווי אזוי שרייבט מען אז ער טוט קעניגען אויף צוויי לענדער? אונטערטעניגען אדער אינטערטעניגן? פאראייביגען, אדער פאראייביגן? פארטיידיגען, אדער פארטיידיגן (פארטיידיקן?) איך האב נישט די נערווען צו טראכטען יעצט, אבער עס זענען לכאורה דא נאך אסאך דגמאות.

שאלה צוויי. וואס זענען די כללים ביי רי"ש און למ"ד. שנעלער, שטייטער, עלטער, אינגער, מעקער. פעקל, גלעקל, דעקל, רעקל, קאפל, בערשטל. פאר א רי"ש וועט אלעמאל קומען אן עין, און פאר א למ"ד נישט? און אויב אזוי איז אינגל רינגל ריכטיג, און נישט אינגעל רינגעל?

ובדרך אגב, דו שרייבסט פאר אן עין, ווייל מיר ווייסען די כלל אז פאר אן אל"ף אדער אן עי"ן שרייבט מען אן און נישט א. ווען מען שרייבט ער איז א איד, שרייבט מען נישט ער איז אן איד. האט דאס עפעס כללים, אדער נאר וויבאלד מיר זאגן יוד אנשטאט איד?

ואגב דאגב. ווי אזוי שרייבט מען. זען אדער זעהן? אים אדער איהם? צען אדער צעהן? מנחם מענדל פלעגט שרייבען איהם זעהן וכדו', און דערפאר שרייבט איך ע"פ רוב אויך אזוי, אבער איז דאס ריכטיג?
כ'האב אמאל געהערט איבער זעהן/זען וכו' אז די ריכטיגע וועג איז מיטן ה"א, אבער היינט צוטאגס, וויבאלד רוב מענטשן שרייבן נישט אזוי, וועט זיך עס ליינען קראצעדיג. אלע מגיהים פון אויסגאבעס וכדו' נעמען ארויס די ה"א, נישט וויבאלד ס'קומט אן דעם, נאר ווייל ס'איז בעל כרחך אזוי געווארן אז קיינער שרייבט נישט אזוי.
ווער מאכט אפ צי ס'קומט שטומע הא'ס אדער נישט?
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3665
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9674

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שמעלקא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:12 am

יעדער קען שרייבן וויאזוי ס'שמעקט אים, אבער ווען ס'קומט צו אידישע ליטעראטור, האבן די מגיהים דאס לעצטע ווארט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5238
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9630

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שמעלקא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 10:14 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 8:50 pm
שמעלקא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 8:48 pm
אן ע' קומט נאך א מ', נ', נג, נק, און ל'.

געגאנגען, געשלאפן, רופן, לערנען, לויפן.
וואף...

וויאזוי געדענק מען דאס אויסנווייניג?..

און וואס איז די פשט פון דעם כלל?
וואס איז מיט דיר? דאס איז פון די גרינגסטע כללים אין אידישער גראמאטיק.

דארט וואו דער ע' קומט נישט דארף מען דאך עס נישט אריינלייגן. דארט וואו ס'איז יא דא, פרוביר ארויסצונעמען דעם ע', וועסטו פארשטיין פארוואס ס'ליגט דארט.

כאפטי. געכאפט. געוואלדיג.

א יישר כח גאונינו הרב @שמעלקא.
אוועיטער
שמעלקא
מנהל המערכת
פאוסטס: 277
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:23 am
x 186

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שמעלקא »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 8:56 am
שמעלקא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:12 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 8:05 pm
כ'האב אמאל געהערט איבער זעהן/זען וכו' אז די ריכטיגע וועג איז מיטן ה"א, אבער היינט צוטאגס, וויבאלד רוב מענטשן שרייבן נישט אזוי, וועט זיך עס ליינען קראצעדיג. אלע מגיהים פון אויסגאבעס וכדו' נעמען ארויס די ה"א, נישט וויבאלד ס'קומט אן דעם, נאר ווייל ס'איז בעל כרחך אזוי געווארן אז קיינער שרייבט נישט אזוי.
ווער מאכט אפ צי ס'קומט שטומע הא'ס אדער נישט?
יעדער קען שרייבן וויאזוי ס'שמעקט אים, אבער ווען ס'קומט צו אידישע ליטעראטור, האבן די מגיהים דאס לעצטע ווארט.
אט אזוי. און דאס דאס מיינט אז אן א הא איז ריכטיגער.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3665
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9674

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שמעלקא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 7:27 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 8:56 am
שמעלקא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:12 am
ווער מאכט אפ צי ס'קומט שטומע הא'ס אדער נישט?
יעדער קען שרייבן וויאזוי ס'שמעקט אים, אבער ווען ס'קומט צו אידישע ליטעראטור, האבן די מגיהים דאס לעצטע ווארט.
אט אזוי. און דאס דאס מיינט אז אן א הא איז ריכטיגער.
אה, כ'האב געמיינט אז דיין פראגע איז אויפן פארקערטן ריכטונג. דער מגיה וואס האט מיר געזאגט אז מ'נעמט היינט ארויס די שטומע ה"א האט מיר געזאגט אז אינעם אריגינעלן אידיש שרייבט מען עס יא מיטן שטומען ה"א. דאס האב איך געמיינט ווען איך האב געזאגט אז אזוי איז עס ריכטיג.
אוועיטער
שמעלקא
מנהל המערכת
פאוסטס: 277
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:23 am
x 186

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שמעלקא »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 7:37 pm
שמעלקא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 7:27 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 8:56 am
יעדער קען שרייבן וויאזוי ס'שמעקט אים, אבער ווען ס'קומט צו אידישע ליטעראטור, האבן די מגיהים דאס לעצטע ווארט.
אט אזוי. און דאס דאס מיינט אז אן א הא איז ריכטיגער.
אה, כ'האב געמיינט אז דיין פראגע איז אויפן פארקערטן ריכטונג. דער מגיה וואס האט מיר געזאגט אז מ'נעמט היינט ארויס די שטומע ה"א האט מיר געזאגט אז אינעם אריגינעלן אידיש שרייבט מען עס יא מיטן שטומען ה"א. דאס האב איך געמיינט ווען איך האב געזאגט אז אזוי איז עס ריכטיג.
גוט. אריגינעל אנשטאט ריכטיג.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1618
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3847

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך נקודות טובות »

שמעלקא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:12 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 8:05 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 4:32 pm

איך האב בקבלה איש מפי איש, אז לא הביישן למד. די גרינגסטע און פשוט'סטע כללים אין גראמאטיק, איז ביי מיר אזוי פרעמד אז עס איז נדמה לי כהר.
פערצופאל מיין איך אז רוב מאל שרייבט איך טאקע אזוי, נישט ווייל איך האב געוויסט די כלל. נאר אזוי האט אין מיינע אויגען אויסגעזעהן צו זיין ריכטיג.

אבער איך האב עטליכע פראגעס אויף דעם. פופצען, אדער פופצן? פופצן ליינט זיך מיר עפעס נישט געשמאק. ואת"ל פופצען מלשון פינף צען, איז די לשון רבים פון קעניג קעניגן אדער קעניגען? און ווי אזוי איז די ספעלינג פון קעניג'טע? און ווי אזוי שרייבט מען אז ער טוט קעניגען אויף צוויי לענדער? אונטערטעניגען אדער אינטערטעניגן? פאראייביגען, אדער פאראייביגן? פארטיידיגען, אדער פארטיידיגן (פארטיידיקן?) איך האב נישט די נערווען צו טראכטען יעצט, אבער עס זענען לכאורה דא נאך אסאך דגמאות.

שאלה צוויי. וואס זענען די כללים ביי רי"ש און למ"ד. שנעלער, שטייטער, עלטער, אינגער, מעקער. פעקל, גלעקל, דעקל, רעקל, קאפל, בערשטל. פאר א רי"ש וועט אלעמאל קומען אן עין, און פאר א למ"ד נישט? און אויב אזוי איז אינגל רינגל ריכטיג, און נישט אינגעל רינגעל?

ובדרך אגב, דו שרייבסט פאר אן עין, ווייל מיר ווייסען די כלל אז פאר אן אל"ף אדער אן עי"ן שרייבט מען אן און נישט א. ווען מען שרייבט ער איז א איד, שרייבט מען נישט ער איז אן איד. האט דאס עפעס כללים, אדער נאר וויבאלד מיר זאגן יוד אנשטאט איד?

ואגב דאגב. ווי אזוי שרייבט מען. זען אדער זעהן? אים אדער איהם? צען אדער צעהן? מנחם מענדל פלעגט שרייבען איהם זעהן וכדו', און דערפאר שרייבט איך ע"פ רוב אויך אזוי, אבער איז דאס ריכטיג?
כ'האב אמאל געהערט איבער זעהן/זען וכו' אז די ריכטיגע וועג איז מיטן ה"א, אבער היינט צוטאגס, וויבאלד רוב מענטשן שרייבן נישט אזוי, וועט זיך עס ליינען קראצעדיג. אלע מגיהים פון אויסגאבעס וכדו' נעמען ארויס די ה"א, נישט וויבאלד ס'קומט אן דעם, נאר ווייל ס'איז בעל כרחך אזוי געווארן אז קיינער שרייבט נישט אזוי.
ווער מאכט אפ צי ס'קומט שטומע הא'ס אדער נישט?
ווען עס קומט צום אידישער שפראך איז באמת זייער שווער צו זאגן ווי אזוי עס קומט די אויסלייג פון די ווערטער. די אידישע שפראך איז אריבער צו פיל טוישונגען במשך הדורות, געוואנדען אין יעדע פלאץ ווי מען האט געוואוינט לויטן אקצענט. ממילא איז נישט באמת שייך צו זאגן כללים איבער די שפראך מיסודו. ווען מען קוקט אריין אין די איר אלטע דייטשע אידישע כתבים קען מען זיך ברעכען די ציין ביז מען קען צוזאמען קראצן א גאנצע שורה פון ווערטער. יעדע שטיק צייט איז געווען א פרישע ווערסיע פון די אידישע שפראך.

מנחם מענדל איז שוין זייער זייער שפעט אין די געים, און דאך פלעגט ער אלעמאל שרייבען אנשטאט יאר - יאהר, אים - איהם, זען - זעהן, טון - טוהן, פיר - פיהר, טיר - טיהר, איר - איהר, פול - פוהל. פון ערגעץ איז די ה"א געקומען. ער האט דאס נישט אליינס באשאפען. די מציאות איז אז די אמאליגע שרייבער האבן זייער ליעב געהאט דעם אות ה' און אזוי אויך דעם עי"ן. וואו זיי האבן געקענט האבן זיי דאס אריינגערוקט, אסאך מאל קוקט אויס ווי די צוויי אותיות זענען פשוט געווען בחינם ממילא האבן זיי דאס אריינגעריקט סתם פארוואס נישט. פון לידער איז געווארן ליעדער, פון באליבסטער - בעליעבסטער. און אזוי ווייטער און ווייטער.

אזוי אויך איז ביז נישט לאנג צוריק געווען אנשטאט הענט - הענד, געלט - געלד. אבער עכ"ז אין אנדערע זמנים האבן זיי ארויסגענומען דעם עין און געלייגט צוויי יו"ד בענקשאפט - ביינקשאפט, זענען - זיינען. וכו' וכו'. אזוי איז אויך געווען אנשטאט ברענעדיגער - ברענעדיקער. פארטיידיגן - פארטיידיקן. אדער אנשטאט דאפעלט - טאפעלט. אונזער אידיש איז שוין ניטאמאל א ווייטע קוזין מיטן לשון אשכנז פונעם מהרי"ל.

אגב, וואס זאגט איר איבער די גראמאטיק פון מנחם מענדל? איז ער גראמאטיש אויסגעהאלטען בדרך כלל חוץ פון די פאר זאכן וואס מיר שרייבען היינט אנדערש ווי אמאל?
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
שמעלקא
מנהל המערכת
פאוסטס: 277
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:23 am
x 186

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שמעלקא »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 11:04 pm
שמעלקא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:12 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 8:05 pm
כ'האב אמאל געהערט איבער זעהן/זען וכו' אז די ריכטיגע וועג איז מיטן ה"א, אבער היינט צוטאגס, וויבאלד רוב מענטשן שרייבן נישט אזוי, וועט זיך עס ליינען קראצעדיג. אלע מגיהים פון אויסגאבעס וכדו' נעמען ארויס די ה"א, נישט וויבאלד ס'קומט אן דעם, נאר ווייל ס'איז בעל כרחך אזוי געווארן אז קיינער שרייבט נישט אזוי.
ווער מאכט אפ צי ס'קומט שטומע הא'ס אדער נישט?
ווען עס קומט צום אידישער שפראך איז באמת זייער שווער צו זאגן ווי אזוי עס קומט די אויסלייג פון די ווערטער. די אידישע שפראך איז אריבער צו פיל טוישונגען במשך הדורות, געוואנדען אין יעדע פלאץ ווי מען האט געוואוינט לויטן אקצענט. ממילא איז נישט באמת שייך צו זאגן כללים איבער די שפראך מיסודו. ווען מען קוקט אריין אין די איר אלטע דייטשע אידישע כתבים קען מען זיך ברעכען די ציין ביז מען קען צוזאמען קראצן א גאנצע שורה פון ווערטער. יעדע שטיק צייט איז געווען א פרישע ווערסיע פון די אידישע שפראך.

מנחם מענדל איז שוין זייער זייער שפעט אין די געים, און דאך פלעגט ער אלעמאל שרייבען אנשטאט יאר - יאהר, אים - איהם, זען - זעהן, טון - טוהן, פיר - פיהר, טיר - טיהר, איר - איהר, פול - פוהל. פון ערגעץ איז די ה"א געקומען. ער האט דאס נישט אליינס באשאפען. די מציאות איז אז די אמאליגע שרייבער האבן זייער ליעב געהאט דעם אות ה' און אזוי אויך דעם עי"ן. וואו זיי האבן געקענט האבן זיי דאס אריינגערוקט, אסאך מאל קוקט אויס ווי די צוויי אותיות זענען פשוט געווען בחינם ממילא האבן זיי דאס אריינגעריקט סתם פארוואס נישט. פון לידער איז געווארן ליעדער, פון באליבסטער - בעליעבסטער. און אזוי ווייטער און ווייטער.

אזוי אויך איז ביז נישט לאנג צוריק געווען אנשטאט הענט - הענד, געלט - געלד. אבער עכ"ז אין אנדערע זמנים האבן זיי ארויסגענומען דעם עין און געלייגט צוויי יו"ד בענקשאפט - ביינקשאפט, זענען - זיינען. וכו' וכו'. אזוי איז אויך געווען אנשטאט ברענעדיגער - ברענעדיקער. פארטיידיגן - פארטיידיקן. אדער אנשטאט דאפעלט - טאפעלט. אונזער אידיש איז שוין ניטאמאל א ווייטע קוזין מיטן לשון אשכנז פונעם מהרי"ל.

אגב, וואס זאגט איר איבער די גראמאטיק פון מנחם מענדל? איז ער גראמאטיש אויסגעהאלטען בדרך כלל חוץ פון די פאר זאכן וואס מיר שרייבען היינט אנדערש ווי אמאל?
מוז מען זאגן אז ס׳קומט וויאזוי מ'שרייבט למעשה. אז מ'שרייבט אן א הא, איז אן א הא ריכטיגער.

כ'וועל דיר זאגן דעם אמת, איך האב נישט קיין סאך געליינט מנחם מעדל, איך בין שוין אויפגעוואקסן אויף יאיר וויינשטאק און די מעלות.
שרייב פאוסט