א גוט מארגן.
העי העי, מיין גוטע פריינט
@פופציגער, האסט זיכער נישט געכאפט, אבער האסט דא באוואשן א איד ווי א סוטה פאר'ן חטא פון ברענגען קראנטע ציפערן און וואלידע אינפארמאציע.
1) זאגסט אז די היימשטאט האט דא גארנישט געמיינט צו קאנעקטן מיט די רוצחים-גנבים-עדיטאריעלס וואס זיי שרייבן (מיט וואס איך בין גראדע טיילווייז מסכים) נאר דא האבן זיי געמיינט דערמיט די שבח פון די קאוויד דעוועלאפער... אדער סתם געמיינט צו שרייבן א רענדאם נייעס... ארלעדיגט, ווער עס ליינט פארשטייט אנדערש, סוי זייער כוונה איז פשוט ראנג ארויס.
2) זאגסט אז מ'רעדט פון א קאמפעריסאן פון פאר קאוויד צו יעצט, ער ווייזט דיר אז יעצט איז עס סאך טייערער.
3) זגאסט אז מ'רעכנט דא נאר חודש יולי, מסכים, אבער ווען חודש יולי איז געווען א "ווילדע אויסנאם", און מ'לייגט עס אראפ ווי "2024 כך וכך" נאר עס שטייט אין די זייט אז דאס איז לויט יולי, איז עס פארנארט.
4) זאגסט אז די טעות שטאמט פון וואל סטריט דזשורנאל, ס'נישט ריכטיג, ווייל זיי באריכטן יעדן טאג אז ס'גייט ארויף, ממילא מעגן זיי פארציילן יולי אז יעצט איז עס אראפ. איך האב נישט געזען קיין פראנט פעידזש העדליין ביי אונז אז מילעך און קאפי איז געשטיגן, כאטש ס'איז יעצט א העדליין אויף די הייליגע וואל סטריט דזשורנאל...
- Screenshot 2024-07-29 080645.jpg (41.26 KiB) געזען געווארן 531 מאל
און קיינער האט נישט אראפגעריסן די היימשטאט. און ווען יא וואלט איך געווען דער לעצטער זיך צוצושטעלן, ווי דו ווייסט.
סך הכל ווייזט מען, אזוי ווי ביי די עלעוועיטארס, אז ווען ס'קומט צו די נושא פון דעוועלאפערס איז אריין דארט עפעס א דיבוק וואס איז זייער נאנט צו נאנסענס, און מ'איז נישט עובר אויף בל תגיד ווען מ'ווייזט די עכטע נומערן.
נו, צוריק צו די פאזיטיווע נייעס!