"דירות" אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 284

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

Monroe On Scene האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 6:59 pm מאך א טשארט פין אונטערעסט אויף די קאנסטראקשען לאונס וואס איז טריפלט
מאך א טשארט פין סעמענט וואס איז מסתמה דאפלט
ען סוי אן אלעס אלעס איז ארויף
איינער האט געפאוסט די טשארטס כלייג עס פאר די אינפא
לאונס
LOANS.png
LOANS.png (63.68 KiB) געזען געווארן 396 מאל
שיטראק
Sheetrock.png
Sheetrock.png (141.15 KiB) געזען געווארן 396 מאל
סמענט
CONCRETE.png
CONCRETE.png (76.72 KiB) געזען געווארן 396 מאל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2503
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6558

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

Monroe On Scene האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 8:21 pm שאינו יודע כבין מודה על אמת כהאב נישט געזען און באמערקט די קעפל פין קאוויד אבער קאוויד איז דעך געווען 2019
עניוועי אויך דעיס איז נישט אמת
קיק גוט די טשארטס סאיז סאך העכער ווי פאר קאוויד
סוי נעקסט טיים מאכט מען נישט א העדליין איבערקערניש פאר א אימקראנטע זאך
ספעלט ניש אויס
יולי 2019 זענען נאך געווען די בעפאר קאוויד פרייזן

יולי 2024, די צייט ווען מ’קוקט די פרייז פונעם חודש, די צייט ווען מ’רעכנט די פרייזן פונעם היי יאריגן בוי סעזאן, איז עס געווען ביליגער ווי פאר קאוויד. דאס זאגט דער ארטיקל.

די וואל סטריט זשורנאל האט עס געשריבן צו טשעפענען.
אויך יואליש פעלזן האט עס געלייגט אויף זיין סטאטוס צו טשעפענעם די קרית יואלע דעוועלאפער.

נעבעך.

עכט נעבעך. פלעין נעבעך.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4015
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11007

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

Monroe On Scene האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 8:21 pm אבער קאוויד איז דעך געווען 2019
:lol: :lol: :lol:

כאפסט?! אמער, אין כינע און איטאליע זענען דאך שוין געווען לאקדאונס אום 19'...

עכט באדערט אים עס נישט, ער איז בלויז דא פארן אמת...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2503
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6558

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

עפעס ליגט מיר אין קאפ א מעשה מיט א געפאקטע מקוה, עפעס א נאר וואס איז דארט געווען, און עפעס א שערורי’ ארום דעם נאר’ס אנוועזנהייט, עפעס אריינגיין, ארויסגיין, עפעס אומקלאר...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 284

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

כבין נישט געמאכט פאר שארפע אטאקירונגס כוויל נישט דא קיינעם באדערן
כזאג נאר אז מהאט געמאכט נאך א מיסטעיק צו נאכעמאל בארעדן די בויער מיט א ניש אמתע זאך
און סיז געווען א מיסטעיק וואס יעדער קען זען
קען טאקע זיין מהאט נישט געמיינט שלעכטס. זייער גיט
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2503
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6558

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

Monroe On Scene האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 8:41 pm כבין נישט געמאכט פאר שארפע אטאקירונגס כוויל נישט דא קיינעם באדערן
כזאג נאר אז מהאט געמאכט נאך א מיסטעיק צו נאכעמאל בארעדן די בויער מיט א ניש אמתע זאך
און סיז געווען א מיסטעיק וואס יעדער קען זען
קען טאקע זיין מהאט נישט געמיינט שלעכטס. זייער גיט
מהאט קיינעם נישט בארעדט.

פארקערט, פון דעם ארטיקל נעם ארויס לשבח די דעוועלאפער וואס האבן געבויט מיט קאוויד פרייזן, און נישט צוגעבעטן געלט.

דער נאר זאל ארויסיאגן פון מקוה, אבער לויפן אויף אלע פיר!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 284

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

פארוואס טיסטו דעיס פיפציגער
כהאב דיך ניש אנגעשריגן

מהאט געוואלט שרייבן אז יעצט איז ביליגער ווי פאריאר און ווי 5 יאר ציריק
און סיז געווען א פלעינע גרויסע מיסטעיק סיז סאך טייערער
זאגסט מהאט געמיינט לשבח פון די אלטע בויער אקעי מסכים אבער סיז נישט עכט.... באט איך קען באשטיין
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2503
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6558

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

קלארשטעלונג:

יעדער דא, און יעדער וואס קען מיר, קען מעיד זיין אז איך בין פראו די דעוועלאפער, און איך ךאגטיידיג זיי מיט ציין און נעגל!

דא אויף אידטיש האב איך שוין אסאאאאאאך גענומען זייער צד, און אזוי טו איך ווייטער, ווייל איך שעץ זיי!

ספעציעל די דעוועלאפער וואס זענען האנעסט און לפנים משורת הדין, און ספעציעל דער בויער פון מיין דירה, וועמען איך בין זייער דאנקבאר און קוק אים באמת ארויף.

אבער, דער נרדף געים זאל זיך אויפהערן זאפארט!!!

איך ווייס אז מענטשן האבן טענות , און איך בין שוין קאונטלעס מאל געווען אקטיוו דא, און אויף אייוועלט ז"ל, דאס צו אפשלאגן.

אבער נישט יעדע דריי מיטן נאז איז א טענה אויף א דעוועלאפער! הרף!

דער נייעס קען גענומען ווערן ווי א פלעינע אינטערסאנטע נייעס - וואס דאס כיז עס לכאורה, זינט יואליש פעלזן און די וואל סטריט זשורנאל זענען נישט אין די קרית יואלע פאליטיקס.
אדער קען עס גענומען ווערן ווי גוטע נייעס פארן עתיד - וואס מאכט פלעין מער סענס ווי פארקערט, זינט רוב קרית יואלע דעוועלאפער האבן געבויט בשעת קאוויד סא קיין טענות אויף זיי קען מען בע"כ נישט האבן.

קומען אבער אפאר אינגעלייט און פרובירן מיט אלע כוחות צו מאכן א מעשה אז מצאפט ווידער בלוט פון דעוועלאפער!

כווייס נישט וואס זיי פארדינען פון אויפקאכן א מערכה, אבער איך בין זיכער אז די דעוועלאפער זוכן נישט דאס, און די דעוועלאפער וואלטן געווען אנגעווייטאגט אויף זיי ווען זיי ווייסן וואספארא כאזעריי ממאכט ארום זיי פון יעדע שארך.

הרף!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
מלאכי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 110
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:21 pm
x 53

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך מלאכי »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 9:09 pm קלארשטעלונג:

הער אויף מיט די נאיווקייט יעדער ווייסט אז די היימשטאט פרובירט לעצטענס צו גיין מיט א מערכה אויף די דיווילאפערס ווייל אזוי באקומט ער מער אטענשען די ארטיקל איז נישט אזא אומשולדיגע ארטיקל ווי די מאכסט עס
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2503
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6558

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

מלאכי האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 9:20 pm

איך וועל נישט נעמען קיין שטעלונג אין וואס די היימשטאט פרובירט.
איך פערזענליך בין מוחה מיטן פולן קראפט אויב פירט סיי ווער א מערכה מיט אנטשטענדיגע דעוועלאפער! דאס איז אן עוון בל יכופר!

דאס האט אבער קיין שייכות צו וואס איך האב געשריבן... דאס זוכן טשעפערייען ווי א קליין קינד זיכט א בובו צו קענען בעטן פון מאמי א בענדעידזש מיט קריעם גייט אויף די געהירן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 390
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 301

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 7:10 pm
יעצט, דער ארטיקל איז פשוט נאכגעברענגט אן אנאליז פונעם וואל סטריט זשורנאל איז איז קענטליך געשריבן געווארן איידער סאיז צוריק ארויף.

אגב, דער ארטיקל בלעימט נישט און זאגט נישט, בס"ה איז עס אן אינטערסאנטע קרישקע נאכוואס יעדער ווייסט אז לאמבער איז דאן ארויף ווי משוגע.

כגלייב אז דו האלטסט אז די וואל סטריט זשורנאל האט פלעין געוואלט בארעדן קרית יואלע דעוועלאפער, דערפאר האבן זיי דעיס געשריבן.

יעצט קום פארענטפערן, אפפרעגן, לאכן, שטויסן, זינגען, און מאך זיכער יעדער מיינט אז דא איז דא א מערכה בעהיינד יעדע ווארט.

#קאמפלעקס
עס איז זייער קלאר די ציל פון היימשטאט מיט די גרויסע נייעס, אדש ביזן לייגן אויפן דעקל...

איך האב גראדע הנאה געהאט צו ליינען, און איך גלייב נישט אז היימשטאט אדער פון וועמען זיי ברענגען נאך האט געוואלט אראפרייסן די ק"י'לע דיוועלאפער, אבער אז דאס איז די איינציגסטע נייעס אין חדשים (אדער גאר יארן) איבער קאסט אויף קאנסטראקשן ווייזט עס גענוג קלאר אז די ציל איז נישט צו באריכטן נייעס.
totty2024
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 166
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:07 am
Location: new york
x 305

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך totty2024 »

הערט אויף מיט נעגאטיוועטי דא
אידן קומען אין דעם אשכול יעצט צי הערן דיטעילס איבער די גינסטיגע נייעס וואס שאקבל די גאנצע וועלט פון די נייע דירות פרייזן פון 300 א סקווער פיס
קיינער וויל נישט יא אדער נישט אראפרייסן אדער ארויפרייסן מוויל אפדעיטס וזהו!!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2503
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6558

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

יאנטשי האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 11:24 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 7:10 pm
יעצט, דער ארטיקל איז פשוט נאכגעברענגט אן אנאליז פונעם וואל סטריט זשורנאל איז איז קענטליך געשריבן געווארן איידער סאיז צוריק ארויף.

אגב, דער ארטיקל בלעימט נישט און זאגט נישט, בס"ה איז עס אן אינטערסאנטע קרישקע נאכוואס יעדער ווייסט אז לאמבער איז דאן ארויף ווי משוגע.

כגלייב אז דו האלטסט אז די וואל סטריט זשורנאל האט פלעין געוואלט בארעדן קרית יואלע דעוועלאפער, דערפאר האבן זיי דעיס געשריבן.

יעצט קום פארענטפערן, אפפרעגן, לאכן, שטויסן, זינגען, און מאך זיכער יעדער מיינט אז דא איז דא א מערכה בעהיינד יעדע ווארט.

#קאמפלעקס
עס איז זייער קלאר די ציל פון היימשטאט מיט די גרויסע נייעס, אדש ביזן לייגן אויפן דעקל...

איך האב גראדע הנאה געהאט צו ליינען, און איך גלייב נישט אז היימשטאט אדער פון וועמען זיי ברענגען נאך האט געוואלט אראפרייסן די ק"י'לע דיוועלאפער, אבער אז דאס איז די איינציגסטע נייעס אין חדשים (אדער גאר יארן) איבער קאסט אויף קאנסטראקשן ווייזט עס גענוג קלאר אז די ציל איז נישט צו באריכטן נייעס.
עגעין, איך בין נישט דא צו פארטרעטן היימשטאט.

פאקט איז אז איינער האט דא אראפגעשליידערט אפאר באשולדיגונגען וואס זענען לעכערליך און נאריש, געווייקט מיט קראקאדיל טרערן.

ווילסט מיר זאגן זיי נישט נאאיוו?... זיי האבן בעצם אן אגענדע?... כהער. כקויף עס גראדע נישט, אבער איך הער.

אבער נישט נוגע צום ענין. אפילו אויב האבן זיי אן אגענדע, רעגט מיר אויף די קאכלעפלעך פונעם מענדי קענדי געשיכטע פון מיכאל, וואס "זוכן" וואו מרייסט אראפ דעוועלאפער.

-

אין א זייטיגע נאטיץ, היימשטאט ברענגט כסדר גינסטיגע נייעס פון די דירות מארקעט. אמאל איז עס אפראוועלס, אמאל נייע געגנטער, און אמאל פרייזן.

קען נאכאלץ זיין ס’דא אן אגענדע, כזאג פלעין.... די לאמבער פרייזן איז עפעס וואס יעדער האט געשמועסט ווען ס’ארויף, דעריבער איז עס אן אינטערסאנטע נייעס.

(פרעג נישט יעצט ווי אן אורח ימים "ווען סעמענט איז ארויף האט מען אויך געמאלדן?", ווייל מ’מעלדט אויך נישט יעדע מאל די קאונטי זאגט אפ סוער פערמיט רעקוועסטס, ודוק וקל)

-

עניוועי, כ’פארענטפער נישט היימשטאט און נישט קיינעם. כבעט אז דו וואס זוכן מחלוקות זאלן גיין צו אנדערע זייטלעך.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5338
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9979

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

א גוט מארגן.

העי העי, מיין גוטע פריינט @פופציגער, האסט זיכער נישט געכאפט, אבער האסט דא באוואשן א איד ווי א סוטה פאר'ן חטא פון ברענגען קראנטע ציפערן און וואלידע אינפארמאציע.

1) זאגסט אז די היימשטאט האט דא גארנישט געמיינט צו קאנעקטן מיט די רוצחים-גנבים-עדיטאריעלס וואס זיי שרייבן (מיט וואס איך בין גראדע טיילווייז מסכים) נאר דא האבן זיי געמיינט דערמיט די שבח פון די קאוויד דעוועלאפער... אדער סתם געמיינט צו שרייבן א רענדאם נייעס... ארלעדיגט, ווער עס ליינט פארשטייט אנדערש, סוי זייער כוונה איז פשוט ראנג ארויס.

2) זאגסט אז מ'רעדט פון א קאמפעריסאן פון פאר קאוויד צו יעצט, ער ווייזט דיר אז יעצט איז עס סאך טייערער.

3) זגאסט אז מ'רעכנט דא נאר חודש יולי, מסכים, אבער ווען חודש יולי איז געווען א "ווילדע אויסנאם", און מ'לייגט עס אראפ ווי "2024 כך וכך" נאר עס שטייט אין די זייט אז דאס איז לויט יולי, איז עס פארנארט.

4) זאגסט אז די טעות שטאמט פון וואל סטריט דזשורנאל, ס'נישט ריכטיג, ווייל זיי באריכטן יעדן טאג אז ס'גייט ארויף, ממילא מעגן זיי פארציילן יולי אז יעצט איז עס אראפ. איך האב נישט געזען קיין פראנט פעידזש העדליין ביי אונז אז מילעך און קאפי איז געשטיגן, כאטש ס'איז יעצט א העדליין אויף די הייליגע וואל סטריט דזשורנאל...
Screenshot 2024-07-29 080645.jpg
Screenshot 2024-07-29 080645.jpg (41.26 KiB) געזען געווארן 534 מאל

און קיינער האט נישט אראפגעריסן די היימשטאט. און ווען יא וואלט איך געווען דער לעצטער זיך צוצושטעלן, ווי דו ווייסט.

סך הכל ווייזט מען, אזוי ווי ביי די עלעוועיטארס, אז ווען ס'קומט צו די נושא פון דעוועלאפערס איז אריין דארט עפעס א דיבוק וואס איז זייער נאנט צו נאנסענס, און מ'איז נישט עובר אויף בל תגיד ווען מ'ווייזט די עכטע נומערן.

נו, צוריק צו די פאזיטיווע נייעס!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4015
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11007

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 8:11 am
2) זאגסט אז מ'רעדט פון א קאמפעריסאן פון פאר קאוויד צו יעצט, ער ווייזט דיר אז יעצט איז עס סאך טייערער.
מאך דו אליין א שנעלע סורטש אויף די ווערטער "lumber price chart" אזוי ווי איך האב געטון, און ווער געוואר די זעלבע ווי מיר, אז ער האט אויך געברענגט האלבע נומערן - לטובתו.
דא איז די טשארט.
Screenshot (96).png
Screenshot (96).png (43.3 KiB) געזען געווארן 474 מאל
דא זעסטו אז אפילו מיט די געהעכערטע פרייזן איז עס נאך אלס נידריגער ווי פיר יאר צוריק די זעלבע צייט.

כ'האב נאך דריי אטעטשמענטס צו לייגן, לאמיר ממשיך זיין אין די קומענדיגע תגובה.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5338
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9979

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

עפעס פארשטיי איך נישט וואס דו ווילסט דא זאגן.

איך זע דא אין ביידע טשארטס אז יעצט איז עס ביי בערך 510, און אז 2020 איז עס געווען אסאך ביליגער.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4015
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11007

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 8:11 am 3) זגאסט אז מ'רעכנט דא נאר חודש יולי, מסכים, אבער ווען חודש יולי איז געווען א "ווילדע אויסנאם", און מ'לייגט עס אראפ ווי "2024 כך וכך" נאר עס שטייט אין די זייט אז דאס איז לויט יולי, איז עס פארנארט.
דא האסטו די טשארט אויפן יאר, קוק און זעה אז פון סוף מאי ביז שפעט אין יולי זענען די פרייזן געפארן שיף - בארג אראפ, אלזא "א ווילדע אויסנאם" איז עס זיכער נישט.
Screenshot (99).png
Screenshot (99).png (45.77 KiB) געזען געווארן 439 מאל
Screenshot (101).png
Screenshot (101).png (45.41 KiB) געזען געווארן 439 מאל
אויב עפעס איז עס יעצט א "ווילדע אויסנאם" ווען ס'האט זיך פלוצלינג געהויבן מיט א גראדע ליין אויף ארויף, ווי דו קענסט זעהן.
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 8:11 am 4) זאגסט אז די טעות שטאמט פון וואל סטריט דזשורנאל, ס'נישט ריכטיג, ווייל זיי באריכטן יעדן טאג אז ס'גייט ארויף, ממילא מעגן זיי פארציילן יולי אז יעצט איז עס אראפ. איך האב נישט געזען קיין פראנט פעידזש העדליין ביי אונז אז מילעך און קאפי איז געשטיגן, כאטש ס'איז יעצט א העדליין אויף די הייליגע וואל סטריט דזשורנאל...
ביסט סארקאסטיש?! די נקודה איז נישט וואס מ'באריכט, די נקודה איז אז די וואל סטריט שרייבט אז די פרייזן זענען יעצט אזויווי בעפאר קאוויד, אלזא אויב ווילסטו טענה'ן אז די נומערן זענען נישט אויפריכטיג, קענסטו זיי בלעימען. (ווי פופציגער האט שוין ערווענט אז די wsj איז לעצטנס זייער בייעסד אנטקעגן די קרית יואל'ע דעוועלאפער...)

אבער די בויערס ווערן נעבעך אטאקירט... לחיים.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1681
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3618

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 10:24 am אבער די בויערס ווערן נעבעך אטאקירט... לחיים.
ביטע....
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5338
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9979

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 10:24 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 8:11 am 3) זגאסט אז מ'רעכנט דא נאר חודש יולי, מסכים, אבער ווען חודש יולי איז געווען א "ווילדע אויסנאם", און מ'לייגט עס אראפ ווי "2024 כך וכך" נאר עס שטייט אין די זייט אז דאס איז לויט יולי, איז עס פארנארט.
דא האסטו די טשארט אויפן יאר, קוק און זעה אז פון סוף מאי ביז שפעט אין יולי זענען די פרייזן געפארן שיף - בארג אראפ, אלזא "א ווילדע אויסנאם" איז עס זיכער נישט.
Screenshot (99).pngScreenshot (101).png

אויב עפעס איז עס יעצט א "ווילדע אויסנאם" ווען ס'האט זיך פלוצלינג געהויבן מיט א גראדע ליין אויף ארויף, ווי דו קענסט זעהן.

איך גיי אויף די לינק וואס דו האסט פריער געלייגט (דיין סקרינשאט האב איך נישט די לינק צו קענען טשעקן) זעסטו אז די נומער וואס מ'האט געשריבן אלס "2024" איז אויסדרוקליך געווען א ווילדע אויסנאם אפילו אין יולי.

און בעיקר זעסטו דא אז לעצטע אנהויב וואך איז עס שוין לאנג געווען צוריק ארויף.
פיילס
Screenshot 2024-07-29 104451.jpg
Screenshot 2024-07-29 104451.jpg (74.14 KiB) געזען געווארן 407 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5338
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9979

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 10:24 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 8:11 am 4) זאגסט אז די טעות שטאמט פון וואל סטריט דזשורנאל, ס'נישט ריכטיג, ווייל זיי באריכטן יעדן טאג אז ס'גייט ארויף, ממילא מעגן זיי פארציילן יולי אז יעצט איז עס אראפ. איך האב נישט געזען קיין פראנט פעידזש העדליין ביי אונז אז מילעך און קאפי איז געשטיגן, כאטש ס'איז יעצט א העדליין אויף די הייליגע וואל סטריט דזשורנאל...
ביסט סארקאסטיש?! די נקודה איז נישט וואס מ'באריכט, די נקודה איז אז די וואל סטריט שרייבט אז די פרייזן זענען יעצט אזויווי בעפאר קאוויד, אלזא אויב ווילסטו טענה'ן אז די נומערן זענען נישט אויפריכטיג, קענסטו זיי בלעימען. (ווי פופציגער האט שוין ערווענט אז די wsj איז לעצטנס זייער בייעסד אנטקעגן די קרית יואל'ע דעוועלאפער...)
פארשטייסט נישט די פוינט. WSJ קען באריכטן אזא נייעס כאטש ס'איז נאר אקטועל פאר אפאר טאג, ווייל ער באריכט עס אויך פריער און שפעטער ווען ס'גייט ארויף.

משא"כ ווען איינער באריכט עס נאר יענע סקונדע, און ער שרייבט עס נאך אלס נומער פון 2024, קען ער זיך נישט פארופן אויפ'ן WSJ. דאס איז זאמד אין די אייגענע אויגן... סארי.

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 10:24 am אבער די בויערס ווערן נעבעך אטאקירט... לחיים.
לחיים טובים ולשלום...

איך ווייס נישט צו זיי ווערן אטאקירט, אבער אז מען אטאקירט זיי דאס באמערק איך גראדע. און ווען מ'אטאקירט מיט אמת'ע פאקטן בין איך פולי אין. משא"כ וכו'
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4015
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11007

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 10:48 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 10:24 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 8:11 am 3) זגאסט אז מ'רעכנט דא נאר חודש יולי, מסכים, אבער ווען חודש יולי איז געווען א "ווילדע אויסנאם", און מ'לייגט עס אראפ ווי "2024 כך וכך" נאר עס שטייט אין די זייט אז דאס איז לויט יולי, איז עס פארנארט.
דא האסטו די טשארט אויפן יאר, קוק און זעה אז פון סוף מאי ביז שפעט אין יולי זענען די פרייזן געפארן שיף - בארג אראפ, אלזא "א ווילדע אויסנאם" איז עס זיכער נישט.
Screenshot (99).pngScreenshot (101).png

אויב עפעס איז עס יעצט א "ווילדע אויסנאם" ווען ס'האט זיך פלוצלינג געהויבן מיט א גראדע ליין אויף ארויף, ווי דו קענסט זעהן.

איך גיי אויף די לינק וואס דו האסט פריער געלייגט (דיין סקרינשאט האב איך נישט די לינק צו קענען טשעקן) זעסטו אז די נומער וואס מ'האט געשריבן אלס "2024" איז אויסדרוקליך געווען א ווילדע אויסנאם אפילו אין יולי.

און בעיקר זעסטו דא אז לעצטע אנהויב וואך איז עס שוין לאנג געווען צוריק ארויף.
אז דו ווילסט ברענגען טשארטס, האב איך נאך אין סטאק...
Screenshot (104).png
Screenshot (104).png (46.92 KiB) געזען געווארן 388 מאל
דא זעסטו אז ס'איז גאר אראפ, נו, איך יתקיימו שניהם? יעדער קען דרייען נומערן לויט ווי ס'שמעקט אים, מילא זאג איך נישט אז די היימשטאט איז גערעכט, אבער דער וואס האט געברענגט די אנדערע נומערן ווייסט אויך וויאזוי צו דרייען מיטן פינגער... גארנישט דא איז שווארץ אויף ווייס.

דא קענסטו גראדע זען אז ס'איז היבש נידריג אין די זעקס חדשים עוורידזש. אונטער דעם האב איך אנגעצייכענט די לינק צו די טשארט.
Screenshot (105).png
Screenshot (105).png (83.4 KiB) געזען געווארן 388 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5338
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9979

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 10:59 am אז דו ווילסט ברענגען טשארטס, האב איך נאך אין סטאק...Screenshot (104).png

דא זעסטו אז ס'איז גאר אראפ, נו, איך יתקיימו שניהם?

וואס איז דיר שווער? היינט קעגן נעכטן איז עס אראפ. די אנדערע טשארט איז פאר 6 חדשים, ממילא ווייזט עס נישט די 'איין טאג חילוק' וואס דו זעסט אויף די 5-טאג טשארט.

אלעס שטימט דא זייער פשוט.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4015
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11007

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 11:01 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 10:59 am אז דו ווילסט ברענגען טשארטס, האב איך נאך אין סטאק...Screenshot (104).png

דא זעסטו אז ס'איז גאר אראפ, נו, איך יתקיימו שניהם?

וואס איז דיר שווער? היינט קעגן נעכטן איז עס אראפ.

אלעס שטימט דא זייער פשוט.
איך בין געווען סארקאסטיש.

די צוויי וואכן קעגן די צוויי פריערדיגע איז עס ארויף, ווען דו קוקסט אויף זעקס חדשים איז עס נידריג... און דאס פרופ'ט מיין פוינט אז יעדער קען טון מיט נומערן וואס ס'שמעקט אים, און ווען מאנרא אן סין ברענגט א טשארט פון די דעוועלאפער גרופ, מיינט נאכנישט אז איינער האט דא ליגנט געזאגט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5338
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9979

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@שאינו יודע לשאול איי דידנט געט יו.

איך זע נישט אויף די טשארטס עניטינג געשפילט, נישט זיינע און נישט דיינע. אלעס שטימט נארמאל.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4015
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11007

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 11:08 am @שאינו יודע לשאול איי דידנט געט יו.

איך זע נישט אויף די טשארטס עניטינג געשפילט, נישט זיינע און נישט דיינע. אלעס שטימט נארמאל.
חחח

אלץ געהאט א שוואכע תפיסה? ס'איז מיר אויך געווען זייער פאני וואס מאנראו אן סין האט געשריבן אז די היימשטאט איז פשוט געגאנגען פארנארן די מוחות, האב איך עס נאכגעקוקט און געזען אז ביידע שפילן די געים דא... ער ברענגט פינף יאר צו ווייזן אז ס'איז נידריג, און ער ברענגט איין יאר צו ווייזן אז ס'איז הויעך.

וואס איך וויל דיר בס"ה ווייזן איז, אז וואס מיינט ס'איז ארויף? וואס מיינט ס'איז אראפ? אלעס האט מיט די קאנטעקסט אין וואס מ'לייגט עס אריין. איין יאר = ארויף. פינף יאר = אראפ.

באט פוינט איז, אז נאך אלעם האט די היימשטאט געשריבן אז די פרייזן זענען סאך נידריגער ווי די הויכע קאוויד פרייזן - וואס אויף דעם האט מען דעמאלטס געבלעימט די דירות פרייזן. און דאס איז לכאורה אמת. פון דא און ווייטער האט עס יעדער גענומען אויפן שטייגער וויאזוי ס'שמעקט אים.
שרייב פאוסט