בן שמחה האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 29, 2024 12:18 pm
@מסתמא איך מיין בעיקר צו פרעגן אז אויב איך ווייז דיך אויף אז ביי חסידים לדורותיהם האט מען געגאנגען אויף דעם דרך ויסודתו בהררי קודש, גייט דיך דאס העלפן? אדער וואס סאיז אנדערש ווי דיינע צדיקים און רבי’ס איז בודאי נגד די י”ג עיקרים.
ביי מיר (ליין: מיין מסורה) זענען די ”פוסקים” די ”ראשונים” די מכריע. נישטא אזאנס חולק זיין אויף זיי און טוישן סיי וואס פון די תורת הנגלה המסורה לנו מדור דור, אט דאס האט שבתי צבי געטון און אט צוליב דעם האט מען אים מחרים געווען און אויסגעשניטן פון כלל ישראל. טאמער האסטו געזעהן האבעך נישט ציטירט די נפש החיים ווייל אויף זיין שיטה קען און מעג א גדול בישראל א בן דורו חולק זיין, אזש אז איך מעג מקבל זיין פון זיין חולק, ולא ע”ז אנו דנין כלל וכלל.
די גילוי פון חסידות קען נישט, און האט נישט, און וועט נישט, בשום פנים ואופן רירן פון פלאץ א ברעקל פון די נגלה וואס מיר האבן מקבל געווען אלע דורות. סקען צולייגן, סקען מגלה זיין וכו’ וכו’ אבער גארנישט וועט נישט און קען נישט רירן די תורה און די עיקרים אויף וואס כלל ישראל איז אלע דורות געווען געאייניגט.
איך זאג עס??! אט דאס איז די צאנזע/ראפשיצע/סיגוטע/מונקאטשע וכו’ וכו’ שיטה געווען אלע דורות און מהאט זיך דערויף מוסר נפש געווען! כרעד פון די חסידים גופא לשיטתם.
----------
ומה מאוד תואם די דברי הנודע ביהודה בדרשתו הידוע נגד המקובלים. ומינה תדון על עניננו.
ער זאגט אז מתפלל זיין צו א מידה און נישט צום אויבערשטן איז געהעריג קציצה בנטיעות וכו’ און סאיז פשוט אזוי לויט די כללים וואס מיר האבן מקובל פון די פוסקים אז דאס איז נישט אנדערש ווי דינען די מזלות וכו’ סדארף זיין גאר עפעס אנדערש, א תפילה צום אויבערשטן דירעקט אז די דאזיגע מידות זאלן ווערן מתוקן וכו’
אבער די לשון שאקלט אויף
https://forum.otzar.org/download/file.php?id=80549
עתה דברתי דרך כלל, ועתה אדבר דרך פרט, הם מכוונים ברוך אתה ה' אלקינו וכו' למדות ידועות, וכמו כן הקל הגדול הגיבור והנורא חג"ת, והנה אמת הדבר שהרי מעשינו ותפלתינו הוא להעמיד מדרגות עשר ספירות בלימה במדרגות ידועות, הכל עפ"י סדר נכון לפי העת ולפי הזמן, וביחוד לקשר כל העשרה שלא תתפרד העשירית רק להיות מלכות שמים שלמה, אבל לא שאנו נכוין לזה, אלא ממילא הדבר נעשה עפ"י סגולת תפילתינו ומצוות מעשיות שלנו
אבל המכוין בברוך אתה או בהזכירה איזה שם למדה ידועה, הוא פוגם ונלכד בכפירה, וקוצץ בנטיעות ולא אשא פני איש ואל אדם לא אכנה, אם יהי' מי שיהי' קדמון או אחרון האמת אהוב מן הכל, ותחת אשר קוו לעשות ענבים עשו באושים, והמה מקלקלים ולא מתקנים, ובחנם עושים זה שאם היו עושים הדברים על פשוטן הי' התקונים ונעשה ממילא, ואם בשחיטת קדשים אמרו בזבחים דף ב' ע"ב אתנו דלא נימא לשמו כי היכא דלא נימא שלא לשמו, הרי שחששו ק"ו בדברים העומדים ברומו של עולם, והמחשבה מסוכנת מאוד, ואין אתנו יודע עד מה דיש לגזור דלאו נימא לשמו שמא יטעה, ועדיף לעשות סתם וסתמן לשמן קיימים ונעשים כל התקונים מן הסתם וע"י המחשבה מקלקל לגמרי. וכו’
ער דערמאנט אונז אונזערע סאמע אידישע יסודות
ולא אשא פני איש ואל אדם לא אכנה, אם יהי' מי שיהי' קדמון או אחרון האמת אהוב מן הכל!
דער אמת שטייט איבער אלעס!
סאיז קיינמאל אונזער ביזנעס יענעם צו אפ’פסק’נען.
אבער סאיז שוין איינמאל אונזער ביזנעס וואס ”
מיר” זענען ”
ערלויבט” צו ”
מקבל” זיין! סאיז אונזער חוב! ולא אשא פני איש! האמת אהוב מכל!
איי פלוני העט מיך לעיבלען אלץ באטשי? תיתי לי!