רצונות

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 187
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 444

רצונות

פאוסט דורך שוש אשיש »

רצונות

צווישען ווילדע געשרייען, טונקעלע היילען.

פארהאן פעסטע זיילען.

געבויעט זענען זיי פון ריינקייט.

פינסטער זייער געגענט, מען מערקט נישט זייער שיינקייט.

שטערקער פון שטאל, הארטער פון אייזן.

שטילערהייט, יעדע איינציג זייל, טוט וואונדער באווייזען.

באגראבן אין שווארץ, פעך און בלאטע.

עס רירט זיי נישט קיין קראץ, האק אדער לאפאטע.

א שיין אין עק געדיכט.

צייכען פון בלאס ליכט.

און אין טיפע עקן, אינמיטען אנגסט און שרעקן.

לעכצעניש ערוועקן, צווישענשיידען מעקן.

א מויער פון בענקשאפט, קייטען פון ליבשאפט.

געשטיקטע יאמערן פון ציעניש, כוואליעס פון צילעניש.

זיצן אונז ביידע און האפן, גלוסטען צום ריינע ''געטראפן''.

און פון מיין אינעווייניגסטע אדער, פלייצט ארויס ברור.

זיפצן פון פארלוירענקייט, צייכענעס פון הילפסלאזיגקייט.

פונקט ביים גרעסטען כוואליע, א באגעגעניש מיט דיין פמליה.

אלע גוטס אינאיינעם, אבער איך זוך דיר נאר איינעם.

דערנאך ווער איך געוואר, אז עס איז וואר - ביז גאר.

אז אין די טיפע איילען, ערדישע מיילען.

ביסטו דארט געווען, מיט דיינע מידות צען.

מיט מיר צוזאמען געבויט, אין טונקעלע נויט.

די שטארקע עמודים, ענדלאזע גדודים.

פון האפן, בענקען און ווילען.

האלזען רוח, אפלאזען חולין.

איז נאר אינאיינעם אנגעקומען.

הייסען הייסען זיי הארץ און געפיל, געבויט זענען זיי מיט ווייטאג פול.

עס האט א מערקעווירדיגע טייל, טאקע דיין ציל.



אראפלאזען א נפש למטה.

פון דארט בענקען אן אתערותא לתתא.

פון דארט וועסטו טאטע.

נעמען יעדע הארץ- נאט באזונדער.

זיך שפיגלען מיט דיינע קינדער.

ווייטאגען, שרייאונגען, אויסלייטערונג, באנייאונגען.

מיט דיר אליין אן קיין צוטיילונגען.

פַּאפַּא!!!
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1109
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1350

Re: רצונות

פאוסט דורך טיפע טאשן »

איבערגעליינט 2 מאל הערליך!!
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
דזשארדזש וואשינגטאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:23 am
x 50

Re: רצונות

פאוסט דורך דזשארדזש וואשינגטאן »

גאר גאר שיין wאw!
פאר די באקוועמליכקייט פון יעדער, ביטע נוצט ! ? , ; : " ' - . , ווי עס פעלט זיך אויס.
אהרן זאב
פרישער באניצער
פאוסטס: 64
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:58 am
x 23

Re: רצונות

פאוסט דורך אהרן זאב »

הערליכע טאלאנט!!
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 691
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 942

Re: רצונות

פאוסט דורך ווירקליך »

WOW!
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אמת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 241
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 256

Re: רצונות

פאוסט דורך אמת »

שיין יישר כח
מכל מלמדי
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 9:28 pm
x 15

Re: רצונות

פאוסט דורך מכל מלמדי »

הערליך הערליך
אוועיטער
א קלער
מנהל המערכת
פאוסטס: 290
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:51 pm
x 93

Re: רצונות

פאוסט דורך א קלער »

מכל מלמדי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 5:34 pm הערליך הערליך
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 277

Re: רצונות

פאוסט דורך המברך יתברך »

רצונות, דמיונות, זכרונות, כשרונות...
מזונות, נסיונות, כשלונות, דרכונות...
מה שהרצון חושק...
אפס היכולת עושק...
ואפילו אם לפעם הוא מושל...
בפעם אחרת הוא כושל...
לכן ראוי להתיישב...
הפסד מצוה כנגד שכרה לחשב...
עשה רצונך כרצונו...
אשרי העושה רצון קונו...
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 187
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 444

Re: רצונות

פאוסט דורך שוש אשיש »

המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 1:13 pm רצונות, דמיונות, זכרונות, כשרונות...
מזונות, נסיונות, כשלונות, דרכונות...
עשה רצונך כרצונו...
אשרי העושה רצון קונו...
חרוזים, בזבוזים, מעשה חזיזים, זזין כזוזים...
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
שרייב פאוסט