נייעס פון קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6783

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אויך די טורנינג לעינס ביי פארעסט מאונטעין זענען נאך ווייט פון מסודר, ווייל באמת איז די גאנצע אינטערסעקשן דעזיינט פאר ווען פארעסט נעבן עיקערס וועט אויך זיין פארטיג.

נעכטן האב איך געהערט אז מ'האט געברענגט א קאמפאני צו מאכן א צייטווייליגע פלאן אויף ביזדערווייל און זיי שטודירן עס.
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 302
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 334

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך טיר »

ווירקליך האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:29 pm
קצי האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:25 pm וואס איז פשט ביי די נייע טירנג לענס בײ פארסט סקאנימאנק איך מיין עיקר חסר מן הספר די עיקר אנשטוסינג איז בײ די בוטשער וואס פארט אויף די ריכטונג צו זקנים אבער דארטן האט מען נישט געמאכט קיין טירנג לענס. איז עס נאך אין פלאן?
דער עיקר פלעגט זיין א פראבלעם ארויסקומענדיג פון סקאנעמאנק.

עניוועי, איך כאפ נישט, א טורן לעין פון וואו צו וואו?
פון בוטשער א לינקס צו סקאנימאנק איך מיין דאס איז די וויכטיגסטע
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 302
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 334

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך טיר »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:38 pm איך מיין אז דארט דארף עס די בוטשער מאכן (באצאלן) און עס ווארט אויף זיי.

ווייס איך נישט ווען זיי פלאנען צו איבערבויען, אבער לכאורה בקרוב.
וואס האט עס מיט די בוטשער? איך רעד פון די בוטשער א לינקס צו סקאנימאנק ס'איז אלעמאל שרעקליך אנגעשטויסן וועגן די מענטשן וואס ווילן זיך דרייען א לינקס שטעלן אפ די גאנצע טרעפיק
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6783

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וויל די בוטשער גייט מוזן מאכן די ראוד ברייטער, און ס'וועט זיין פלאץ פאר א נייע טורנינג לעין.

כמדומה.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 691
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 942

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך ווירקליך »

קצי האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:46 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:38 pm איך מיין אז דארט דארף עס די בוטשער מאכן (באצאלן) און עס ווארט אויף זיי.

ווייס איך נישט ווען זיי פלאנען צו איבערבויען, אבער לכאורה בקרוב.
וואס האט עס מיט די בוטשער? איך רעד פון די בוטשער א לינקס צו סקאנימאנק ס'איז אלעמאל שרעקליך אנגעשטויסן וועגן די מענטשן וואס ווילן זיך דרייען א לינקס שטעלן אפ די גאנצע טרעפיק
ווען איינער עפנט א געשעפט און ברענגט א טרעפיק מיט קונדן, איז עס געווענליך זיין אחריות צו פיקסן דעם פראבלעם.

אנדערש ווי ווען די ווילעדזש מאכט נאך א גאס וכו’
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 302
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 334

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך טיר »

ס'איז זיכער אז די בוטשער געט צו צום פראבלעם אבער די פראבלעם איז פון זיך אליינס גאר שטארק אפילו אן א בוטשער אז די האסט א מעין גאס וואס ווען מווארט צו מאכן א דריי שטעלט עס אפ די גאנצע טרעפיק איז דאס אליינס א גרויסע פראבלעם
אוועיטער
Yankel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 477
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:17 pm
x 465

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך Yankel »

וואס איז די געפליעראציע די לעצטע האלבע שעה?
אוועיטער
דזשארדזש וואשינגטאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:23 am
x 50

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך דזשארדזש וואשינגטאן »

Yankel האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 6:40 pm וואס איז די געפליעראציע די לעצטע האלבע שעה?
עני אפדעיטס?
פאר די באקוועמליכקייט פון יעדער, ביטע נוצט ! ? , ; : " ' - . , ווי עס פעלט זיך אויס.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 782
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 777

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

האב איך געהערט פון אן הצלה מעמבער אז ס'געווען עטליכע קאלס.

גארנישט שרעקליך.
קיינמאל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 604
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 447

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך קיינמאל »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 9:09 pm ס'שטייט ארויס. דברים העומדים על הפרק...
איך טראכט אז אפשר האט עס מיט די ביליגע דירות
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 331
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 263

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך משה רבינו »

וְאֶת נְבוֹ וְאֶת בַּעַל מְעוֹן מוּסַבֹּת שֵׁם וְאֶת שִׂבְמָה וַיִּקְרְאוּ בְשֵׁמֹת אֶת שְׁמוֹת הֶעָרִים אֲשֶׁר בָּנוּ:

בלומינג גראוו:
דאלאס = שכונת דברי חיים
ווירידזשיניע = שכונת זרע קודש
לעיק שאור = שכונת שאגת ארי'

וואדובערי דזשאנקשען = שכונת חתם סופר
סמיט גארדענס = שכונת ברוך טעם
קאנטרי האלאו = שכונת חכם צבי
היילענד לעיק = שכונת בית יוסף
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 294
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 192

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך יאנטשי »

איז די נייע קלאוו דעוועלאפמענט אויף אין די נייע שכונת דברי חיים? ווייל דער דשימיגראדער רבי שליט"א האט שוין געהאט קורא שם געווען, בלייבט די אלטע נאמען?
פישפיקלאדיין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 443
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 549

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

יאנטשי האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:11 pm איז די נייע קלאוו דעוועלאפמענט אויף אין די נייע שכונת דברי חיים? ווייל דער דשימיגראדער רבי שליט"א האט שוין געהאט קורא שם געווען, בלייבט די אלטע נאמען?
דיזמיגראדע רבי האט עס קיינמאל נישט קורא שם געווען, די UJC האט געשריבן די נאמען.

די רבי וואוינט אין בארא פארק און ער גיט נישט קיין נעמען אין קרית יואל.
פישפיקלאדיין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 443
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 549

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

סאטמאר מהר"א
מתוך דרשת כ"ק מרן רבינו שליט"א - אצל סעודת הילולא של רביה"ק הדברי יואל זי"ע - בביהמ"ד הגדול דקרית יואל

שוין אויסגעקומען צו רעדן. די גרעניצן פון א ווילעדזש איז נאר לגבי שטייערן, פערמיטס, אבער נישט לגבי "רוחניות". קדושה איז מתפשט צו אלע זייטן, ווי דער אויבערשטער האט געזאגט פאר יעקב אבינו ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה.

אלע געגנטן און שכונות וואס זענען נאנט צו די שטאט דא, אלעס איז קרית יואל, און אלע וואס וואוינען אינעווייניג אין די פארברייטערטע קרית יואל, אויף די אלע ליגט א פליכט זיך צו פירן גענוי ווי דער פעטער ז"ל האט געפאדערט, אן משנה זיין א זיז כלשהו. ווער עס קומט אהער פון דער פרעמד צו איינע פון די שכונות, זאל ער וויסן אז ער וואוינט אין קרית יואל! ער זאל נישט האבן קיין ספק אין דעם! און ער מוז מקבל זיין "חומרת המקום שהלך לשם" בכל פרטי'.

צו פארזיכערן קדושת המקום פון די נייערע שכונות אין קרית יואל, וויל איך יעצט קורא שם זיין די שכונות, אלס שכונות פון קרית יואל.

די געגנט וואס הייסט אויף ענגליש בלומינגראוו איז צוטיילט אין 3 געגנטער. די רעכטע זייט גלייך ווען מ'קומט פון צענטער קרית יואל, די רעכטע זייט הייסט "שכונת דברי חיים", און די לינקע זייט הייסט "שכונת זרע קודש". ס'איז א זכי' פאר א איד! ער זאל זאגן "איך וואוין אין די שכונה וואס הייסט נאכן ראפשיצער רב!" נאכ'ן צאנזער רב!

קעגנאיבער, וואו עס הייסט אויף ענגליש לעיק שארר, וועט הייסן שכונות "שאגת ארי'".

ס'דא א געגנט וואודבורי ווילאס, א ענגלישע נאמען, וועט הייסן "שכונת חתם סופר". נאכ'ן הייליגן חתם סופר, וואו די גאנצע וועלט זאגט נאך זיינע דרשות

די געגנט וואס מ'רופט סמיט פארם, וועט הייסן "שכונת ברוך טעם", נאכ'ן גרויסן ברוך טעם, וואס דער הייליגער דברי חיים שרייבט אז במשך פון זיין יאר וואס ער האט געגעסן קעסט ביים שווער דער ברוך טעם, האט ער דורכגעלערנט "רוב סוגיות הש"ס" מיט'ן שווער. זאל זיין א זכי' צו וואוינען אין שכונת ברוך טעם!

די געגנט וואס מ'רופט קאנטרי האללא, דאס ווט הייסן "שכונת חכם צבי". דער דברי חיים האט געהייסן אז א יעדע אייניקל פונעם חכם צבי זאל אויפשרייבן די נאמען אויף די מציבה "ווייל די חיצונים אנטלויפן ווייט דערפון"! אזוי וועט זיין דא אויך.

די געגנט וואס הייסט היילענד לעיק עסטעיטס, אידן וואוינען דארט, העמיר א נאמען די געגנט "שכונת בית יוסף", נאכ'ן הייליגן בית יוסף וואס כל בית ישראל נשען עליו! דער הייליגער בית יוסף וואס האט געלערנט תורה פון א מלאך אלקים.

ס'דא נאך געגנטער וואס זענען נאך ווייניג באוואוינט, אי"ה עס וועט זיך אויך אנפילן, וועט מען דארט אויך קורא שם זיין.
פישפיקלאדיין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 443
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 549

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

קרית יואל הלוך וגדל! ויקרא להן שמות כשמת אשר קרא להן אביו:

אין די לעצטע שעות ווען עס איז געפראוועט געווארן דער יומא דהילולא רבה פון מרן רביה"ק מסאטמאר זיע"א, האט ממלא מקומו בקודש כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויפגעטרעטן ביי די גרויסע סעודת הילולא בהשתתפות אלפי תלמידים וחסידים, אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל, וואו דער רבי האט גע'חזר'ט מערערע פונקטן במשנתו הטהורה, ארומרעדנדיג פון די פייערדיגע מלחמה לה' פונעם פעטער ז"ל קעגן נגע הציונות וואס מיר דארפן ווייטער אנהאלטן; מחזק צו זיין טהרת הקודש; שטורמישע ווערטער בעניני צניעות וכיסוי ראש אז א שייטל וואס איז נראה כשער ממש איז אסור "לכל הדיעות"; פארשידענע ענינים בחינוך הבנים און איבער נישט שיקן בחורים לערנען אויף הפקר אין אר"י; און נאך ענינים.

עיר הקודש:

א הייליגע לופט האט זיך געשפירט אין מקום הקודש בית מדרשו של רביה"ק זי"ע, ווען דער רבי שליט"א האט אויסגערופן אז אונזער שטאט "קרית יואל" איז זיך ב"ה צעוואקסן אין אלע זייטן, און אזוי מ'האט שוין בעבער גערעדט אז "קרית יואל" איז נישט באגרעניצט צו א פיזישע ווילעדזש, נאר איבעראל וואו מען שפרייט זיך אויס איז א חלק פון קרית יואל, די קדושה האט נישט קיין גבולים און עס שפרייט זיך אויס! און מיט'ן דאס רופן מיט'ן נאמען "קרית יואל" וועט דער נאמען מגין זיין אז דער זכות פונעם צדיק זאל משפיע זיין קדושה!

דעריבער, האט דער רבי אויסגעפירט, דארפן אויך די פרעמדע וויסן, אז יעדער וואס ציט זיך אהער אין איינע פון די נייע געגנטער פון קרית יואל, איז דאס אדעתא דהכי אז ער מוז מקבל זיין "חומרת המקום שהלך לשם", און ער טאר נישט משנה זיין קיין זיז כלשהו פון וואס דער מייסד העיר רביה"ק זי"ע האט אונז געלערנט! און נאר אזוי וועט די שטאט בלייבן א הייליגע שטאט בע"ה.

ואלה שמות:

כדי משרה צו זיין קדושת המקום און פארזיכערן א אייביגע המשכה פונעם קדושה פון "קרית יואל", האט דער רבי שליט"א אויסגערופן אז ער וועט יעצט קורא שם זיין די אלע געגנטער, אלע שכונות, אויפ'ן נאמען פון הייליגע צדיקים, עס זאל נישט טראגן די גויאישע נעמען נאר הייליגע נעמען אזויווי אלע שכונות אינערהאלב קרית יואל. דער רבי האט אנגעכאפט 7 געגנטער וואס זענען שוין שטארק באוואוינט, 3 דערפון זענען אונטער די ווילעדזש פון "סאוט בלומינגראוו", 3 זענען אונטער די טאון און ווילעדזש פון "וואודבורי", און 1 איז אונטער "טאון אוו מאנרא". ואלו שמותן:

די געגנט פון 'דאלאס' (נאך חברון און מאונטעין רד.): שכונת דברי חיים

די 'ווירדזשיניע' געגנט (פון מענגין סטריט און ווייטער): שכונת זרע קודש

די 'לעיק שאור' געגנט (קעגנאיבער, די אנדערע זייט 208): שכונת שאגת ארי'

די 'וואדבורי ווילאס' פראיעקט: שכונת חתם סופר

די 'סמיט גארדענס' אומגעגנט: שכונת ברוך טעם

די 'קאנטרי האלא' אומגעגנט: שכונת חכם צבי

די געגנט ארום 'היילענד לעק עסטעיטס': שכונת בית יוסף



שמא קגרים! דער רבי האט אויסגעפירט אז מיט'ן זיך רופן מיט די הייליגע נעמען וועט מען משפיע זיין רוחניות און גשמיות פאר אלע תושבים, תושבי קרית יואל, און מ'וועט קענען ווייטער אויפציען ערליכע אידישע דורות לה' ולתורתו אזוי ווי דער בעל ההילולא האט געוואלט, בלי שום שינוי, כן יהי רצון!

אצינד ווערט איינגעקריצט ביים ציבור מיט אויסטערלישע פרייד די הייליגע נעמען פון די גרויסע צדיקי הדורות מאורי אבותינו וואס וועט מגין זיין אויף די אלע הייליגע געגנטער אין קרית יואל, ווען עס וועט מהיום והלאה גערופן ווערן נאר אויף די נעמען, ובטוב צדיקים תעלוץ קריה.
קמיאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:41 pm
x 37

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך קמיאל »

פישפיקלאדיין האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:30 pm
יאנטשי האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:11 pm איז די נייע קלאוו דעוועלאפמענט אויף אין די נייע שכונת דברי חיים? ווייל דער דשימיגראדער רבי שליט"א האט שוין געהאט קורא שם געווען, בלייבט די אלטע נאמען?
דיזמיגראדע רבי האט עס קיינמאל נישט קורא שם געווען, די UJC האט געשריבן די נאמען.

די רבי וואוינט אין בארא פארק און ער גיט נישט קיין נעמען אין קרית יואל.
במילתא דעבידא לגלויי
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 121
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 92

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך פנים חדשות »

אינטרעסאנט.

ווי נאך האט מען געגעבן נעמען פון שטעט און שכונות נאך גדו"י?

אין א"י איז דא אסאך גאסען אויף די נעמען פון גדו"י, איך געדענק אבער נישט אז אויך שכונות און שטעט זאלען הייסען נאך גדו"י, נאר ס'הייסט צב"ש מאה שערים, גאולה, רמות, סנהדריה, אא"וו, טאקע אינטרעסאנט פארוואס.

אויך איז מיר אינטרעסאנט די נעמען נאכן בית יוסף און שאגת אריה, די רבי האט עפעס עקסטער מיט זייערע ספרים?
אוועיטער
עדיטאריעל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 847
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 2131

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך עדיטאריעל »

פנים חדשות האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 4:23 pm אינטרעסאנט.

ווי נאך האט מען געגעבן נעמען פון שטעט און שכונות נאך גדו"י?

אין א"י איז דא אסאך גאסען אויף די נעמען פון גדו"י, איך געדענק אבער נישט אז אויך שכונות און שטעט זאלען הייסען נאך גדו"י, נאר ס'הייסט צב"ש מאה שערים, גאולה, רמות, סנהדריה, אא"וו, טאקע אינטרעסאנט פארוואס.

אויך איז מיר אינטרעסאנט די נעמען נאכן בית יוסף און שאגת אריה, די רבי האט עפעס עקסטער מיט זייערע ספרים?
אין ארץ ישראל איז דא קרית רמ"א אין בית שמש און אין בלומינגבורג איז דא קרית יטב לב
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
גליק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:14 am
x 61

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך גליק »

הקריה אב פ''ג
https://simplebooklet.com/hakiryahuv#page=1
Screenshot 2023-08-15 110701.png
Screenshot 2023-08-15 110701.png (213.48 KiB) געזען געווארן 796 מאל
גליק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:14 am
x 61

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך גליק »

מאסן טראנזיט רעוואלוציע שפאנט: ביינאכט רוטס
Screenshot 2023-08-15 110328.png
Screenshot 2023-08-15 110328.png (248.64 KiB) געזען געווארן 810 מאל
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 468
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 621

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך שמייכלדיג »

פנים חדשות האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 4:23 pm אינטרעסאנט.

ווי נאך האט מען געגעבן נעמען פון שטעט און שכונות נאך גדו"י?

אין א"י איז דא אסאך גאסען אויף די נעמען פון גדו"י, איך געדענק אבער נישט אז אויך שכונות און שטעט זאלען הייסען נאך גדו"י, נאר ס'הייסט צב"ש מאה שערים, גאולה, רמות, סנהדריה, אא"וו, טאקע אינטרעסאנט פארוואס.

אויך איז מיר אינטרעסאנט די נעמען נאכן בית יוסף און שאגת אריה, די רבי האט עפעס עקסטער מיט זייערע ספרים?

וואו איז דא נאך א שטאט אין די וועלט ווי עס וואוינען נאר אידן, וואס אלע זענען דבוק צו איין רבי'ן, און וואס האלט זיך קע"ה און איין פארברייטערן צו דרויסנדיגע געגנטער?

וואס דאס האט געברענגט אז מאנכע האבן זיך געשפירט דארטן ווי אפגעריסן און א חתיכה בפני עצמה

דער רבי ארבעט די לעצטע צייט אז די אלע געגענטער זאלן וויסן אז זיי זענען א חלק פון קרית יואל, און ס'האט אויך קדושת קרית יואל לכל הענינים

און דער ציל פון געבן נעמען נאך די גדולים אשר מפיהם אנו חיים איז אז מ'זאל געדענקען אז מ'איז תושבים פונעם רבינ'ס שטאט, און מ'איז כפוף צו זיינע וועגן, און נישט אמעריקאנער
Headquarters
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 112
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:27 pm
x 154

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך Headquarters »

שכונות חת"ס in use...
פיילס
Screenshot_92.jpg
Screenshot_92.jpg (68.78 KiB) געזען געווארן 649 מאל
אריינצושיקן עניטינג פון אייערע "העדקוואטערס" וואס איך זאל פאוסטן שיקט צו: ytheadquarters2023@gmail.com
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1109
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1350

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך טיפע טאשן »

פנים חדשות האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 4:23 pm אויך איז מיר אינטרעסאנט די נעמען נאכן בית יוסף און שאגת אריה, די רבי האט עפעס עקסטער מיט זייערע ספרים?
מיר אויך געווינדערט,

גראדע די נאמען האב איך זייער גוט פארשטאנען
די געגנט וואס מ'רופט קאנטרי האללא, דאס ווט הייסן "שכונת חכם צבי". דער דברי חיים האט געהייסן אז א יעדע אייניקל פונעם חכם צבי זאל אויפשרייבן די נאמען אויף די מציבה "ווייל די חיצונים אנטלויפן ווייט דערפון"! אזוי וועט זיין דא אויך.
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 302
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 334

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך טיר »

הער איך אז מ'האט צוגעלייגט טירנוג לענס אויף פארעסט סקאנימאנק צו מאכן א לינקס צו סקאנימאנק ברוך השם
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1109
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1350

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך טיפע טאשן »

20230815_225338.jpg
20230815_225338.jpg (247.3 KiB) געזען געווארן 371 מאל
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
שרייב פאוסט