נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 5:01 pm
בן מנחם האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 3:48 pm
אנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 6:22 pm
די טעמע איז פון ברסלב. קענסט עפענען א טעמע איבער זיין חסידות
דאס איז טאקע די ווייטאג פון אסאך דא. אז נאר אויף ברסלב קען מען ליידער רעדן זאל נאר איינער פרובירן צו פירן אזעלכע שמועסן ווי און די אשכול אויף אנדערע חסידות'ער...
אויף אזוי ווייט אז עס גנב'עט זיך מיר שוין אריין א מחשבה אז ברסלב איז טאקע די גרעסטע...
אזווי עס גייט די באקאנטע שפריך ווארט אז פון די גאנצער וועלט האט מען די מערסטע פיינט די יודן פון צווישען די יודן האט מען די מערסטע פיינט די חסידים
און פון צווישען די חסידים האט מען די מערסטע פיינט די - סאטמארע... ודי לחכימא...
פון סאטמאר איז בני יואל דאס מערסט פארפיינטעט, פון בני יואל נטורי קרתא, פון נטורי קרתא ר' ישראל דוד ווייס, פון הרב ווייס זיין שמוץ וועש, די חשובסטע זאך אין די בריאה איז די שמוץ וועש פון ר' ישראל דוד ווייס....
ערענסט גערעדט. קיינער האט נישט פיינט ברסלב. בסך הכל קומען אסאך אויבער חכמים אן קיין ברסלב. נישט ווייל זיי טרעפען דארט עפעס מער, נאר ווייל מיטן פארן ראש השנה קיין אומאן שפירט ער מער ווי זיין טאטע און זיידע, און ארומיגע. ער קוקט אן אלע גדולי ישראל כקליפת השום קעגן רבי נחמן, און ער טרעפט נאך יסודות צו בויען זיינע קרימע בנינים בספרי ברסלב. דאס איז אלעס ווייל ער וויל קענען לאכן פון אלע גדולי ישראל היינט אויך, ער וויל זיך נישט מכניע זיין אונטער קיינעם. אונטער וועמען זאל ער זיך מכניע זיין? אונטער דעם אונגארישען נער? אונטער דעם פולישען תמים? איך בין סך מער! איך בין ברסלב! וואס דרייעסטו מיר א קאפ מיט מאור ושמש? איך האב א שיחות הר"ן! מהר"ן האט אליינס געזאגט אז אלע זענען פאר אים כקליפת השום!
דער אויבער חכם קען נישט טוישען פון באר מים חיים צו נועם אלימלך, ער קען נישט טוישען פון קדושת לוי צו מאור ושמש, ווייל ער שפירט נאכנישט גענוג אויבער חכם! נישט ווייל ער טרעפט נישט אין די ספרים וואס ער זוכט. בסך הכל זוכט ער אויבער חכמה, און דאס שטעלט אים ברסלב גרינג צו.
פון די אנדערע זייט קומען אן אסאך ליידיג גייער קיין ברסלב, און די סיבה דערצו ווייסטו בעסער ווי מיר. נישט ווייל ברסלב פארקויפט מער, נאר ווייל דארט קען ער זיין א נבל ברשות התורה... חס מלהזכיר!
די סארט ברסלבע איז וואס איבעלט. קיינער האט נישט א פראבלעם מיט א סאטמארע חסיד וואס לערנט שפת אמת, הגם זיין זיידע האט נישט געטוהן אזוי. ווי לאנג ער בלייבט אינעם סיסטעם נאר בסך הכל רעדט שפת אמת מער צו זיין הארץ, זאל ער לערנען שפת אמת. ווען איך זעה א גורע חסיד לערנען בני יששכר וועל איך האלטען אויף אים די זעלבע. עס וועט מיר נאר איבלען ווען דער זעלבער סאטמארע חסיד וואס גייט אויך צום כותל ווייל ער איז קלוגער ווי זיין רבי, אדער אנדערע זאכן לדוגמא ער קען מער נישט דאווענען אין א סאטמארע ביהמ"ד, אדער ער קען שוין נישט דאוונען שבועות ביי זיין לעבעדיגע רבי קומט מיר מסביר זיין די גדלות פון פארן קיין אומאן ראש השנה.
א ברסלבע חסיד וואס פארגעסט נישט וואס מען האט אים געלערנט אין חדר, ער האלט זיך נישט קלוגער ווי די סיסטעם, ער נוצט נישט ספרי ברסלב אלץ מיטל צו לאכן פון זיינע ארומיגע. איז בכלל נישט פארפיינטעט ביי קיינעם.
נאכאמאל. אלע ספרי קודש זענען הייליג הייליג הייליג. יעדע ספר איז געשריבען געווארן פאר כלל ישראל, און פון יעדע ספר קען מען נעמען חיזוק. נעם חיזוק פון וועלכע ספר עס רעדט צו דיין הארץ. ווער אבער נישט אן אויבער חכם! האלט דיך נישט מער ווי דיין רביזכרונולברכה זיידע! דו ביסט כקליפת השום קעגן אים!
שלום וברכה,
ליינענדיג די גאנצע אשכול דא פול מיט שמועסן הין און צוריק, האט זיך מיר עטליכע מאל געוואלט אראפברענגן די רייד פונעם מגיב, און דערויף שרייבן, אבער איך זע אז אנדערע האבן עס שוין געטון זה בכה וזה בכה. איך האב נישט אלעמאל מסכים געווען מיט'ן מגיב, אבער איך מוז דען? על כל פנים, איך באציה מיך צו די דאזיגע תגובה וואס איך האב דא אראפגעברענגט, און אין איינוועגס וועט מען ערווענען היבש נאך זאכן וואס זענען געווען געפרעגט אין די פריערדיגע תגובות.
ערשט וועל איך זיך באציען צו די רייד פון
@נקודות טובות וואס ער איז דער לעצטער מגיב אינעם ענין פארוואס מ'האט פיינט ברסלב. שפעטער וועל איך זיך נעמען צו אנדערע נקודות. און בעיקר צו די קשיות פון
@מסתמא וואס עס קוקט באמת אויס אז ער שפירט אז געוויסע ענינים אין ברסלב איז אויסערליך קעגן די מסורה, און ווארנט שטארק אן צווישן זיינע שורות עטליכע מאל אז מ'זאל חלילה נישט נכשל ווערן מיט זאכן וואס זענען זיך הויפטזעכליך מנגד צו די יג עיקרים וכדו'.
וזה החלי בעז"ה
ערשט מוז איך אייך זאגן אז איך בין זייער אימפרעסד פון די איידעלע וועג וואס דו שרייבסט, און ווי אויך די ליניענט און הומעראסטישע וועג פון שרייבן. אגב, דיין ניק נעים 'נקודות טובות' האסטו מסתמא גענומען צו צייגן אז מ'מוז נישט זיין קיין ברסלב'ר צו האלטן פון נקודות טובות, וואס אויב איז עס טאקע אזוי, באקומסטו נאך א פלאס אויף דיין מארק..
דו שטעלסט אראפ א נעראטיוו אז בעצם האט קיינער נישט קיין פראבלעם מיט ברסלב, אדרבה, אויב וויל איינער ווערן אן 'ערענסטע' ברסלב'ר, צוליב סיי וואס פאר א סיבה, און וויל נישט אוועקמאכן די צדיקים וקדושים וואס זענען ביז היינט געווען זייער הייליג ביי אים. דאן זאגט מען אים (אויב מיין הרגשה נארט מיך נישט, רעדסטו פון די סאטמארע קרייז) אדרבה, ואדרבה, לך אכול דייך, גיי ווער א ברסלב'ר, פאר ראש השנה אויף אומאן, לערן די ברסלב'ע ספרים, קיין פראבלעם.
די גאנצע סיבת ההתנגדות איז נאר ווייל עס זענען דא די אלע וואס ווערן ברסלב'ע מיט אנדערע סיבות ונימוקים (וואס טייל האסטו אויסגערעכנט, און מסתמא איז דא סתום יותר מן המפורש), אויב ביסטו אבער נישט צווישן זיי, דאן גאו אהעד.
די מציאות צייגט נישט אזוי, אויב ווערט מען געוואויר אז איינער ווערט א ברסלב'ר, נאך פאר מ'איז בודק פארוואס, האט מען אים שוין אריינגעשליידערט אין די נעגאטיווע קאטעגאריע, און מ'שטעלט אפ הימל און ערד, אפצוהאלטן דעם אינגערמאן צי בחור'ל אז ער זאל נישט מקורב ווערן צו ברסלב.
איך וועל נעמען אן אינטערסאנטע משל, עס איז דא א באקאנטע ברסלב'ע נאמען אין סאטמאר, ער הייסט ר' ניסן פרענקל. א תלמיד פון רבין אין די געזונטע יארן. (מקורב איז ער גראדע געווארן דורך ר' שמעי' גרינבוים זצ"ל, אבער דאס קומט נישט אריין דא.) ער האט שוין אלס בחור געלערנט ברסלב'ע ספרים, און ער האט חתונה געהאט קיין אנטווערפן. והנה און דער אינגערמאן האט געוואלט פארן אויף אומאן, און ער איז טאקע געפארן. א גאנצע מעשה באריכות, דעמאלט איז מען געוואויר געווארן אז ער איז א ברסלב'ר, און סאטמאר האט זיך איבערגעדרייעט מילד גערעדט. ווען נישט דער רבי זי"ע, און הרה"ק ר' איציקל זי"ע, וואלט דאס נישט שטיל געווארן, און ער העט ווען געדארפט טון וואס מ'האט פארלאנגט אין אנדערע חסידות צו טון אין אזא פאל, צוועלף שורות און גענדיגט.
מ'רעדט פון א אינגערמאן א תלמיד חכם עצום, א יושב באהלה של תורה רוב שעות היום והלילה, א שפיגעלע פון רבינ'ס תלמידים, דער רבי האט געזאגט שיינע הפלגות פאר זיין שווער איבער אים. עס איז נאך דעמאלט נישט געווען די לויזע ברסלב'ע ועוד ועוד, אבער דאס אלעס האט נישט גענוצט און מ'האט געפירט א מערכה כבידה אשר אין כאן המקום להאריך.
ער איז איין משל, און עס זענען נאך פארהאן פילע פילע משלים פון אסאך באוואוסטע און אומבאוואוסטע מקורבים וואס זענען דורך דאס און ענליכעס, נישט ווייל זיי האבן געוואלט ווערן פויערן, און נישט ווייל זיי זענען געווען אנגעזעצט פארדעם וכו' וכו', נאר ווייל זיי האבן פאר עפעס אן אדד ריזען איינגעזען אז זיי ווילן ווערן א ברסלב'ע חסיד.
וואס פשט פון דעם? קענסט דאס פארענטפערן?
איך בין געווארן א ברסלב'ר אלס בחור, איך האב זיך נישט אנגעקערט צו קיין איינער פון די לויזע ברסלב'ע, און די התנגדות און די כוחות וואס מ'האט אריינגעלייגט מיך אפצוהאלטן דערפון, איז געוען עד אין לשער.
איז דאס ווייל?
איך פארשטיי אז דו קענסט מיר איצט זאגן אז נו, זעסט דאך פון דעם אליינס אז ברסלב איז נישט אנגענומען געווארן ביי אונז.
אבער די קשיא שטעלט זיך, פארוואס נאר דער רבי זי"ע אליינס האט דאס אפגעשטעלט? אויב איז עס קעגן אונזער מסורה, וואלט ער דאך געדארפט שטעלן אן אלטימאטום פאר'ן אינגערמאן, אדער לאזטו אפ ברסלב, אדער ביזטו נישט מיינס א תלמיד.
נאך א מעשה וואס ר' נתן יוסף האט פארציילט, (איך האב עס געהערט פון אן אייניקל וואס האט עס געהערט פון אים, יענער אייניקל איז נישט קיין ברסלב'ר.) ער איז געגאנגען פארציילן פאר'ן רבי'ן אויף א בחור אז ער האט אנגעהויבן צו לערנען ברסלב'ע ספרים, האט דער רבי אים געזאגט, שיק אים אריין צו מיר זיך צו פארהערן. ער איז שוין געווען זיכער אז דער רבי וועט אים געבן אנצוהערן אז ער זאל זיך אפלאזן דערפון.
הכלל, דער בחור קומט אריין צום רבי'ן, און דער רבי פארהערט אים. ווען דער בחור איז ארויסגעקומען, גייט ר' נתן יוסף צו צו אים, נו, וואס האט דער רבי געזאגט? זאגט ער אז דער רבי האט געזאגט אז ער האט גוט געקאנט.
גייט ר' נתן יוסף אריין צום רבי'ן, און פרעגט אים צי ער האט אים געזאגט עפעס וועגן לערנען ברסלב'ע ספרים, רופט זיך דער רבי אן, ער האט דאך גוט געקאנט.
האט ר' נתן יוסף געזאגט פאר'ן אייניקל, אז קוקט אויס אז אויב האט עס נישט געשטערט פון די געהעריגע לימודים, האט דער רבי נישט געהאט גארנישט דערקעגן.
לענינינו, די פאקט איז, אז די פולווער קעגן ברסלב איז דא, נישט נאר קעגן די וואס זענען לויזע ברסלב'ע, נאר טאקע אויך אויף אינגעלייט און בחורים וואס זוכן און טרעפן דארט עבודת השם. און אויף דעם האב איך דערווייל נישט געטראפן קיין סיבה.
------
און יעצט וועל איך זיך נעמען צו די עצם נקודה פון ברסלב, און פון מסורה.
וואס איז ברסלב? ברסלב איז א חסידות. יא, א חסידות פון א רבי מיט תלמידים. וואס איז אנדערש פון אנדערע חסידות? (העי, ווער האט געזאגט אז ס'איז אנדערש??..) אז עס שוין פאר די לעצטע איבער צוויי הונדערט יאר נאך דא דער זעלבער רבי.
אנדערש ווי פילע אנדערע חסידות וואס זענען נמשך געווארן פון די צייטן פון בעל שם טוב, וואס הגם אסאך צדיקים האבן געזאגט אז חסידות איז נאר געווען פאר הונדערט און פופציג יאר, און אנדערע האבן געזאגט אז דער דרך החסידות איז שוין נשתכח געווארן, נאכאלץ זענען דא כהיום יום טויזענטער אידן וואס געהערן זיך אן צו זייער רבי'ן, אלס א חסיד. און טאקע דוקא פון א לעבעדיגן רבי'ן. איז אבער די ברסלב'ע דרך עטוואס אנדערש, און עס זענען נישט דא קיין ממשיכי הדרך אלס א רבי, נאר דוקא אלע בלייבן תלמידים און אפשר קען מען עס אנרופן חסידים פון רבי נחמן אליינס.
וואס א חסיד האט מיט זיין רבי'ן, דארף דאך יעדער לכאורה אליינס וויסן. יעדער ווייסט פון אזא סארט זאך וואס הייסט שורש נשמה, און יעדער האט שוין געהערט במשך פון זיינע יארן פילע מעשיות פון רבי'ס מיט חסידים וואס פארציילט אונז, אז יעדער איד האט זיין שורש נשמה צו ווי ער באלאנגט, און דארט (געווענדליך) קומט מען אן.
איך רעדט נישט פון א פארטיי וואו מ'געהערט זיך אן, איך למשל באלאנג נאך געהערט צו מיין פארטיי, אפילו איך בין א ברסלב'ער. איך רעדט דוקא פון אן התקשרות וואס א איד האט צו א צווייטן איד, אלס א חסיד צו א רבין'.
קען זיין אז היינט איז עס שוין נישט אזוי מצוי, בפרט אין אונזער קרייז (סאטמאר), אבער ערגעצוואו האט זיך - כמעט - יעדער עפעס א איד, וואס ער איז 'זיין' ערליכער איד 'זיין' צדיק, און ער קוויטל'ט זיך ביי אים, און ער בעט ביי אים א ברכה, און ער גייט נישט צו צו קיין שמחה אדער צו א ימים נוראים וכדו' אן זיך צו געזעגענען ביי אים. ער וועט פרובירן דארט צו זיין יעדע שיינע שבת אדער יום טוב, וכו' וכו'. און היינט אז עס שוין מצוי ביי די מתנגדי'שע קרייזן אויך.
א ברסלב'ר מיינט אז ער האט גענומען רבי נחמן פאר זיין רבי, פונקט ווי יעדער אנדערער חסידי'שער איד האט זיך זיין רבי.
איי וועסטו פרעגן, וויאזוי קען מען האבן שייכות מיט א רבי וואס לעבט שוין נישט איבער צוויי הונדערט יאר, אויף דעם דארפסטו שוין לערנען געוויסע חלקים פון די חסידות, צו וויסן וויאזוי עס ארבעט.
איך גיי נישט אריינגיין נאכאמאל צו פארענטפערן די ווידוי קשיא, און די ממוצע קשיא, לית דין פירכא כלל, איך פאר שוין אסאך יאר אויף אומאן, און עס איז מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן אז דער רבי איז עפעס א כוח עצמו אינדערמיט חלילה, און ווער עס לערענט ברסלב און חסידות בכלל, ווייסט אז דאס איז קיין שום שאלה בכלל. אבער דער
@בן מנחם האט אראפגעברענגט איינעם, און אפשר נאך איינער האט שוין פריער פארענטפערט די קשיא. אבער וואס איך וויל יא זאגן איז, אז פאר ווער ס'ווערט א ברסלב'ר איז די קשיא נישט עולה על הדעת בכלל.
איי מענטשן הערן דאס נישט אויף צו נוצן אלס איינע פון די שטערקסטע קשיות אויף ברסלב, וועלן מיר מוזן צוקומען אז עס איז א קשיא שאין להשיב, ווייל די ווילן אפילו נישט קיין תירוץ, ווען יא, וואלט ער דאך געזען אז ער פרעגט גארנישט. אבער דאס איז די כוח פון א קשיא, דו גיי פארענטפער דיך.
די געוואלדיגע קשיא אויף פראפאגאנדע און מיסיאן אין ברסלב, האב איך צוריק א קשיא, זאגטס נאר ביטע, אייך האט מען פרובירט פארכאפן אויף ברסלב? וויאזוי?
מ'האט אייך געגעבן א קונטרס? (איך בין גראדע נישט פון די סארט, אבער נניח)
איינער האט אייך פארציילט די גרויסע קדושה און כוח וואס רבי נחמן באנוצט זיך?
איינער האט אייך געזאגט אז עס לוינט זיך צו קומען אויף אומאן, ווייל דארט וועט איר באקומען א תיקון?
איינער האט אייך מחזק געווען מיט די רייד פון רבי נחמן?
אויב די ענטפער אויף איינע פון די זאכן איז יא! זאגט נאר, איר זענט טאקע געווארן א ברסלב'ר דורכדעם?
דאכט זיך מיר אז די ענטפער איז: ניין!!
איז אדער טויג ברסלב נישט אויף מיסיאן, אדער טויגן זיי נישט מיט פראפגאנדע, אדער איז די גאנצע קשיא קיין קשיא נישט.
און איך וועל זיך מסביר זיין, איך בין שוין עטליכע יאר אין ברסלב, און איך האב שוין געשמועסט מיט אסאך אסאך מקורבים, איך האב נאכנישט געטראפן קיינעם וואס איז מקורב געווארן צו ברסלב ווייל 'איינער' האט זיי פארכאפט. אדער האט די רייד פון רבי נחמן דיך אנגעהויבן צו ציען מיט א מורא'דיגע צויבער, אדער האסטו געהאט א פראבלעם און פונקט געטראפן עפעס פון ברסלב וואס האט דיך געהאלפן, און ערגעצוואו האסטו אנגעהויבן זען אז רבי נחמן רעדט צו דיר.
הונדערטער האב איך שוין געטראפן וואס זענען 'נישט' פארכאפט געווארן, טראץ דעם וואס זיי האבן געזען די אלע פראפעגאנדע, זיי האבן זיך נישט געלאזט ארייננארן אינעם נעץ.
רבותי, עס איז נישט דא קיין נעץ, ווער עס דארף אנקומען צו רבי נחמן ווייל זיין שורש נשמה איז דארט, וועט ער אנקומען, און ווער נישט, וועט נישט אנקומען. איך זאג נישט, איך ווייס פון אזעלכע וואס האבן מורא'דיגע געגארט און געבעטן דעם באשעפער אז זיי ווילן אנקומען צו דעם צדיק, און אפילו אנפאנג זענען זיי נאכנישט געווען קיין ברסלב'ער, האבן זיי מיט תפלה גע'פועל'ט. אבער צו די איבעריגע עולם וויל איך מעלדן, אז קיינער קען קיינעם נישט מאכן פאר א ברסלב'ער, מ'דארף זיך נישט זארגן. און די גרעסטע ראי' ביסטו אליינס, וואס קען מעיד זיין אז דו ביסט נישט געווארן קיין ברסלב'ער טראץ אלע פראפעגאנדע.
יא, א ברסלב'ער חסידי האט א חיוב פון זיין רבי'ן, צו מחי' זיין אידן מיט גוטע ווערטער, און ברענגן יעדן איד וואס מעגליך אז זיי זאלן וועלן דינען דעם באשעפער, און אז זיי זאלן אפשפעטן פון הבלי עולם הזה, וכו' וכו' אבער דוקא נישט צו מאכן אנדערע פאר א ברסלבער.
------
און איצט איבער מסורה.
שוין פריער אביסל ערווענט, מסורת אבות האט נישט מיט קיין חסידות צוטון, מסורת אבות מיינט אל תטוש תורת אמך, מיר אידן האבן א מסורה פון אמונה בה' ובתורתו, ווילאנג א איד גלייבט אין באשעפער, און אין אלע יג עיקרים, גייט ער מיט מסורת אבות.
וועלכע ספר צו לערנען, אדער ביי וועלכע רבי'ן זיך צו קוויטלען האט נישט מיט מסורת אבות, ווייל דו האסט שוין נישט דיין זיידע'ס רבי סייווי נישט. די הלכה לויטעט דאס בפירוש אין הלכות כיבוד אב ואם, און ווער עס זאגט פארקערט, פארפעלט צו גלויבן אין צוויי פון די אני מאמינ'ס שכל התורה המצוי' עתה בידינו היא הנתונה למשרע"ה. און שזאת התורה לא תהא מוחלפת ולא תהא תורה אחרת מאת הבורא יתברך שמו.
ווי נאריש דארף מען זיין אז ווען מ'זעט ווערטער פון א צדיק וואס דו פארשטייסט נישט זאלסטו קלערן אז עס האט עפעס קעגן אונזער אמונה. איי דו פארשטייסט נישט, האסטו צוויי עצות, איינס בעט דעם באשעפער ערליך ביי והאר עינינו ער זאל דיר עפענען די אויגן, און צווייטנ'ס קוק אריין וואס דער צדיק זאגט, און דאן וועסטו זען אז דו האסט סתם זיך אנגעכאפט אין עפעס אן איינרעדעניש.
איי עס זענען דא אסאך ברסלב'ע וואס זענען נישט ערליך, איז וואס? זייער אסאך נישט ברסלב'ער זענען געווען משכילים, איז וואס? איז עס חלילה א פגם אין די תורה? יאבדו הם וכמותם, און קיין איין ווארט פון די הייליגע תורה וועט נישט ווערן אפגעפרעגט.
חז"ל לערנען אונז אין עטליכע מקומות, אז די תורה נמשלה כסם, זכה נעשה לו סם החיים, לא זכה נעשה לו סם המוות. דאס איז עפעס א ברסלב'ע חידוש? דאס איז א חלק פון אונזער מסורה.
איך מיין אז איך האב שוין גענוג מאריך געווען. אנדערע האבן דא מוסיף געווען עטליכע נקודות, נו שוין.
הצלחה רבה.