אלעס ארום ברסלב

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 187

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:41 pm
בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:40 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:27 pm
► Show Spoiler
איך פארשטיי אז ער זאגט אז געוויסע ברסלבע פארקויפן שקרים אז זאגן אז נאר ברסלב איז די זאך
אין ספה"ק שיחות הר"ן שטייט אז רבי נחמן האט געזאגט אז מען דארף לערנען אלע ספרים הקדושים.
בכלל ווייס איך נישט וואס איר ווילט. אין הרבה ספרי קודש שטייט דברי התעוררות אז חסידים זאלן נישט זאגן אז נאר זייער רבי איז א קדוש און א צווייטער נישט. זעהען מיר אז דאס גייט שוין צוריק הונדערטער יארן ביי אנדערע חסידות'ער טא וואס ווילט איהר פון ברסלב...
ער רעדט יעצט פון ברסלב

אגב. איך בין נישט קעגן ברסלב בכלל
דאס איז טאקע מיין קשיא...
פארוואס רעדט ער פון 'ברסלב'!
זאל ער רעדן פון......................
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2369

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך אנדערער »

בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:54 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:41 pm
בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:40 pm
אין ספה"ק שיחות הר"ן שטייט אז רבי נחמן האט געזאגט אז מען דארף לערנען אלע ספרים הקדושים.
בכלל ווייס איך נישט וואס איר ווילט. אין הרבה ספרי קודש שטייט דברי התעוררות אז חסידים זאלן נישט זאגן אז נאר זייער רבי איז א קדוש און א צווייטער נישט. זעהען מיר אז דאס גייט שוין צוריק הונדערטער יארן ביי אנדערע חסידות'ער טא וואס ווילט איהר פון ברסלב...
ער רעדט יעצט פון ברסלב

אגב. איך בין נישט קעגן ברסלב בכלל
דאס איז טאקע מיין קשיא...
פארוואס רעדט ער פון 'ברסלב'!
זאל ער רעדן פון......................
די טעמע איז פון ברסלב. קענסט עפענען א טעמע איבער זיין חסידות
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1575
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3331

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:50 pm
בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:49 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:41 pm

נישטא קיין ברסלבע וואס זאגן אז אלע צדיקים זענען קעגן ר' נחמן כקליפת השום?
ביטע צייכנט צו א מקור און ברסלב'ע ספרים צו דעם. איך האב נישט גערעדט צו אלע ברסלב'ער חסידים בכל קצבי תבל.
איך האב שוין געהערט פון א ברסלבער אזא סטעיטמענט
רוב היינטיגע ברסלב'ע משפיעים, אדער לכה"פ א גרויס טייל, וועלן קיינמאל נישט נאכזאגן עפעס אנדערש ווי "רבי נחמן". ס'איז דא ווער יא, אבער עפ"י רוב איז אין די היינטיגע ברסלב נישט דא קיין צדיקים וואס זענען ראוי לעלות על שולחם מלכים אויסער ברסלב. מען קען דאס נישט לייקענען ווייל דאס איז שמש בצהרים. און דאס צייגט א געוויסע פארקנאקטקייט און אנדערש ווי אלע אונזערע זיידעס און רביס האבן אונז געלערנט.

ווידער לגבי @בן מנחם וואס זאגט אז וועם עס געפעלט נישט ברסלב זאל עס איגנארירן, ביסטו אויך גערעכט. ברסלב שטעלט צו פאר די וועלט א מורא'דיגע סערוויס אז ווען איינער שפירט זיך נישט גענוג מחוזק - בלשון המעטה - גייט ער אהין און ער טרעפט זיין גליק אין לעבן. ברור כשמש. אפגעזעו פארוואס אבער עס איז דא אן אמת דערין. נאר, עס האט זייער אסאך מאל גרויסע סייד אפעקטס, סיי לגבי די קהלה פון וואו מען קומט, סיי לגבי די משפחה, און טייל מאל אפילו לגבי אידישקייט, אויב כאפט מען זיך אן אין א נישט גוטע משפיע וואס נוצט אויס די הפקירות אויפ'ן ווארט ברסלב.

אבער דאס וואלט נישט געווען קיין פראבלעם ווען ס'איז יענעמס אייגענע החלטה. היות אבער ברסלב האט א מאסיווע מארקעטינג, עס איז אנדערש ווי סיי וועלכע קהלה אדער חסידות מיט דעם אז עס איז א מצוה רבה אויפצוקלערן און אריינכאפן אנדערע, און כ"ש וכ"ש ווען עס קומט צו היכל הקודש וואס האט אן אפיציעלער מיסיאנערישע סיסטעם פון קירוב רחוקים... מיט א דרוקעריי, קונטרסים, האטליינס, ביזנעס קארטלעך, צעטלעך אין די סידורים, אא"וו, דאס ברענגט אז מצד שני ווערט דאס אויסטערליש פארפייננטעט - מיט רעכט - דורך פשוטע עלטערן וואס פארטראגן נישט די מיסיאנערישקייט. ביסט גליקליך? זיי גליקליך! ביי דיר. נישט ביי יענעם. לאז לעבן.
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 187

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 6:38 pm

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:
אין גור זאגט מען נאך דברי יואל?
אין סאטמאר זאגט מען נאך בית ישראל?
אין וויזניץ זאגט מען נאך פון איזביצא?
איו בעלזא זאגט מען נאך פון חב"ד?
און חב"ד זאגט מען נאך פון קאצק?
און סקווירא זאגט מען נאך פון ספינקא?
אין ספינקא זאגט מען נאך פון קאסאני?
אא"וו.
דאס איז נישט צוליב מחלוקת, נאר יעדערער האט זיין שניט, און אוודאי האט יעדער כלל א יוצא מן הכלל.
ווידעראום אייינער פון די גרעסטע ברסלב'ער משפיעים ה"ה כ"ק הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטרן שליט"א וואס האט שוין ארויסגעגעבן אהן א שיעור ספרים און געט יעדע וואך ארויס א גאנץ דיקער גליון מיטן נאמען 'דעה חכמה לנפשך', זאגט כסדר נאך פון אהן א שיעור צדיקים פון אלע שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל פון צדיקי הדורות און פון היינטיגע צדיקים ווי אויך רעדט ער ארום כסדר ביי אלע יארצייטן פון סיפורי צדיקים און דברות קודש אהן קיין שום אונטערשייד פון ווער אדער וואו.
לגבי די סייד עפעקטס...
דאס איז נישט א 'ברסלב'ער פראבלעם, נאר פון די וויסטע שנאה פון די 'מתנגדים'.
לגבי פראבלעמען אין 'אידישקייט', ווייס איך נישט פון אזא זאך אז דאס זאל ח"ו האבן צו טוהן מיט ברסלב, נאר פארקערט, מענטשן וואס האבן ח"ו פראבלעמן אין אידישקייט, טרעפן זייער חיזוק אין ברסלב [און מיט רעכט!], אין נאכדעם דרייען די מתנגדים ארום די דאשיק כאילו 'ברסלב' האט זיי געמאכט פראבלעמען אין אידישקייט.
לגבי מארקעטינג...
יעדע וואך קומט ארויס די 'לינק' די 'וויו' די 'באלעבאסטע' וכו' וכו' וואס אלע זענען פול מיט מארקעטינג אויף גשמיות'דיגע זאכן. איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט א טענה אז יענער טוט מארקעטן זיינע זאכן. אדרבה, אז ער האט א 'האט אייטעם' זאלן אנדערע אויך הנאה האבן [און אז דער אייטעם טויג נישט איז ער א פאפער און ער זאל עס טאקע ח"ו נישט מארקעטן. קיינער וויל נישט קויפן קיין פארדארבענע פלייש...].
דעריבער ווייס איך נישט פארוואס אז איינער האט א 'רוחניות'דיגער האט אייטעם' און ער פילט אז ער קען מהנה זיין אנדערע אידן [און איר דארפט ניטאמאל באצאלן דערפאר], פארוואס זאלט איר האבן טענות צו איהם אז ער מארקעט עס. אדרבה זייט איהם דאנקבאר.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3602
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9406

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 7:18 pm
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:
אין גור זאגט מען נאך דברי יואל?
אין סאטמאר זאגט מען נאך בית ישראל?
אין וויזניץ זאגט מען נאך פון איזביצא?
איו בעלזא זאגט מען נאך פון חב"ד?
און חב"ד זאגט מען נאך פון קאצק?
און סקווירא זאגט מען נאך פון ספינקא?
אין ספינקא זאגט מען נאך פון קאסאני?
אא"וו.
@בן מנחם, ביסט גערעכט אז ס'איז דא נאך קרייזן וואס זענען פארקנאקט, אבער די ליסטע וואס דו ברענגסט דא איז אומרעלעוואנט, ווייל אונז רעדן פון פריערדיגע רבי'ס, נישט פון די לעצטע דור צוויי.

יא, אין סאטמאר זאגט מען נאך "שר שלום'ס" (בעלזא), "ישמח ישראל'ס" (אלכסנדר), "ליקוטי אמרים'ס" (חב"ד), "מאור ענים'ס" (טשערנאביל/סקווירא), ואטו כי רוכלא.
בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 7:18 pm לגבי פראבלעמען אין 'אידישקייט', ווייס איך נישט פון אזא זאך אז דאס זאל ח"ו האבן צו טוהן מיט ברסלב, נאר פארקערט, מענטשן וואס האבן ח"ו פראבלעמן אין אידישקייט, טרעפן זייער חיזוק אין ברסלב [און מיט רעכט!], אין נאכדעם דרייען די מתנגדים ארום די דאשיק כאילו 'ברסלב' האט זיי געמאכט פראבלעמען אין אידישקייט.
ס'איז קלאר יא דא א פראבלעם פון געוויסע וואס טרעפן זיך אין ברסלב, און - אפגעזען צוליב וועלכע סיבה - ווערן זיי דארט איינגעגעסן מיט א זילזול צו אלעס אנדערש. דערנאך מאכט זיך אז זיי סטיקן שוין נישט אזוי צו דעם משפיע מיט וועם זיי האבן אנגעהויבן, ממילא שאפט זיך א מציאות אז קיינער שטעלט זיי נישט אין פלאץ, "ואיש כל הישר בעיניו יעשה" ה"י.
בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 7:18 pmלגבי מארקעטינג...
יעדע וואך קומט ארויס די 'לינק' די 'וויו' די 'באלעבאסטע' וכו' וכו' וואס אלע זענען פול מיט מארקעטינג אויף גשמיות'דיגע זאכן. איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט א טענה אז יענער טוט מארקעטן זיינע זאכן. אדרבה, אז ער האט א 'האט אייטעם' זאלן אנדערע אויך הנאה האבן [און אז דער אייטעם טויג נישט איז ער א פאפער און ער זאל עס טאקע ח"ו נישט מארקעטן. קיינער וויל נישט קויפן קיין פארדארבענע פלייש...].
דעריבער ווייס איך נישט פארוואס אז איינער האט א 'רוחניות'דיגער האט אייטעם' און ער פילט אז ער קען מהנה זיין אנדערע אידן [און איר דארפט ניטאמאל באצאלן דערפאר], פארוואס זאלט איר האבן טענות צו איהם אז ער מארקעט עס. אדרבה זייט איהם דאנקבאר.
ביי אונזערע רביס איז "מסורה" געווען פון די שטארקסטע יסודות. "אל תטוש תורת אמיך". ממילא ווען דו מארקעטס אן אייטעם וואס פראפעגאנדירט אנטקעגן אונזער מסורה, איז דאס ביי אונז אזויווי מארקעטן אן אייטעם וואס טויג נישט.
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 187

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 7:39 pm

נאכאמאל על ראשון ראשון וכו'.
מ'האט גערעדט פון ברסלב'ע 'משפיעים' וואס זאגן נאר נאך פון ברסלב, איך פארשטיי אז ער רעדט 'פון היינטיגן דור'. נישט פון ברסלב'ער ספרים וואס ברענגען נאר נאך פון ברסלב. דער קדושת לוי האט אויך נישט געברענגט קיין נועם אלימלך און דער נועם אלימלך האט נישט געברענגט קיין מאור עינים זכותם יגן עלינו.
איך האב געפרעגט אויב אין סאטמאר זאגט מען נאך 'בית ישראל' אדער אפילו 'שפת אמת'?
זיי זענען געגאנגען צו ברסלב ווייל זיי האבן נישט אנגעהויבן צו סטיקן מיט זייער פריערדיקער משפיע ווייל ער האט נישט געהאט ליידער וואס צו פארקויפן, אדער ער האט נישט 'געהאלטן' ביי דעם וואס ער האט פארקויפט... לעומת זה האט ער אנגעקניפט א קשר של אמת מיט'ן ברסלב'ער משפיע וואס איז פיל מיט 'תוכן, אמת, און הארץ.
איך האב שוין דערמאנן אין א פריערדיגער תגובה אז כמעט אל חסידי סקווירא זענען יצא מדינת אונגארן תלמידי החת"ס זי"ע און האבן קיינמאל נישט געהערט פון סקווירא. די זעלבע איז מיט 'די ליטווישע' דרך הלימוד וואס איז נתקבל געווארן אין אלע ישיבות אריינגערעכנט סאטמאר...
וואו איז אונזער מסורה?
אז עס איז גוט, דאן עסט מען מיט אפעטיט!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1575
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3331

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@בן מנחם אודאי האב איך גערעדט פון פריערדיגע צדיקים, אין סאטמאר זאגט מען פון יעדן, אין ברסלב עקזיסטירט נישט גארנישט אויסער דער רבי. דאס איז אנדערש ווי מ'האט געזען ביי אונזערע זיידעס און רבי'ס. יא אין סאטמאר זאגט מען קלאר נאך פון יעדן אפילו פון אנדערע סארט גזע'ס, אויסער פון אזעלכע פון די לעצטע דורות מיט וועמען מען האט געהאט א פראבלעם לגבי אגודה וכדו'.

און לגבי די מארקעטינג, איך האב נישט געזאגט אז יענער טאר עס נישט טון, אבער יענער קען נישט האבן טענות פארוואס מען שפייט אים אויס. און יא עס זענען דא עלטערן וואס זאגן פאר די קינדער אז דער מגושמדיגער עד אין די מאנסי וויו איז פארגרעבט און עס מיינט נישט אונז, און ער זאגט אויך פאר זיין זון אז דער אריינגעשטיפטער צעטל אינעם סידור איז פון חולי נפש. אזוי זאגט ער זיי. און פאר געוויסע באדערט עס פארוואס מ'רעדט אזוי. פון דעם רעד איך. מ'רעדט אזוי ווייל מ'טוט משוגענע זאכן. מאך מיך נישט משוגע, און לאז יעדן לעבן.
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 187

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 8:18 pm @בן מנחם אודאי האב איך גערעדט פון פריערדיגע צדיקים, אין סאטמאר זאגט מען פון יעדן, אין ברסלב עקזיסטירט נישט גארנישט אויסער דער רבי. דאס איז אנדערש ווי מ'האט געזען ביי אונזערע זיידעס און רבי'ס. יא אין סאטמאר זאגט מען קלאר נאך פון יעדן אפילו פון אנדערע סארט גזע'ס, אויסער פון אזעלכע פון די לעצטע דורות מיט וועמען מען האט געהאט א פראבלעם לגבי אגודה וכדו'.

און לגבי די מארקעטינג, איך האב נישט געזאגט אז יענער טאר עס נישט טון, אבער יענער קען נישט האבן טענות פארוואס מען שפייט אים אויס. און יא עס זענען דא עלטערן וואס זאגן פאר די קינדער אז דער מגושמדיגער עד אין די מאנסי וויו איז פארגרעבט און עס מיינט נישט אונז, און ער זאגט אויך פאר זיין זון אז דער אריינגעשטיפטער צעטל אינעם סידור איז פון חולי נפש. אזוי זאגט ער זיי. און פאר געוויסע באדערט עס פארוואס מ'רעדט אזוי. פון דעם רעד איך. מ'רעדט אזוי ווייל מ'טוט משוגענע זאכן. מאך מיך נישט משוגע, און לאז יעדן לעבן.
איך וועל אייך לאזן לעבן. זייט געזונט מיינע פריינט. א גוטע נאכט!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2369

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך אנדערער »

בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 8:13 pm מ'האט גערעדט פון ברסלב'ע 'משפיעים' וואס זאגן נאר נאך פון ברסלב, איך פארשטיי אז ער רעדט 'פון היינטיגן דור'. נישט פון ברסלב'ער ספרים וואס ברענגען נאר נאך פון ברסלב. דער קדושת לוי האט אויך נישט געברענגט קיין נועם אלימלך און דער נועם אלימלך האט נישט געברענגט קיין מאור עינים זכותם יגן עלינו.
איך האב געפרעגט אויב אין סאטמאר זאגט מען נאך 'בית ישראל' אדער אפילו 'שפת אמת'?
מען האט דיך שוין געענטפערט אז אין סאטמאר זאגט מען נאך שפת אמת און ליקוטי אמרים

אין אנדערע פלעצער זאגט מען אויך נאך פון אנדערע

בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 8:13 pm זיי זענען געגאנגען צו ברסלב ווייל זיי האבן נישט אנגעהויבן צו סטיקן מיט זייער פריערדיקער משפיע ווייל ער האט נישט געהאט ליידער וואס צו פארקויפן, אדער ער האט נישט 'געהאלטן' ביי דעם וואס ער האט פארקויפט... לעומת זה האט ער אנגעקניפט א קשר של אמת מיט'ן ברסלב'ער משפיע וואס איז פיל מיט 'תוכן, אמת, און הארץ.
דו ווייסט מיט א זיכערקייט אז יענער משפיע האט נישט געהאט וואס צו פארקויפן אדער האט דער משפיע נישט געהאלטן ביי דעם וואס ער האט פארקויפט. און נאכדעם גייסטו לייקענען אז געוויסע ברסלבע מאכן יעדן אוועק...
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 187

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 8:31 pm

איך האב געבויט אויף דעם פאקט אז יענער האט 'איבערגעלאזט' זיין 'משפיע'. האב איך געזוכט א פארשטענדליכע סיבה דערצו, און מיין קליין שכל האט מיר פארגעשלאגן די צוויי אויבנדערמאנטע סיבות.
אויב האט איר סיי וועלכע אנדערע סיבה, ביטע מיטטיילן מיט די חשובע ליינער...
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 122
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 100

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך שמות »

בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:49 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:41 pm
בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:34 pm

סליחה... אין דבר כזה בברסלב!
נישטא קיין ברסלבע וואס זאגן אז אלע צדיקים זענען קעגן ר' נחמן כקליפת השום?
ביטע צייכנט צו א מקור און ברסלב'ע ספרים צו דעם. איך האב נישט גערעדט צו אלע ברסלב'ער חסידים בכל קצבי תבל. אין די 'ברסלב'ער ספרים' איז 'נישטא' א מקור צו דעם!
https://he.wikisource.org/wiki/%D7%97%D ... 7%A8%D7%A6
פיילס
34932fa0-e7aa-4068-8ca4-ac9575fa6d53.jpeg
34932fa0-e7aa-4068-8ca4-ac9575fa6d53.jpeg (221.98 KiB) געזען געווארן 383 מאל
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2369

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך אנדערער »

בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 8:44 pm איך האב געבויט אויף דעם פאקט אז יענער האט 'איבערגעלאזט' זיין 'משפיע'. האב איך געזוכט א פארשטענדליכע סיבה דערצו, און מיין קליין שכל האט מיר פארגעשלאגן די צוויי אויבנדערמאנטע סיבות.
אויב האט איר סיי וועלכע אנדערע סיבה, ביטע מיטטיילן מיט די חשובע ליינער...
דאס אליינס אז דו קענסט נישט טראכטן פון אנדערע סיבות ווייזט שוין עפעס

איך קען דערהויבענע ברסלבע וואס לעבן א העכערע לעבן זיי קוקן נישט אראפ אויף קיינעם זיי לערנען אלע חסידישע ספרים און ווען זיי רעדן א דרשה ווען געווענליך אריינפאלן א ווארט פון ר' נחמן פונקט ווי א סאטמארער וועט אייביג נאכזאגן א ווארט פון סאטמארער רבי'ן זצל

אבער זיי גייען נישט ארום שטופן ברסלב אויף יעדעם און זענען טאקע זייער ברוגז אויף די וועלכע זענען פארנומען מיט מיסיאנערישע שטיקעס און טענה'ן אז זיי זענען נישט די ריכטיגע ברסלב.
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 187

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

שמות האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 8:54 pm
בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:49 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:41 pm

נישטא קיין ברסלבע וואס זאגן אז אלע צדיקים זענען קעגן ר' נחמן כקליפת השום?
ביטע צייכנט צו א מקור און ברסלב'ע ספרים צו דעם. איך האב נישט גערעדט צו אלע ברסלב'ער חסידים בכל קצבי תבל. אין די 'ברסלב'ער ספרים' איז 'נישטא' א מקור צו דעם!
https://he.wikisource.org/wiki/%D7%97%D ... 7%A8%D7%A6
איך קוק שטארק ארויס אויף א קונטרס קעגן די הייליגע תנא בן עזאי ווי אויך א נייע אשכול איבער דעם און דעם דאזיגן פארום.... צום ווידערזעהן....

און לפי די סקרינשאט פון הקונטרס הנ''ל איז כדאי צו ארויסצוגעבן א קונטרס קעגן די הייליגע אמוראים רב הונא ורב אשי פארן מעתיק זיין די ווערטער פון בר עזאי.. .
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 187

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 9:03 pm
בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 8:44 pm איך האב געבויט אויף דעם פאקט אז יענער האט 'איבערגעלאזט' זיין 'משפיע'. האב איך געזוכט א פארשטענדליכע סיבה דערצו, און מיין קליין שכל האט מיר פארגעשלאגן די צוויי אויבנדערמאנטע סיבות.
אויב האט איר סיי וועלכע אנדערע סיבה, ביטע מיטטיילן מיט די חשובע ליינער...
דאס אליינס אז דו קענסט נישט טראכטן פון אנדערע סיבות ווייזט שוין עפעס
......דאס ווייזט ווייארשיינליך אז עס איז נישט דא נאך א סיבה ודו''ק היטב

אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 9:07 pm איך קען דערהויבענע ברסלבע וואס לעבן א העכערע לעבן זיי קוקן נישט אראפ אויף קיינעם זיי לערנען אלע חסידישע ספרים און ווען זיי רעדן א דרשה ווען געווענליך אריינפאלן א ווארט פון ר' נחמן פונקט ווי א סאטמארער וועט אייביג נאכזאגן א ווארט פון סאטמארער רבי'ן זצל

אבער זיי גייען נישט ארום שטופן ברסלב אויף יעדעם און זענען טאקע זייער ברוגז אויף די וועלכע זענען פארנומען מיט מיסיאנערישע שטיקעס און טענה'ן אז זיי זענען נישט די ריכטיגע ברסלב.
.....עס איז דערפרישנד צו הערן אז עס זענען נאך דא וואוילע ברסלב'ע אויפן וועלט...
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 122
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 100

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך שמות »

בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 12:09 am
שמות האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 8:54 pm
בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:49 pm
ביטע צייכנט צו א מקור און ברסלב'ע ספרים צו דעם. איך האב נישט גערעדט צו אלע ברסלב'ער חסידים בכל קצבי תבל. אין די 'ברסלב'ער ספרים' איז 'נישטא' א מקור צו דעם!
https://he.wikisource.org/wiki/%D7%97%D ... 7%A8%D7%A6
איך קוק שטארק ארויס אויף א קונטרס קעגן די הייליגע תנא בן עזאי ווי אויך א נייע אשכול איבער דעם און דעם דאזיגן פארום.... צום ווידערזעהן....
בכלל נישט אינטערעסאנט, יענער האלט שוין נאכן מסביר זיין דו גמרא. וואס יא? איר לייקנט זאכן כשמש בצהריים.
איר האט געשריבן אס סאיז 'נישטא' א מקור צו דעם.
ס"ה מודים דרבנן היינו שבחיהו.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2369

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך אנדערער »

בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 12:24 am
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 9:03 pm
בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 8:44 pm איך האב געבויט אויף דעם פאקט אז יענער האט 'איבערגעלאזט' זיין 'משפיע'. האב איך געזוכט א פארשטענדליכע סיבה דערצו, און מיין קליין שכל האט מיר פארגעשלאגן די צוויי אויבנדערמאנטע סיבות.
אויב האט איר סיי וועלכע אנדערע סיבה, ביטע מיטטיילן מיט די חשובע ליינער...
דאס אליינס אז דו קענסט נישט טראכטן פון אנדערע סיבות ווייזט שוין עפעס
......דאס ווייזט ווייארשיינליך אז עס איז נישט דא נאך א סיבה ודו''ק היטב
ווילסט אן ערנסטע שמועס?

עס זענען דא מענטשן וואס האבן נישט געטראפן עפעס וואס פילט זיי אן.

עס זענען אויך דא פשוט אומצופרידענע מענטשן וואס וואו זיי זענען איז זיי נישט גוט

עס זענען דא אויבער חכמים וואס דארפן פשוט זיין קלוגער
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 187

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

שמות האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 7:42 am
בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 12:09 am
שמות האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 8:54 pm

https://he.wikisource.org/wiki/%D7%97%D ... 7%A8%D7%A6
איך קוק שטארק ארויס אויף א קונטרס קעגן די הייליגע תנא בן עזאי ווי אויך א נייע אשכול איבער דעם און דעם דאזיגן פארום.... צום ווידערזעהן....
בכלל נישט אינטערעסאנט, יענער האלט שוין נאכן מסביר זיין דו גמרא. וואס יא? איר לייקנט זאכן כשמש בצהריים.
איר האט געשריבן אס סאיז 'נישטא' א מקור צו דעם.
ס"ה מודים דרבנן היינו שבחיהו.
גערעכט,איך האב פארזעהן אדער פארגעסן דעם מאמר. יישר כחכם פאר'ן צוצייכענען די הייליגע ווערטער אשר יסודתן וסודתן בהררי קודש.
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 187

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

אנדערער האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 8:10 am
בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 12:24 am
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 9:03 pm
דאס אליינס אז דו קענסט נישט טראכטן פון אנדערע סיבות ווייזט שוין עפעס
......דאס ווייזט ווייארשיינליך אז עס איז נישט דא נאך א סיבה ודו''ק היטב
ווילסט אן ערנסטע שמועס?

עס זענען דא מענטשן וואס האבן נישט געטראפן עפעס וואס פילט זיי אן.

עס זענען אויך דא פשוט אומצופרידענע מענטשן וואס וואו זיי זענען איז זיי נישט גוט

עס זענען דא אויבער חכמים וואס דארפן פשוט זיין קלוגער
ווייזט אויס ברסלב פילט זיי אהן...
ווייזט אויס אז און ברסלב ווערן זיי צופרידן...
ברסלב האט בכלל נישט קיין פלאץ פאר אויבער חכמים תמימות ופשיטות איז די יסוד עיין סיפרי מעשיות מעשה של חכם ותם...
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 340
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 457

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך צווייטער »

בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 3:20 pm
שמות האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 7:42 am
בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 12:09 am

איך קוק שטארק ארויס אויף א קונטרס קעגן די הייליגע תנא בן עזאי ווי אויך א נייע אשכול איבער דעם און דעם דאזיגן פארום.... צום ווידערזעהן....
בכלל נישט אינטערעסאנט, יענער האלט שוין נאכן מסביר זיין דו גמרא. וואס יא? איר לייקנט זאכן כשמש בצהריים.
איר האט געשריבן אס סאיז 'נישטא' א מקור צו דעם.
ס"ה מודים דרבנן היינו שבחיהו.
גערעכט,איך האב פארזעהן אדער פארגעסן דעם מאמר. יישר כחכם פאר'ן צוצייכענען די הייליגע ווערטער אשר יסודתן וסודתן בהררי קודש.
זייער ריכטיג, ווען די מימרא זאל ווען קומען פון אפאר אינגעלייט וואס 'האלטן' אז רבינו הקדוש ננמ''ח זי''ע איז אזוי גרויס אז ער שטעלט אין שאטן אלע אנדערע צדיקים און זיי זענען כקליפת השום, דעמאלטס וואלט מען געקענט האבן א מערכה. יעצט אבער אז די מימרא איז ארויס מפי קודש הקדשים, אויב דו ביסט נישט מסכים מיט דעם אדער דו פארשטייסט עס נישט איז עס אייער פראבלעם, מיר דארפן ניטאמאל פארענטפערן הייליגע ווערטער פון צדיקים.

אגב, דא באסטו א שטיקל שיחות הר''ן
שיחות הר"ן, סימן קע"ה - קודם ארץ ישראל אמר איני יודע איך הצדיקים עושים פדיון. כי צריכין לידע כל הכ"ד בתי
דינים. כי כשמביאים הפדיון צריך לידע באיזה בית דין דנין אותו. כי אולי הוא עושה פדיון והמתקה השייך לבית דין זה.
ובאמת הוא נידון בבית דין אחר ועל-כן צריך לידע באיזה בית דין הוא נידון ולידע הפדיון וההמתקה של אותו הבית דין:
אני יודע כל הכ"ד בתי דינים ואני יכול לעשות )אפילאצייע( מבית דין לבית דין עד הכ"ד בתי דינים. דהיינו שאני יכול לומר
שאינו נראה לי המשפט של בית דין זה ואני רוצה לדון בבית דין אחר. וכן מבית דין לבית דין עד כולם. ומסתמא מועיל
בודאי. כי על כל פנים בין כך ובין כך נמשך ונדחה המשפט. וכשנמשך קל יותר הדבר. כי בתוך כך עושה אותו האדם איזה
מצוה וכיוצא, ואפילו אם אינו מועיל, אני יכול לעשות )אנדענסעניא( דהיינו לשלוח הדבר להקיסר בעצמו. וזהו מלאכה
גדולה וחכמה גדולה. זה אינו יודע שום אחד בדור. וגם לא ידע עדיין מזה שום אדם. כי הוא מלאכה גדולה להכניס
הבקשה בתוך איזה תיבות במספר וגם ליתן הכבוד להקיסר כראוי. כי בודאי אי-אפשר לשלוח הרבה דברים להקיסר ְוכ ּו'.
גם אמר איני יודע איך יכולים לעשות פדיון כי אי-אפשר לעשות פדיון כי אם כשיודעין איך היה נוהג הכהן הגדול עם
השעיר המשתלח:
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 187

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 6:22 pm
בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:54 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:41 pm

ער רעדט יעצט פון ברסלב

אגב. איך בין נישט קעגן ברסלב בכלל
דאס איז טאקע מיין קשיא...
פארוואס רעדט ער פון 'ברסלב'!
זאל ער רעדן פון......................
די טעמע איז פון ברסלב. קענסט עפענען א טעמע איבער זיין חסידות
דאס איז טאקע די ווייטאג פון אסאך דא. אז נאר אויף ברסלב קען מען ליידער רעדן זאל נאר איינער פרובירן צו פירן אזעלכע שמועסן ווי און די אשכול אויף אנדערע חסידות'ער...

אויף אזוי ווייט אז עס גנב'עט זיך מיר שוין אריין א מחשבה אז ברסלב איז טאקע די גרעסטע...
אזווי עס גייט די באקאנטע שפריך ווארט אז פון די גאנצער וועלט האט מען די מערסטע פיינט די יודן פון צווישען די יודן האט מען די מערסטע פיינט די חסידים
און פון צווישען די חסידים האט מען די מערסטע פיינט די - סאטמארע... ודי לחכימא...
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 187

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 3:20 pm
שמות האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 7:42 am
בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 12:09 am

איך קוק שטארק ארויס אויף א קונטרס קעגן די הייליגע תנא בן עזאי ווי אויך א נייע אשכול איבער דעם און דעם דאזיגן פארום.... צום ווידערזעהן....
בכלל נישט אינטערעסאנט, יענער האלט שוין נאכן מסביר זיין דו גמרא. וואס יא? איר לייקנט זאכן כשמש בצהריים.
איר האט געשריבן אס סאיז 'נישטא' א מקור צו דעם.
ס"ה מודים דרבנן היינו שבחיהו.
גערעכט,איך האב פארזעהן אדער פארגעסן דעם מאמר. יישר כחכם פאר'ן צוצייכענען די הייליגע ווערטער אשר יסודתן וסודתן בהררי קודש.
זל''ק של הרה''ק ר' נתן זי''ע בספר הקדוש חיי מהר''ן סימן תקנג.

ופעם אחת הפליג במעלת קדשת הרב רבי פינחס זכרונו לברכה מקריץ ואמר שהיה איזה זמן שהיה הרב רבי פינחס חד בדרא. ופעם אחת אמר אשרי העינים שראו את רבי פינחס זכרונו לברכה. ופעם אחת שבת אחד מתלמידיו של צדיק אחד בברסלב, ורבנו זכרונו לברכה לא היה אז בביתו וכשחזר לביתו ספרו לפניו זכרונו לברכה מענין זה ושאל אם נהגו בו כבוד כראוי לו (אף על פי שהאיש הזה לא היה מפרסם כל כך בעולם) ואמר אז לאיש כשר כזה לא יספיק לנהג בו כל הכבוד שבעולם, ועל זה נאמר (תהלים טו) ואת יראי ה' יכבד.

ופעם אחת ספר מקדשת הרב הקדוש מפולנאה, והפליג בשבחו זכרונו לברכה, ואמר אף על פי שספרו תולדות יעקב יוסף וכן שאר ספריו זכרונו לברכה כלם קדושים ונפלאים מאד כידוע ומפרסם; אף על פי כן קדשת מדרגת הרב הקדוש הנ"ל בעצמו היה למעלה הרבה ממה שנראה ומובן מתוך ספריו הקדושים.

וכן כשראה את הספר הקדוש נעם אלימלך התפלא מאד ואמר שקדשת מעלת הרב הקדוש רבי אלימלך זכרונו לברכה נשגבה למעלה למעלה ממה שנראה ומובן מתוך ספרו הנ"ל.
וגם בקדשת אחיו הרב הקדוש רבי זוסיא זכרונו לברכה הפליג מאד מאד וכו' כידוע אצלנו (עין לעיל תקיח).

וכן הפליג מאד מאד בקדשת הרב הקדוש רבי מיכל זכר צדיק לברכה (מזלוטשוב), ובקדשת הרב הקדוש רבי אברהם קליסקיר זכרונו לברכה, ובקדשת הרב הקדוש רבי מנחם מנדיל זכרונו לברכה מויטפסק, ובקדשת הרב רבי נחום זכרונו לברכה (מטשערנובל), ובקדשת הרב רבי שלום זכרונו לברכה (מפרוביטש נכד המגיד) וכן בקדשת שאר תלמידי המגיד זכרונם לברכה, ובקדשת תלמידי תלמידיו זכרונם לברכה כגון הרב הקדוש מנסכיז והרב הקדוש מאליק, והרב המגיד הקדוש מקאזניץ והרב הקדוש מלאנצט ולובלין (החוזה מלובלין), וכן עוד מה שנודע לנו מה שהפליג בקדשת שאר צדיקים עוד כמה וכמה, ועל כל אחד אמר הפלגות ושבחים אחרים כל אחד לפי בחינתו ומדרגתו.

ואין צריך לומר מה שהפליג במעלת קדשת הצדיקים שהם נכדי הבעל שם טוב ז"ל כגון הרב הקדוש רבי אהרן מטיטיאב זכרונו לברכה, והרב הקדוש מסדילקאב (בעל ה"דגל מחנה אפרים") והרב הקדוש רבי ברוך זכרונו לברכה (ממעז'בוז'). ואין כאן מקום לבאר בפרטיות מה ששמעו ממנו זכרונו לברכה בענין כל צדיק וצדיק מכל הצדיקים הנ"ל, והרב נשכח מאתנו (ואולי יבאר עוד במקום אחר אם ירצה השם):
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2369

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך אנדערער »

בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 3:25 pm
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 8:10 am
בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 12:24 am

......דאס ווייזט ווייארשיינליך אז עס איז נישט דא נאך א סיבה ודו''ק היטב
ווילסט אן ערנסטע שמועס?

עס זענען דא מענטשן וואס האבן נישט געטראפן עפעס וואס פילט זיי אן.

עס זענען אויך דא פשוט אומצופרידענע מענטשן וואס וואו זיי זענען איז זיי נישט גוט

עס זענען דא אויבער חכמים וואס דארפן פשוט זיין קלוגער
ווייזט אויס ברסלב פילט זיי אהן...
ווייזט אויס אז און ברסלב ווערן זיי צופרידן...
ברסלב האט בכלל נישט קיין פלאץ פאר אויבער חכמים תמימות ופשיטות איז די יסוד עיין סיפרי מעשיות מעשה של חכם ותם...
דאס ענטפערט איין גרופע

און דער אמת איז אז ווען אסאך פון זיי וואלטן געזוכט דאס גוטס אינדערהיים וואלטן זיי עס אויך געטראפן
שרייב פאוסט