מיין לעבנס-געשיכטע מאפלה לאור גדול

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

מיין לעבנס-געשיכטע מאפלה לאור גדול

פאוסט דורך נקודות טובות »

איך זיץ דא פארענט פונעם קיבארד, עס איז נישט גרינג, און איך דריי צוריק דעם זייגער מיט צוואנציג יאר. אלט זייענדיג 12 יאר, אין א חשובע חדר דא אין מאנסי אין כתה ח'.

איך בין געווען פון די קינדער וואס מען רופט עוורידש, נישט די בעסטע קאפ, אבער אויך נישט די שוואכסטע. איך האב נאך מאנטאג נישט געקענט די וואכעדיגע שיעור, אבער דאנערשטאג בין איך אויך נישט געווען פון די וואס פרעגן טייטש ווערטער. איר פארשטייט בערך וואס איך מיין. אויף מיינע בחינות האב איך זעלטן באקומען א הונדערט, אבער אויך זייער זעלטען אונטער א ניינציג. א פינף און ניינציג איז געווען ביי מיר א גוטע מארק שוין מיטן קענען די עקסטרע קרעדיט שאלה.

איך קום פון א קינדער געבענטשטע משפחה, די פינפטער קינד צו מיינע עלטערען. צוויי מיידלעך און צוויי אינגלעך העכער מיר. דערנאך נאך צוויי מיידלעך און איין אינגעל.

מיין טאטע איז פון נאטור אויס גאנץ ענליך צו מיר, מער צו די שטילע זייט, נישט פארמאכט, אבער נישט איבריג פאפולער. זיין השתדלות צו ברענגען פרנסה איז געווען ווי מען רופט עס א בלויע קאלער דשאב, ער פלעגט ארום גיין צו מענטשען אין די הייזער פארעכטען געוויסע זאכן, און אזוי מיטן אויבערשטענס הילף געקענט לייגען ברויט אויפן טיש. איבריג געלט איז נישט געווען ביי אונז, אבער פונקט גענוג וויפיל מען דארף האבן אויף צום לעבן אן קיין עקסטרע לוקסוס.

מיין מאמע איז אן אשה חשובה, געטוהן איר שטוב ארבעט מיט א געטריישאפט. געקאכט און געבאקען, קעיר גענומען פון די קינדער. פארברענגט מיט אונז, פארציילט מעשיות. ווי מען זאגט אן עכטע אשה כשרה.

די אטמאספער ביי אונז אין שטוב איז אלעמאל געווען א פרייליכע, הגם עס איז קיין איבריג געלט און קיין שווענדעריי נישט געווען. האבן מיינע עלטערן כסדר געהאלטען די שטוב פרייליך.

מיין טאטע פלעגט מיט אונז שמועסען און פארברענגען אלעמאל, ער פלעגט אהיים קומען מיט א שמייכעל יעדן טאג אפגעזעהן ווי שווער ער האט יענע טאג געארבעט אדער וויפיל געלט ער האט פארדינט. ער האט געגעבן די ריכטיגע מאס עטענטשען פאר יעדן קינד באזונדער, פארברענגט און געשמועסט און מחנך געווען מיט אזא אהבה וואס איז נישט מעגליך צו באשרייבען.

ווער רעדט נאך פון שבת, ווען ער האט פארברענגט מיט אונז א גאנצע טאג. ביי די סעודות פארציילט שיינע מעשיות, מיט די זין פלעגט ער לערנען נאכמיטאג שיינע ענינים פון מנחת חינוך און שאגת אריה. ווער רעדט נאך פון די שיינע פרקי אבות שיעורים וואס ער פלעגט פארלערנען אין די לאנגע זומער שבתים. ווי אויך פלעגט ער מיט אונז שפאצירן שבת נאכמיטאג. דאס לערנען מיט די קינדער, און סתם פארברענגען מיט די קינדער, און פיקסען די בייקס פון די קינדער איז אלעס געווען מיט די זעלבע מאס אהבה גלויה. מיין גשמיות און מיין רחניות איז געווען ביי אים זיין לעבן. אונז האבן מיר אלעמאל געוויסט אז מיר זענען די טייערסטע זאך ביי אונזער טאטע, זיינע קינדער איז זיין לעבן, און וואס מער ער קען געבן פאר זיינע קינדער איז ביי אים די גרעסטע זאך.

די קשר צווישען אונז מיט אים איז געווען אומבאשרייבלעך, יעדע זאך וואס איך האב אים נאר געבעטען וואס ער האט פארשטאנען אז עס איז טאקע פאר מיין טובה, האט ער געמאכט זיכער אז דאס זאל צושטאנד קומען. און פון די אנדערע זייט האט ער אויך גוט פארשטאנען ווי אזוי מען איז מקיים די שמאל דוחה, ווען איך האב געטוהן עפעס נישט ריכטיג האט ער געוויסט וועלכע עונש ער דארף מיר געבן, און ווי אזוי צו מאכן זיכער אז פון זיין מאסלאזע אהבה צו אונז, קומט נישט ארויס קיין שלעכטס.

עס דערמאנט מיר ווי אזוי מיין מאמע פלעגט צוגרייטען א שבת. די העכסטע סטאנדארט מאכלי שבת, אלעס היימיש. ווי געזאגט האבן מיר קיין איבריג געלט נישט געהאט, און זי האט מיט מסירת נפש ממש אלעס אליינס צוגעשטעלט. מען רעדט נישט פון די בעיסיק מאכלי שבת, נאר יעדע וואך א פרישע התחדשות אריינצוברעגנען אין די קליינע קינדער א גוטע געפיל אינעם הייליגען שבת. אלעס האט אנגעהאלטען יארן לאנג, ביז ווי געזאגט ווען איך בין געווען אין כתה ח' בערך שבועות צייט.


ארום שבועות צייט האט מיין מאמע אנגעהויבען שפירן שטארקע ווייטאגען, און זי האט נישט געקענט אנגיין מיט די ארבעט געהעריג. נאך א וואך צייט וואס זי האט נישט געשפירט בעסער איז זי געגאנגען צום דאקטער זיך צו אונטער זוכען. די דאקטער טשעקט איר אויס, ער נעמט בלוט און ער שיקט איר אהיים און ער זאגט איר אז ער וועט איר רופען איינמאל די ריזאלטס קומט צוריק.

נאך דריי טעג רופט די דאקטער, און ער זאגט פאר מיין מאמע זאל צוריק קומען ווייל עפעס זעהט מען אין די בלוט אבער ער איז נישט קלאר וואס. און ער וויל נעמען נאך בלוט און דאס שיקן צו אן אנדערע לעבעטאריע פאר ווייטערדיגע טעסטונגס.


איך דארף אייך נישט אראפלייגען ווי אזוי די מצב ביי אונז אינדערהיים האט אויסגעזעהן. זייער אנגעצויגענע טעג זענען אויף אונז אריבער, האפענדיג אז אלעס איז גוט, און אז די ריזאלטס וועט צוריק קומען אז אלעס איז אין בעסטען ארדענונג. אבער ווי שווער איז עס געווען ווען נאך עטליכע טעג רופט דער דאקטער צוריק, אז די בלוט ווייזט זייער נישט גוטע צייכענעס, און ער האט געגעבן א נאמען פון א צווייטע דאקטער וואס מען זאל יעצט רופן, און חס ושלום נישט ווארטען אפילו איין טאג.

צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ, נאך א וואך פון פארשידענע טעסטען האט זיך ארויסגעשטעלט אז מען רעדט ליידער פון די ביטערע מחלה אויף גאר גאר א שווערע אופן. און דער דאקטער זאגט אז מען מוז תיכף ומיד אפערירן.

מיין טאטע האט אנגערופען אן עסקן וואס איז עוסק בעניני רפואה, און אים אריינגעשיקט די טעסטס און אים געפרעגט וואס ער האלט. ברם זכר אותו האיש לטוב, דער עסקן האט זיך תיכף אריינגעווארפען אינעם קעיס איך ווייס נישט צו ער האט פארמאכט אן אויג יענע 48 שעה. און ער האט באוויזען צו שאפן אן עפוינמענט ביי א גאר גרויסע דאקטער וואס האט זיך געפינען אינעם אומגעגענט פאר עטליכע וואכן. און דער דאקטער איז גרייט געווען צו מאכן די אפעראציע.


פון אונזער פרייליכע שטוב האט זיך אונזער שטוב איבערגעקערט צו א תשעה באב ממש. מיין מאמע איז געווען שוואך, מיין טאטע איז געווען פארנומען מיט עסקנים און דאקטוירעם רונדע דעם זייגער. ווער רעדט נאך ווען מיין מאמע איז אריבער די אפעראציע און געבליבען אין שפיטאל נאכדעם פאר צוויי וואכען. מיין טאטע האט פארברענגט ביי איר עטליכע שעה א טאג, און ביינאכט האבן געטרייע משפחה מיטגלידער גענומען שיפטס אז מיין טאטע זאל קענען אהיים גיין צו די קינדער.

מיין עלסטע שוועסטער פון 18 יאר, האט פראבירט צו איבערנעמען אביסעל די ראלע פון מיין מאמע. זי האט געבאדען די קליינע קינדער, געוואשען די וועש. ווען נישט זי מיט איר אויסנאמליכע גוט הארץ, ווייס איך נישט ווי אזוי די שטוב וואלט אויסגעזען. איך האב נאכנישט געהאט די שכל צו פארשטיין פונקטלעך וואס דא קומט פאר, איך בין בסך הכל א קינד פון 12 יאר, און איך האב היבש מטיל עול געווען אויף מיין שוועסטער. אבער זי מיט איר גוט הארץ האט מיר פארשטאנען, און פראבירט צו טוהן אלעס וואס זי האט געקענט מיט צו צופרידענשטעלן.


זייער א שווערע זומער איז אריבער אויף אונז, מיין מאמע איז אהיים געקומען זי איז געווען גאר אפגעשוואכט, רוב שעות פונעם טאג האט זי פארברענגט אין בעט. און שפעטער נאך ראש השנה ווען זי האט שוין געשפירט אביסעל בעסער, האט זי אנגעהויבען נעמען טריטמענטס.

נאך די זומער בין איך אריבער פון כתה ח' צו כתה ט', און אין מיין קלאס איז דעמאלטס אריינגעקומען א נייע אינגעל וואס איז געקומען פון אן אנדערע תלמוד תורה. און אויב זענען מיינע צרות נאכנישט גענוג געווען ביז דעמאלטס, האב איך הערשט יעצט אויסגעפינען וואס מיינט הארץ ווייטאג.


איך ווייס נישט וואס, אבער עפעס איז מיין נאז נישט געפאלן פאר דעם נייע אינגעל, און דא דארט פלעגט ער קרימען מיט די נאז אויף מיר. אין אנהויב האב איך מיך פראבירט נישט וויסענדיג צו מאכן, אבער דאס איז נישט געווארן בעסער.

דער אינגעל איז געקומען פון א רייכע שטוב, ער איז געווען ווי מען זאגט א עכטע וויכטיג קראכער, יעדן טאג איז ער געקומען אין חדר מיט נייע שמאנצעס, ער האט געהאט די בעסטע ריסעס. און פארשטייט זיך אז עס האט נישט גענומען לאנג ביז ער איז געווארן די קעניג פון די קלאס. און איך פון די אנדערע זייט, בין געווען מער א שטילער, און נישט געהאט אזוי פיל שמאנצעס, בין איך געווארען צוביסלעך דער נרדף אין קלאס. פאר קיינעם נישט געווינטשען וואס איך בין אריבער. עד היום ווען איך טראכט נאר צוריק ווערט מיר שווארץ.


צוביסלעך איז די מצב געווארן ערגער און ערגער, בערך חמשה עשר בשבט איז געווען מיין בר מצוה און איך האב בשום אופן נישט געוואלט אז מיין טאטע זאל דארפן צאלן יעצט שווערע געלט פאר מיין נייע שטאפיר. איך האב געוויסט אז אויב ביז היינט האט ער קיין סאך פרנסה נישט געהאט, איז דאך זיכער יעצט ווען ער האט נישט געקענט ארבעטען אזוי פיל שעות אין טאג איז נישט קיין מצוה אויף אים ארויפצולייגען מיינע הוצאות. נאר אנשטאט האב איך גענומען מיין ברודערס היט און רעקל, און איך בין געווען צופרידען.
ווען איך בין אנגעקומען אין חדר מיט אביסעל אן עלטערע היט, און אביסעל אן אפגעריבענע הויזען האט דער אינגעל מיר אנגעהויבען דערגיין די יארן ממש! ער האט פון מיר געלאכט און חוזק געמאכט פארענט פון אלע קינדער. וויפיל איך האב געליטען ביז היינט, איז נאר געווען א משל.


יעדן טאג האב איך קוים געקענט ווארטען אויף די מינוט וואס די בעל קלינגט און איך ווער באפרייט צו קענען אהיים גיין. אבער די טאג האט גענומען לענגער ווי לאנג און עס האט זיך נישט גענדיגט.

ווען איך בין אנגעקומען אהיים האב איך נישט געהאט א מאמע צו וועמען צו וויינען, זי איז יעדע וואך געגאנגען פאר טריטמענטס, זי האט מיט אירע לעצטע כוחות פראבירט צו קענען ארויסקומען פון בעט צו קענען אביסעל פארברענגען מיט אונז. אינדערפרי ווען איך בין געגאנגען אין חדר פלעגט איך אריינגיין צו איר אין בעדרום זאגן א גוטן טאג. זי האט זיך שטארק אנגעשטרענגט זיך צו אויפזעצען און מיר זאגן א גוטן טאג און געבן א קיש. יעצט בשעת איך זיץ ביים קאמפיוטער און שרייב די שורות וויין איך מיט טרערען און איך דערמאן מיר ווי אזוי עס האט אויסגעזעהן.


מיין מאמע האט אלעמאל געקענט שיין מאלן און קאלירען, אין די טעג וואס זי האט געהאט מער כוח פלעגט זי פאר מיר און מיינע אינגערע געשוויסטער מאלן שיינע בילדער וואס מיר האבן דערנאך געקאלערט. פאר שבת פלעגט זי זיצען ביים טיש און שיילען פאטעיטעס, וואס מיין שוועסטער האט דערנאך דערפון געמאכט א קוגעל. ווייל מער ווי דעם האט זי ליידער נישט געקענט טוהן. בלויז זעהן איר מאגערע דארע געזוכט האט מיר געברענגט א טרער. סא ווי אזוי קען איך איר פארציילן און מצער זיין?
און אין בעט האב איך מיך געדרייעט נאכט נאך נאכט זיך דערמאנעדיג פון וואו איך קום, ווי אזוי האט אונזער שטוב אויסגעזעהן מיט בלויז עטליכע חדשים צוריק. און וואו איך שטיי היינט.

פאר מיין טאטע האב איך אויך נישט געוואלט פארציילען, קודם כל ווייל איך האב געוויסט אז ער האט גענוג אויפן קאפ. און ווי אויך ווייל פון אזוי פיל מיטמאכען האב איך שטארק נאכגעלאזט אין די לימודים אין חדר, און פון מיין געווענליכע 95 אויפן בחינה, איז צוביסלעך געווארען 80-70-60. איך האב געוויסט אז עס באדערט אים זייער שטארק, אבער איך האב מיך געשעמט אים צו פארציילען וואס איך גיי אלץ אריבער.


די קלימאקס איז אבער געקומען ווען איין מאל איז די כתה ט' געפארען אויף א שבת התוועדות. די שבת איז געווען זייער א שיינער שבת, מען האט געזינגען און פארברענגט צוזאמען. שיינע דרשות געווען, און די בחורים האבן שטארק הנאה געהאט, און איך אויך. ביז עס איז געקומען שבת נאכמיטאג....

שבת נאכמיטאג איז געווען אנגעגרייט מעלאנע פאר די בחורים צו עסן, און די בחורים האבן געטרייט צו אויסשניידען די מעלאנע אז די שאלעכטס זאל בלייבען גאנץ און אזוי ארויס נעמען די אינעווייניגסטע. פאר איינער פון די בחורים איז עס געלונגען, און עס איז געבליבען אזא קאפל פון מעלאנע שאלעכטס. עס האט נישט אויסגעפעלט מער, און דער רודף געבט זיך א רוף אן, דאס קוקט אויס פונקט ווי חיימ'ס היט! און ער געבט א קום צו צו מיר, און ער טוט עס מיר אן אזוי ווי א קאפעל!!! די גאנצע עולם האט זיך צולאכט, און איך בין ארויסגעלאפען פון דארט בבושת פנים.

צו שלש סעודות בין איך שוין נישט אריינגעקומען, איך בין געבליבען אין ביה"כ פאר גאנצע דריי שעה און געוויינט! און אזוי אויך ווען דער עולם האט געגעסען מלוה מלכה בין איך געבליבען אין בעט אונטער מיין דאכענע. דאס וואס חז"ל זאגן אז המלבין פני חבירו ברבים אין לו חלק לעולם הבא דאזיל סומקא ואתי חוורא, האב איך געשפירט במלא מובן המילה. איך האב געוואלט שטארבען דארט אויפן פלאץ!


נאך מלוה מלכה מען פאקט זיך צוזאם, מען לאזט זיך ארויס אויפן וועג אהיים. איך קום אן אהיים, מיין טאטע איז די אייניגסטער וואס איז נאך אויף ער ווארט אז איך זאל אהיים קומען. מיינע געשוויסטער שלאפען שוין עטליכע שעה. מיין טאטע איז מיר מקבל פנים מיט א שמייכעל און ער פרעגט מיר, נו? ווי אזוי איז געווען? האסט הנאה געהאט? איך ענטפער אים יא, ב"ה זייער שיין געווען. די מנהל האט גוט גערעדט, דער עולם האט שיין געזינגען, וכו' וכו'. נאכן שמועסן עטליכע מינוט זאגט מיר מיין טאטע, א גוטע נאכט איך גיי שלאפען. און ער גייט אריין אין זיין צימער.

איך זעץ מיך אראפ אויפן קאוטש, און מער פעלט נישט אויס און איך פלאץ אויס אין א געוויין! מיין הארץ איז צולאזט און צובראכען. וויפיל איז די שיעור?? וויפיל קען איין דרייצען יעריגע בחור דורך טראגען?? איך האלט עס מער נישט אויס!!! און אזוי נישט כאפענדיג האב איך אנגעהויבען וויינען אויפן קול...


מיין טאטע איז אין זיין צימער הערט פלוצלינג ווי איך וויין. ער קומט ארויס און ער פרעגט מיר מיט וואונדער, וואס גייט פאר?? וואס איז געשעהן?? ער זעצט זיך אראפ נעבן מיר אויפן קאוטש, און איך הייב אים אן פארציילען וואס עס גייט אויף מיר אריבער די לעצטע פאר חדשים. מיין טאטע זיצט נעבן מיר און ער הערט מיר אויס, איך זעה ווי זיין הארץ גייט אויס פאר מיר. און פלוצלינג דאס ערשטע מאל וואס איך זעה אזא זאך, מיין טאטעס אויגען ווערט נאס. נאך צוויי מינוט רעדן זעה איך ווי עס גליטשט זיך ארויס א טרער פון זיין אויג. און דערנאך נאך איינס און נאך איינס. נאך 5 מינוט וואס איך רעד מיר אויס דאס הארץ, לייגט מיין טאטע ארויף די הענט אויף די אויגען און נעמט זיך וויינען ווי א קינד. איך האב נישט געוויסט אויף וועלכע וועלט איך בין.... מיין טאטע האט נאך קיינמאל נישט געוויינט, ווי שווער עס איז אים געווען איז ער אבער אלעמאל געבליבען שטארק פאר אונז. און דא וויינט ער....

די ערשטע קשיא פרעגט מיר מיין טאטע, פארוואס האסטו מיר קיינמאל נישט פארציילט? פארוואס האסטו געווארט אזוי לאנג? זאג איך אים, צוויי סיבות. קודם כל איך ווייס אז דו האסט אסאך גערעסע דאגות יעצט ווי דאס אז איינער טשעפעט מיר. און ווי אויך ווייסטו דאך אז לעצטענס הערסטו נישט די בעסטע גריסען אויף מיר פון מיינע מלמדים סא איך האב פשוט נישט געשפירט באקוועם מיט דיר....


מיין טאטע שטעלט זיך אויף, ער גייט אריין אין קאך, ער פילט אין א גלאז מיט קאלטע סעלצער און זעצט זיך צוריק נעבן מיר און זאגט מיר ווי פאלגענד.

איך האב טאקע די לעצטע שטיק צייט זייער גרויסע דאגות, דאגות וואס דיין קליינע מוח קען נישט אפי' באגרייפען. אבער מיין גרעסטע דאגה, און מיין גרעסטע צער איז ווען פאר מיינע קינדער גייט נישט גוט! מיין גאנצע שווערע ארבעט צו ברענגען פרנסה אין אזעלכע שווערע זמנים. און אלע שלאפלאזע נעכט וואס מאמיס קעיס קאסט מיר, קומט נישט צו כמלא נימא צו איין רגע פון דיין צער! און עס באדערט מיר זייער אז דו האסט מיר נישט פארציילט ביז היינט וואס דו גייסט אריבער!

דו מיינסט טאקע אז מיר אינטערעסירט יעצט וואס דיין מארק אויף דיין בחינה איז? האב איך נישט יעצט בעסער וואס צו דאגענען? דו מיינסט אז איך האב דיר אלץ בעיבי מער ליב געהאט ווען דו ביסט געווען פריש נאכן באדען, ווי ווען דו האסט געשמעקט און מען האט געדארפט טוישען דיין פעמפער? דו מיינסט אז ווען די ברענגסט מיר נישט די גרעסטע נחת, האב איך דיר ווייניגער ליב? דו ביסט דאך מיין טייערע לעכטיגע קינד! דו ביסט מיין וועלט! מיין הארץ! און וואס נישט? אז דו האסט א פראבלעם, זאג מיר! דיינע גוטע מארקס אויף די בחינה וועט שוין נאכקומען, דו דארפסט דיך נישט זארגען וועגן דעם יעצט! איך וועל יעדע שטיין איבערדרייען צו לינדערן דיין ווייטאג! און דו מיינסט טאקע אז איך וויין נישט? זאלסט וויסען יעדע נאכט ווען דו גייסט שלאפען וויין איך מיט מיט ענקער צער וואס עטס גייטס אריבער!

נאך אפאר מינוט זאגט מיר מיין טאטע. יעצט גיי שלאפען, און איך זאג דיר צו אז איך וועל טוהן וואס איך קען!



די נעקסטע אינדערפרי בין איך אויפגעשטאנען היבש שפעט, חדר האט זיך הערשט אנגעהויבען 12 אזייגער. און אזוי ווי איך קום ארויס פון מיין צימער זאגט מיר מיין טאטע, גיי שנעל דאווענען און קום אהיים נאכדעם. גיי נישט היינט אין ישיבה. איך וויל גיין מיט דיר אביסעל פארברענגען.

מיין טאטע זאגט מיר, אז צוויי פון זיינע חבירים האבן אים שטארק געמוטיגט ארויסצוקומען מיט זיי פאר א שבת ערגעץ וואו, און זיך אביסעל אויסלופטערען. אבער איך האב זיי געזאגט אז עס איז מיר פשוט נישט מעגליך, און איך וועל גיין מיט זיי זונטאג אביסעל. איך האב אלע מיינע דשאבס פאר היינט סיי ווי געקענסעלט, האב איך געטראכט פארוואס זאל איך גיין מיט זיי? איך וויל גיין מיט דיר!


איך האב פארברענגט מיט מיין טאטען א גאנצע טאג, און גערעדט פון אלעס און אלעמען. אנגעהויבען פון די פאליטישע סיסטעם אין אמעריקע, און ווי אזוי עלעקטריק ארבעט, ביז די תלמידי החתם סופר און פון הלכות קרבן פסח. פלעין פארברענגט און באנייעט א פרישע קשר מיט מיין טאטע שטערקער ווי סיי ווען!

עס איז נישט אינטערעסאנט צו מאריך זיין, אבער זייט יענע טאג האט זיך אלעס געטוישט, מיין קשר מיט מיין טאטע האט מיר געברענגט די שטערקסטע זעלבסט זיכערקייט צו דורך גיין אלע מצבים. און היינט בין איך א אינגערמאן פון 32 יאר מיט פינעף לעכטיגע קינדערלעך! איך האב ברוך השם פרנסה בריוח, א רחוות'דיגע הויז, א פיינעם אשת חיל און א לוסטיגע און לעבעדיגע שטוב. ברוך השם פאר אלעס!

ווען איך טראכט היינט אריין וואס וואלט געווען ווען איך עפען מיר נישט צו מיין טאטע יענעם מוצאי שבת, איז איבריג צו זאגן! וואס די קשר צווישען א טאטע מיט א קינד קען ברענגען, קען קיין שום אנדערע זאך נישט ברענגען! ווען א טאטע באגלייט זיין קינד, און די קינד רעדט זיך אויס פאר אים, איז דאס א לייף סעיווער פארן קינד.

און יא פאר איך ענדיג, ברוך השם מיין מאמע האט זיך ארויסגעדרייעט פון די מחלה, און גייט אן מיטן לעבן פונקט ווי בעפאר!




וואס וויל איך פון אייך? מען קען פון דעם ארויסנעמען גאר אסאך. מען קען זעהן פון דא ווי וויכטיג אייערע קינדער דארפן האבן א קשר מיט אייך. פארגעסט נישט פון זיי קיינמאל. נישט אלעמאל איז עס גרינג, אבער עס איז לעבנס וויכטיג! די קינדער טארן פאר קיין געלט אין די וועלט נישט זיין לעול ולמשה אויף די עלטערן. רעדמיט זיי, האב שייכות מיט זיי, און טוה פאר זיי.

אבער מער פון דעם וויל איך ארויסברענגען, און דאס איז די קשר פון א איד מיט אבינו שבשמים! האסט א פראבלעם? דו האסט א טאטע! פארצייל אים! ער קען דיר העלפן, ער וויל דיר העלפן, און ער וועט דיר העלפן! דו שפירסט נישט באקוועם צו רעדן מיט אים, דו האסט מורא פון דיינע חטאים? דער אויבערשטער זאגט אבער הבן יקיר לי אפרים אם ילד שעשעים! כי מדי דברי בו זכר אזכרנו עוד על כן המו מעי לו רחם א‍רחמנו נאם ד'! דער אויבערשטער זאגט דו ביסט מיין טייער לעכטיגע קינד! דו ביסט מיין ילד שעשעים! דו ביסט מיין הארץ! אהבתי אתכם אמר ד! בנים אתם לד' אלקיכם! דער אויבערשטער האט דיר ליב, און ער וויל דיר העלפן, פארצייל אים נאר! די קשר וואס דו וועסט האבן מיט דיין טאטען אין הימעל וועט דיר העלפן ביישטיין די שווערסטע זמנים, סיי ברחניות און סיי בגשמיות! דיין מעשים טובים וועט שוין נאך קומען, שפיר נישט אומבאקוועם מיט אים, ער איז דיין טאטע! מאך מיט אים א קשר!

עס קען דיר אמאל דאכטען אז דיין טאטע אין הימעל זעהט נישט דיין צער, ווייל ער שטעלט אן א שיינע פנים כאילו ער זעהט נישט. עה! א נעכטיגען טאג! דאס איז פאלטשע מעשיות! דאס איז אן הסתרות פנים! דער אויבערשטער זאגט ואנכי הסתר אסתיר פני, איך גיי מיך באהאלטען, אבער איך גיי טרעפן א לאך פון וואו ארויסצוקוקען און דיר זעהן! איך בין משגיח מן החלונות מציץ מן החרכים! דער אויבערשטער זאגט איך קוק טאקע אויס כביכול זייער שטארק כאילו עס גייט מיר נישט אן, אבער זאלסט וויסען במסתרים תבכה נפשי. טיף טיף באהאלטען ווען קיינער זעהט נישט, ווען יעדער שלאפט שוין וויין איך מיט מיט דיר, מיין הארץ צוגייט פאר דיר! איך בין דיין געטרייער טאטע פון ווען דו ביסט געבוירען! אמר רבי מאיר, בזמן שאדם מצטער, שכינה מה הלשון אומרת קלני מראשי קלני מזרועי! און דאס איז ביי א רשע וואס עס קומט אים אן עונש! דער אויבערשטער פילט דיין צער יעדע רגע. מאך מיט אים א קשר! קיינער קען דיר נישט פארשטיין חוץ ער! כי ידעתי את מכאביו!

דער אויבערשטער איז זייער גרויס, און האט דאגות וואס מיר קענען נישט באגרייפען, מלאכים שרפים חיות ואופני הקודש. אבער גארנישט קומט נישט צו צו די צער פון זיינס א קינד. ווען דו האסט א פראבלעם לאזט ער אלעס איבער און ער קוקט נאר אויף דיר! דרכו להיטב! ער וויל דיין גוטס! און ער איז עמו אנכי בצרה, ער לאזט אלעס איבער און וויינט צוזאמען מיט דיר! און דערפאר איז יקראני ואענהו עמו אנכי בצרה אחלצהו ואכבדהו!

(נ"ב, די מעשה איז פיקעטיוו)
ירא השם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 174
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:21 pm
x 330

Re: מיין לעבנס געשיכטע מאפלה לאור גדול

פאוסט דורך ירא השם »

איך וויין
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3841

Re: מיין לעבנס געשיכטע מאפלה לאור גדול

פאוסט דורך שמח »

זייער שטארק!!


שכח!!!
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3841

Re: מיין לעבנס געשיכטע מאפלה לאור גדול

פאוסט דורך שמח »

אגב, כ'קען נישט ציילן וויפיל טישאס אין האב נאס געמאכט וועגן דיין געשמאקע פעדער...
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10879

Re: מיין לעבנס געשיכטע מאפלה לאור גדול

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אהההה.... האסט מיר געראטעוועט מיט דיין לעצטע שורה... אזא "נון בית'ל" אזוי צו זאגן... כאמעך שוין געוואונדערט ווען דו ביסט געווארן אויס שטיל... :lol:

זייער זייער שטארק!!! און פאר א באונוס גיבסטו נאך "צוויי" שטארקע לעקציעס!

יעצט פארשטיי איך די קאנסעפט פון א משל. דו ברענגסט אריין די געפיל פון די זאך, פון א פלאץ ווי מיר קענען עס שפירן.

שכח!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2445

Re: מיין לעבנס געשיכטע מאפלה לאור גדול

פאוסט דורך אנדערער »

האסט מיך געמאכט וויינען. איך האב אזוי שלעכט געפילט פאר דיר און געוואלט שיקן א פריוואטע מעסעדזש אין די נושא...

דיין אויספיר איז געוואלדיג
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 440
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1255

Re: מיין לעבנס געשיכטע מאפלה לאור גדול

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

מיין הארץ ציגייט :oops: :cry:
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)
פופציגער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 10:44 pm זיך צווינגען צו שרייבן איז ווי אויפוועקן עמיצן פון שלאף, און הייסן זינגען א חזנות שטיקל. ס'ארבעט נישט אזוי.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2445

Re: מיין לעבנס געשיכטע מאפלה לאור גדול

פאוסט דורך אנדערער »

מיינע פאעזיעס האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 8:22 am מיין הארץ ציגייט :oops: :cry:
האסט געליינט די גאנצע?
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 440
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1255

Re: מיין לעבנס געשיכטע מאפלה לאור גדול

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 10:02 am
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 8:22 am מיין הארץ ציגייט :oops: :cry:
האסט געליינט די גאנצע?
יא, אין איין אטעם!!
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)
פופציגער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 10:44 pm זיך צווינגען צו שרייבן איז ווי אויפוועקן עמיצן פון שלאף, און הייסן זינגען א חזנות שטיקל. ס'ארבעט נישט אזוי.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2445

Re: מיין לעבנס געשיכטע מאפלה לאור גדול

פאוסט דורך אנדערער »

מיינע פאעזיעס האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 10:19 am
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 10:02 am
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 8:22 am מיין הארץ ציגייט :oops: :cry:
האסט געליינט די גאנצע?
יא, אין איין אטעם!!
קענסט זיך שוין בארואיגן. די מעשה איז נישט אמת. כאטש די נקודה איז יא
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 440
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1255

Re: מיין לעבנס געשיכטע מאפלה לאור גדול

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 10:32 am
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 10:19 am
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 10:02 am

האסט געליינט די גאנצע?
יא, אין איין אטעם!!
קענסט זיך שוין בארואיגן. די מעשה איז נישט אמת. כאטש די נקודה איז יא
ווייסמער דאך...

אגב

viewtopic.php?p=109143#p109143
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)
פופציגער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 10:44 pm זיך צווינגען צו שרייבן איז ווי אויפוועקן עמיצן פון שלאף, און הייסן זינגען א חזנות שטיקל. ס'ארבעט נישט אזוי.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1676
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3579

Re: מיין לעבנס געשיכטע מאפלה לאור גדול

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

איך האב געליינט און געוויינט. ממש אזוי. מיין הארץ און נשמה זענען מיט דיר געווען. ביז די לעצטע קליינע שורה.... שוין, מוז איך דיר בלויז גראטולירן פאר אזא נאוועלס, מיט אזא שיינע מוסר השכל! גאר גאר גוט און שטארק!!!
אוועיטער
בעל החלומות
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 1:41 am
Location: אין חלום...
x 49

Re: מיין לעבנס-געשיכטע מאפלה לאור גדול

פאוסט דורך בעל החלומות »

קרעיזי!!!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4828

Re: מיין לעבנס-געשיכטע מאפלה לאור גדול

פאוסט דורך וואוילער »

אלע מיינע ענטפערס זענען צובלאזן געווארן מיט די לעצטע שורה...
די טרערן האב'ן זיך געגעבן א טריקן אויס.

אבער די מוסר השכל איז געבליבן!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2503
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6552

Re: מיין לעבנס-געשיכטע מאפלה לאור גדול

פאוסט דורך פופציגער »

זייער שטארקע ווערטער!!

מייסטערהאפטטיג געשפינט א פיקטיווע געשיכטע באזירט אויף לויטער אמת.

הערליך!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
מרבה לשובע
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: קרית יואל
x 6

Re: מיין לעבנס-געשיכטע מאפלה לאור גדול

פאוסט דורך מרבה לשובע »

איך האב געליינט און געוויינט געליינט און געוויינט געליינט און געוויינט געליינט און געוויינט!!
חיים יוסף
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:16 am
x 165

Re: מיין לעבנס-געשיכטע מאפלה לאור גדול

פאוסט דורך חיים יוסף »

הערלעך, הארציג, צוויי שטארקע מוסר השכל
אוועיטער
קליינע וועלט
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 8:33 pm
x 14

Re: מיין לעבנס-געשיכטע מאפלה לאור גדול

פאוסט דורך קליינע וועלט »

מיין שפראך איז ארעם
חנן
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 149

Re: מיין לעבנס-געשיכטע מאפלה לאור גדול

פאוסט דורך חנן »

כ'בין דיר נישט מוחל אויף די טרערן. איך האלט נישט ביים ווישן טרערן אויף פיקטיווע ווייטאג.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1228
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1637

Re: מיין לעבנס-געשיכטע מאפלה לאור גדול

פאוסט דורך טיפע טאשן »

שפראכלאז!

די האסט א פעדער (זאל כאטש די טרערן גיין ערגעץ פאר גיטע זאכן)
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
שרייב פאוסט