רעדסט און רעדסט כאילו עפעס א מגיד מן השמים, מ'האט געהאלטן אזוי און אזוי, אבער סך הכל איז עס דער שרייבערס מיינונגען כמובן.נישט קיין בהלה האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 19, 2024 1:50 pm עס איז מיר געקומען צו לאכן ווען איך האב דא געליינט ווי די ברעסלעווע שריייבן דא אז כאילו די סיבה פארוואס אין די גאנצע וועלט האט מען נישט געהאלטן פון ברעסלאוו איז געווען פשוט וויבאלד זיי האבן נישט געוויסט.... מען האט פיין געוויסט, עס איז געווען א חסידישע וועלט פון צדיקים וקדושים מיט ליטערלי מיליאנען חסידישע אידן און אוקריינע רוסלאנד פוילן גאליציע ועוד, און די ברעסלאווע האבן געמאכט שוין דעמאלס אסאאך נויז, און דאך האט מען בכלל נישט געהאלטן אז דאס איז אונז סיי וואס עפעס מחייב.
מען האט טאקע אנגעקוקט רבי נחמן ווי א חסידישע צדיק, אבער רבי נתן האט מען בכלל נישט געהאלטן פון אים אין די מדריגה. רבי נתן האט שוין געשריבן און ליאמערט פאר צענדליגער יארן בימיו אז "יעדער מיז פארן קיין אומאן ראש השנה" און ער האט געשריבן און געשריגן אז אפילו צדיקים מיזן פארן, יעדער אבער יעדער מיז אנקומען צו רבי נחמן און זיי זענען אלע כקליפת השום אנטקעגן רבי נחמן, (שטעל דיך פאר פון וועם ער רעדט בדור דעה), און די אלע צדיקים בעלי רוח הקודש האבן געזען וואס טוט זיך אין הימל, און דאך האט זיך קיינער ניטאמאל געקימער מיט די גרויסע אזהרות וואס ער האט געווארנט פאר ווער עס פארט נישט קיין אומאן.
מען איז אנגעגאנגען ווייטער מיט די כלליות'דיגע דרך החסידות מיט די זיסע לעכטיגע דרך העבודה, וואס אנטהאלט שוין אין זיך אלע סארט חלקים פון אמונה, בטחון, התחזקות, פרייליכקייט, נישט נאכלאזן, אנגיין, תפילה, תורה, אא"וו. די דרך החסידות איז זייער זייער רייך אין יעדע הינזיכט ממש און מען האט בכלל נישט געהאלטן אז מען דארף עפעס צוקומען דוקא צו ברעסלאוו.
מען האט נישט געהאלטן אז רבי נתן איז אין די מדריגה פון די צדיקים תלמידי הבעל שם טוב, מען האט מער געהאלטן פון רבי נתן אלס א דערהויבענע עובד השם. עס מיינט נישט אז מען האט נישט געהאלטן פון אים, אוודאי האט מען געוויסט אז ער איז אן עובד השם באמת, אבער מען האט נישט געהאלטן אז ער איז די מדריגה פון די אנדערע צדיקים וואס מען האט געהאלטן אז יעדעס ווארט פון זיי קומט גלייך פון הימל והמ"י. מען האט געהאלטן פון רבי נתן אלס א דערהויבענע איד. פארשטייט זיך אז א דערהויבענע איד איז אויך עפעס, און נישט סתם עפעס, נאר מען רעדט פון א דערהויבענע איד וואס איז געווען א פארצייטישע סארט עובד השם באמת ומי אנכי צו מעיד זיין אויף אים, אבער מען האט נישט געהאלטן אז מען מיז אננעמען ווען ער זאגט פלא'דיגע ווערטער אנדערש ווי א וועלט פון צדיקים בעלי רוח הקודש, ווי די ענין אז יעדער מיז פארן קיין אומאן, אדער יעדער מיז זיך מבטל זיין פאר רבי נחמן.
און בכלל האט מען נישט געהאלטן אז כדי צו ווערן אן עובד השם מיז מען זיין א ברעסלאווער, מען האט יא געהאלטן אז מען דארף גיין אויפ'ן דרך החסידות, אבער ברעסלאוו מאן דכר שמי', קיינער האט ניטאמאל געקוקט אויף זייער זייט. (געקוקט יא, אבער אויף אן אנדערע סארט בליק, ווי למשל הרב הקדוש פון די גרעסטע צדיקים בדורו רבי משה צבי מסאוואראן זכותו יגן עלינו, האט געוואלט מחרים זיין די ברעסלאווע, ווייל ער האט געהאלטן אז זייער דרך ברענגט חורבנות און עס גרעניצט זיך מיט עבודה זרה, א קעגנערשאפט האט מען יא געזען קעגן ברעסלאוו, אבער סיי וועלכע צוגאנגע צו ברעסלאוו כאילו אז "דארט" טרעפט מען דעם אייבערשטן? דאס האט מען בכלל נישט געהאלטן, און די טויזנטער חסידישע צדיקים און בעלי רוח הקודש וואס האבן זיך בכלל נישט געקימערט מיט די ברעסלאווע אזהרות און צעקות יוכיח על זה).
בקיצור, די פראפאגאנדיע פון ברעסלאוו איז שוין אן אלטע, און די מציאות אז מען האט נישט געהאלטן אז דארט טרעפט מען עפעס מער איז אויך אן אלטע, יא אמת עס איז געווען וואס האבן געלערנט ליקוטי מוהר"ן, אזוי ווי מען לערנט אנדערע חסידישע ספרים, מען האט בכלל נישט געהאלטן אז דארט טרעפט מען עפעס מער ווי זרע קודש צו אין אנדערע חסידישע ספרים. עס איז דא נאך אסאך וואס צו שרייבן דערוועגן.
אויף די אימעיל talmyd@yeshivanet.com קען מען באקומען פארשידענע קונטרסים אויך איבער די נושא.
איין זאך קען איך דיר יא זאגן, קיינער פון די חולקים און אלע צדיקים בימיו פון וועם דו רעדסט האבן נישט געשריבן דעם נאמען פון שטאט גרייזיג, נאר אזוי ווי דער שטאט האט געהייסן מאז ומעולם ביי אלע אידן ברסלב, דאס צו פארדרייען און צו פארגרייזן כאילו דאס האט מיט ציונות, ווייזט אויף א געוואלדיגע חסרון ידיעה אין אזא קליינע זאך, ועל הכלל כולו יצא נאך אריינצורעדן אין סאך וויכטיגירע זאכן ווי דאס.