אלעס ארום ברסלב

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
פיי
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:26 pm
x 49

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פיי »

נישט קיין בהלה האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 1:50 pm עס איז מיר געקומען צו לאכן ווען איך האב דא געליינט ווי די ברעסלעווע שריייבן דא אז כאילו די סיבה פארוואס אין די גאנצע וועלט האט מען נישט געהאלטן פון ברעסלאוו איז געווען פשוט וויבאלד זיי האבן נישט געוויסט.... מען האט פיין געוויסט, עס איז געווען א חסידישע וועלט פון צדיקים וקדושים מיט ליטערלי מיליאנען חסידישע אידן און אוקריינע רוסלאנד פוילן גאליציע ועוד, און די ברעסלאווע האבן געמאכט שוין דעמאלס אסאאך נויז, און דאך האט מען בכלל נישט געהאלטן אז דאס איז אונז סיי וואס עפעס מחייב.

מען האט טאקע אנגעקוקט רבי נחמן ווי א חסידישע צדיק, אבער רבי נתן האט מען בכלל נישט געהאלטן פון אים אין די מדריגה. רבי נתן האט שוין געשריבן און ליאמערט פאר צענדליגער יארן בימיו אז "יעדער מיז פארן קיין אומאן ראש השנה" און ער האט געשריבן און געשריגן אז אפילו צדיקים מיזן פארן, יעדער אבער יעדער מיז אנקומען צו רבי נחמן און זיי זענען אלע כקליפת השום אנטקעגן רבי נחמן, (שטעל דיך פאר פון וועם ער רעדט בדור דעה), און די אלע צדיקים בעלי רוח הקודש האבן געזען וואס טוט זיך אין הימל, און דאך האט זיך קיינער ניטאמאל געקימער מיט די גרויסע אזהרות וואס ער האט געווארנט פאר ווער עס פארט נישט קיין אומאן.
מען איז אנגעגאנגען ווייטער מיט די כלליות'דיגע דרך החסידות מיט די זיסע לעכטיגע דרך העבודה, וואס אנטהאלט שוין אין זיך אלע סארט חלקים פון אמונה, בטחון, התחזקות, פרייליכקייט, נישט נאכלאזן, אנגיין, תפילה, תורה, אא"וו. די דרך החסידות איז זייער זייער רייך אין יעדע הינזיכט ממש און מען האט בכלל נישט געהאלטן אז מען דארף עפעס צוקומען דוקא צו ברעסלאוו.

מען האט נישט געהאלטן אז רבי נתן איז אין די מדריגה פון די צדיקים תלמידי הבעל שם טוב, מען האט מער געהאלטן פון רבי נתן אלס א דערהויבענע עובד השם. עס מיינט נישט אז מען האט נישט געהאלטן פון אים, אוודאי האט מען געוויסט אז ער איז אן עובד השם באמת, אבער מען האט נישט געהאלטן אז ער איז די מדריגה פון די אנדערע צדיקים וואס מען האט געהאלטן אז יעדעס ווארט פון זיי קומט גלייך פון הימל והמ"י. מען האט געהאלטן פון רבי נתן אלס א דערהויבענע איד. פארשטייט זיך אז א דערהויבענע איד איז אויך עפעס, און נישט סתם עפעס, נאר מען רעדט פון א דערהויבענע איד וואס איז געווען א פארצייטישע סארט עובד השם באמת ומי אנכי צו מעיד זיין אויף אים, אבער מען האט נישט געהאלטן אז מען מיז אננעמען ווען ער זאגט פלא'דיגע ווערטער אנדערש ווי א וועלט פון צדיקים בעלי רוח הקודש, ווי די ענין אז יעדער מיז פארן קיין אומאן, אדער יעדער מיז זיך מבטל זיין פאר רבי נחמן.

און בכלל האט מען נישט געהאלטן אז כדי צו ווערן אן עובד השם מיז מען זיין א ברעסלאווער, מען האט יא געהאלטן אז מען דארף גיין אויפ'ן דרך החסידות, אבער ברעסלאוו מאן דכר שמי', קיינער האט ניטאמאל געקוקט אויף זייער זייט. (געקוקט יא, אבער אויף אן אנדערע סארט בליק, ווי למשל הרב הקדוש פון די גרעסטע צדיקים בדורו רבי משה צבי מסאוואראן זכותו יגן עלינו, האט געוואלט מחרים זיין די ברעסלאווע, ווייל ער האט געהאלטן אז זייער דרך ברענגט חורבנות און עס גרעניצט זיך מיט עבודה זרה, א קעגנערשאפט האט מען יא געזען קעגן ברעסלאוו, אבער סיי וועלכע צוגאנגע צו ברעסלאוו כאילו אז "דארט" טרעפט מען דעם אייבערשטן? דאס האט מען בכלל נישט געהאלטן, און די טויזנטער חסידישע צדיקים און בעלי רוח הקודש וואס האבן זיך בכלל נישט געקימערט מיט די ברעסלאווע אזהרות און צעקות יוכיח על זה).

בקיצור, די פראפאגאנדיע פון ברעסלאוו איז שוין אן אלטע, און די מציאות אז מען האט נישט געהאלטן אז דארט טרעפט מען עפעס מער איז אויך אן אלטע, יא אמת עס איז געווען וואס האבן געלערנט ליקוטי מוהר"ן, אזוי ווי מען לערנט אנדערע חסידישע ספרים, מען האט בכלל נישט געהאלטן אז דארט טרעפט מען עפעס מער ווי זרע קודש צו אין אנדערע חסידישע ספרים. עס איז דא נאך אסאך וואס צו שרייבן דערוועגן.

אויף די אימעיל talmyd@yeshivanet.com קען מען באקומען פארשידענע קונטרסים אויך איבער די נושא.
רעדסט און רעדסט כאילו עפעס א מגיד מן השמים, מ'האט געהאלטן אזוי און אזוי, אבער סך הכל איז עס דער שרייבערס מיינונגען כמובן.

איין זאך קען איך דיר יא זאגן, קיינער פון די חולקים און אלע צדיקים בימיו פון וועם דו רעדסט האבן נישט געשריבן דעם נאמען פון שטאט גרייזיג, נאר אזוי ווי דער שטאט האט געהייסן מאז ומעולם ביי אלע אידן ברסלב, דאס צו פארדרייען און צו פארגרייזן כאילו דאס האט מיט ציונות, ווייזט אויף א געוואלדיגע חסרון ידיעה אין אזא קליינע זאך, ועל הכלל כולו יצא נאך אריינצורעדן אין סאך וויכטיגירע זאכן ווי דאס.

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 4:45 pm עס איז דא צוויי זאכן וואס ברענגען איבעל ביי געוויסע מענטשען ואני בתוכם ווען מען רעדט מיט ברסלב'ע.
1) ווי @פופציגער האט געזאגט. דאס נעמען אלע פשוטע חלקים אין יהדות און דאס מאכן פאר ירושת ברסלב, ווי כאילו די אנדערע ספרי חסידות וספרי מוסר קומערען זיך נישט מיט דעם. און דאס איז גאר תורת ר' נחמן.
2) דאס אוועקשטעלן רבי נחמן אלץ צדיק יסוד עולם מער ווי אנדערע צדיקים מיט וועמען מיר זענען אויפגעוואקסען.
דאס איז פראבלעמען, אבער מען קען קלערן אז דאס איז א ברסלב'ע זאך, און אז ווער עס האלט נישט אזוי איז נישט קיין ברסלבר.
למעשה איז געווען אין ברסלב, עכ"פ אמאל זיכער, היבש געלאסענערע אידן וואס האבן בכלל נישט גערעדט די אלע סארט דיבורים, און זיך נישט געלאזט פארדרייען פון די היצקעפ, די פוילישע האבן געווילדעוועט מער קעגן די אוקריינע געזעצטע רואיגקייט.

אמת ס'ווערט ווייניגער און ווייניגער פון דעם סארט, אויב איז נאך דא בכלל, אבער ס'איז נישט יסוד תורת ברסלב צו פילעווען טאג און נאכט אז מ'איז די גרעסטע און די איינציגסטע און חוץ מזה איז אלעס עפר ואפר, די אלע לשונות ווי יעדער דארף צוקומען, דאס איז אלץ חסידות, און ס'איז דא שיחות צו יעדע זאך מיט השמטות, פיין און וואויל, אלע חסידות'ן איז דא די זאכן געווען, חסידים האבן א שפראך, שיחות איז געווען לרחצה פון אלע זייטן, אזעלכע זאכן האט מען טאקע קיינמאל נישט געדרוקט אין ערגעץ, מ'קען דאך זעהן וואס געשעט ווען קליינע קעפ נעמען אן יעדע שיחה ווי הלמ"ס און מ'גייט דערמיט.

וואס געשעט איז, אז אין די צייט וואס די הערליכע חדושים וואס איז דא אין די תורות און ספרים וואלט געקענט פארשיינען א וועלט, איז מען פארנומען נאר די רבי, וואס איז נאר פועל די היפוך פון ריחוק.
וזה ברור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 134
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 10:14 pm
x 111

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך וזה ברור »

פיי האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 12:19 am

ויאל משה דף שסא.png
ויאל משה דף שסא.png (9.01 KiB) געזען געווארן 550 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4729
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14092

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

וזה ברור האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 10:50 am
► Show Spoiler
ויאל משה דף שסא.png
נ.ב. כידוע האט דער רבי ז"ל נישט אליינס געשריבן דעם ספה"ק ויא"מ. אלזא קיין גרויסע ראיה איז עס נישט.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2592
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2944

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך אנדערער »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 1:17 pm

דער רבי האט עס יא אליינס געשריבן

אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 1:19 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 1:17 pm
וזה ברור האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 10:50 am
► Show Spoiler
ויאל משה דף שסא.png
נ.ב. כידוע האט דער רבי ז"ל נישט אליינס געשריבן דעם ספה"ק ויא"מ. אלזא קיין גרויסע ראיה איז עס נישט.
דער רבי האט עס יא אליינס געשריבן
גערעכט. כ'האב מיר טועה געווען מיט על הגאולה. אבער דאס איז נאך אלס נישט קיין גרויסע ראיה, ווייל ס'איז דורך נאך אפאר הענט פון מגיהים און דרוקער.
דוד לעווינזאהן
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 1:51 pm
x 19

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך דוד לעווינזאהן »

נישט קיין בהלה האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 1:50 pm עס איז מיר געקומען צו לאכן ווען איך האב דא געליינט ווי די ברעסלעווע שריייבן דא אז כאילו די סיבה פארוואס אין די גאנצע וועלט האט מען נישט געהאלטן פון ברעסלאוו איז געווען פשוט וויבאלד זיי האבן נישט געוויסט.... מען האט פיין געוויסט, עס איז געווען א חסידישע וועלט פון צדיקים וקדושים מיט ליטערלי מיליאנען חסידישע אידן און אוקריינע רוסלאנד פוילן גאליציע ועוד, און די ברעסלאווע האבן געמאכט שוין דעמאלס אסאאך נויז, און דאך האט מען בכלל נישט געהאלטן אז דאס איז אונז סיי וואס עפעס מחייב.

מען האט טאקע אנגעקוקט רבי נחמן ווי א חסידישע צדיק, אבער רבי נתן האט מען בכלל נישט געהאלטן פון אים אין די מדריגה. רבי נתן האט שוין געשריבן און ליאמערט פאר צענדליגער יארן בימיו אז "יעדער מיז פארן קיין אומאן ראש השנה" און ער האט געשריבן און געשריגן אז אפילו צדיקים מיזן פארן, יעדער אבער יעדער מיז אנקומען צו רבי נחמן און זיי זענען אלע כקליפת השום אנטקעגן רבי נחמן, (שטעל דיך פאר פון וועם ער רעדט בדור דעה), און די אלע צדיקים בעלי רוח הקודש האבן געזען וואס טוט זיך אין הימל, און דאך האט זיך קיינער ניטאמאל געקימער מיט די גרויסע אזהרות וואס ער האט געווארנט פאר ווער עס פארט נישט קיין אומאן.
מען איז אנגעגאנגען ווייטער מיט די כלליות'דיגע דרך החסידות מיט די זיסע לעכטיגע דרך העבודה, וואס אנטהאלט שוין אין זיך אלע סארט חלקים פון אמונה, בטחון, התחזקות, פרייליכקייט, נישט נאכלאזן, אנגיין, תפילה, תורה, אא"וו. די דרך החסידות איז זייער זייער רייך אין יעדע הינזיכט ממש און מען האט בכלל נישט געהאלטן אז מען דארף עפעס צוקומען דוקא צו ברעסלאוו.

מען האט נישט געהאלטן אז רבי נתן איז אין די מדריגה פון די צדיקים תלמידי הבעל שם טוב, מען האט מער געהאלטן פון רבי נתן אלס א דערהויבענע עובד השם. עס מיינט נישט אז מען האט נישט געהאלטן פון אים, אוודאי האט מען געוויסט אז ער איז אן עובד השם באמת, אבער מען האט נישט געהאלטן אז ער איז די מדריגה פון די אנדערע צדיקים וואס מען האט געהאלטן אז יעדעס ווארט פון זיי קומט גלייך פון הימל והמ"י. מען האט געהאלטן פון רבי נתן אלס א דערהויבענע איד. פארשטייט זיך אז א דערהויבענע איד איז אויך עפעס, און נישט סתם עפעס, נאר מען רעדט פון א דערהויבענע איד וואס איז געווען א פארצייטישע סארט עובד השם באמת ומי אנכי צו מעיד זיין אויף אים, אבער מען האט נישט געהאלטן אז מען מיז אננעמען ווען ער זאגט פלא'דיגע ווערטער אנדערש ווי א וועלט פון צדיקים בעלי רוח הקודש, ווי די ענין אז יעדער מיז פארן קיין אומאן, אדער יעדער מיז זיך מבטל זיין פאר רבי נחמן.

און בכלל האט מען נישט געהאלטן אז כדי צו ווערן אן עובד השם מיז מען זיין א ברעסלאווער, מען האט יא געהאלטן אז מען דארף גיין אויפ'ן דרך החסידות, אבער ברעסלאוו מאן דכר שמי', קיינער האט ניטאמאל געקוקט אויף זייער זייט. (געקוקט יא, אבער אויף אן אנדערע סארט בליק, ווי למשל הרב הקדוש פון די גרעסטע צדיקים בדורו רבי משה צבי מסאוואראן זכותו יגן עלינו, האט געוואלט מחרים זיין די ברעסלאווע, ווייל ער האט געהאלטן אז זייער דרך ברענגט חורבנות און עס גרעניצט זיך מיט עבודה זרה, א קעגנערשאפט האט מען יא געזען קעגן ברעסלאוו, אבער סיי וועלכע צוגאנגע צו ברעסלאוו כאילו אז "דארט" טרעפט מען דעם אייבערשטן? דאס האט מען בכלל נישט געהאלטן, און די טויזנטער חסידישע צדיקים און בעלי רוח הקודש וואס האבן זיך בכלל נישט געקימערט מיט די ברעסלאווע אזהרות און צעקות יוכיח על זה).

בקיצור, די פראפאגאנדיע פון ברעסלאוו איז שוין אן אלטע, און די מציאות אז מען האט נישט געהאלטן אז דארט טרעפט מען עפעס מער איז אויך אן אלטע, יא אמת עס איז געווען וואס האבן געלערנט ליקוטי מוהר"ן, אזוי ווי מען לערנט אנדערע חסידישע ספרים, מען האט בכלל נישט געהאלטן אז דארט טרעפט מען עפעס מער ווי זרע קודש צו אין אנדערע חסידישע ספרים. עס איז דא נאך אסאך וואס צו שרייבן דערוועגן.

אויף די אימעיל talmyd@yeshivanet.com קען מען באקומען פארשידענע קונטרסים אויך איבער די נושא.
נישט קיין בהלה...
יעדער בעל דעת פארשטייט אז דו שרייבסט 'אפפ די רעקארד'.
ברסלב איז קיינעם נישט מחייב...
ווער עס קומט אהן צו ברסלב שפירט א דראנג דערצו מאיזה סיבה שהוא וואס יענער האט.
ווער עס שפירט זיך געטראפן דורך דעם דאזיגן פאקט, איז אויף איהם געזאגט געווארן דין גירא בעיני דשיטנא.
די האסט נישט דאס מינדעסטע היסטארישע ידיעות.
רבי נתן איז געוועהן א תלמיד פון הייליגן קדושת לוי און הרה"ק רבי שלום שכנא מפראביטש זי''ע אויסער דאס זיין א תלמיד מובהק פון מוהר''ן.
'פליז מעיק יור האום ווארק ביפאר יו רייט'.
עס זענען געווען הונדערטער קלענערע חסידות'ן דורך אויס די יארן וואס האבן נישט געהאט קיין גרעסערע אנהענגערשאפט פון ברסלב און זענען אונטערגעגאנגן.
די סיבה פאר וואס ברסלב האט זיך אזוי דערברייטערט אין די לעצטע יארן איז ווייל עס רעדט צום היינטיגן דור 'איט טאקס טא יור הארט'. מען קען האקן און בראקן און קלאפן די קאפ און וואנט אריין עס וועט גארנישט העלפן. ווי אויך ווערט שוין געברענגט אין ספרי ברסלב אז פאר משיח ועט קומען וועט די חסידות צושפרייט ווערן, אנפארטשונעטלי איז עס נישט אין דיין האנט צו טוישן.
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 110
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 201

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

נישט קיין בהלה האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 1:50 pm עס איז מיר געקומען צו לאכן ווען איך האב דא געליינט ווי די ברעסלעווע שריייבן דא אז כאילו די סיבה פארוואס אין די גאנצע וועלט האט מען נישט געהאלטן פון ברעסלאוו איז געווען פשוט וויבאלד זיי האבן נישט געוויסט.... מען האט פיין געוויסט, עס איז געווען א חסידישע וועלט פון צדיקים וקדושים מיט ליטערלי מיליאנען חסידישע אידן און אוקריינע רוסלאנד פוילן גאליציע ועוד, און די ברעסלאווע האבן געמאכט שוין דעמאלס אסאאך נויז, און דאך האט מען בכלל נישט געהאלטן אז דאס איז אונז סיי וואס עפעס מחייב.

מען האט טאקע אנגעקוקט רבי נחמן ווי א חסידישע צדיק, אבער רבי נתן האט מען בכלל נישט געהאלטן פון אים אין די מדריגה. רבי נתן האט שוין געשריבן און ליאמערט פאר צענדליגער יארן בימיו אז "יעדער מיז פארן קיין אומאן ראש השנה" און ער האט געשריבן און געשריגן אז אפילו צדיקים מיזן פארן, יעדער אבער יעדער מיז אנקומען צו רבי נחמן און זיי זענען אלע כקליפת השום אנטקעגן רבי נחמן, (שטעל דיך פאר פון וועם ער רעדט בדור דעה), און די אלע צדיקים בעלי רוח הקודש האבן געזען וואס טוט זיך אין הימל, און דאך האט זיך קיינער ניטאמאל געקימער מיט די גרויסע אזהרות וואס ער האט געווארנט פאר ווער עס פארט נישט קיין אומאן.
מען איז אנגעגאנגען ווייטער מיט די כלליות'דיגע דרך החסידות מיט די זיסע לעכטיגע דרך העבודה, וואס אנטהאלט שוין אין זיך אלע סארט חלקים פון אמונה, בטחון, התחזקות, פרייליכקייט, נישט נאכלאזן, אנגיין, תפילה, תורה, אא"וו. די דרך החסידות איז זייער זייער רייך אין יעדע הינזיכט ממש און מען האט בכלל נישט געהאלטן אז מען דארף עפעס צוקומען דוקא צו ברעסלאוו.

מען האט נישט געהאלטן אז רבי נתן איז אין די מדריגה פון די צדיקים תלמידי הבעל שם טוב, מען האט מער געהאלטן פון רבי נתן אלס א דערהויבענע עובד השם. עס מיינט נישט אז מען האט נישט געהאלטן פון אים, אוודאי האט מען געוויסט אז ער איז אן עובד השם באמת, אבער מען האט נישט געהאלטן אז ער איז די מדריגה פון די אנדערע צדיקים וואס מען האט געהאלטן אז יעדעס ווארט פון זיי קומט גלייך פון הימל והמ"י. מען האט געהאלטן פון רבי נתן אלס א דערהויבענע איד. פארשטייט זיך אז א דערהויבענע איד איז אויך עפעס, און נישט סתם עפעס, נאר מען רעדט פון א דערהויבענע איד וואס איז געווען א פארצייטישע סארט עובד השם באמת ומי אנכי צו מעיד זיין אויף אים, אבער מען האט נישט געהאלטן אז מען מיז אננעמען ווען ער זאגט פלא'דיגע ווערטער אנדערש ווי א וועלט פון צדיקים בעלי רוח הקודש, ווי די ענין אז יעדער מיז פארן קיין אומאן, אדער יעדער מיז זיך מבטל זיין פאר רבי נחמן.

און בכלל האט מען נישט געהאלטן אז כדי צו ווערן אן עובד השם מיז מען זיין א ברעסלאווער, מען האט יא געהאלטן אז מען דארף גיין אויפ'ן דרך החסידות, אבער ברעסלאוו מאן דכר שמי', קיינער האט ניטאמאל געקוקט אויף זייער זייט. (געקוקט יא, אבער אויף אן אנדערע סארט בליק, ווי למשל הרב הקדוש פון די גרעסטע צדיקים בדורו רבי משה צבי מסאוואראן זכותו יגן עלינו, האט געוואלט מחרים זיין די ברעסלאווע, ווייל ער האט געהאלטן אז זייער דרך ברענגט חורבנות און עס גרעניצט זיך מיט עבודה זרה, א קעגנערשאפט האט מען יא געזען קעגן ברעסלאוו, אבער סיי וועלכע צוגאנגע צו ברעסלאוו כאילו אז "דארט" טרעפט מען דעם אייבערשטן? דאס האט מען בכלל נישט געהאלטן, און די טויזנטער חסידישע צדיקים און בעלי רוח הקודש וואס האבן זיך בכלל נישט געקימערט מיט די ברעסלאווע אזהרות און צעקות יוכיח על זה).

בקיצור, די פראפאגאנדיע פון ברעסלאוו איז שוין אן אלטע, און די מציאות אז מען האט נישט געהאלטן אז דארט טרעפט מען עפעס מער איז אויך אן אלטע, יא אמת עס איז געווען וואס האבן געלערנט ליקוטי מוהר"ן, אזוי ווי מען לערנט אנדערע חסידישע ספרים, מען האט בכלל נישט געהאלטן אז דארט טרעפט מען עפעס מער ווי זרע קודש צו אין אנדערע חסידישע ספרים. עס איז דא נאך אסאך וואס צו שרייבן דערוועגן.

אויף די אימעיל talmyd@yeshivanet.com קען מען באקומען פארשידענע קונטרסים אויך איבער די נושא.
איך בין שוין עוסק ב"ה כמעט א צוויי-צענדליג יאר אין ארויסגעבן ספרי קודש.
איך האב שוין דורכגעליינט אהן א שיעור ספרי תולדות פון תלמידי בעש"ט הק', הגר"א ז"ל, גדולי ספרד, איך האב אין ערגעץ נישט באגעגענט די זאכן פון וואס דו שרייבסט. איך ווייס נישט אויף וועלכע היסטארישע פאקטן דאס זענען געבויט.
עס זענען נישט געוועהן קיין מיליאנען חסידים... וואו זענען זיי געוועהן... צו וועלכע חסידיות'ן האבן זיי באלאנגט...
וויפיל גראבע יונגען ווייסן היינט פון רבי דוד לייקעס זי"ע... וועט איינער האבן די העזה צו זאגן אז ער איז נישט געוועהן פון די תלמידי בעל שם טוב? אדער ער האט נישט געהאט קיין דעה אין הימל?
פון וואו ווייסטו וויאזוי מען האט אנגעקוקט רבי נחמן צו רבי נתן במשך די לעצטע צוויי הונדערט און צוואנציג יאר? דו האסט אויפגעברענגט די מיליאנען חסידים פון קבר און געכאפט א שמועס מיט זיי?
פליז צייכן צו א פארלעסליכע מקור...
ביטע צייכן אהן א מקור וואו רבי נתן האט געמאכט רח"ל נויז און געלאריעמט אז מען זאל פארן קיין אומאן ראש השנה. מיינע מקורות ווייזן דאס 'אביסל' אין חיי מוהר"ן, און בעיקר אין 'פריוואטע' ברייוו וואס זענען געשריבן געווארן צו זיין זוהן רבי יצחק זצ"ל און זענען געדריקט געווארן אין ספר עלים לתרופה ערשט אין יאר תרנ"ו וואס דעמאלטס האט דאס טאקע אנגעפאנגען צו טוהן זיין פעולה עד היום הזה כן ירבו...
פליז לאז נישט די דארשטיגע ליינער הענגען... צייכן פאר זיי צו מקורות און אנדערע ספה"ק ווי מען טרעפט די זעלבע לשונות פון שמחה, הזחזקות, התבודדות וכו' ווי אין ספרי ברסלב.
איר דערמאנט 'איין' צדיק וואס האט זיך מתנגד געוועהן צו ברסלב פון 'צווישן די מיליאנען חסידים' און תלמידי בעשטה"ק איבער פוילן אוקריינע רוסלאנד וכו'.
האט נישט יעדער צדיק געהאט א מתנגד? צו ליטווישע צו חסידישע?
איבער דאס פארן צו אומאן... קיינער איז נישט מחייב... אבער ביטע צייכנט מיר צו א ביהמ"ד מיט א מנהיג ווי איך קען מיך שפירן רוהיג אז ער איז א מליץ יושר פאר מיר ווי דער קדושת לוי אדער אנדערע צדיקים מפורסמים.
מיט א צענדליג צוויי יאר צוריק איז נאך געוועהן... אזוי ווי איך געדענק פון יונגווארג אהן...
אבער היינט?
אוודאי לויפט מען קיין אומאן!
ווי מער איינער וועט האקן, אלס מער וועט מען לויפן!
קיינער האט נישט מחייב געוועהן צו עסן אייזקריעם... און מיט שימפן אויף איי וועלט וועט איר נישט פארמאכן די אייזקריעם סטארס...
רבי נחמן און רבי נתן טיילן רוחניותדיגע אייזקריעם...!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1833
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4996

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך נקודות טובות »

פיי האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 12:33 am
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 4:45 pm עס איז דא צוויי זאכן וואס ברענגען איבעל ביי געוויסע מענטשען ואני בתוכם ווען מען רעדט מיט ברסלב'ע.
1) ווי @פופציגער האט געזאגט. דאס נעמען אלע פשוטע חלקים אין יהדות און דאס מאכן פאר ירושת ברסלב, ווי כאילו די אנדערע ספרי חסידות וספרי מוסר קומערען זיך נישט מיט דעם. און דאס איז גאר תורת ר' נחמן.
2) דאס אוועקשטעלן רבי נחמן אלץ צדיק יסוד עולם מער ווי אנדערע צדיקים מיט וועמען מיר זענען אויפגעוואקסען.
דאס איז פראבלעמען, אבער מען קען קלערן אז דאס איז א ברסלב'ע זאך, און אז ווער עס האלט נישט אזוי איז נישט קיין ברסלבר.
למעשה איז געווען אין ברסלב, עכ"פ אמאל זיכער, היבש געלאסענערע אידן וואס האבן בכלל נישט גערעדט די אלע סארט דיבורים, און זיך נישט געלאזט פארדרייען פון די היצקעפ, די פוילישע האבן געווילדעוועט מער קעגן די אוקריינע געזעצטע רואיגקייט.

אמת ס'ווערט ווייניגער און ווייניגער פון דעם סארט, אויב איז נאך דא בכלל, אבער ס'איז נישט יסוד תורת ברסלב צו פילעווען טאג און נאכט אז מ'איז די גרעסטע און די איינציגסטע און חוץ מזה איז אלעס עפר ואפר, די אלע לשונות ווי יעדער דארף צוקומען, דאס איז אלץ חסידות, און ס'איז דא שיחות צו יעדע זאך מיט השמטות, פיין און וואויל, אלע חסידות'ן איז דא די זאכן געווען, חסידים האבן א שפראך, שיחות איז געווען לרחצה פון אלע זייטן, אזעלכע זאכן האט מען טאקע קיינמאל נישט געדרוקט אין ערגעץ, מ'קען דאך זעהן וואס געשעט ווען קליינע קעפ נעמען אן יעדע שיחה ווי הלמ"ס און מ'גייט דערמיט.

וואס געשעט איז, אז אין די צייט וואס די הערליכע חדושים וואס איז דא אין די תורות און ספרים וואלט געקענט פארשיינען א וועלט, איז מען פארנומען נאר די רבי, וואס איז נאר פועל די היפוך פון ריחוק.
נעם אן ענין פון רעדן צום אויבערשטען. תפילה איז מיסודות בדת משה מי"ע עקרים. אויב גלייבט מען נישט אין דעם איז מען נישט בכלל ישראל. דאס ענין פון רעדן צום אויבערשטען האט מיט רבי נחמן, פונקט ווי מיט באבובער רב. בתורה הכתובה ע"י משה רבינו, ובדברי הנביאים זעהען מיר דאס התקשרות פון כלל ישראל מיט אביהם שבשמים דורך תפילה. ובקשתם משם את ד' אלוקיך ומצאת כי תדרשנו בכל לבבך ובכל נפשך. אז אן הבטחה פון אויבערשטען אליינס.

חכמינו ז"ל האבן געזעהן אז די דורות ווערן שוואכער און די המון קען נישט אליינס דאווענען, האבן זיי מתקן געווען נוסח התפילה. אבער די מצוה און סגולות התפילה וואס מיר האבן מקבל געווען שוין פון אונזערע אבות הקדושים אברהם יצחק ויעקב, און איז אלעמאל געבליבען די יסוד וואס האט אונז געהאלטען.

דוד המלך עליו השלום האט מחבר געווען זיין ספר תהילים, אויף די שטייגער. 1) ער איז כולל תהילות ותשבחות. 2) ער איז כולל אין דעם אלע זיינע בקשות. אידישע קינדער האבן אלעמאל געוויסט, אין אלע דורות. בעת צרה איז דאווענען! דאווענען! דאווענען! עת צרה מיינט צרות יחיד און צרות רבים, אין יעדן הינזיכט. מיט א שמונה עשרה און צען קאפיטלעך תהלים איז מען א געהאלפענער!

אני מאמין באמונה שלימה שכל התורה המצויה עתה בידינו היא הנתונה למשה רבנו עליו השלום. ואני מאמין באמונה שלימה שזאת התורה לא תהא מוחלפת ולא תהא תורה אחרת מאת הבורא יתברך שמו. וואס עס איז געגעבן געווארן פאר משה רבינו, איז דאס וואס מיר האבן היינט. און קיינער קען נישט צולייגען אפי' א תג וקוץ.

די מצוה פון לימוד התורה האט רבי חיים מוואלוזין נישט מחדש געווען, הגם ער האט אין דעם געקאכט און מעורר געווען. דער סאטמאר רבי האט נישט מחדש געווען די שלש שבועות, כאטש ער האט אין דעם עוסק געווען. רבי ישעיה בן רבי משה האט נישט מחדש געווען הכנסת אורחים, כאטש ער האט אין דעם געקאכט.

רעדן צום אויבערשטען איז נישט תורת ברסלב, נאר תורת משה. ווען מען זעהט אין אנדערע ספרים דאס ענין, מיינט נישט אז רבי נחמן האט געהאט אן השפעה אויף אלע תלמידי בעל שם, נאר עס מיינט אז אלע תלמידי בעל שם זענען מיסודם מתורת משה. אלע צדיקים פון אלע דורות האבן געשטיפט דעם זעלבען אגענדע, דהיינו די תורה הקדושה הנתונה מסיני על ידי משה רבינו ע"ה. יעדער אויף זיין שטייגער, און אויף זיין שפראך. עס איז דא איין תורה, און עס וועט קיינמאל נישט זיין נאך איינס.

יעצט בנוגע ברסלב פראפעגאנדע. איך גיי נעמען א דוגמה פון דאס וואס אין ברסלב פארקויפט מען אז רבי נתן איז דער וואס האט געשריבען די קדושות פון קדושת לוי. אין מציאות איז אזא זאך כמעט נישט מעגליך.
1) רבי נתן איז געווען פונקט אכצען יאר אלט ווען די ספר הקדוש איז יצא לדפות, כמעט מן הנמנע אז דער בארדיטשעב'ר זאל פון אלע תלמידים נעמען רבי נתן וואס אין יאר תקנ"ח איז ער געווען זייער ניי ביים קדושת לוי לויט ווי אזוי די ברסלבע שרייבען די היסטאריע פון ר' נתן.

2) אויפן שער בלאט שרייבט רבי לוי יצחק די ווערטער זה הספר קדושת לוי אשר חברתי אני בעזרת הא-ל יתברך. משמע אז ער איז געווען דער כותב זעלבסט.

3) נאר די חלק פון קדושת לוי איז ארויס לדפות בחיי המחבר, און די אנדערע איז שוין ארויס לאחר פטירתו. קומט אויס לויט דעם אז די איינציגע חלק פון קדושת לוי וואס איז ארויס בחייו, איז געשריבען דורך רבי נתן. אינטערעסאנט אבער אז נישט דער מחבר, און נישט די בני המחבר דערמאנען אזא זאך. דאס איז א פליאה עצומה!

קען זיין אז די תורות ולקוטים וואס איז ארויס ע"י בני המחבר, איז א ליקוט פון כתבים מתלמידיו, און ביניהם אויך ר' נתן. בסך הכל האט ר' נתן אזא חלק אין ספר קדושת לוי, ווי אנדערע תלמידים פון קדושת לוי....
ובאמת, ווען מען קוקט אריין אינעם ערשטען מקור פון דער וואס שרייבט אז ר' נתן האט געשריבען א חלק פון קדושת לוי, איז טאקע נישט משמע אז מען רעדט פון די קדושת גופא, נאר פון ליקוטים.

דאס אבער אז אין ברסלב פארקויפט מען אז ר' נתן איז דער כותב הקדושות איז אך ורק פראפעגאנדע. און די סיבה איז צווייפאכיג.
1) צו ווייזען די גדלות פון ר' נתן, אז דער קדושת לוי האט נאר אים געטרויעט מיטן שרייבען זיין ספר.

2) אז ווען מען זאגט אז ר' נתן האט ביי אנדערע חסידישע רבי'ס נישט געטראפען וואס ער האט געזוכט, זאל מען נישט מיינען אז ר' נתן האט זיך געדרייעט סתם ביים קדושת לוי, ווי א בחור'ל. נאר מען זאל קלאר וויסען אז ער איז געווען דער גרעסטער תלמיד ביים קדושת לוי, און עכ"ז האט ער נישט געפינען וואס ער האט געזוכט. און אז דאס זאל אונטערשטרייכען נאכאמאל אז אלע חכמי ישראל זענען בפני רבי נחמן כקליפות השום.... חס מלהזכיר!

חוץ מזה וואס מען פראפעגאנדירט אין ברסלב אז רבי נתן איז געווען א נשמה חדשה וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען אויף די עולם בעפאר. איר קענט מיר זאגן וואו די נפקה מינה כאפט? חוץ אויב דאס זאל זיין נאך אן אנדייטונג אז אלע חכמי ישראל זענען כקליפת השום נגד רבני ברסלב.... חס מלהזכיר!

תכלית הדברים ווי איך האב שוין געשריבען אויבן.
1) איך בין חס ושלום נישט מערער על הספר הקדוש לקוטי מהר"ן, און איך בין בכלל נישט ראוי צו רעדן דערפון נאכן זעהן די הפלגות וואס די מסכימים על הספר שרייבען. אלע ספרי מוסר בכלל, און אלע ספרי חסידות בפרט זענען תורה מן השמים. יעדע ווארט וואס שטייט אין די הייליגע ספרים איז אמת ויציב, אפגעזעהן צו מען פארשטייט דאס אדער נישט!

2) אלע ספרי מוסר זענען געשריבען געווארן פאר אונז דור יתמי דיתמי. די מחברי הספרים האבן זיך נישט מייגע געווען לריק. יעדער האט זיין קלייענטעל. דאס מאכן אך ורק ברסלב, איז פראפעגאנדע גענוי ווי חב"ד.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 110
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 201

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 3:36 pm
פיי האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 12:33 am
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 4:45 pm עס איז דא צוויי זאכן וואס ברענגען איבעל ביי געוויסע מענטשען ואני בתוכם ווען מען רעדט מיט ברסלב'ע.
1) ווי @פופציגער האט געזאגט. דאס נעמען אלע פשוטע חלקים אין יהדות און דאס מאכן פאר ירושת ברסלב, ווי כאילו די אנדערע ספרי חסידות וספרי מוסר קומערען זיך נישט מיט דעם. און דאס איז גאר תורת ר' נחמן.
2) דאס אוועקשטעלן רבי נחמן אלץ צדיק יסוד עולם מער ווי אנדערע צדיקים מיט וועמען מיר זענען אויפגעוואקסען.
דאס איז פראבלעמען, אבער מען קען קלערן אז דאס איז א ברסלב'ע זאך, און אז ווער עס האלט נישט אזוי איז נישט קיין ברסלבר.
למעשה איז געווען אין ברסלב, עכ"פ אמאל זיכער, היבש געלאסענערע אידן וואס האבן בכלל נישט גערעדט די אלע סארט דיבורים, און זיך נישט געלאזט פארדרייען פון די היצקעפ, די פוילישע האבן געווילדעוועט מער קעגן די אוקריינע געזעצטע רואיגקייט.

אמת ס'ווערט ווייניגער און ווייניגער פון דעם סארט, אויב איז נאך דא בכלל, אבער ס'איז נישט יסוד תורת ברסלב צו פילעווען טאג און נאכט אז מ'איז די גרעסטע און די איינציגסטע און חוץ מזה איז אלעס עפר ואפר, די אלע לשונות ווי יעדער דארף צוקומען, דאס איז אלץ חסידות, און ס'איז דא שיחות צו יעדע זאך מיט השמטות, פיין און וואויל, אלע חסידות'ן איז דא די זאכן געווען, חסידים האבן א שפראך, שיחות איז געווען לרחצה פון אלע זייטן, אזעלכע זאכן האט מען טאקע קיינמאל נישט געדרוקט אין ערגעץ, מ'קען דאך זעהן וואס געשעט ווען קליינע קעפ נעמען אן יעדע שיחה ווי הלמ"ס און מ'גייט דערמיט.

וואס געשעט איז, אז אין די צייט וואס די הערליכע חדושים וואס איז דא אין די תורות און ספרים וואלט געקענט פארשיינען א וועלט, איז מען פארנומען נאר די רבי, וואס איז נאר פועל די היפוך פון ריחוק.
נעם אן ענין פון רעדן צום אויבערשטען. די מצוה און סגולות התפילה איז מיסודות בדת משה, איינס פון די דרייצען יסודות באמונת ישראל. אויב גלייבט מען נישט אין דעם איז מען נישט בכלל ישראל. דאס ענין פון רעדן צום אויבערשטען האט א שייכות מיט רבי נחמן, פונקט ווי מיט באבובער רב. בתורה הכתובה ע"י משה רבינו, און נאך מער בדברי הנביאים זעהען מיר דאס התקשרות פון כלל ישראל מיט אביהם שבשמים, דורך תפילה. ובקשתם משם את ד' אלוקיך ומצאת כי תדרשנו בכל לבבך ובכל נפשך. אז אן הבטחה פון אויבערשטען אליינס, און נישט פון רבי נחמן.

שפעטער האבן חכמינו זכרונם לברכה געזעהן אז די דורות ווערן שוואכער און די המון עם קען נישט אליינס דאווענען, האבן זיי מתקן געווען תפילות צו ארויסגעבן די געפילן, און אזוי אויך כולל געווען די כלליות'דיגע בקשות. אבער די מצוה און סגולות התפילה וואס מיר האבן מקבל געווען שוין פון אונזערע אבות הקדושים אברהם יצחק ויעקב, און איז אלעמאל געבליבען די יסוד וואס האט אונז געהאלטען.

דוד המלך עליו השלום האט מחבר געווען זיין ספר תהילים, אויך אויף די שטייגער. 1) ער איז כולל תהילות ותשבחות. 2) ער איז כולל אין דעם אלע זיינע בקשות. אידישע קינדער האבן אלעמאל געוויסט, אין אלע דורות. בעת צרה איז דאווענען! דאווענען! דאווענען! עת צרה מיינט צרות יחיד און צרות רבים, אין יעדן הינזיכט. מיט א שמונה עשרה און צען קאפיטלעך תהלים איז מען א געהאלפענער!

אני מאמין באמונה שלימה שכל התורה המצויה עתה בידינו היא הנתונה למשה רבנו עליו השלום. ואני מאמין באמונה שלימה שזאת התורה לא תהא מוחלפת ולא תהא תורה אחרת מאת הבורא יתברך שמו. וואס עס איז געגעבן געווארן פאר משה רבינו, איז דאס וואס מיר האבן היינט. און קיינער קען נישט צולייגען אפי' א תג וקוץ.

די מצוה פון לימוד התורה האט רבי חיים מוואלוזין נישט מחדש געווען, הגם ער האט אין דעם געקאכט און מעורר געווען. דער סאטמאר רבי האט נישט מחדש געווען די שלש שבועות, כאטש ער האט אין דעם עוסק געווען. רבי ישעיה בן רבי משה האט נישט מחדש געווען הכנסת אורחים, כאטש ער האט אין דעם געקאכט.

רעדן צום אויבערשטען איז נישט תורת ברסלב, נאר תורת משה. ווען מען זעהט אין אנדערע ספרים דאס ענין, מיינט נישט אז רבי נחמן האט געהאט אן השפעה אויף אלע תלמידי בעל שם, נאר עס מיינט אז אלע תלמידי בעל שם זענען מיסודם מתורת משה. אלע צדיקים פון אלע דורות האבן געשטיפט דעם זעלבען אגענדע, דהיינו די תורה הקדושה הנתונה מסיני על ידי משה רבינו ע"ה. יעדער אויף זיין שטייגער, און אויף זיין שפראך. עס איז דא איין תורה, און עס וועט קיינמאל נישט זיין נאך איינס.

איך גיי נעמען א דוגמה פון דאס וואס אין ברסלב פארקויפט מען אז רבי נתן איז דער וואס האט געשריבען די קדושות פון קדושת לוי. אין מציאות איז אזא זאך כמעט נישט מעגליך.

1) רבי נתן איז געווען פונקט אכצען יאר אלט ווען די ספר הקדוש איז יצא לדפות, און עס איז כמעט מן הנמנע אז דער בארדיטשעב'ר זאל פון אלע תלמידים נעמען דעם רבי נתן וואס אין יאר תקנ"ח איז ער געווען זייער ניי ביים קדושת לוי לויט ווי אזוי די ברסלבע שרייבען די היסטאריע פון ר' נתן.

2) אויפן שער בלאט שרייבט רבי לוי יצחק די ווערטער זה הספר קדושת לוי אשר חברתי אני בעזרת הא-ל יתברך. פון דעם איז משמע אז ער איז געווען דער כותב זעלבסט.

3) נישט דער מחבר, און נישט די בני המחבר דערמאנען אזא זאך. און מען דארף געדענקען אז נאר די חלק פון קדושת לוי איז ארויס לדפות בחיי המחבר, און די אנדערע איז שוין ארויס לאחר פטירתו. קומט אויס לויט דעם אז די איינציגע חלק פון קדושת לוי וואס איז ארויס בחייו, איז געשריבען דורך רבי נתן, דאס איז א פליאה עצומה!

וואס יא, קען זיין אז די תורות ולקוטים וואס איז ארויס ע"י בני המחבר, איז א ליקוט פון כתבים מתלמידיו, און ביניהם אויך ר' נתן. און בסך הכל האט ר' נתן אזא חלק אין ספר קדושת לוי, ווי אנדערע תלמידים פון קדושת לוי....
ובאמת, ווען מען קוקט אריין אינעם ערשטען מקור פון דער וואס שרייבט אז ר' נתן האט געשריבען א חלק פון קדושת לוי, איז טאקע נישט משמע אז מען רעדט פון די קדושת גופא, נאר פון ליקוטים.

דאס אבער אז אין ברסלב פארקויפט מען אז ר' נתן איז דער כותב הקדושות איז אך ורק פראפעגאנדע. און די סיבה איז צווייפאכיג.

1) צו ווייזען די גדלות פון ר' נתן, אז דער קדושת לוי האט נאר אים געטרויעט מיטן שרייבען זיין ספר.

2) אז ווען מען זאגט אז ר' נתן האט ביי אנדערע חסידישע רבי'ס נישט געטראפען וואס ער האט געזוכט, זאל מען נישט מיינען אז ר' נתן האט זיך געדרייעט סתם ביים קדושת לוי, ווי א בחור'ל. נאר מען זאל קלאר וויסען אז ער איז געווען דער גרעסטער תלמיד ביים קדושת לוי, און עכ"ז האט ער נישט געפינען וואס ער האט געזוכט. און אז דאס זאל אונטערשטרייכען נאכאמאל אז אלע חכמי ישראל זענען בפני רבי נחמן כקליפות השום.... חס מלהזכיר!

חוץ מזה וואס מען פראפעגאנדירט אין ברסלב אז רבי נתן איז געווען א נשמה חדשה וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען אויף די עולם בעפאר. איר קענט מיר זאגן וואו די נפקה מינה כאפט? חוץ אויב דאס זאל זיין נאך אן אנדייטונג אז אלע חכמי ישראל זענען כקליפת השום נגד רבני ברסלב.... חס מלהזכיר!

תכלית הדברים ווי איך האב שוין געשריבען אויבן.
1) איך בין חס ושלום נישט מערער על הספר הקדוש לקוטי מהר"ן, און איך בין בכלל נישט ראוי צו רעדן דערפון נאכן זעהן די הפלגות וואס די מסכימים על הספר שרייבען. אלע ספרי מוסר בכלל, און אלע ספרי חסידות בפרט זענען תורה מן השמים. יעדע ווארט וואס שטייט אין די הייליגע ספרים איז אמת ויציב, אפגעזעהן צו מען פארשטייט דאס אדער נישט!

2) אלע ספרי מוסר זענען געשריבען געווארן פאר אונז דור יתמי דיתמי. די מחברי הספרים האבן זיך נישט מייגע געווען לריק. יעדער האט זיין קלייענטעל. דאס מאכן אך ורק ברסלב, איז פראפעגאנדע גענוי ווי חב"ד.
בסך הכל שרייבסטו אז דו פארשטייסט נישט.לאמיך דיר פרעגן: די תו' מיט די מהרש"א און ברכות דף ב', אדער די תוספות יום טוב אויף די משנה מאימתי פארשטייסטו?
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 110
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 201

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 3:54 pm
בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 3:52 pm

איר האט יעצט אין אנדערע ווערטער געשריבען אז איר פארשטייט נישט וואס איך האב געשריבען.
וואס שרייב איך אז איך פארשטיי נישט?
איך האב געשריבן: 'אין אנדערע ווערטער'. דאס מיינט אז פון אייערע ווערטער אין די גאנצע המשך פון אייער שרייבן זעהט זיך ארויס אז איר פארשטייט ניטשט די חסידות פון ברסלב. דעטס אלל!
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 110
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 201

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

נישט קיין בהלה האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 1:50 pm עס איז מיר געקומען צו לאכן ווען איך האב דא געליינט ווי די ברעסלעווע שריייבן דא אז כאילו די סיבה פארוואס אין די גאנצע וועלט האט מען נישט געהאלטן פון ברעסלאוו איז געווען פשוט וויבאלד זיי האבן נישט געוויסט.... מען האט פיין געוויסט, עס איז געווען א חסידישע וועלט פון צדיקים וקדושים מיט ליטערלי מיליאנען חסידישע אידן און אוקריינע רוסלאנד פוילן גאליציע ועוד, און די ברעסלאווע האבן געמאכט שוין דעמאלס אסאאך נויז, און דאך האט מען בכלל נישט געהאלטן אז דאס איז אונז סיי וואס עפעס מחייב.

מען האט טאקע אנגעקוקט רבי נחמן ווי א חסידישע צדיק, אבער רבי נתן האט מען בכלל נישט געהאלטן פון אים אין די מדריגה. רבי נתן האט שוין געשריבן און ליאמערט פאר צענדליגער יארן בימיו אז "יעדער מיז פארן קיין אומאן ראש השנה" און ער האט געשריבן און געשריגן אז אפילו צדיקים מיזן פארן, יעדער אבער יעדער מיז אנקומען צו רבי נחמן און זיי זענען אלע כקליפת השום אנטקעגן רבי נחמן, (שטעל דיך פאר פון וועם ער רעדט בדור דעה), און די אלע צדיקים בעלי רוח הקודש האבן געזען וואס טוט זיך אין הימל, און דאך האט זיך קיינער ניטאמאל געקימער מיט די גרויסע אזהרות וואס ער האט געווארנט פאר ווער עס פארט נישט קיין אומאן.
מען איז אנגעגאנגען ווייטער מיט די כלליות'דיגע דרך החסידות מיט די זיסע לעכטיגע דרך העבודה, וואס אנטהאלט שוין אין זיך אלע סארט חלקים פון אמונה, בטחון, התחזקות, פרייליכקייט, נישט נאכלאזן, אנגיין, תפילה, תורה, אא"וו. די דרך החסידות איז זייער זייער רייך אין יעדע הינזיכט ממש און מען האט בכלל נישט געהאלטן אז מען דארף עפעס צוקומען דוקא צו ברעסלאוו.

מען האט נישט געהאלטן אז רבי נתן איז אין די מדריגה פון די צדיקים תלמידי הבעל שם טוב, מען האט מער געהאלטן פון רבי נתן אלס א דערהויבענע עובד השם. עס מיינט נישט אז מען האט נישט געהאלטן פון אים, אוודאי האט מען געוויסט אז ער איז אן עובד השם באמת, אבער מען האט נישט געהאלטן אז ער איז די מדריגה פון די אנדערע צדיקים וואס מען האט געהאלטן אז יעדעס ווארט פון זיי קומט גלייך פון הימל והמ"י. מען האט געהאלטן פון רבי נתן אלס א דערהויבענע איד. פארשטייט זיך אז א דערהויבענע איד איז אויך עפעס, און נישט סתם עפעס, נאר מען רעדט פון א דערהויבענע איד וואס איז געווען א פארצייטישע סארט עובד השם באמת ומי אנכי צו מעיד זיין אויף אים, אבער מען האט נישט געהאלטן אז מען מיז אננעמען ווען ער זאגט פלא'דיגע ווערטער אנדערש ווי א וועלט פון צדיקים בעלי רוח הקודש, ווי די ענין אז יעדער מיז פארן קיין אומאן, אדער יעדער מיז זיך מבטל זיין פאר רבי נחמן.

און בכלל האט מען נישט געהאלטן אז כדי צו ווערן אן עובד השם מיז מען זיין א ברעסלאווער, מען האט יא געהאלטן אז מען דארף גיין אויפ'ן דרך החסידות, אבער ברעסלאוו מאן דכר שמי', קיינער האט ניטאמאל געקוקט אויף זייער זייט. (געקוקט יא, אבער אויף אן אנדערע סארט בליק, ווי למשל הרב הקדוש פון די גרעסטע צדיקים בדורו רבי משה צבי מסאוואראן זכותו יגן עלינו, האט געוואלט מחרים זיין די ברעסלאווע, ווייל ער האט געהאלטן אז זייער דרך ברענגט חורבנות און עס גרעניצט זיך מיט עבודה זרה, א קעגנערשאפט האט מען יא געזען קעגן ברעסלאוו, אבער סיי וועלכע צוגאנגע צו ברעסלאוו כאילו אז "דארט" טרעפט מען דעם אייבערשטן? דאס האט מען בכלל נישט געהאלטן, און די טויזנטער חסידישע צדיקים און בעלי רוח הקודש וואס האבן זיך בכלל נישט געקימערט מיט די ברעסלאווע אזהרות און צעקות יוכיח על זה).

בקיצור, די פראפאגאנדיע פון ברעסלאוו איז שוין אן אלטע, און די מציאות אז מען האט נישט געהאלטן אז דארט טרעפט מען עפעס מער איז אויך אן אלטע, יא אמת עס איז געווען וואס האבן געלערנט ליקוטי מוהר"ן, אזוי ווי מען לערנט אנדערע חסידישע ספרים, מען האט בכלל נישט געהאלטן אז דארט טרעפט מען עפעס מער ווי זרע קודש צו אין אנדערע חסידישע ספרים. עס איז דא נאך אסאך וואס צו שרייבן דערוועגן.

אויף די אימעיל talmyd@yeshivanet.com קען מען באקומען פארשידענע קונטרסים אויך איבער די נושא.
'ביי די וועי' דאס וואס איר ברענגט אז איינער פון די תלמידי תלמיד בעש"א הק איז געוועהן א מתנגד אויף ברסלב, וועט איר כמדומה נישט טרעפן אין קיין שום מקור מקומו טהור אויסער אין ספרי ברסלב. איז 'פליז מעיק אפ יאאר מיינד' האלט איר יא פון ספרי ברסלב, אדער נישט...

בייגעלייגט איז א לינק צו א קונטרס צו פארענטפערן טייל אדער אלע אייערע פראגן בנוגע ברסלב

שפת אמת תכון לעד
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 110
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 201

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 4:02 pm
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 3:54 pm
בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 3:52 pm
► Show Spoiler
בסך הכל שרייבסטו אז דו פארשטייסט נישט.לאמיך דיר פרעגן: די תו' מיט די מהרש"א און ברכות דף ב', אדער די תוספות יום טוב אויף די משנה מאימתי פארשטייסטו?
איר האט יעצט אין אנדערע ווערטער געשריבען אז איר פארשטייט נישט וואס איך האב געשריבען.
וואס שרייב איך אז איך פארשטיי נישט?

.

איינער פארשטייט צו א געוויסער מאכל, אין איינער נישט.
אויב איינער פארשטייט נישט צו ברסלב, דאן שרייבט נישט!
אבער פארדרייט נישט דעם קאפ פאר אנדערע וואס פארשטייען יא.
עס איז נישט אייער מצוה מיוחדת צוליב וואס איר זענט אראפגעקומען אויף דער וועלט.
פונקט ווי עס איז נישט מיין מצוה ארויס צוצוכאפן יענעמס 'פיצא' מיט וואס ער דערכאפט זיך דער הארץ...
אזוי איז נישט קיין מצוה מצער צו זיין יענעם און להבדיל אוועקכאפן א ספר הקדוש מיט וואס ער דערכאפט זיך דאס הארץ, אפילו אויב איר זענט נישט אויפגעוואקסן אין דעם דאזיגן חסידות אין איר האט קשיות דערויף וואס איר פארשטייט נישט.
לייגט דאס צו צו ליסטע פון אנדערע זאכן וואס איר פארשטייט נישט, עס וועט נישט ענדיגן אייער לעבן.
ווייטער בנוגע מסורה...
מיין זיידע זז"ג איז מיוצאי אונגארן און געוועהן פון די ערשטע מנין פון חסידי סקווירא כאטש אין אונגארן האט מען קיינמאל נישט געהערט פון סקווירא. און כידוע זענען דאס רוב פון חסידי הרה"ק מסקווירא געוועהן אנגארישע אידן, נישט קיין אוקריינישע.
[בדרך אגב כאטש מיין זיידע האט געאהטעמט סקווירא, זאגט ער תיקון הכללי יעדן טאג. אז מען מיינט עס עהרליך איז נישטא קיין סתירות, והכל ממקום קדוש יהלך].
בנוגע צו הרה"ק רבי נתן האט געשריבן חלקים פון ספה"ק קדושת לוי, צו נישט.
וואס איז דאס נוגע... בין כך און בין כך איז עס קודש קדשים! אבער צו דער זעלבער צייט איז דער ספה"ק ליקוטי הלכות וואס רבי נתן האט זיכער געשריבן אויך קודש קדשים!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2592
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2944

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך אנדערער »

בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 4:02 pm
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 3:54 pm
בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 3:52 pm
► Show Spoiler
בסך הכל שרייבסטו אז דו פארשטייסט נישט.לאמיך דיר פרעגן: די תו' מיט די מהרש"א און ברכות דף ב', אדער די תוספות יום טוב אויף די משנה מאימתי פארשטייסטו?
איר האט יעצט אין אנדערע ווערטער געשריבען אז איר פארשטייט נישט וואס איך האב געשריבען.
וואס שרייב איך אז איך פארשטיי נישט?
איך האב געשריבן: 'אין אנדערע ווערטער'. דאס מיינט אז פון אייערע ווערטער אין די גאנצע המשך פון אייער שרייבן זעהט זיך ארויס אז איר פארשטייט ניטשט די חסידות פון ברסלב. דעטס אלל!
זיי ביטע מסביר וואס ער פארשטייט נישט

דערווייל מיין איך אז איך פארשטיי וואס ער זאגט
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 110
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 201

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:13 pm
בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 4:02 pm
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 3:54 pm

איר האט יעצט אין אנדערע ווערטער געשריבען אז איר פארשטייט נישט וואס איך האב געשריבען.
וואס שרייב איך אז איך פארשטיי נישט?
איך האב געשריבן: 'אין אנדערע ווערטער'. דאס מיינט אז פון אייערע ווערטער אין די גאנצע המשך פון אייער שרייבן זעהט זיך ארויס אז איר פארשטייט ניטשט די חסידות פון ברסלב. דעטס אלל!
זיי ביטע מסביר וואס ער פארשטייט נישט

דערווייל מיין איך אז איך פארשטיי וואס ער זאגט
איינער פארשטייט צו א געוויסער מאכל, אין איינער נישט.
אויב איינער פארשטייט נישט צו ברסלב, דאן שרייבט נישט!
אבער פארדרייט נישט דעם קאפ פאר אנדערע וואס פארשטייען יא.
עס איז נישט אייער מצוה מיוחדת צוליב וואס איר זענט אראפגעקומען אויף דער וועלט.
פונקט ווי עס איז נישט מיין מצוה ארויס צוצוכאפן יענעמס 'פיצא' מיט וואס ער דערכאפט זיך דער הארץ...
אזוי איז נישט קיין מצוה מצער צו זיין יענעם און להבדיל אוועקכאפן א ספר הקדוש מיט וואס ער דערכאפט זיך דאס הארץ, אפילו אויב איר זענט נישט אויפגעוואקסן אין דעם דאזיגן חסידות אין איר האט קשיות דערויף וואס איר פארשטייט נישט.
לייגט דאס צו צו ליסטע פון אנדערע זאכן וואס איר פארשטייט נישט, עס וועט נישט ענדיגן אייער לעבן.
ווייטער בנוגע מסורה...
מיין זיידע זז"ג איז מיוצאי אונגארן און געוועהן פון די ערשטע מנין פון חסידי סקווירא כאטש אין אונגארן האט מען קיינמאל נישט געהערט פון סקווירא. און כידוע זענען דאס רוב פון חסידי הרה"ק מסקווירא געוועהן אנגארישע אידן, נישט קיין אוקריינישע.
[בדרך אגב כאטש מיין זיידע האט געאהטעמט סקווירא, זאגט ער תיקון הכללי יעדן טאג. אז מען מיינט עס עהרליך איז נישטא קיין סתירות, והכל ממקום קדוש יהלך].
בנוגע צו הרה"ק רבי נתן האט געשריבן חלקים פון ספה"ק קדושת לוי, צו נישט.
וואס איז דאס נוגע... בין כך און בין כך איז עס קודש קדשים! אבער צו דער זעלבער צייט איז דער ספה"ק ליקוטי הלכות וואס רבי נתן האט זיכער געשריבן אויך קודש קדשים!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2592
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2944

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך אנדערער »

► Show Spoiler
איך פארשטיי אז ער זאגט אז געוויסע ברסלבע פארקויפן שקרים אז זאגן אז נאר ברסלב איז די זאך
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 110
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 201

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:27 pm

סליחה... אין דבר כזה בברסלב!

אין ספה"ק שיחות הר"ן שטייט אז רבי נחמן האט געזאגט אז מען דארף לערנען אלע ספרים הקדושים.
בכלל ווייס איך נישט וואס איר ווילט. אין הרבה ספרי קודש שטייט דברי התעוררות אז חסידים זאלן נישט זאגן אז נאר זייער רבי איז א קדוש און א צווייטער נישט. זעהען מיר אז דאס גייט שוין צוריק הונדערטער יארן ביי אנדערע חסידות'ער טא וואס ווילט איהר פון ברסלב...

בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:34 pm

נישטא קיין ברסלבע וואס זאגן אז אלע צדיקים זענען קעגן ר' נחמן כקליפת השום?

בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:40 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:27 pm
► Show Spoiler
איך פארשטיי אז ער זאגט אז געוויסע ברסלבע פארקויפן שקרים אז זאגן אז נאר ברסלב איז די זאך
אין ספה"ק שיחות הר"ן שטייט אז רבי נחמן האט געזאגט אז מען דארף לערנען אלע ספרים הקדושים.
בכלל ווייס איך נישט וואס איר ווילט. אין הרבה ספרי קודש שטייט דברי התעוררות אז חסידים זאלן נישט זאגן אז נאר זייער רבי איז א קדוש און א צווייטער נישט. זעהען מיר אז דאס גייט שוין צוריק הונדערטער יארן ביי אנדערע חסידות'ער טא וואס ווילט איהר פון ברסלב...
ער רעדט יעצט פון ברסלב

אגב. איך בין נישט קעגן ברסלב בכלל
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 110
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 201

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:41 pm
בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:34 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:27 pm
► Show Spoiler
איך פארשטיי אז ער זאגט אז געוויסע ברסלבע פארקויפן שקרים אז זאגן אז נאר ברסלב איז די זאך
סליחה... אין דבר כזה בברסלב!
נישטא קיין ברסלבע וואס זאגן אז אלע צדיקים זענען קעגן ר' נחמן כקליפת השום?
ביטע צייכנט צו א מקור און ברסלב'ע ספרים צו דעם. איך האב נישט גערעדט צו אלע ברסלב'ער חסידים בכל קצבי תבל. אין די 'ברסלב'ער ספרים' איז 'נישטא' א מקור צו דעם!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2592
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2944

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך אנדערער »

בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:49 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:41 pm
בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:34 pm

סליחה... אין דבר כזה בברסלב!
נישטא קיין ברסלבע וואס זאגן אז אלע צדיקים זענען קעגן ר' נחמן כקליפת השום?
ביטע צייכנט צו א מקור און ברסלב'ע ספרים צו דעם. איך האב נישט גערעדט צו אלע ברסלב'ער חסידים בכל קצבי תבל.
איך האב שוין געהערט פון א ברסלבער אזא סטעיטמענט
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 110
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 201

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:50 pm
בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:49 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:41 pm

נישטא קיין ברסלבע וואס זאגן אז אלע צדיקים זענען קעגן ר' נחמן כקליפת השום?
ביטע צייכנט צו א מקור און ברסלב'ע ספרים צו דעם. איך האב נישט גערעדט צו אלע ברסלב'ער חסידים בכל קצבי תבל.
איך האב שוין געהערט פון א ברסלבער אזא סטעיטמענט
דאס איז נישט קיין מקור. אלע מיינע חברים זאגן אז זייער רבי איז א יחיד בעולמו!
אבער אין די ברסלב'ער ספרים איז נישטא א מקור צו דעם, נאר ד'רבי זאגט מען זאל לערנען אלע ספרים.
שרייב פאוסט