דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 16, 2024 10:32 am
נפתלי האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 15, 2024 9:15 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 15, 2024 7:30 pm
@נפתלי, איך האלט נישט אזוי מיט די וויכוחים און גראזשערייען דא, אבער דא ספעציפיש קוקסטו עפעס אויס ---הממ...כ'ווייס נישט וויאזוי עס צו אנרופן...
@Monroe On Scene ברענגט דיר נומערן וואס ער האט מברר געווען, ענטפערסטו אז מ'רעכנט פארטשעס, און ווען א צווייטער זאגט אז נישט, ענטפערסטו? אז איינער האט דיר געזאגט? גייסט מברר זיין?
מן היושר וואלט געפאסט אז דו זאלסט מברר זיין "פאר" דו ענטפערסט אויף איינעם וואס "האט" (געזאגט אז ער האט) מברר געווען.
איך נעם נישט קיין צד, און איך קען נישט די מציאות. אבער פארן מברר זיין אויף זיכער ווייסטו נישט מער ווי מיר, לכאורה... און דאס קען געבן א (לכאורה פאלשע) בליק אז דו ביסט יא דא מיט אן אגענדע.
אקעי, געזאגט מיינס. איך מיש מיך ארויס. זייטס געזונט.
דאס פאסירט ווען מען איז עקסטער פארזיכערט.... אז דו מיינסט גאר אז איך ברענג אינפארמאציע אומקראנט
איך האב קלאר געהערט פון א קונה וואס האט געקויפט אין שכונת ויואל משה אז מען האט אים גערעכנט די פארטש, נאר איך האב געשריבן אז איך וועל אים נאכאמאל איבערפרעגן, אמת'דיג גערעדט, עס פעלט טאקע נישט אויס, מיין זכרון ארבעט ברוך השם און איך ווייס קלאר אזוי, עס איז געווען אזא עקסטער פראטעקשן איבערצופרעגן נאכאמאל בשעת מעשה ווען די נושא איז עולה על שולחן מלכים.
זייער קלאר.
דער איינציגער פראבלעם איז נאר פאר דיר פריוואט, אז דא שטעלט זיך
(ווידעראמאל) ארויס אז ווען דו שרייבסט קראנטע זאכן וואס "איינער האט דיר געזאגט", זאל מען נישט מתיר זיין קיין עגונה דערויף, און אויכנישט בארגן פאר איינעם א דאלאר פופציג אויף דעם חשבון.
די מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, ס'איז נישטא אזא זאך אז מען רעכנט אריין די פארטש אין די סקווער פיס. ניטא.
און די פלאי פלאים אז ביי עיקערס פוינט און ביי עיקערס ענקלעוו און ביי בנציון קליין ביסטו געווען אקעי מיט אלע חשבונות אן קיין פארטש, פלוצלינג אזוי ווי פון דאך אראפגעפאלן האסטו אויסגעטראפן אז ביי יחזקאל בראך דארף מען רעכענען די פארטש, אלעס כדי נישט צו דארפן
(ווידעראמאל) זאגן טעיתי ח"ו, ווייל אפשר אפשר אזוי וועט מען קענען ווייטער באשמוצן דוקא איין דעוועלאפער וואס גיבט די מערסטע און בעט די ביליגסטע (איך ווייס אז דו ברעכסט שוין אפשר פון הערן די ווערטער, אבער האמת ניתן ליאמר, נאכאמאל און נאכאמאל).
פאר איך באצי מיר צו דיין ריטאריק לאמיך קלאר מאכן, איך האב נישט קיין השגה אויב יחזקאל בראך רעכנט סקווער פיס פון די פארטש אדער נישט, און ווען איך האב געשריבן 3200 פון יחזקאל בראך, האב איך פשוט נאכגעשריבן די בראקער, און געמאכט די חשבון
זעענדיג די חשבון פון @Monroe On Scene וואס אגב, דערווייל האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אינפארמאציע וואס ער האט געברענגט די ערשטע מאל איז נישט געווען ריכטיג, סיי די צאל סקווער פיס, און סיי אז די דירה איז נאך עוועליבעל, אזוי ווי איך האב דיר געשיקט אין אישי די אימעיל - און אויף דעם האב איך געשריבן אז איך מיין מען רעכנט די פארטש,
אגב, ער אליין האט שוין געשריבן ביי די דירה, אז ער האט געהאט א טעות מיט די חשבונות, ער האט נישט גערעכנט די ווענט פון אינדרויסן, לענ"ד וועט דאס אליין מאכן די חשבון שטומען צו מיינע נומבערס.
פארוואס האב איך אזוי געשריבן אז אפשר מאכט די פארטש א חילוק? ווייל איך האב געהערט פון א קונה פון שכונת ויואל משה אז מען האט אים גערעכנט די פארטש,
און דאס האב איך געשריבן, 100 פראצענטיג באזירט אויף וואס די קונה האט מיר געזאגט (אז יענער גיבט מיר רשות וועל איך שיקן זיין נאמען פאר דיר אין אישי) ווילסט דיך ארויפכאפן אז איך האב געשריבן אז איך וועל אים איבערפרעגן? געזינטערהייט, אבער די עבר האט געוויזן אז אינפארמאציע וואס איך האב געברענגט איז געווען 100 פראצענט ריכטיג, און דא איז אויך די זעלבע זאך, און סך הכל האב איך געמיינט אז עס איז א דבר פשוט, אז מען רעכנט אזוי, און אז געוויסע האבן געהויבן ברעמען, בין איך גרייט געווען עס איבערצופרעגן פאר 300 פראצענט,
דאס אלעס שרייב איך אלטס והייתם נקיים, אבער די וואס זוכן שפענדלעך וועלן ווייטער זיכן און ווייטער אנהענגען אויף דעם בנינים אדירים.