דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 15, 2024 12:32 pm
נפתלי האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 14, 2024 9:04 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 14, 2024 6:48 pm
וויאזוי האסטו זיך אזוי טועה געווען, מיט גאנצע טויזנט סקווער פיס?
מען רעדט מיט די בעיסמענט, מיין בערך בערך שאצונג, איז געווען מיט 200 סקווער פיס א חילוק פון די ריכטיגע נומבער, קלאר?
אה, גערעכט, כ'האב נישט געכאפט אז דו רעדסט דארט פון די אויבערשטע שטאק אליינס.
למעשה וואס קומסטו צו? אז ער בעט "בלויז" $540. יא? סוי האמיר אין עיקערס פוינט פאר 530, און אין פארעסט עדזש 540, לדבריך.
איך בין כמעט זיכער אז דיינע נומערן זענען אומריכטיג, אבער אפילו לו יהא. וואס ברענגט עס ארויס? עס ברענגט ארויס אז עקיבא הערש איז נישט בלויז אונטער די מארקעט פרייז אין שכונת ויואל משה, נאר אפילו אין עניקלעיוו ביי זיינע לעצטע פאר מציאה'ס.
איז יעצט די שאלה ווען דו גייסט זאגן "טעיתי" אויף דיין מיסיע אז "אלע דעוועלאפער זענען אין איין וואנע", אייניגע רוצחים.
יעצט בעט שוין יחזקאל בראך 495 א סקווער פיס עס איז אראפ פון 1.75 צו 1.6
דו ציטירסט וואס איך האב געשריבן בעבר אז אלע דעוועלאפערס זענען אין די זעלבע שיסל אן שרייבן אויף וואס עס האט זיך באצויגן
עס איז געווען מען האט דן געווען די פרייזן פון עינקלעוו, וואס זענען זייער הויעך, און מען האט פראבירט ענטפערן פארשידענע תירוצים און חילוקים, פארוואס איך זאל פארשטיין אז דארט מעג מען יא בעטן הויעכע פרייזן, האב איך אויף דעם געשריבן אז אויב גייט מען אריין אין תירוצים, קען דאך יעדער מסביר זיין פארוואס זיין לאט איז מער חשוב וכדומה, און אויף דעם האב איך געשריבן אז דאס מיינט אז מער ווייניגער זענען אלע דעוועלאפערס אייניג
באזונדער האב איך געשריבן איך האב א שטארקע הוכחה לדברי אבער דערווייל וויל איך עס נישט שרייבן ברבים, טאקע ווייל איך זוך נישט צו הייבן די מארקעט, (איך מיין אז דו ווייסט עס, און אז נישט קען איך דיר שרייבן אין אישי) אבער דאס וואלט געווען א שטארקע סמך לדברי
בנוגע שכונת ויואל משה, האב איך שוין געשריבן אז דאס איז קלאר ארויס פון די באקס, ווייל די דעוועלאפער וואלט געקענט ווארשיינדליך בעטן מער און עס איז קומט א געוואלדיגע קרעדיט פארן עס נישט טון, נאר דארט איז געווען מיין וויכיח אז טראץ דעם אלעם איז די ריכטיגע אמת'ע פרייז אסאך ווייניגער אפילו פון דעם.